קאסא גראנדע סאמעטוכע

פון ערגעץ דערקען איך דער רובין; כ'געדענק נישט פון װוּ.

אז ער לאזט זיך אינטערװיוּען האלט איך שױן פון אים: א נארמאלער מענטש. ער רעדט צום ציבור.

דרך אגב דער זײענץ פרעגט נישט אינטרעסאנטע שאלות און ער פארגעסט װעמען מען אינטערװיוּט דא - ער רעדט צופיהל.
א בליק / מאמענט
 
זייענץ רעדט א געשלאגענעם אידיש, ווי א בארא פארקער פרוי, ס׳נישט בא׳טעם׳ט צו הערן. בכלל רעדט ער שנעל ווי א שארפער צוועלעוו יעריג קינד. כ׳האב נישט צינעם, ער האט גרויסע חלומות און אדרבה, אבער ער האט נאך א וועג צו אנטוויקלען פערפארמענץ.
 
ווער איז בעל הבית איבער די מוסדות התורה אין שטאט?
 
אן אינטערוויו מיט דער אנפירער פון ראבינאוויטש מוסד (צד שכנגד יהושע רובין)

 
דעי יצחק גראסמאן, עפעס קוקט אויס ראָנג מיט אים. סיריעסלי.
 
ממש שווער צו הערן דעם כלאים שפראך, חברה, גיטס ארויס א גוטער פראדוקט פון אייער מויל
 
סתם א קאמפיין, גארנישט איבער די קהלה פון קאסא גראנדע
 
זייענץ רעדט א געשלאגענעם אידיש, ווי א בארא פארקער פרוי, ס׳נישט בא׳טעם׳ט צו הערן. בכלל רעדט ער שנעל ווי א שארפער צוועלעוו יעריג קינד. כ׳האב נישט צינעם, ער האט גרויסע חלומות און אדרבה, אבער ער האט נאך א וועג צו אנטוויקלען פערפארמענץ.
איך שפיר א חוב מפייס צו זיין זייענץ, כ׳האב געהערט זיינע לעצטיגע פאדקעסטס און איך זעה ער האט מאטשורט, כ׳האב הנאה געהאט.
 
די פאלגענדע, א סאָמערי פון די נײעס אין דעם שנירל, איז נישט ארײן אין די לעצטע כװאליעס ממילא לײג איך עס דא.

יושע רובין, דער גרינדער פון די קאסא גראנדע קאמיוניטי אין פֿיניקס אריזאָנע האט זיך געלאזט אינטערװיוּען דורך שלמה זײענץ אין א צװײ-אהאלב שעה'איגע אינטערװיוּ. בנוסף צו די דוסקוסיעס װאס יושע האט דארטן אױסגעשמועסט איז אױכעט נתפרסם געװארן א פרישע פאשקעװיל װאס פארצײלט אביסל אין ײדיש װעגן די פאליטיק און מחלוקת װאס ציהט זיך שױן דארטן בערך א יאר-צװײ.

1765550311798.webp

יושע רובין בײ דער אינטערװיוּ מיט שלמה זײאנץ

די קאסא גראנדע קהילה, װעלכע באשטײט הײנט פון ארום 30 תושבים פון פארשידענע חסידותן און בעקגראונדס (װי װיזניץ, קאסאן, ירושלמײם), איז געגרינדעט געװארן דורך יושע בערך ארום קאװיד צײט, אין 2020, און פארמאגט שױן הײנט 2 בתי כנסת װעלכע דינען א צעטײלטע קהילה פאר די סיבות װאס מיר װעלן אט אױסשמועסן.

