קיין פלאץ אין דער וועלט איז נישט אזוי עקספלאזיוו ווי הר הבית

Reb Yid

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
סעפ. 8, 2024
מעסעדזשעס
438
רעאקציע ראטע
2,155
פונקטן
413
אין א וועלט פיל מיט פאליטישע שפאנונגען איז דא איין פלאץ וואס שטייט אין צענטער פון אן ענדגילטיגן קאנפליקט, און וועלכער פארניכטונג קען אויסרופן א וועלט שרעק: דער אל אקצא אין dome of the rock אויפן הר הבית

הר הבית איז און בלייבט דער הייליגסטער פלאץ פארן אידישן פאלק. דארט איז געשטאנען דער בית המקדש – דער צענטער פון אידישן גייסט, עבודת השם, און נבואה. קיין שום אנדערע רעליגיע האט נישט קיין שייכות צו דעם פלאץ אין זיין היסטארישער און רוחניותדיגער תכלית

און דאך, אין די לעצטע סך יארן, האט מען געזען ווי מוסעלמענער האבן געהיידשעקט דעם פלאץ. דורך פיזישע קאנטראל און פאליטישע דרוק האבן זיי עס פארשטעלט אלס א הייליגער ארט פאר איסלאם, אונטערן נאמען אל אקצא. סאיז נישטא קיין איין ווארט אין דעם קוראן וואס באצייכנט הר הבית קלאר. זייערע פארבינדונגען דערצו האבן זיך אנטוויקלט פיל שפעטער ווי די אידישע שייכות צום ארט, וואס גייט צוריק צו אברהם אבינו און שלמה המלך

דאס וואס מוסעלמענער האבן אויסגערופן הר הבית אלס זייער הייליגסטער ארט אין ירושלים איז נישט קיין רעליגיעזער רעכט, נאר א טריק פון פאליטישע טעריטאריע אגרעסיע, איינגעוויקלט אין רעליגיע. זיי ניצן דעם פלאץ אלס א מיטל צו פארזאמלן אינטערנאציאנאלע שטיצע און שיטערונג קעגן אידן, און יעדע קליינע תנועה אויפן הר הבית ווערט אויסגענוצט אלס א פראוואקאציע צו אנטצינדן שפאנונגען

צו פארניכטן אל אקצא – אדער אפילו אנרירן נעבן – קען אויסרופן א וועלטס קאנפליקט, נישט ווייל די וועלט פארשטייט וואס הר הבית טאקע איז, נאר ווייל דער פלאץ איז געווארן א טעאטער פון פאליטישע ליגנט און געהיידשעקטע סימבאלן

אבער אין אמתן: הר הבית איז אונזער. און עס איז די אידישע וועלט וואס טאר נישט פארגעסן – אז נישט די מוסעלמענער האבן א רעכט אויף דעם פלאץ, נאר זיי זענען די היידשעקערס פון דעם פלאץ
 
לעצט רעדאגירט:
און דאך, אין די לעצטע סך יארן, האט מען געזען ווי מוסעלמענער האבן געהיידשעקט דעם פלאץ. דורך פיזישע קאנטראל און פאליטישע דרוק האבן זיי עס פארשטעלט אלס א הייליגער ארט פאר איסלאם, אונטערן נאמען אל אקצא. סאיז נישטא קיין איין ווארט אין דעם קוראן וואס באצייכנט הר הבית קלאר. זייערע פארבינדונגען דערצו האבן זיך אנטוויקלט פיל שפעטער ווי די אידישע שייכות צום ארט, וואס גייט צוריק צו אברהם אבינו און שלמה המלך
אינטערסאנט צו אנמערקן אז אין די תורה ווערט הר הבית אויך קיינמאל נישט דערמאנט. ויתרה מזה, אפילו ירושלים בכללות, ווערט קיינמאל נישט דערמאנט אין די תורה.
 
סאיז איינער פון די גרעסטע פליאות וואס איז נאר דא און די וועלט!
זאג מיר איינער וואס איז אינטערסירט און די וואטיקאן חוץ פון די כלים פון בית המקדש וויפל מענטטשן וואס ווילן האבן בעלות אויף דעם בארג איז מיסטריעז און ווייזט אז דא ליגט עפעס!
 
טאקע א פלא.

בפשטות איז דער תירוץ אז היות קריסטנטום אין איסלאם זעהן זיך אלס דירעקטע ממשיכים פון יהדות, האבן זיי אויך אדאפטירט די גיאגראפיש-וויכטיגע פלעצער פון יהדות משא''כ להיפך.

