היות ס'איז יעצט געװען ל"ג בעומר װען דער מיטאס פון ר' שמעון'ען פארכאפט אלעמען אין א יו"ט'דיגע עקסטאז, איז דאך נישט מער װי אין פלאץ צו רעדן פון אַן אנדער פערזענליכקײט אסאציאַצירט מיט דער לימוד הקבלה און דאס איז אונזער באקאנטער אריז"ל, אדער המכונה בפי רבים אר"י הקדוש, ר' יצחק בן שלמה לוריא. איך זאג מיטאָס פון ר' שמעון װײל כ'האב אגב געזעהן פון אלחנן ריינר, אַן ארץ ישראל'דיקער היסטריון, אז ס'איז מסתבר אז דער כאראקטער אדער פּערזענליכקײט פון ר' שמעון איז באמת א גלגול, אדער א ריסײקלינג פון א פריערדיגער װאס האט מקודם פארנומען דעם אָרט – יהושע בן נון. ד.ה. אין די ערשטע יאר-טױזנט לפני הספירה, נאך פאַר ס'װערט סײ װאו דערמאנט א הילולת ר' שמעון אדער א שייכות צווישן ר' שמעון און ל"ג בעומר, איז געװען אנשטאט א מנהג און מסורה בּײ ארטיגע אידן, אום ל"ג בעומר, ארױפצוגײן אױף הר מירון צו יהושע בן נון'ס קבר. און אױך אַז פארשידענע פון די מיטאסן װאס נעמען ארום ר' שמעון, װי למשל א מרגיז הארץ מרעיש ממלכות (בקשר צו א ערד-ציטערניש װאס זאל האבן געשעהן בשעת זײן הסתלקות), א לעגענד, און מחולל ניסים, האבן זיך פון פריער פונקט אזױ געדרײט ארום דער פערסאנאליטי פון יהושע בן נון. נאָר שפעטער, ספעציעל אין ליכט פון די נײע עולי מגירוש ספרד צו אר"י, װעלכע זענען שױן נחשף געֹװען צו די זוהר װעלכע איז "נתגלה" געװארן אין קסטיליה דורך ר' משה די ליאון מיט בערך א צװײ הונדערט יאר פריער, האט זיך דער הילולא ארום יהושע בן נון, ביסלעכװײז מעטאַמאָרפאָזד און אריבער צו ר' שמעון בר יוחאי אנשטאט.
בכל אופן, ר' יצחק לוריא איז געװען פון די גדולי המקובלים אין די שטאט צפת און ער האט מחדש געװען א נייע שיטה אין קבלה וואס װערט אנגערופן אױף זײן נאמען – קבלת האר"י אדער לוריאניק קבלה, און זײנע תלמידים װערן אנגערופן 'גורי האר"י'. דער אר"י הק' איז געבױרן אין ירושלים, אין יאָר 1534 למספרם, און איז נסתלק געווארן יונג, אין יאָר 1572 אין יולי, זײענדיג בלױז 38 יאָר אלט. די אשכנזישע לוריא משפחה, איז זיך מתײחס צו רש"י און דוד המלך אבער זײן מאמע איז געװען א ספרדי, א טאכטער צו א משפחה מיט'ן לעצטן נאמען 'פראנסיס'.
װען יצחק איז געווען אכט יאר אלט איז זײן טאטע ר' שלמה נפטר געווארן, און זײן מאמע מיט אים צוזאמען זענען אראפגעפארן אויף מצרים צו וואױנען ביי איר ברודער מרדכי פראנסיס. דארטן האט יצחק געלערנט פון ר' בצלאל אשכנזי, מראשוני האחרונים, דער מחבר ומלקט ספר שיטה מקובצת װאס מ'לערנט הײנט אין פיהלע ישיבות – אַן אנתולוגיה פון פירושים וחידושים אויף פיהלע מסכתות אין תלמוד, פון פארשידענע חכמים אנגעהויבן פון סוף תקופת הגאונים, וואס אגב, מיר האבן הײנט נאר א חלק פון דעם ספר. ר' בצלאל איז נישט צופיהל עלטער געווען פון יצחק, נאר 14 יאר; װי אױך האט ר' בצלאל אים איבערגעלעבט מיט 22 יאר. די צװײ האבן צוזאמען אױך געלערנט ביי זייער געמײנזאמען רבי'ן ר' דוד בן שלמה אִבְּן זמרא, המכונה רדב"ז, װעלכער האט אנגעבליך געשריבן איבער 10,000 תשובות פון וועלכע נאר ארום 2,000 האבן איבערגעלעבט, און וועלכער האט אויך געשריבן א פירוש אויף משנה תורה פון דעם רמב"ם.
