ר' יצחק לוריא המכונה האר"י

היות ס'איז יעצט געװען ל"ג בעומר װען דער מיטאס פון ר' שמעון'ען פארכאפט אלעמען אין א יו"ט'דיגע עקסטאז, איז דאך נישט מער װי אין פלאץ צו רעדן פון אַן אנדער פערזענליכקײט אסאציאַצירט מיט דער לימוד הקבלה, און דאס איז אונזער באקאנטער אריז"ל, אדער המכונה בפי רבים אר"י הקדוש, ר' יצחק בן שלמה לוריא. איך זאג מיטאָס פון ר' שמעון װײל כ'האב אגב געזעהן פון אלחנן ריינר, אַן ארץ ישראל'דיקער היסטריון, אז ס'איז מסתבר אז דער כאראקטער אדער פּערזענליכקײט פון ר' שמעון איז באמת א גלגול, אדער א ריסײקלינג פון א פריערדיגער װאס האט מקודם פארנומען דעם אָרט – יהושע בן נון. ד.ה. אין די ערשטע יאר-טױזנט לפני הספירה, נאך פאַר ס'װערט סײ װאו דערמאנט א הילולת ר' שמעון אדער א שייכות צווישן ר' שמעון און ל"ג בעומר, איז געװען אנשטאט א מנהג און מסורה בײ ארטיגע אידן, אום ל"ג בעומר, ארױפצוגײן אױף הר מירון צו יהושע בן נון'ס קבר. און אױך אַז פארשידענע פון די מיטאסן װאס נעמען ארום ר' שמעון, װי למשל א מרגיז הארץ מרעיש ממלכות (בקשר צו א ערד-ציטערניש װאס זאל האבן געשעהן בשעת זײן הסתלקות), א לעגענד, און מחולל ניסים, האבן זיך פון פריער פונקט אזױ געדרײט ארום דער פערסאנאליטי פון יהושע בן נון. נאָר שפעטער, ספעציעל אין ליכט פון די נײע עולי מגירוש ספרד צו אר"י, װעלכע זענען שױן נחשף געװען צו די זוהר װעלכע איז "נתגלה" געװארן אין קסטיליה דורך ר' משה די ליאון מיט בערך א צװײ הונדערט יאר פריער, האט זיך דער הילולא ארום יהושע בן נון, ביסלעכװײז מעטאַמאָרפאָזד און אריבער צו ר' שמעון בר יוחאי אנשטאט.

בכל אופן, ר' יצחק לוריא איז געװען פון די גדולי המקובלים אין די שטאט צפת און ער האט מחדש געװען א נייע שיטה אין קבלה וואס װערט אנגערופן אױף זײן נאמען – קבלת האר"י אדער לוריאניק קבלה, און זײנע תלמידים װערן אנגערופן 'גורי האר"י'. דער אר"י הק' איז געבױרן אין ירושלים, אין יאָר 1534 למספרם, און איז נסתלק געווארן יונג, אין יאָר 1572 אין יולי, זײענדיג בלױז 38 יאָר אלט. די אשכנזישע לוריא משפחה, איז זיך מתײחס צו רש"י און דוד המלך אבער זײן מאמע איז געװען א ספרדי, א טאכטער צו א משפחה מיט'ן לעצטן נאמען 'פראנסיס'.