װי יושע איז מסביר אין דעם אינטערװיוּ איז שױן יארן װאס ער פארט ארום פאר ביזנעס צװעק - ער ארבעט אין ריעלעסטעיט - אין די לענג און די ברײט פון אמעריקע אפירצוזוכן א ארט װאס איז סײ צוגעפאסט פאר פרומע חסידישע אידן מצד רוחניות, דהײנו אהנע קרײם און מיט אלע נױטיגע צוגעהערן, װי מקװה, מוסדות און כשרס, װאס א ײדישע ײשוב דארף, און סײ מצד גשמיות דהײנו װוּ ס'איז ביליג צו קױפן א הױז, ס'איז גרינג צו טרעפן ארבעט און װוּ די גאװערנמענט אפפערט אזעלכע פראגראמען װאס העלפן אױפציען א קינדער געבענטשטע פאמיליע.

זײן מיה האט זיך לבסוף אײנגעגעבן און בנוסף צו די 30 משפחות, סײ באלעבאטישע און סײ כלי קודש סארט, האט ער שױן הײנט צוגעשטעלט א גראסערי, א מקװה טהרה און א חדר און סקול פאר די אינגלעך און מײדלעך פון די אײנװױנער. דאס איז חוץ פון די מרא דאתרא (יושע'ס טאטע), רב און דײן װאס װױנען שױן דארטן און באדינען דעם ציבור מיט אלע זײערע רוחניות'דיגע צרכים.

די פלאץ װאס האט לױט באריכטן גאר קלארע לופט און א גוט געאײגענטע טרוקענע װעטער פאר די היצן אין די זומער, טוהט אױך צוצציעהן מענטשן איר צו באזוכן דורכאױס די װינטער צוליב אירע מילדע װעטערן היות גאנץ װינטער שפירט זיך דארטן װי אין ספרינג.

דערפאר, כדי צופארזיכערן א סטאבילע האוזינג מארקעט, פאר די װאס באזעצן זיך דארטן פערמענאנט האט יושע רובין אײנגעשטעלט א מערקװעדיגע און רעװעלוציאנערע סיסטעם, װאס לפיהו איז שױן פרובירט געװארן אין אנדערע פלעצער מיט סוקסעס, אװוּ מ'מעג נאר קױפן און פארדונגען הײזער דורך א װעד ספעציעל געמאכט פאר דעם צװעק. ס'טײטש װען עמיצער װיל קױפן א הױז פון א גױ למשל (די הײזער אװעילעבל זענען נאך אצינד על פי רוב פון גױם) מוז ער עס טוהן נאר דורך דער װעד כדי אזױ ארום צוהאלטן די פרײזן פון הײזער נידעריג. די זעלבע װען עמיצער װיל פארדונגען א הױז פאר א צװײטן פאר די זומער דארף עס אױך גײן נאר דורכ'ן װעד כדי אז אפילו דורכאױס די האָלידעי פעריאד זאלן פרײזן בלײבן פארהעלטעניסמעסיג (?). לױט יושע האט זיך אין דער הינזיכט אנגעזעהן א שטארקע הצלחה און טאקע צוליב זײנע שטרענגע פאלעסיס קאסט א הױז דארטן צװישן די הױכע $200,000ס ביז $400,000 דאלער.

האט זיך אבער דער יצר פארלײגט װי אײנער זאגט און דא אױך געשעהן א פילוג אין ליכט פון אפאר קריגערײען. אײן קאנפליקט דרײט זיך ארום די געלטער װאס איז אױפגעטריבן געװארן בײם ציבור הרחב צו בױען דער מקװה. דער װאס האט צוזאמגענומען די געלט, אײנער א ראובן יוסף לעפקאװיטש, האט חוץ פון אראפגנבענען פון די צוזאמענגעקליבענע געלטער, אױך עובר געװען אױף די תקנות פון דעם װעד אנבאלאנגט קױפן אדער דונגען הײזער, און איז דערפאר אױסגעשלאסן געװארן פון דער קהילה, אצינד פארלאנגט ער אטײל אין די בעלות פון דעם מקװה היות ער איז דער װאס האט צוזאמענגעקליבן די פאָנדינג דערױף.