צֹװײ אינטרעסאנטע נאטיצן איבער ר' בצלאל זענען, אײנס אז ר' בצלאל'ס גוטע חבר איז געװען דער משורר ורב הײשוב היהודי בעזה, בעמ"ח צװישן אנדערע, די שיר י-ה רבון עלם, ר' ישראל נג'ארה. ר' ישראל איז בחײו אױסגעשטאנען קריטיק פון געװיסע, צוליב דעם אופן װאס ער האט מחבר געװען זיינע שירים, און ווי ער פלעגט צופאסן דערצו אראבישע און טערקישע טענער, און װעמענ'ס זיידע אגב, ר' ישראל די קוריאל, איז אױך ר' בצלאל'ס רבי געװען. צװישן ר' ישראל'ס קריטיקירער איז געװען ר' חײם װיטאל פון װעמען מיר װעלן שפעטער רעדן, װאס האט אין זײן ספר החזיונות אים באשולדיגט אױף נוצן מיאוס'ע שפראך, האָמאָסעקשואליטי, סעקשואלע רילעישאנס מיט נישט-אידישע פרויען און אים אנגערופן א שיכור. וויטאַל האט דאס נישט באזירט אויף זאכן װאס ער האט אבזעווירט נאר אויף מיסטישע אנטפלעקונגען וועלכע ער האט געקלעימט אז ער האט געקריגן פון א רוח װאס האט זיך צו אים באװיזן. אעפ"כ האבן רוב, אינקלודינג ר"ח וויטאל'ס רבי אליינס, ר' יצחק לוריא, אויסגעלויבט ר' ישראל, אזש דער לעצטער האט זיך אויסגעדרוקט אז די מלאכים הערן זיך צו צו זיינע שירים אין גן עדן מיט קורת רוח. ר' ישראל אליינס האט ר' בצלאל'נען שײן מספיד געװען בײ זײן לויה. די צװײטע אינטרעסאנטע נאטיץ איז, אז כאטש װאס ר' בצלאל'ס משפחה נאמען איז געװען אשכנזי, איז מען נישט זיכער הײנט אויב ער איז נישט אין פאקט קײן ספרדי, אדער חצי ספרדי געװען.
על כל פנים, נישט װי הײנט װאס מ'װײסט אז ס'איז שעדליך צו חתונה האבן מיט נאנטע קרובים, האט יצחק געהײראט זײן קוזינע, א טאכטער פון מרדכי פראנסיס. צװײ יאר דערנאך האט ער אויסגעפינען א קבלה'ישע ספר און אנגעהויבן עוסק זײן דערינען. ס'זענען דא מסורות אז ער האט זיך מתבודד געווען פאר א תקופה, אויף װי לאנג איז נישט קלאר.
ר' חײם װיטאל, װעמענ'ס עדות מ'ברויך נעמען מיט א היבשע ביסל זאַלץ, האט געשריבן אױף זיין רבי ר' יצחק אז ער האט זוכה געװען צו רוח הקודש, אױף א דרגה װאס פילע פאר אים און נאך אים האבן נישט זוכה געװען, צו גילוי אליהו, און אז אליהו האט געלערנט מיט אים. ס'איז דא א מסורה אז פון הימל האט מען געזאגט ר' יצחק זאל ארױפגײן צו א"י, זיך באזעצן אין צפת און אויסלערנען ר' חײם װיטאל, און אז דאס איז אזש געװען די סיבה ר' יצחק זאל בכלל אראפקומען אויף די װעלט.
ס'איז יתכן אז ר' יצחק האט זיך פארזױמט א שטיקל צײט אין ירושלים אײדער ער איז געפארן קײן צפת. אין דער תקופה האט ער װי עס שײנט געטוהן אין 'הוראה', ד.ה. פסק'ען אין נגלה, אהן קריגן אדער נעמען באצאלט. לױט דאקומענטן װאס מ'האט געפונען אין די קאיראָ גניזה האט ער זיך אױך מתפרנס געֹֹֹֹװען פאר א צײט דורכ'ן האנדלען מיט געווירצן און תבואה.
אין יאר 1570, צװײ יאר בעפאר ער איז נסתלק געװארן, איז ער אנגעקומען קײן צפת מיט זײן פרױ און צװײ טעכטער, װעלכע האבן שפעטער חתונה געהאט אין צפת, אײנע עכסה, צו ר' שלמה סאגיס – שפעטער א ראש ישיבה און אב בי"ד פון צפת, און רבי פון ר' יוסף מטראני בעמח"ס שו"ת המהרי"ט וצפנת פענח עה"ת ומועדים; די צװײטע װײסט מען נישט די נאמען, האט געהײראט שלמה קאַרו, א זוהן פון ר' יוסף קארו, בעמח"ס שו"ע, כסף משנה ובית יוסף.