װען יצחק איז געווען אכט יאר אלט איז זײן טאטע ר' שלמה נפטר געווארן, און זײן מאמע מיט אים צוזאמען זענען אראפגעפארן אויף מצרים צו וואױנען ביי איר ברודער מרדכי פראנסיס. דארטן האט יצחק געלערנט ביי ר' בצלאל אשכנזי, מראשוני האחרונים, דער מחבר ומלקט ספר שיטה מקובצת װאס מ'לערנט הײנט אין פיהלע ישיבות – אַן אנתולוגיה פון פירושים וחידושים אויף פיהלע מסכתות אין תלמוד, פון פארשידענע חכמים אנגעהויבן פון סוף תקופת הגאונים, וואס אגב, מיר האבן הײנט נאר א חלק פון דעם ספר. ר' בצלאל איז נישט צופיל עלטער געווען פון יצחק, נאר 14 יאר; װי אױך האט ר' בצלאל אים איבערגעלעבט מיט 22 יאר. די צװײ האבן צוזאמען אױך געלערנט ביי זייער געמײנזאמען רבי'ן ר' דוד בן שלמה אִבְּן זמרא, המכונה רדב"ז, װעלכער האט אנגעבליך געשריבן איבער 10,000 תשובות פון וועלכע נאר ארום 2,000 האבן איבערגעלעבט, און וועלכער האט אויך געשריבן א פירוש אויף משנה תורה פון דעם רמב"ם.

צװײ אינטרעסאנטע נאטיצן איבער ר' בצלאל זענען, אײנס אז ר' בצלאל'ס גוטע חבר איז געװען דער משורר ורב הײשוב היהודי בעזה, בעמ"ח צװישן אנדערע, דער שיר י-ה רבון עלם, ר' ישראל נג'ארה. ר' ישראל איז בחײו אױסגעשטאנען קריטיק פון געװיסע, צוליב דעם אופן װאס ער האט מחבר געװען זיינע שירים, און ווי ער פלעגט צופאסן דערצו אראבישע און טערקישע טענער, און װעמענ'ס זיידע אגב, ר' ישראל די קוריאל, איז אױך ר' בצלאל'ס רבי געװען. צװישן ר' ישראל'ס קריטיקירער איז געװען ר' חײם װיטאל פון װעמען מיר װעלן שפעטער רעדן, װאס האט אין זײן ספר החזיונות אים באשולדיגט אױף נוצן מיאוס'ע שפראך, האָמאָסעקשואליטי, סעקשואלע רילעישאנס מיט נישט-אידישע פרויען און אים אנגערופן א שיכור. וויטאַל האט דאס נישט באזירט אויף זאכן װאס ער האט אבזערווירט נאר אויף מיסטישע אנטפלעקונגען וועלכע ער האט געקלעימט אז ער האט געקריגן פון א רוח װאס האט זיך צו אים באװיזן. אעפ"כ האבן רוב, אינקלודינג ר"ח וויטאל'ס רבי אליינס, ר' יצחק לוריא, אויסגעלויבט ר' ישראל, אזש דער לעצטער האט זיך אויסגעדרוקט אז די מלאכים הערן זיך צו צו זיינע שירים אין גן עדן מיט קורת רוח. ר' ישראל אליינס האט ר' בצלאל'נען שײן מספיד געװען בײ זײן לויה. די צװײטע אינטרעסאנטע נאטיץ איז, אז כאטש װאס ר' בצלאל'ס משפחה נאמען איז געװען אשכנזי, איז מען נישט זיכער הײנט אויב ער איז נישט אין פאקט קײן ספרדי, אדער חצי ספרדי געװען.

על כל פנים, נישט װי הײנט װאס מ'װײסט אז ס'איז שעדליך צו חתונה האבן מיט נאנטע קרובים, האט יצחק געהײראט זײן קוזינע, א טאכטער פון מרדכי פראנסיס. צװײ יאר דערנאך האט ער אויסגעפינען א קבלה'ישע ספר און אנגעהויבן עוסק זײן דערינען. ס'זענען דא מסורות אז ער האט זיך מתבודד געווען פאר א תקופה, אויף װי לאנג איז נישט קלאר.

ר' חײם װיטאל, װעמענ'ס עדות מ'ברויך נעמען מיט א היבשע ביסל זאַלץ, האט געשריבן אױף זיין רבי ר' יצחק אז ער האט זוכה געװען צו רוח הקודש, אױף א דרגה װאס פילע פאר אים און נאך אים האבן נישט זוכה געװען, צו גילוי אליהו, און אז אליהו האט געלערנט מיט אים. ס'איז דא א מסורה אז פון הימל האט מען געזאגט ר' יצחק זאל ארױפגײן צו א"י, זיך באזעצן אין צפת און אויסלערנען ר' חײם װיטאל, און אז דאס איז אזש געװען די סיבה ר' יצחק זאל בכלל אראפקומען אויף די װעלט.