אבער עדיין צריך עיון פארוואס טאקע זיי האבן זיך פארלייגט אויף יהדות, ווי אויך, אין די פאל פון איסלאם, די אבסעסיע מיט הר הבית.
 
הונדערט און פופציג פראצענט גערעכט @Reb Yid ! נאר צולייגען און אויסשמועסן, געגועים צו די הייליגסטע ארט מוז נישט אריינגיין אין די אזוי גערופענע קאנטערווערסיאלע מחלוקת ע"פ הלכה אויב מען מעג ארויפגיין אדער נישט, די בענקשאפט און געפיל וואס א איד ברויך צו האבן צו דעם הייליגן בארג וואס האט נאר איין בעל הבית איז אין לשער ואין לתער, עס איז אינזערס און אפי' מיר זענען נאך אין גלות געהערט עס נאך לגמרי פאר אונז..!!
לאמיר האפן און כליפערען צום קל מלא רחמים אז ער זאל שוין פארטרייבן די אלע אינוואדירער און זיך אליין צוריק מגלה זיין אויף דעם הייליגן בארג. בב"א
 
גרעדע האט זיך די מצב דארט אסאך געטוישט און די לעצטע פאר יאר, ביז לעצטענס פלעגן יודן נישט מעגן מתפלל זיין דארט, ווער רעדט נאך פון זיך בוקן, מען פלעגט אראפווארפן יודן פארן בלויזן חטא אז סהאט זיך געדאכט פאר א פאליציאנט אז ער מורמעלט א תפילה.
 
ע''פ די געזעץ פון סטאטוס קווא, מעג מען נאך אלץ נישט!

מ'איז שוין אפשר נישט אזוי שארף, אבער לעגאל מעגן מען נישט, און איך מיין אז טלית און תפילין זעהט מען נאכאלץ נישט
 
איך מיין אז סאיז נישט געווען א געזעץ נאר זיי האבן צוריקגעהאלטן מדעת עצמם,
נעכטן איז געווען א דוכן לתפילין, אבער אפיציעל שיקן זיי אראפ איינער מיט תפילין,
סאיז דא דארט יעדער טאג א מנין מנחה, און אויך שיעורי תורה,
 
ע''פ די געזעץ פון סטאטוס קווא, מעג מען נאך אלץ נישט!

מ'איז שוין אפשר נישט אזוי שארף, אבער לעגאל מעגן מען נישט, און איך מיין אז טלית און תפילין זעהט מען נאכאלץ נישט
זיי לאזן טאקע נישט, אבער יעדן טאג איז דא א מנין מנחה און ברכת כהנים אויפן בארג. דאס איז קלאר אז די לעצטערע יאהרן זענען די מזרחי'סטן זיך שטארק מתפשט דארט.
 
טאקע א פלא.

בפשטות איז דער תירוץ אז היות קריסטנטום אין איסלאם זעהן זיך אלס דירעקטע ממשיכים פון יהדות, האבן זיי אויך אדאפטירט די גיאגראפיש-וויכטיגע פלעצער פון יהדות משא''כ להיפך.

אבער עדיין צריך עיון פארוואס טאקע זיי האבן זיך פארלייגט אויף יהדות, ווי אויך, אין די פאל פון איסלאם, די אבסעסיע מיט הר הבית.
עס איז אלץ אונטער די מופטי פון ירושלים על חוסעיני פון יארע1921 ביז 1937 עס איז זיין אויפקום אז הר הבית איז א הייליג פלאץ פאר די מוסלמענער
כלפי די קריסטן איז דאך עס געווען די בית השם ביז דער אויבעשטער האט איבערגעגעבן בעלות אויפן וועלט פאר יהושע בן מרים הזונה
 
כ'האב נישט געוויסט אז ס'איז געווען זיין געדאנק,

אויב געדענק איך גוט, איז ער געווען א וויסטע שונא ישראל, ער האט זיך געטראפן מיט היטלער אויסציפלאנן א וועג צו הרג'נען אלע אידן פון א''י,
וי''א אז ער האט אפי' אנגעהויבן צו בויען אזעלכע לאגערן ווי אוישוויץ וכו'...
 