דער אר"י האט געהאט נאך צװײ זוהן, שלמה און משה לוריא. משה איז געשטארבן אינג, לױט א מסורה, א שטראף צוליב וואס ר' יצחק זײן פאטער האט מגלה געװען סודות קבלײם צו זײנע תלמידים.
אין צפת האט דער אר"י זיך באקענט מיט א צאל חכמי צפת און צו זײ איבערגעגעבן זײנע "גילויים" אין תורת הקבלה. שפעטער האט ער זיך אױך באקענט מיט ר' חײם װיטאל, װאס לױט דער לעצטער האט זײן רבי אים געשטעלט פאר דער אױסדערוועלסטער פון צװישן זײנע תלמידים און פאר זײן ערקלערער; אױך זאל ער האבן מיט אים געלערנט אסאך דברי תורה ביחידות. די דאזיגע דברי תורה האט אנגעבליך, בהמשך געדינט אלס יסוד צו די 'כתבי האר"י' װאס ר' חײם װיטאל האט שפעטער אראפגעשריבן און באארבעט.
(הגם ס'איז שװער צו גלױבן אז דורכאױס די קורצע קנאפע צװײ יאר װאס דער אר"י האט געװײלט אין צפת ביז זײן הסתלקות זאל ער קענען האבן איבערגעגעבן אזױפיהל פריװאט צו ר' חײם, װי דאס װאס דער לעצטער האט למעשה שפעטער אראפגעשריבן בשמו. חוץ פון די שיעורים װאס ער האט געגעבן צו זײנע תלמידים װאס סײ ר' חײם װיטאל און אױך אנדערע תלמידים האבן פארשריבן – הגם מיט קענטיגע הבדלים – איז נישט באקאנט אז דער אר"י זאל אליינס האבן צופיל קבלה אראפגעשריבן. פשט, אױסער פון װאס ר' חײם װיטאל האט געקלעימט אז דער אר"י זאל האבן אלײנס געשריבן. אױכעט, די באנעמונג פון ר' חײם צו זײנע אײגענע און חברים'ס כתבים – ער האט נישט מיטגעטיילט מיט קײנעם און זעלבסט נישט מפרסם געװען זײנע כתבים בחײו – זײנע דיפערענצן מיט אנדערע תלמידים/חברים, ספעציעל ר' ישראל סרוק און ר' יוסף אבן טבול, און די פולע הבדלים צװישן תורת האר"י לויט װי אין זײנע כתבים און לױט װי אנדערע פון די אר"י'ס תלמידים האבן דאס מפרסם געװען, װײזט אז ער האט אלײנס אסאך מוסיף געװען און אפילו צענזורירט פון װאס זײן רבי האט מיט אים געלערנט. נ.ב. װעגן ר' ישראל סרוק, איז נישט זיכער אז ער איז דירעקט א תלמיד געװען פון דעם אר"י).
דער אר"י הק' איז נפטר געװארן נאכן אנגעשטעקט װערן אין די מגיפה װאס האט דעמאלס געבוזשעװעט אין דער גליל. ער איז באגראבן אין די אלטע בית הקברות אין צפת, צװישן אנדערע, נעבן ר' משה קורדובירו, דער רמ"ק (א שטארקע באאיינפלוסער צו ר' יצחק'ס שיטה אין קבלה, הגם ס'איז נישט קלאר אויב די צװײ האבן קײן סך שײכות געהאט אויב בכלל, װײל ר' משה איז נסתלק געווארן ארום דער צײט װאס דער אר"י איז אנגעקומען קײן צפת. מאנכע זאגן 6 מאנאטן נאך זיין אנקום), זײן זוהן משה, ר' שלמה אלקבץ (בעמ"ח שיר לכה דודי), ר' אלעזר אזכרי (בעמ"ח פיוט ידיד נפש וספר חרדים) און דער ר' יוסף מטראני הנזכר.
אין 2002 האט דער לייבּרערי הלאומית פון מדינת ישראל אויפגעדעקט א טײל פון א בריװ װאס עמיצער פון צפת מיט'ן נאמען דוד האט געשיקט צו דעם אריז"ל אין דער תקופה װאס ער האט געוואוינט אין מצרים. דער בריװ רעדט ארום װעגן די פינאנציעלע הילף אין װעלכע די קהלות פון אר"י נויטיגן זיך. די בריװ איז געפונען געװארן, װידער אין דער גניזת קאירא.
א בילד פון דער בריוו עקסערפט
אין אײנע פון די הקדמות אין ספר עץ החײם פון ר' חײם װיטאל, שילדערט ער זײן רבי'ן אזוי:
אין די קומענדיגע באשרײבונג װעל איך רעדן אביסל פון זײן תורה, פון זײנע תלמידים און פון אנדערע פון ר' משה קורדבירו'ס תלמידים.
נ.ב. נאכ'ן שרײבן האב איך מיך אנגעשטױסן אין אן ארטיקל אװאו דער אר"י איז שױן שײן ארומגערעדט געװארן, ספעציעל דורך @אלעזר און @הק' לייביש שרייבער , אלזא ברענג איך א לינק דערצו.
מקור ויקיפדיה

ר' חײם װיטאל זאגט װײטער:”עס איז נאכנישט געװען אײנער װאס זאל האבן באגרײפט חכמה מיט אַן אמת'קײט װי ער האט. װײל ער האט געקענט משנה, תלמוד, אגדות, מדרשים, און יעדעס זאך האט ער געקענט מפרש זײן אױף פילע אופנים בפרד"ס (פשט רמז דרוש סוד); מעשה בראשית, מעשה מרכבה (אין מעטאפיזיקס און אין מיסטיציזם); אין די שמועסן פון עופות, מיני ביימער און גראזן. אזש אויף א בחינה אז שטײנער אין די װענט טוען שרײען, פלאמען פון קוילן [טוען ווינקען?] [און ער קען פארשטיין?] די שמועסן פון מלאכים...
"ער האט געקענט רעדן צו רוחות פון די גלגולים, גוטע װי נישט גוטע, און ער האט געקענט דערקענען [אין א מענטשן?] לפי די ריח פון יענעמ'ס בגדים אזױ װי יענער ינוקא פון פרשת דברים; און אין שטומע [?] עופות. ער האט געקענט אריבערברענגען א נשמה פון א לעבעדיגן מענטש, רעדן מיט אים װאס ער װיל נאר, און דערנאך אװעקשיקן. ער האט געקענט זעהן נשמות בשעת זײ פארלאזן דעם מענטשליכן גוף, נשמות אין די בתי הקברות און ווי זײ גײען ארויף יעדן ערב שבת צו גן עדן. ער האט גערעדט מיט די נשמות פון צדיקים אין עולם הבא און זײ האבן אים אנטפלעקט באהאלטענע סודות התורה.
אױך האט ער געקענט חכמת הפרצוף, די קריצן אויף די הענט און פתרי חלומות אויף אן אמת; אלטע און נײע גלגולים. ער האט געלײענט אױף א מענטשנ'ס שטערן װאס יענער האט געטראכט און גע'חלומ'ט, װעלכער פסוק יענעם'ס נשמה האט געלײענט בײם ארױפגײן בײנאכט צו גן-עדן, און דער אר"י האט [אזױ] געקענט מפרש זײן דער שורש פון יענעם'ס נשמה. און ער האט אזױ געגעבן איטליכער א תיקון לױט װאס ער האט געזעהן פאר ריכטיג [?] אדער לױט יענעם'ס שורש נשמה װאס איז מקושר אין נשמת אדם הראשון.
אױך האט ער געװאוסט צו מגלה זײן טעותים װאס האבן זיך געפינען אין ספרים; און ער האט געקענט שלאגן עמיצן מיט בלינדקײט [?]. ער האט געװיסט אלצדינג װאס די חברים האבן געלערנט. ער איז געװען פול מיט חסידות, דרך ארץ, ענװה, יראת השם, אהבת השם, יראת חטא און אלע גוטע מידות און מעשים טובים האבן זיך אין אים געפונען.
און דאס אלץ האט ער געװיסט צו יעדע צײט, אין יעדע שעה און רגע. די אלע חכמות זענען אים שטענדיג געליגן אין בוזעם. און דאס האבן מײנע אױגן אלײנס צוגעזעהן. דאס אלעס האט ער דעגרײכט צוליב זײן גרױס חסידות און פרישות, נאָכן זיך באשעפטיגן פולע טעג אין אלטע ספרים און אױכעט נײע, אין דיע חכמה [?]. און צו זײ [?] האט ער פארמערט חסידות, פרישות, טהרה און קדושה און דאס האט אים צוגעברענגט צו רוח הקודש אזש אליהו האט זיך מגלה געװען צו אים תמיד".

לעצט רעדאגירט: