- זיך איינגעשריבן
- מאי 18, 2025
- מעסעדזשעס
- 498
- רעאקציע ראטע
- 1,917
- פונקטן
- 213
א גוט יאר צו מיינע טייערע אידישע רעליגיעזע קוזינעס אין אמעריקע.
דא שרייבט צו אייך פארהאד דזשאפארי, איך בין אן איראנער בירגער וואס וואוינט אין מיין באליבטע שטעטל טעהראן אין לאנד איראן פון געבורט. דא בין איך געבוירן, געגאנגען אין שולע, חתונה געהאט, און דא וואוין אין צוזאמען מיט מיינע 7 קינדער.
איך פיר דא אן א לאקאלע קליינע שיך געשעפט פון וואס מיין משפחה ציעט חיונה, מיין עלסטע חתונה געהאטע זון העלפט מיר ארויס אינעם געשעפט, געלויבט אללא עס ברענגט גענוג אויף צום לעבן, מען קען זיך נישט אפרעדן.
איך ווייס אז מיין לענדל איז יעצט פארמישט אין א מלחמה מיט אמעריקע און מדינת ישראל, אונזער לאנג ווערט שוין פאר יארן אנגעקוקט ווי א פאנאטישע עקסטרעמיסטישע לאנד וואס אלע פארכטן זיך פון איר.
היינט איז אן אפענע וועלט, מ'קען אלעס איבערטייטשן. מיט AI קען מען ליינען יעדע סארט שפראך און אלעס איבערזעצן.
הכלל איז דריי זיך אביסל אויף אייוועלט און אויף קרעמל, ס'איז מיר אינטערסאנט צו זען וויאזוי אנדערע רעליגיעזע גרופעס פירן זיך און טראכטן. (AI האט מיר אפילו געהאלפן אויספיגערן וועלכע סארט פרוכט מען שאקלט סוכות).
הכלל, עס ווינדערט מיר די היפאקריטיע פונעם עולם. פון איין זייט זענען ענק פינקט אזוי פאנאטיש און עקסטרעם ווי אונז. אינעם שטעטל סקווירא איז דא א מענער זייט, און א פרויען זייט, אין קרית יואל גייען אלע פרויען מיט די האר צוגעדעקט, ס'איז אפשר דא אן אפעציעלע מאיער, אבער אלע ווייסן אז די גייסטליכע פירער די מרא דאתרא ער איז די עכטע פירער.
צו ענק אויפגעקלערטע שקצים אויף קרעמל רעד איך נישט. ענק האבן א פנים ווי די אפאזיציע ליידיגייער דא וואס זיכן שוין פאר יארן אינטערצוברענגען די סיסטעם. ווי כאילו ענק האבן יא אויפגעבויעט אן אלטארנאטיווער סיסטעם וואס ארבעט יא. אויף פאפיר קען יעדער אויסחלומען א סיסטעם, א קהילה, ביז עס ווערט א רעאליטעט און מען זעט אז די נייע האט מער לעכער פונעם אלטן. יעדע סיסטעם האט פראבלעמען, די שאלה איז צו דאס אויסרייסן וועט בעסער מאכן. שוין, צו ענק אויבערחכמים רעד איך נישט, אבער צו ענק מיינע אייוועלט ברידער, וואס גייט פאר מיט ענק?
איי פארוואס האב איך אריינגעשיקט מיין AI איבערגעצעטן ארטיקל צו Thanks פון קרעמל? ווייל איך ווייס אז אויף אייוועלט וועט אזא ארטיקל באלד אראפפליען, אבער די סארט ארטיקלען קומען צום סוף אן צו ווער עס דארף עס צו זען, און ממילא האב איך געריבן מיינע ווערטער דא.