אז מ'רעדט שוין פונעם הר הבית, וויל איך נאר דערציילן א קלײנע קרישקעלע - אפ' עס קומט נישט עכט אריין אין די שמועס במחילות כבודכם - וואס כ'האב געהערט ערשט האנטיג, דעם פארגאנגענעם ראש השנה איז געווען א מנין אויפן הר הבית, און אזוי ס'איז פארבאטן דורכ'ן סטאטוס קווא אריינצוברענגן יודישע רעליגיעזע חפצים האט מען דאך נישט געקענט האבן א שופר פאר די תקיעות, נו וואזע טוט מען? האבן זיי אוועקגעשטעלט א אינגעל גלייך נעבן די וואנט פון די חומה פון אינעווייניג, און א בעל תוקע איז געשטאנען די אנדערע זייט חומה (און די אראבישע בית הקברות ביי מזרח זייט, ווער עס קען די פלאץ) און איבער געווארפן א שטריק וואס הענגט אראפ ביז די ערד, און ווען מ'האט געדארפט בלאזן האט די אינגעל געשאקעלט די שטריק און די בעל תוקע האט געבלאזן א מחי'!
די מזרחי'סטן שטאמען דיך דאך פון חסידים...(אסאך עכ"פ)...
 
און דאך, אין די לעצטע סך יארן, האט מען געזען ווי מוסעלמענער האבן געהיידשעקט דעם פלאץ. דורך פיזישע קאנטראל און פאליטישע דרוק האבן זיי עס פארשטעלט אלס א הייליגער ארט פאר איסלאם, אונטערן נאמען אל אקצא. סאיז נישטא קיין איין ווארט אין דעם קוראן וואס באצייכנט הר הבית קלאר. זייערע פארבינדונגען דערצו האבן זיך אנטוויקלט פיל שפעטער ווי די אידישע שייכות צום ארט, וואס גייט צוריק צו אברהם אבינו און שלמה המלך

דאס וואס מוסעלמענער האבן אויסגערופן הר הבית אלס זייער הייליגסטער ארט אין ירושלים איז נישט קיין רעליגיעזער רעכט, נאר א טריק פון פאליטישע טעריטאריע אגרעסיע, איינגעוויקלט אין רעליגיע. זיי ניצן דעם פלאץ אלס א מיטל צו פארזאמלן אינטערנאציאנאלע שטיצע און שיטערונג קעגן אידן, און יעדע קליינע תנועה אויפן הר הבית ווערט אויסגענוצט אלס א פראוואקאציע צו אנטצינדן שפאנונגען
נישט אז ס'גייט מיר אן, אבער צו שטעלן די פאקטן גראד:

מסגד אל אקצא ווערט דערמאנט אין קוראן ווען מוחמד איז געפלויגן מיט זיין אייזל צו מסגד אל אקצא (וואס מיינט די ווייטע אדער דרויסנדיגע מאסק), און פון דארט איז ער ארויף אין הימל צוזאמען מיטן מלאך גבריאל, איבערלאזנדיג א פוטסטעפ אינעם מסגד.
די אנגענומענע פרשנות אינעם פסוק זייט גלייך נאך מוחמד'ס טויט, איז אנגענומען אז די מסגד אל אקצא גייט ארויף אויף ירושלים.

73 יאר נאך מוחמד'ס טויט אין יאר 705 למספרם (ד' אלפים תס"ה-ו), איז געבויעט געווארן די מסגד אין הר הבית. דא רעדט מען פון א סך הכל פון 1,320 יאר צוריק. נישט ממש 'אין די לעצטע סך יארן'.

עס איז גראדע אינטרעסאנט אויסצושמועסן די אלע גירסאות ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען די מוסלמענער שייכות צום הר הבית, אבער קיין איינס פון זיי איז נישט פון די לעצטע הונדערט יאר, און זיכער נישט פון דעם מופתי ימש"ו.
 
סאיז דא mosques איבעראל אין די וועלט, אין א שיין ביסל גאר אלטע אויכעט, מיין שנירל האט ארויסגעברענגט די פאקט אז אל אקצא איז מער האקעל אין עקפלאזיוו ווי סיי וואספארא פלאץ אין די וועלט, אפי׳ Makkah צו Madinah טראגט נישט אזא שווערע געוויכט, let alone דער וואטיקאן אדער גאר די סטעטשו אוו ליבערטי, קיין איינס נישט אין די גאנצע וועלט, דערפאר איז משמע אז סהאט אסאך מער צו טוהן ווי סתם מיט די מוסעלמענער רעליגיע
 