ס'איז יתכן אז ר' יצחק האט זיך פארזױמט א שטיקל צײט אין ירושלים אײדער ער איז געפארן קײן צפת. אין דער תקופה האט ער װי עס שײנט געטוהן אין 'הוראה', ד.ה. פסק'ען אין נגלה, אהן קריגן אדער נעמען באצאלט. לױט דאקומענטן װאס מ'האט געפונען אין די קאיראָ גניזה האט ער זיך אױך מתפרנס געװען פאר א צײט דורכ'ן האנדלען מיט געווירצן און תבואה.

אין יאר 1570, צװײ יאר בעפאר ער איז נסתלק געװארן, איז ער אנגעקומען קײן צפת מיט זײן פרױ און צװײ טעכטער, װעלכע האבן שפעטער חתונה געהאט אין צפת, אײנע עכסה, צו ר' שלמה סאגיס – שפעטער א ראש ישיבה און אב בי"ד פון צפת, און רבי פון ר' יוסף מטראני בעמח"ס שו"ת המהרי"ט וצפנת פענח עה"ת ומועדים; די צװײטע װײסט מען נישט די נאמען, האט געהײראט שלמה קאַרו, א זוהן פון ר' יוסף קארו, בעמח"ס שו"ע, כסף משנה ובית יוסף.

דער אר"י האט געהאט נאך צװײ זוהן, שלמה און משה לוריא. משה איז געשטארבן אינג, לױט א מסורה, א שטראף צוליב וואס ר' יצחק זײן פאטער האט מגלה געװען סודות קבלײם צו זײנע תלמידים.

אין צפת האט דער אר"י זיך באקענט מיט א צאל חכמי צפת און צו זײ איבערגעגעבן זײנע "גילויים" אין תורת הקבלה. שפעטער האט ער זיך אױך באקענט מיט ר' חײם װיטאל, װאס לױט דער לעצטער האט זײן רבי אים געשטעלט פאר דער אױסדערוועלסטער פון צװישן זײנע תלמידים און פאר זײן ערקלערער; אױך זאל ער האבן מיט אים געלערנט אסאך דברי תורה ביחידות. די דאזיגע דברי תורה האט אנגעבליך, בהמשך, געדינט אלס יסוד צו די 'כתבי האר"י' װאס ר' חײם װיטאל האט שפעטער אראפגעשריבן און באארבעט.

(הגם ס'איז שװער צו גלױבן אז דורכאױס די קורצע קנאפע צװײ יאר װאס דער אר"י האט געװײלט אין צפת ביז זײן הסתלקות זאל ער קענען האבן איבערגעגעבן אזױפיהל פריװאט צו ר' חײם, װי דאס װאס דער לעצטער האט למעשה שפעטער אראפגעשריבן בשמו. חוץ פון די שיעורים װאס ער האט געגעבן צו זײנע תלמידים װאס סײ ר' חײם װיטאל און אױך אנדערע תלמידים האבן פארשריבן – הגם מיט קענטיגע הבדלים – איז נישט באקאנט אז דער אר"י זאל אליינס האבן צופיל קבלה אראפגעשריבן. פשט, אױסער פון װאס ר' חײם װיטאל האט געקלעימט אז דער אר"י זאל האבן אלײנס געשריבן. אױכעט, די באנעמונג פון ר' חײם צו זײנע אײגענע און חברים'ס כתבים – ער האט נישט מיטגעטיילט מיט קײנעם און זעלבסט נישט מפרסם געװען זײנע כתבים בחײו – זײנע דיפערענצן מיט אנדערע תלמידים/חברים, ספעציעל ר' ישראל סרוק און ר' יוסף אבן טבול, און די פילע הבדלים צװישן תורת האר"י לויט װי אין זײנע כתבים און לױט װי אנדערע פון די אר"י'ס תלמידים האבן דאס מפרסם געװען, װײזט אז ער האט אלײנס אסאך מוסיף געװען און אפילו צענזורירט פון װאס זײן רבי האט מיט אים געלערנט. נ.ב. װעגן ר' ישראל סרוק, איז נישט זיכער אז ער איז דירעקט א תלמיד געװען פון דעם אר"י).