מינװהײל האט זיך, פון עטליכע אױסגעשלאסענע אינדיװידועלן בראשם, דער קהילה צעטײלט און א נײע רב איז אױפגענומען געװארן פאר די אנדערע קהילה (דער רב אין יושע'ס קהילה איז ר' חײם שלמה בערגער, װאס פארמאגט א קאלום אין דער װאכן שריפט - דער מאמענט). א שטיקל האט זיך מר לעפקאװיטש'ן אױסגעצאלט זײן קלאגע אין דין תורה װײל א בי"ד האט לעצטנס געפסקנט אז יושע מוז אלעמען לאזן זיך באנוצן - מענטשן פון בײדע קהילות - מיט דעם מקװה.

דער צװײטער סכסוך רעװאלװד ארום דער רב פון די קהילה. װי געשמועסט האט די צװײטע צד ערװעלט א רב ר' אברהם ראבינאװיטש װאס װױנט אבער נישט אין קאסא גראנדע נאר אין בארא פארק און ער קומט ארײן אײנמאל א חודש פאר אפאר טאג (?) מסדר זײן װאס נאר א רב קען מסדר זײן. ער מאכט אבער זיכער ממשיך צוזײן מיט זײנע פריערדיגע התחײבותן אין ניו יארק װאס זענען לערנען מיט חתנים און דינען אלס מו"ץ און קארלעסבורג קהילה אין בארא פארק.

1765550311818.webp

ר' ראבּינאָװיטש, דער רב פון דער שפלינטער קהילה

פריער אבער, װען די קהילה איז נאך אײנס געװען איז געװען אַן אנדער רב װאס האט געדינט דער קהילה מיט'ן נאמען ר' יחיאל שטײנמעץ. איז אבער געשעהן אז ר' יחיאל האט נישט געװאלט מער ממשיך זײן צוליב סײ װאספארא סיבות, זענען געגאנגען אפאר יחידים און הונטערן רוקן פון יושע אױפגענומען א רב, ר' ראבינאװיטש הנזכר, אהן זײן צושטימונג און װיטאָו און אהן קודם אדורכפירן געהעריגע װאלן בײ אלע מיטגלידער פון די קהילה, װי קלײנטשיק די קהילה זאל נאר זײן.

יושע, אנשטאט רופן זײן קהילה א 'קאנגערגעישְן' רופט ער עס א 'ארגענײַזעישאָן'; ער קוקט עס אָן פאר א נאָן פראפיט ענטיטי װוּ אלע געברױכן װערן צוגעשטעלט דורך די מיטארבעט און צושטימונג פון אלע אירע מעמבערס, מיט זײן גוטהײסונג און אדמיניסטראציע פאר עפישענסי, און דערפאר טענה'ט ער אז חוץ אױב באשליסן אלע מעמבערס אז זײ דארפן ענדישער דעם רב װי יושע, האט ער די רעכט צו מחליט זײן װעמען אױפצונעמען און װעמען נישט. ער זאגט אז ר' ראבינאװיטש איז נישט נאכגעקומען זײנע סטאנדארטן פאר די רבנות שטעלע און ס'איז דערפאר געװען א מעטטער פון אדער ער בלײבט אדער ראבינאװיטש און זינט רוב עולם האט געװעהלט פאר אים איז געשעהן דער פיצול.

אנדערע טענה'ן אז יושע מײקרא-מענעדזשד צופיהל דעם עולם און מײנט אז יעדע קלײניקײט דארף אדורכגײן זײנע אױגן, א טרעיט װאס זײ זאגן שטערט פאר די װאוּקס און בליה פון די קהילה. בכל אופן, זינט יושע האט נישט מסכים געװען צו דאס התמנות פון ראבינאװיטש, חוץ פונװאס ער האט געברױכט עמיצן װאס קען זײן פּרעזענט די גאנצע יאר אױפ'ן ארט, האבן זיך יענע צעטײלט און אױפגעעפנט זײער אײגן שולכל װאס פארמאגט הײנט 13 מתפללים און יושע'ס קהילה האט אױפגענומען בערגער.

װען מען פרעגט אבער יושע װאס עס זענען די עיקר תקנות אױף װאס ער שטעלט זיך איז די ענטפער װאס מען באקומט בעיקר אײנע און דאס איז ארום די נגד מוקירי השערים תקנות. אזױ װײט אז ס'איז שױן געװען עמיצער, א גבר אלים, װאס יושע האט אום תשעה באב, אינמיטן קינות זאגן, ארױסגעשיקט מיט פאליצײ צוליב װאס ער איז אין די װערטער פון יושע "ריסטרעינד" אדער בלעקליסטעד געװארן צוליב'ן נישט אױספאלגן די תקנות ארום קױפן הײזער אין דעם ײשוב.

אַן אנדער פיגור װאס האט לעצטנס געמאכט די נײעס בשײכות מיט דעם ײשוב איז דער פּראָליפיק און באגאבטער שרײבער, און אינטערװיוּאי, שמעון ראלניצקי װעלכער האט עוקר געװען פון מונסי נ"י און געפארן זיך באזעצן אהין, אַטײל װערענדיג פון יושע'ס קהילה.

אין א װידעאו אפגעכאפט מיט אים ממש אין די לעצטע טעג רעדט ער אין גרױס שבח פון דאס פלאץ און ספעציעל פון א װעטער קוק-װינקל אבער אױך אין לױב פון די װעלקאָמינג אױפנאמע פון די גױאישע שכנים װעלכע זענען לדידו זײער מענטשליך, און זײער עטיטוּד כלפי די די נײ-קומער איז א פאזעטיװע. זאל עס נאר אנהאלטן.

1765550311843.webp

שמעון ראלניצקי בײ זײן אינטערװיוּ מיט יצחק גרין. פון יואליש פעלזן'ס יוטיוּבּ טשענעל.

בלײבט איבער צוזעהן - אױב װען דער ײשוב װעט זיך צוװאקסן צו 400 משפחות, יושע'ס ציהל, װאס ער זאגט איז א נאמבער װאס ער שטרעבט צוהאבן כדי צוזעהן זײן עפֿפֿאָרט געקרױנט מיט סוקסעס - צו אױב דעמאלס װעט דער װעד הדירות נאכאלס אָנגײן און צו דער מהלך װעט נאכאלס זײן סוסטעינעבל און רעזיליענט צו װאוקס און סקעיל. ספעציעל גיװען אז דער מהלך איז בעצם אזא סארט סאציאליסטישע מהלך װאס שטימט לכאורה נישט מיט א קאפיטאליסטישע מארקעט און אױך נישט מיט די פאקט אז נאטורליך, אױב װעט זיך דאס פלאץ אױסארבעטן, װעט דאס אז חסידישע אידן זוכן צו װױנען צוזאמען, אױטאמאטיש הײבן די פרײזן אױכעט מיט א װעד.
 
בלײבט איבער צוזעהן - אױב װען דער ײשוב װעט זיך צוװאקסן צו 400 משפחות, יושע'ס ציהל, װאס ער זאגט איז א נאמבער װאס ער שטרעבט צוהאבן כדי צוזעהן זײן עפֿפֿאָרט געקרױנט מיט סוקסעס - צו אױב דעמאלס װעט דער װעד הדירות נאכאלס אָנגײן און צו דער מהלך װעט נאכאלס זײן סוסטעינעבל און רעזיליענט צו װאוקס און סקעיל. ספעציעל גיװען אז דער מהלך איז בעצם אזא סארט סאציאליסטישע מהלך װאס שטימט לכאורה נישט מיט א קאפיטאליסטישע מארקעט און אױך נישט מיט די פאקט אז נאטורליך, אױב װעט זיך דאס פלאץ אױסארבעטן, װעט דאס אז חסידישע אידן זוכן צו װױנען צוזאמען, אױטאמאטיש הײבן די פרײזן אױכעט מיט א װעד.
אין ארץ ישראל האט גור אזא מהלך פון א וועד אין שטאט ערד ווי עס ארבעט גאנץ פיין צו האלטן די פרייזן נידעריג, איך זעה נישט פארוואס עס זאל נישט ארבעטן דא אויך, פאר א שטיק צייט האט גור טאקע נישט געלאזט קיינעם קויפן קיין דירות צוליב וואס די פרייע שטאטישע איינוואוינער האבן געוואלט באקומען מער.
 
אין ארץ ישראל האט גור אזא מהלך פון א וועד אין שטאט ערד ווי עס ארבעט גאנץ פיין צו האלטן די פרייזן נידעריג, איך זעה נישט פארוואס עס זאל נישט ארבעטן דא אויך, פאר א שטיק צייט האט גור טאקע נישט געלאזט קיינעם קויפן קיין דירות צוליב וואס די פרייע שטאטישע איינוואוינער האבן געוואלט באקומען מער.
די ועד העיר טענה'ט אז זיי האבן גענומען זייערע תקנות פון געיטהעד און קענווי איילענד וואס זענען יישובים נעבן לאנדן. ביידע יישובים זענען כהיום זייער מוצלח, נאכן דורכגיין אסאך שוועריגקייטן און פייטס במלוא מובן המילא מיט אינוועסטארס, דאס איז פשוט די שווערסטע מערכה וואס יעדע נייע יישוב האט, סאו איך פארשטיי זייער שטארק די טענה פון רבי יהושע און זיין קהלה.

מצד השני ווינדער איך זיך גאר שטארק אויף די צד שכנגד, וויאזוי קענען זיי זיך בארעכטיגן צו צוברעכן די מעין קהילה צו מסיג זיין די גבול פון ר' יושע רובין? די גרעסטע קשיא וואס איך האב אויף זיי נאכן וויזיטן קאסא גראנדע און זענדיג מיט די אייגענע אויגן אז רובין'ס קהלה איז דאבעל די סייז פון רבינוביץ, רובין האט הערליכע מוסדות מיט א רב און דיין אויפן פלאץ ער האט א גראסערי און א הערליכע מקוה, ער האט געבויעט א עירוב, א ועד העיר וואס גיסט אריין שווערע געלטער צו בויען דעם יישוב און וואקסט טאקע כסדר מיט נייע תושבים. דאקעגן רבינוביץ אליין וואוינט נישט אין אריזאנע. זיי האבן קוים מנין, אסאך מאל דאווענט מען אן מנין. די מוסדות איז פיצי און נישט צוגעשטעלט זיי האבן נישט קיין גראסערי און אפילו די מקוה פון רב רובין איז נישט אזוי ווי זיי זאגן אז רובין לאזט זיי נישט אריין נאר גאר זיי אליין האבן זיך דערוואגט צו מפרסם זיין א בריוו פון זייער רב וואס וואוינט אין בארא פארק און קומט קוים 2 טאג אין א חודש שרייבט ער אז די מקוה איז פסול (זעה עטעטשט), סאו וויאזוי שטימט דען די טענה וואס זיי ניצן אז אז רובין לאזט זיי נישט ניצן די מקוה, ווילן זיי דען ניצן א פסולע מקוה? רובין האט נאר ריסטרעינט אינוועסטערס וואס האבן נישט געפאלגט די תקנות, און גאר געטרייט צו צוברעכן די ועד טובי העיר פון די קהילה און בפועל געטרייט צו טערארעזירן די געטרייע קהילה מעמבערס און עסקנים. סאו מיין מעין דעסיזשן ברעיקער איז געווען, נאכן זען די אלע פאקטן און עס אויסטשעקן און זען וואס איז אמת (און וואס מען ניצט נאר צו איינרעדן דעם עולם גולם וואס טשעקט נישט אויס דעם יישוב). אויב אזוי קום איך צו צו מיין באמבע קשיא, מיט וואספארא רעכט ניצן זיי די זעלבע קהלה נאמען און לוגו "קהל חסידים" וואס רבי יהושע רובין ניצט שוין פון די אנהייב ווען ער האט מייסד געווען דעם יישוב נאך פאר עניוואן האט דארט געוואוינט?