לעצט רעדאגירט:
זיי לאזן טאקע נישט, אבער יעדן טאג איז דא א מנין מנחה און ברכת כהנים אויפן בארג. דאס איז קלאר אז די לעצטערע יאהרן זענען די מזרחי'סטן זיך שטארק מתפשט דארט.
כמעט אלע מזרחיסטן האלטן אז מען טאר נישט ארויף אויפן הר הבית וואו רב קוק און שפעטער די רבנות הראשות האבן געפסקנט עס איז סה"כ א קליינע פראצענט ראדיקאלע מתנחלים ע"פ הוראת ר' דוב ליאור וואס גייען
 
סאיז דא mosques איבעראל אין די וועלט, אין א שיין ביסל גאר אלטע אויכעט, מיין שנירל האט ארויסגעברענגט די פאקט אז אל אקצא איז מער האקעל אין עקפלאזיוו ווי סיי וואספארא פלאץ אין די וועלט, אפי׳ Makkah צו Madinah טראגט נישט אזא שווערע געוויכט, let alone דער וואטיקאן אדער גאר די סטעטשו אוו ליבערטי, קיין איינס נישט אין די גאנצע וועלט, דערפאר איז משמע אז סהאט אסאך מער צו טוהן ווי סתם מיט די מוסעלמענער רעליגיע
אין מכה לאזן זיי בכלל נישט אריין קיין נישט מוסלעמענער אין די גאנצע שטאט אויב וואלט זיך זיי געדאכט אז עס איז אין א סכנה צו ארויסגיין פון איסלאמישע הענט וואלטן זיי פארפירט אסאך מער וואו ביי די הר הבית
 
כמעט אלע מזרחיסטן האלטן אז מען טאר נישט ארויף אויפן הר הבית וואו רב קוק און שפעטער די רבנות הראשות האבן געפסקנט עס איז סה"כ א קליינע פראצענט ראדיקאלע מתנחלים ע"פ הוראת ר' דוב ליאור וואס גייען
ס'איז נישט ממש אז ס'איז סה"כ א קליינע פראצענט ראדיקאלע, ס'איז דא אסאך וואס האלטן אז מ'מעג נישט נאר ר' דוב ליאור, דא ברענג איך דיר א ליסטע פון די אלע רבנים וואס זענען מתיר:
הרב ישראל אריאל, הרב משה ביגל, הרב אליהו בלום, הרב יצחק ברנד, שלום גולד, הרב אבי גיסר, הרב אוריאל גנזל, הרב שמואל דוד, הרב דוד דודקביץ', הרב צפניה דרורי, הרב רא"ם הכהן,הרב ארל'ה הראל, הרב אליעזר ולדמן, הרב אליהו רחמים זייני, הרב איל יעקובוביץ', הרב אלישמע כהן, הרב נחמן כהנא, הרב אליקים לבנון, הרב יצחק לוי, הרב חיים לויק, הג"ר דב ליאור, הרב יעקב מדן, הרב מנחם מקובר, הרב צבי עידן, הרב בן ציון עמר, הרב יוסף פלאי, הרב יאיר פרנק, הרב משה צוריאל, הרב בנימין יוסף קלמנזון, הרב יהודה קרויזר, הרב שלמה רוזנפלד, הרב משה אליעזר רניבוביץ, הג"ר נחום אליעזר רבינוביץ, הרב חיים רטיג, הרב שלמה ריסקין, הרב יהודה שביב, הרב שלמה שושן, הרב דניאל שילה, הרב יצחק שילת, הרב יהודה שלוש, הרב יהושע מרדכי שמידט, הרב אליעזר שנקולבסקי, הרב יצחק שפירא.
דאס איז נישט ממש געציילטע ראדיקאלע...
 
כמעט אלע מזרחיסטן האלטן אז מען טאר נישט ארויף אויפן הר הבית וואו רב קוק און שפעטער די רבנות הראשות האבן געפסקנט עס איז סה"כ א קליינע פראצענט ראדיקאלע מתנחלים ע"פ הוראת ר' דוב ליאור וואס גייען
צו זאגן אז מ'טאר נישט ארויף גיין אויף די הר הבית, איז אן איסור דאורייתא!
(ולפי המבואר בספה''ק ויואל משה, איז עס ביהרג ואל יעבור)

נישט דא אזא הלכה אז מ'מעג נישט ארויף גיין!

נאר מ'קען מאכן אן פרישע גדר צו וואס, אז מ'זאל זיך מונע זיין, אבער אסור איז עס נישט!
 
Back
Top