דער אר"י הק' איז נפטר געװארן נאכן אנגעשטעקט װערן אין די מגיפה װאס האט דעמאלס געבוזשעװעט אין דער גליל. ער איז באגראבן אין דעם אלטן בית הקברות אין צפת, צװישן אנדערע, נעבן ר' משה קורדובירו, דער רמ"ק (א שטארקע באאיינפלוסער צו ר' יצחק'ס שיטה אין קבלה, הגם ס'איז נישט קלאר אויב די צװײ האבן קײן סך שײכות געהאט אויב בכלל, װײל ר' משה איז נסתלק געווארן ארום דער צײט װאס דער אר"י איז אנגעקומען קײן צפת. מאנכע זאגן 6 מאנאטן נאך זיין אנקום), זײן זוהן משה, ר' שלמה אלקבץ (בעמ"ח שיר לכה דודי), ר' אלעזר אזכרי (בעמ"ח פיוט ידיד נפש וספר חרדים) און דער ר' יוסף מטראני הנזכר.

אין 2002 האט דער לייבּרערי הלאומית פון מדינת ישראל אויפגעדעקט א טײל פון א בריװ װאס עמיצער פון צפת מיט'ן נאמען דוד האט געשיקט צו דעם אריז"ל אין דער תקופה װאס ער האט געוואוינט אין מצרים. דער בריװ רעדט ארום װעגן די פינאנציעלע הילף אין װעלכע די קהלות פון אר"י נויטיגן זיך. די בריװ איז געפונען געװארן, װידער אין דער גניזת קאירא.

דער אנטדעקטער בריוו עקסערפט

א בילד פון דער בריוו עקסערפט

אין אײנע פון די הקדמות אין ספר עץ החײם פון ר' חײם װיטאל, שילדערט ער זײן רבי'ן אזוי:
”עס איז נאכנישט געװען אײנער װאס זאל האבן באגרײפט חכמה מיט אַן אמת'קײט װי ער האט. װײל ער האט געקענט משנה, תלמוד, אגדות, מדרשים, און יעדע זאך האט ער געקענט מפרש זײן אױף פילע אופנים בפרד"ס (פשט רמז דרוש סוד); מעשה בראשית, מעשה מרכבה (אין מעטאפיזיקס און אין מיסטיציזם); אין די שמועסן פון עופות, מיני ביימער און גראזן. אזש אויף א בחינה אז שטײנער אין די װענט טוען שרײען, פלאמען פון קוילן [טוען ווינקען?] [און ער קען פארשטיין?] די שמועסן פון מלאכים...
ר' חײם װיטאל זאגט װײטער:

"ער האט געקענט רעדן צו רוחות פון די גלגולים, גוטע װי נישט גוטע, און ער האט געקענט דערקענען [אין א מענטשן?] לפי די ריח פון יענעמ'ס בגדים אזױ װי יענער ינוקא פון פרשת דברים; און אין שטומע [?] עופות. ער האט געקענט אריבערברענגען א נשמה פון א לעבעדיגן מענטש, רעדן מיט אים װאס ער װיל נאר, און דערנאך אװעקשיקן. ער האט געקענט זעהן נשמות בשעת זײ פארלאזן דעם מענטשליכן גוף, נשמות אין די בתי הקברות און ווי זײ גײען ארויף יעדן ערב שבת צו גן עדן. ער האט גערעדט מיט די נשמות פון צדיקים אין עולם הבא און זײ האבן אים אנטפלעקט באהאלטענע סודות התורה.

אױך האט ער געקענט חכמת הפרצוף, די קריצן אויף די הענט און פתרי חלומות אויף אן אמת; אלטע און נײע גלגולים. ער האט געלײענט אױף א מענטשנ'ס שטערן װאס יענער האט געטראכט און גע'חלומ'ט, װעלכער פסוק יענעם'ס נשמה האט געלײענט בײם ארױפגײן בײנאכט צו גן-עדן, און דער אר"י האט [אזױ] געקענט מפרש זײן דער שורש פון יענעם'ס נשמה. און ער האט אזױ געגעבן איטליכער א תיקון לױט װאס ער האט געזעהן פאר ריכטיג [?] אדער לױט יענעם'ס שורש נשמה װאס איז מקושר אין נשמת אדם הראשון.

אױך האט ער געװאוסט צו מגלה זײן טעותים װאס האבן זיך געפינען אין ספרים; און ער האט געקענט שלאגן עמיצן מיט בלינדקײט [?]. ער האט געװיסט אלצדינג װאס די חברים האבן געלערנט. ער איז געװען פול מיט חסידות, דרך ארץ, ענװה, יראת השם, אהבת השם, יראת חטא און אלע גוטע מידות און מעשים טובים האבן זיך אין אים געפונען.

און דאס אלץ האט ער געװיסט צו יעדע צײט, אין יעדע שעה און רגע. די אלע חכמות זענען אים שטענדיג געליגן אין בוזעם. און דאס האבן מײנע אױגן אלײנס צוגעזעהן. דאס אלעס האט ער דערגרײכט צוליב זײן גרױס חסידות און פרישות, נאָכן זיך באשעפטיגן פילע טעג אין אלטע ספרים און אױכעט נײע, אין דיע חכמה [?]. און צו זײ [?] האט ער פארמערט חסידות, פרישות, טהרה און קדושה און דאס האט אים צוגעברענגט צו רוח הקודש אזש אליהו האט זיך מגלה געװען צו אים תמיד".

אין די קומענדיגע באשרײבונג װעל איך רעדן אביסל פון זײן תורה, פון זײנע תלמידים און פון אנדערע פון ר' משה קורדבירו'ס תלמידים.

נ.ב. נאכ'ן שרײבן האב איך מיך אנגעשטױסן אין אן ארטיקל אװאו דער אר"י איז שױן שײן ארומגערעדט געװארן, ספעציעל דורך @אלעזר און @הק' לייביש שרייבער , אלזא ברענג איך א לינק דערצו.

מקור ויקיפדיה
 
אבער איין קשיא וואס בלייבט אומפארשטענדלעך. וויאזוי איז דער אריז"ל געווארן אזוי פארהייליגט ביי כלל ישראל, ממש אין בדומה לו? און מען רעדט דא נישט לאנג נאך זיין פטירה
 
אבער איין קשיא וואס בלייבט אומפארשטענדלעך. וויאזוי איז דער אריז"ל געווארן אזוי פארהייליגט ביי כלל ישראל, ממש אין בדומה לו? און מען רעדט דא נישט לאנג נאך זיין פטירה
ווייל דאס איז די נאטור פון קבלה
 
היות ס'איז יעצט געװען ל"ג בעומר װען דער מיטאס פון ר' שמעון'ען פארכאפט אלעמען אין א יו"ט'דיגע עקסטאזע איז דאך נישט מער װי אין פלאץ צורעדן פון אַן אנדער פערזענליכקײט אסאציאַצירט מיט דער לימוד הקבלה און דאס איז אונזער באקאנטער אריז"ל, אדער המכונה בפי רבים אר"י הקדוש, ר' יצחק בן שלמה לוריא. איך זאג מיטאָס פון ר' שמעון װײל כ'האבּ אגב געזעהן פון אלחנן ריינר, אַן ארץ ישראל'דיקער היסטריון, אז ס'איז מסתבר דאס דער כאראקטער אדער פּערזענליכקײט פון ר' שמעון איז באמת א גלגול, אדער א ריסײקלינג פון א פריערדיגער װאס האט מקודם פארנומען דעם אָרט – יהושע בין נון. ד.ה. אין די ערשטע יארטױזנט לפני הספירה, נאך פאַר ס'װערט סײ װאוּ דערמאנט א הילולת ר' שמעון אדער א שייכות צווישן ר' שמעון און ל"ג בעומר, איז געװען אנשטאט א מנהג און מסורה בּײ ארטיגע אידן, אום ל"ג בעומר, ארױפצוגײן אױף הר מירון צו יהושע בן נון'ס קבר. און אױך אַז פארשידענע פון די מיטאסן װאס נעמען ארום ר' שמעון, װי למשל א מרגיז הארץ מרעיש ממלכות (בקשר צו א ערד-ציטערניש װאס זאל האבן געשעהן בשעת זײן הסתלקות), א לעגענד, און מחולל ניסים, האבּן זיך פון פריער פונקט אזױ געדרײט ארום דער פערסאנאליטי פון יהושע בן נון. נאָר שפעטער, ספעציעל אין ליכט פון די נײע עולי מגירוש ספרד צו אר"י, װעלכע זענען שױן נחשף געֹװען צו די זוהר װעלכע איז "נתגלה" געװארן אין קסטיליה דורך ר' משה די ליאון מיט בערך א צֹװײ הונדערט יאר פריער, האט זיך דער הילולה ארום יהושע בן נון, ביסלעכֹװײז מעטאַמאָרפאָזד און אריבער צו ר' שמעון בר יוחאי אנשטאט.

בכל אופן, ר' יצחק לוריא איז געװען פון די גדולי המקובלים אין די שטאט צפת און ער האט מחדש געװען א נייע שיטה אין קבלה וואס װערט אנגערופן אױף זײן נאמען – קבלת האר"י אדער לוריאניק קבלה, און זײנע תלמידים װערן אנגערופן 'גורי האר"י'. יצחק איז געבױרן, אין ירושלים, אין יאָר 1534 לספירה (פון ישו הנוצרי'ס געבורטיאָר) און איז געשטארבן אינג, אין יאָר 1572 אין יולי, זײענדיג בלױז 38 יאָר אלט. די אשכנזישע לוריא משפחה, איז זיך מתײחס צו רש"י און דוד המלך אבער זײן מאמע איז געװען א ספרדײה, א טאכטער צו א משפחה מיט'ן לעצטן נאמען 'פראנסיס'.

װען יצחק איז אַכט יאר אלט געווען איז זײן טאטע שלמה געשטארבן און זײן מאמע מיט אים צוזאמען זענען אראפגעפארן אויף מצרים צו װױנען ביי איר ברודער מרדכי פראנסיס. דארטן האט יצחק געלערנט פון ר' בצלאל אשכנזי, מראשוני האחרונים, דער מחבר ומלקט ספר שיטה מקובצת װאס מ'לערנט הײנט אין פיהלע ישיבות – אַן אנתולוגיה פון פירושים וחידושים אויף פיהלע מסכתות אין תלמוד, פון פארשידענע חכמים אנגעהויבן פון סוף תקופת הגאונים, וואס אגב, מיר האבן הײנט נאר א חלק פון דעם ספר. ר' בצלאל איז נישט צופיהל עלטער געווען פון יצחק, נאר 14 יאר; װי אױך האט ר' בצלאל אים איבערגעלעבט מיט 22 יאר. די צװײ האבן צוזאמען אױך געלערנט בּיי זייער געמײנזאמען רעבין ר' דוד בן שלמה אִבְּן זמרא, המכונה רדב"ז, װעלכער איז געזאגט געװארן צוהאבן געשריבן איבער 10,000, תשובות פון וועלכע נאר ארום 2,000 האבן איבערגעלעבט, און וועלכער האט אויך געשריבן א פירוש אויף משנה תורה פון ר' משה בן מימון המכ' רמב"ם.

צֹװײ אינטרעסאנטע נאטיצן איבער ר' בצלאל זענען, אײנס אז ר' בצלאל'ס גוטע חבר איז געװען דער משורר ורב הײשוב היהודי בעזה, בעמ"ח צֹװישן אנדערע, די שיר יָהּ ריבון עלם, ר' ישראל נג'ארה. ר' ישראל איז בחײװ אױסגעשטאנען קריטיק פון געֹװיסע, וועגן די אופן װאס ער האט מחבר געװען זיינע שירים און ווי ער פלעגט צופאסן אראבּישע און טערקישע טענער צו זיינע שירים, און װעמענ'ס זיידע אגב, ר' ישראל די קוריאל, איז אױך ר' בצלאל'ס רבי געװען. צװישן ר' ישראל'ס קריטיקירער איז געװען ר' חײם װיטאל פון װעמען מיר װעלן שפעטער רעדן, װאס האט אין זײן ספר החזיונות אים באשולדיגט אױף נוצן מיאוסע שפראך, האָמאָסעקשואליטי, סעקשועל רילעישאנס מיט נישט אידישע פרויען און אים אנגערופן א שיכור. וויטאַל האט דאס נישט באזירט אויף זאכן װאס ער האט אבזעווירט נאר אויף מיסטישע אנטפלעקונגען וועלכע ער האט געקלעימט אז ער האט געקריגן פון א רוח װאס האט זיך צו אים באֹװיזן. אעפ"כ האבן רוב, אינקלודינג וויטאל'ס רבי אליינס, ר' יצחק לוריה, אויסגעלויבט ר' ישראל אזש דער לעצטער האט זיך אויסגעדרוקט אז די מלאכים הערן זיך צו צו זיינע שירים אין גן עדן מיט קורת רוח. ר' ישראל אליינס האט ר' בצלאל'נען שײן מספיד געֹװען בײ זײן לויה. די צװײטע אינטרעסאנטע נאטיץ איז, אז כאטש װאס ר' בצלאל'ס משפחה נאמען איז געװען אשכנזי, איז מען נישט זיכער הײנט אויב ער איז נישט אין פאקט קײן ספרדי, אדער חצי ספרדי געװען.

על כל פנים, נישט װי הײנט װאס מ'װײסט אז ס'איז שעדליך צו חתונה האבן מיט נאענטע קרובים, האט יצחק געהײראט זײן קוזינע, א טאכטער פון מרדכי פראנסיס. צװײ יאר דערנאך האט ער דיסקאװערט א קַבּלִישע ספר און אנגעהויבן עוסק זײן דערינען. ס'זענען דא מסורות אז ער האט זיך מתבודד געווען פאר א תקופה, אויף װי לאנג איז נישט קלאר.

ר' חײם װיטאל, װעמענ'ס עדיות מ'ברויך נעמען מיט א היבּשע בּיסל זאַלץ, האט געשריבן אױף ר' יצחק אז ער האט זוכה געװען צו רוח הקודש, אױף א דרגה װאס פיהלע פאַר אים און נאך אים האבן נישט זוכה געװען, צו גילו אליהו הנביא און אז אליהו האט געלערנט מיט אים. ס'איז דא א מסורה אז משמים האט מען געזאגט ר' יצחק זאל ארױפגײן צו אר"י, זיך באזעצן אין צפת און אויסלערנען ר' חײם װיטאל. און אז דאס איז אזש געװען די סיבה ר' יצחק זאל בכלל אראפקומען אויף די װעלט.

ס'איז ייתכן אז ר' יצחק האט זיך פארזױמט א שטיקל צײט אין ירושלים אײדער ער איז געפארן קײן ירושלים. אין דער תקופה האט ער װי עס שײנט געטוהן אין 'הוראה', ד.ה. פסק'ען אין נגלה, אהן קריגן א סאַלערי אדער נעמען באצאלט. לױט דאקומענטן װאס מ'האט געפונען אין די קאיראָ גניזה האט ער זיך אױך מתפרנס געֹֹֹֹװען פאר א צײט דורכ'ן האנדלען מיט ספּייסעס און גרעינס (תבואה).