מיין פראגע גייט נאך ווייטער, וואס ברענגט זיי עס? אויסער נאך עפעס צו וויי טון און רודפ'ן דעם בונה ומקים פונעם הערליכע בליענדע יישוב?

דערנאך האט מיר אויפגעשוידערט די פאלגענדע חוצפה ווי נעמט א איד די שטארקייט זיך צו שפילן מיט טהרתן של ישראל און פסלן א מקוה טהרה וואס אידן ניצן פאר טבילת דאוריתא און איז אינטער השגחת פון גדולי הרבנים, סתם פאר פאליטיק? ביי מיר האבן זיי פארלוירן די גאנצע קרעדיט.

בנוסף לזה האבן זיי מיר געוויזן דעם כתב אויף רבי יהושע רובין אז ער איז א מסור... אבער שפעטער האט מיר רבי יוהשע'ס קהילה געוויזן וידאו'ס ווי דער גאסט אלעזר דאנציגער וואס איז די גאסט געבער פאר רבינוביץ קהלה ווייל זיי ניצן זיין גאראזש פאר זייער שוהל, און ער קויפט גאר איין פלייש אין רבי יהושע'ס גראסערי וואס די פלייש איז גאר אינטער די השגחה פון רבי יהושע'ס הכשר. סאו אפשר קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי די היפאקראטיע ארבייט, אויב גלייבן זיי אליין אז רבי יהושע איז א מסור און שגץ דאן וויאזוי פארלאזט ער זיך צו קויפן זיין פלייש, מוז זיין אז זיי אליין ווייסן אז דאס איז אלץ א זשאוק און זיי מיינען נאר צו שטערן רבי יהושע און זיין קהילה'ס ארבייט. די זעלבע פראגע איז וויאזוי פארלאזן זיי זיך און טראגן מיטן עירוב וואס רובין (לפי דבריהם דער מסור) בועיט און גיבט די הכשר דערויף?

אזוי אויך האב איך געזען נאך צענדליגע עפיזאדן וואס האט מיר געמאכט זייער קלאר וואס דא טוט זיך, איך לאז יעדעם אליין קומען צום אויספיר וויאזוי אפצולערנען וואס דארט טוט זיך.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • רבינוביץ פוסל המקוה.webp
    רבינוביץ פוסל המקוה.webp
    65 KB · געזען: 115
קאסא גראנדע'ס סאשיעל מידיע מענעדזשער ארבעט גאר שווער, דארף ארומלויפן צו אלע אידישע פארום'ס פאוסטן.
אפשר דארף מען מאכן א עפפ צו קענען פאוסטן אויף אלע דריי אויף איינמאל.
 
קאסא גראנדע'ס סאשיעל מידיע מענעדזשער ארבעט גאר שווער, דארף ארומלויפן צו אלע אידישע פארום'ס פאוסטן.
אפשר דארף מען מאכן א עפפ צו קענען פאוסטן אויף אלע דריי אויף איינמאל.
מאדנע תגובה. פארוואס פעלט עס אויס צו גיין אויף דעם ראוט? די זעלבע מהלך האב איך געזען זייענדיג ביי די קהילת הפרושים אין קאסא גראנדע אויף יעדע טריט אין שריט. דאס איז א טריגער פאר יעדעם וואס זוכט פאקטן! יעדע מאל איך האב זיי געפרעגט עפעס, איז געווען דער ענטפער אז רובין איז א דיקטעיטאר און קאנטראלט די מידיע און אלעס וואס ער אדער זיינע מענטשן זאגן איז ליגענט, שפילענדיג די וויקטעם געים וויינענדיג כאילו זיי זענען גאר די רחמנות.