איז וואו האב איך געהאלטן. מען קען זען רעטאריק אויף אייוועלט אדער אנדערע פלאטפארמעס ווי מען שעלט צאם די איראנער ברוטאלע רעדזשים, האלאו, ענק וואוינען פשוט אין אמעריקע, ס'איז נישט יד ישראל תקיפה, ענקער איזרעיל איז א פרייע מדינה ליידער, וואס האבן ענק אבער טענות אז אונזער סנהדרן פינקציונירט נאך יא? פיין א בי"ד ביי ענק וואס הרג'עט מער ווי איינס אין 70 איז א קוטלנית, פיין, אונז האבן אבער רעכט צו האבן אנדערע גדרים, בפרט אין אזא וועלט וואס האלט ליידער ביי אזא שפל המצב.
ווען ענק האבן ווען די כוח וואלטן ענק אויך דערמארדעט יעדע מחלל שבת אדער תועבה'ניק ווי די תורה פארלאנגט, איז וואס ווערן ענק היפאקריטן ווען מיר טוען עס בפועל אויספירן? ענק דארפן צוויי עדים, פיין, ביי אונז איז גענוג ווידיאו מיט אנדערע איבערצייגנדע ראיות, דא שטייט אונזער גאנצע ברוטאליטעט? אודאי איז דא חילוקים פון אונזער רעליגיעס, אבער הצד השוה אז מיר נעמען גאט און זיינע געבאטן ערנסט, און דאס קומט פאר אלעס, פאר לעבן.
פאר א נויט האבן ענק אויך געקענט אנרעכטן א פילגש בגבעה אנשיקעניש, א געהעריגע בירגער קריג מיט צענדליגע טויזנטע טויטע. אז די נביאים האבן געהייסן פאלגט מען, דוד און שלמה ענקער קעניגן האבן געקענט דערמארדן צענדליגע מורדים במלכות, אבער ווען אונזער גייסטליכע הייסט אינטערדריקן די טמא'נע מתיוונים אויפשטענדלער ווערן ענק ווילד?
אידעלעך, ענק ווערן נשפע פונעם טריפענעם אמעריקאנער ליבעראלע אפיקורסישע קולטור. אונז האבן דא ביי אונז אין איראן ליידער אזאנע נושרים וואס פארן אפ, דעקן זיך ליידער אויף די האר ברבים רח"ל, און מאכן גאר א שיטה פון דעם. ב"ה עס איז ביי אונז ידינו תקיפה, מען קען די באמעס געהעריג שטעלן פאר א משפט צדק און זיי שטראפן אמאל מיט מלקות מרדות, אמאל מיט קנס, אלעס לויט וואס אינזער בית דין באשטימט, און אנשטאט ענק אידעלעך זאלן אונז פארשטיין, קען מען ליידער הערן אויף קול מבשר ווי אונז ווערן אראפגעריסן פארן זיין א ראדיקאלע עקסטרעמיסטישע רעזשים. וואס גייט דא פאר? די היפאקריטיע שרייט עד לב השמים!
ווען די אמעריקאנע רעגירונג וויל זיך מישן אין ענקער חינוך ווערן ענק ווילד, ווען זיי ווילן זאגן א מיינונג וועגן מציצה בפה מאכן ענק א ויצעקו, אבער ווען די ליבאראלע אמעריקע שיסט אויף אונז באמבעס און וויל מאכן א רעדזשים טויש, זיי ווילן אריינברענגען ביי אונז "דעמאקראטיע" פע, עקל, דעמאלסט שאלן ענק מיט פרייד צוזאמען מיט די אמעריקאנע יענקיס. ווען זיי דערמארדן אין קאלט בלוט אונזער הייליגע גייסטליכער ווערן ענק שיכור פאר פרייד, וויאזוי וואלטן ענק געפילט וועלן איינער דערמארדעד ענקער מנהיג העדה? ווען א פיינטליכע רעגירונג הרגעט אייער רבי? וואלטן ענק אויך געפייערט אין די גאסן?
החותם מתוך צער, ומצפה לישועות אללא בקרוב.
פארהאד דזשאפארי.

לעצט רעדאגירט: