קידושין אין די בעיבי קערידזש

רבותי!!! איז בכלל דא אזא זאך ווי מערידזש, אדער איז עס נאר קאנעקשען? נאר וויבאלד עס איז איינגעפירט צו ריפראדוצירן, האט מען דאס געמאכט איינס. דהיינו, די מערידזש זאל זיין די קאנעקשען, וואס פארמאגט אינאיינוועגס אינטימעסי און סעקס אלעס פארמאל אינעם זעלבן באגאזש פון קאנעקשען.

יעצט, ביי קינדער, בחורים און מיידלעך, אוואו דער מצב פון מיין בעסטע פרענד, בעסטע חבר, קראש. מיט וועם שפילן שמועסן און לאכן ספעציעל מיט זיי. אין זיצן אין איין זיץ אויפן באס איז חק ולא יעבור. אזש אז פארפאסן איינמאל זיצן אין איין זיץ אויפן באס איז ווי פארפעלן סעקס, בליל טבילה.

פאסירט אבער, אז דער יונגעל, מיידעל, אדער בחור’ס בעסטע חבר, פרענד, קראש, באקומט קאלטע פלייצעס פון זיין אדער איר קאנקורענט, איז עס לכורה פילפאכיג ערגער ווי א גט סיטואציע, כאטש די לאדזשיסטישע פראבלעמען זענען טאקע נישט דא.
אבער וויבאלד די דאזיגע קאנעקשען איז דאך נאטורלעך און ריין, און נישט געפארעמט ווי א שידוך, צו אפי׳ סעקולארע מעטש.

ווייטער, ביי חתונה געהאטע, פאלט די מין פארעם פון קאנעקשען עטוואס אוועק, כאטש מ’זעט טיילמאל, ווי למשל, צוויי חסידישע יונגלייט זיצן צוזאמגעוועטשט ביי שאלעשודעס און גראבלען פון איין שאלעשודעס בילקע ווארמערהייט,
פארוואס טאקע ?
פשטות, וויבאלד ס’איז דאך שוין דא פת בסלעו (?)
 
לעצט רעדאגירט:
א קראש, פאלן אין ליבע וכדו׳ איז טאקע זייער פאוערפול און אינטענס.

מאידך גיסא, איז עס געבויעט אויף חצוניות׳דיגע יסודות (אפילו ס׳קומט פון די סובקאנטשעס איזעס נאכאלץ געבויעט אויף פיזיקעל קלוס וואס די מענטש כאפט אויף), אין ס׳קען גיין פינקט אזוי ווי ס׳איז געקומען.

משא״כ די קאנעקשאן דורך מערידזש ווענטסעך נישט אין וויאזוי מיין מוח רעספאנט צום ספאוס אין די מינוט, וואס דעריבער קענעס ארויסברענגען די אהבה שאינה תלויה בדבר (יעדע צוויי מענטשן קענען זיך ליב האבן ווען נישט די איגאו שטייט אין וועג).

אפשר איזעס טאקע נישט אייביג אזוי אינטענס אבער די מקור פון די סארט אהבה איז שטערקער יסודות׳דיג - און דאס איז טאקע די כסדר׳דיגע עבודה אין מערידזש, אויפצולאקערן די סארט אהבה און עס ארויסברענגען מהעלם אל הגלוי.
 
Back
Top