פארן מאכן מיין דעסיזשן צו וועלעכע קהילה צו מופן, האב איך גערעדט צו עטליכע משפחות פון די קהילת הפרושים, וואס האבן זיך מתמרמר געווען אז זיי קענען נישט פארשטיין וואס איז געשען צו זייער ברידער, ער איז ווי פארכאפט אין א קולט. דאס האבן געזאגט עטליכע פון זייער משפחה.

ווען איך האב גערעדט צו אידן וואס קענען זייער רב רבינוביץ, האבן זיי מיר געשיקט צו רבינוביץ'ס שוואגער, דער סקווירא רבי פון מאנסי, וואס האט מיר זייער אפגערעדט פון גיין צו זיין שוואגערס קהילה, און גאר מחזק געווען צו שטיצן רובין קעגן זיין שוואגער, זאגענדיג אז ער פארשטייט נישט זיין שוואגער און נישט זיינע מענטשן, ער ווייסט שוין פון פריער אז זיין שוואגער האט א שוואכקייט ווען עס קומט צו מחלוקת. אויך האבן זיי מיר געשיקט צו הגאון רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל פון נייטרא מאנסי, וואס האט מיר געזאגט אז וואס די שונאים פון רובין זאגן אויף אים דארף מען נישט חושש זיין ווייל זיי זענען חיות טרף בלשון המעטה! זיי זענען געווען ביי מיר און איך האב פראבירט צו מאכן שלום, רובין איז געווען גרייט אויף אלעס אבי עס זאל זיין שלום, אבער זיי ווילן זיך נאר שלאגן מיט אים עכ"ל.

דארפסט נאך? איך קען ברענגען אבער איך וויל נישט פארפארן פון די פוינט. רובין האט א שיינע בליענדע קהילה, גוט אהערגעשטעלטע מוסדות וואס אלע מחנכים און רבנים וואס באזוכן עס גייען ארויס פאר התפעלות. ער האט א מקוה טהרה, ער האט א צוגעשטעלטע גראסערי, ער האט געבויעט א עירוב, און אלעס ווייטער, משא"כ די אנדערע זייט שלאגט זיך נאר אים צוצונעמען זיין קרעדיט און די נאמען פון זיין קהילה, זיי גייען אזוי לאוי זיך צו שפילן מיט טהרתן של ישראל און מפרסם זיין א בריוו אז די מקוה טהרה וואס אידישע קינדער ניצן פאר טבילת דאורייתא איז פסול. שומו שמיים ווי לאוי די מענטשן גייען, אלס כדי צו קענען וויינען און שפילן וויקטעם געים. עיני ראו ולא זר! עס זענען דברים ברורים פאר יעדער וואס איז עקטשעלי געקומען אויסטשעקן די שטעטל.

יעצט זאג מיר אז רובין סאושעל מידיא מארקעטער טוט עס, אויב וואלט ער געהאט א מארקעטער גלייב איך אז ער וואלט געהאט בעסערע מארקעטינג אויפן דאס. איך האב מיר גענומען די מצווה צו שרייבן נאכדעם וואס איך האב געזען אז איך בין אויך כמעט אריינגעפאלן אין די נעץ פון זייער רחמנות געים, זענדיג אז רובין האט בכלל נישט קיין מארקעטינג און טוט אלעס אליין, האב איך אפגעמאכט צו מפרסם זיין וואס איך האב געזען במו עיני, און איך האלט אן מיין רעכט צו אויפהערן שרייבן אויב זעה איך אז עס ווערט פערסאנעל אדער נישט זיך האלטן צו פאקטן.
 
יעצט זאג מיר אז רובין סאושעל מידיא מארקעטיר טוט עס, אויב וואלט ער געהאט את מארקעטער גלייב איך אז ער וואלט געהאט בעסערע מארקעטינג אויפן דאס. איך האב מיר גענומען די מצווה צו שרייבן נאכדעם וואס איך האב געזען אז איך בין אויף כמעט אריינגעפאלן אין זייער נעץ פון זייער רחמנות געים, זענדיג אז רובין האט בכלל נישט קיין מארקעטינג און טוט אלעס אליין
:D
ממש א שאד פאר אייער צייט.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=43097&start=2350
חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע - בלאט 49 - אידטיש
סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע - בלאט 4 - אידטיש
מיט נאך וואטסעפפ גרופעס.

די מאס פראפעגאנדע וואס קומט ארויס פון די קליינע ישוב איז מיינד בלאוינג.
חיים נחום האט געהאט צוויי אייער פאר פרישטאג, ירוחם געצל האט געהוסט דריי מאל ביים דאווענען...

אבער פארוואס בין איך אזוי שארף צו דיר, עס נישט שיין פון מיר.
מאכט אייך באקוועם דא און איך וועל מיך פרייען צו הערן נייעס פונעם ישוב.
 
:D
ממש א שאד פאר אייער צייט.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=43097&start=2350
חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע - בלאט 49 - אידטיש
סאטמאר'ע תושבים אין אריזאנע - בלאט 4 - אידטיש
מיט נאך וואטסעפפ גרופעס.

די מאס פראפעגאנדע וואס קומט ארויס פון די קליינע ישוב איז מיינד בלאוינג.
חיים נחום האט געהאט צוויי אייער פאר פרישטאג, ירוחם געצל האט געהוסט דריי מאל ביים דאווענען...

אבער פארוואס בין איך אזוי שארף צו דיר, עס נישט שיין פון מיר.
מאכט אייך באקוועם דא און איך וועל מיך פרייען צו הערן נייעס פונעם ישוב.
ווען רובין וואלט ווען געהאט א מארקעטער וואלט זיין אייוועלט פארום אויסגעקוקט ווי לעיקפראנט וואס האט אנגעהויבן 4 יאר נאך אים און האלט שוין ביי איבער 200 פעיזשעס https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=6539517#p6539517 רובין האלט נאר ביי 95 פעיזשעס, אפילו אין די צייט וואס קאסא גראנדע איז שוין א עקטיוו קהילה. און קוק ביי אידטיש, די אשכול האט זיך נישט געעפענט פון רובין נאר דורך @אלע צוזאמען וואס איז איינע פון די מייסדי קהילת הפרושים. און די סאטמארע אשכול איז געעפענט דורך סאטמאר בכלל נישט דורך אים. גיי אויף סאוישעל מידיע, רובין האט נישט קיין טעלעגראם אדער פייסבוק וכדו' נאר וואסטופ וואס ווערט אפערעיטעד דורך את פריוואטע מענטש אין די קהילה יצחק גרין און איז טאקע זייער שטיל, לאידך די קהילת הפרושים האבן א אקטיווע טעלעגראם , פייסבוק וכדו' און וואסטופ פול מיט כסדרדיגע פאליטישע קאנטענט, דו"ק ותשכח.

איינע פון די שטארקע נקודות וואס איך האב אויפגעפאסט און האט מיר געשטיפט צו גיין צו רובין'ס קהילה איז אז זיי האבן עטליכע משפחות וואס וואוינען צוזאמען ברידער'ס אוו שוואגערס, טאטעס מיט זייער חתונה געהאטע קינדער צוזאמען, זיי האבן פינף אזעלכע משפחות, סאו עס מוז זיין אז זיי זענען גערעכט און געשמאקערע מענטשן, ווייל קיין איין טאטע וואלט נישט געברענגט זיין קינד וואוינען אין א שלעכט אדער פארדארבענע פלאץ, אויך ווען עס וואלט נישט געווען א געשמאקע אטמאספער וואלט די קינד אדער ברידער נישט געקומען וואוינען דארט.
 
Back
Top