אין יאר 1570, צװײ יאר פאר ער איז נסתלק געװארן, איז ער אנגעקומען קײן צפת מיט זײן פרױ און צװײ טעכטער, װעלכע האבן שפעטער חתונה געהאט אין צפת, אײנע עכסה, צו ר' שלמה סאגיס – שפעטער א ראש ישיבה און אב בי"ד פון צפת, און רבי פון ר' יוסף מטראני בעמח"ס שו"ת המהרי"ט וצפנת פענח עה"ת ומועדים; די צֹֹװײטע, װײסט מען נישט די נאמען, האט געהײראט שלמה קאַרו, א זוהן פון ר' יוסף קארו, בעמח"ס שו"ע, כסף משנה ובית יוסף.

דער אר"י האט געהאט נאך צֹװײ קינדער, זוהן, שלמה און משה לוריא. משה איז געשטארבן אינג, לױט א מסורה, א שטראף צוליב וואס ר' יצחק זײן פאטער האט מגלה געֹֹֹװען סודות קבלײם צו זײנע תלמידים.

אין צפת האט ר' יצחק זיך באקענט מיט א צאל חכמי צפת און צו זײ איבערגעגעבן זײנע "גילויים" אין תורת הקבלה. שפעטער האט ער זיך אױך באקענט מיט ר' חײם װיטאל, װאס לױט דער לעצטער האט זײן רבי אים געשטעלט פאר דער אױסדערוועלדסטער פון צװישן זײנע תלמידים און פאר זײן ערקלערער; אױך זאל ער האבן מיט אים געלערנט אסאך דברי תורה ביחידות. די דאזיגע דברי תורה האט אנגעבליך, בהמשך געדינט אלס יסוד צו די 'כתבי האר"י' װאס ר' חײם װיטאל האט שפעטער אראפגעשריבן און בּאארבעט.

(הגם ס'איז שװער צו גלױבן אז דורכאױס די קורצע קנאַפּע צֹװײ יאר װאס ר' יצחק האט געװײלט אין צפת ביז זײן הסתלקות זאל ער קענען האבן איבערגעגעבן אזױפיהל פריװאט צו ר' חײם, װי דאס װאס דער לעצטער האט למעשה שפעטער אראפגעשריבן בשמו. חוץ פון די שיעורים װאס ער האט געגיבן צו זײנע תלמידים װאס סײ ר' חײם װיטאל און אױך אנדערע תלמידים האבן פארשריבן – הגם מיט קענטיגע הבדלים – איז נישט באקאנט אז דער אר"י זאל האבן צופיהל אליינס, קבלה אראפגעשריבן. פשט, אױסער פון װאס ר' חײם װיטאל האט געקלעימט אז דער אר"י זאל האבן אלײנס געשריבן. אױכעט, די באנעמונג פון ר' חײם צו זײנע אײגענע און חבירים'ס כתבים – ער האט נישט געשעהרט מיט קײנעם און זעלבסט נישט מפרסם געװען זײנע כתבים בחײו – זײנע דיפערענצן מיט אנדערע תלמידים\חבירים, ספעציעל ר' ישראל סרוק און ר' יוסף אבן טבול, און די פוהלע הבדלים צװישן תורת האר"י לויט װי אין זײנע כתבים און לױט װי אנדערע פון די אר"י'ס תלמידים האבן דאס מפרסם געװען, װײזט אז ער האט אלײנס אסאך מוסיף געװען און אפילו צענזורירט פון װאס זײן רבי האט מיט אים געלערנט. נ.ב. װעגן ר' ישראל סרוק, איז נישט זיכער אז ער איז דירעקט א תלמיד געװען פון דעם אר"י).

ר' יצחק איז נפטר געֹװארן נאכן אנגעשטעקט װערן אין די מגיפה װאס האט דעמאלס געבוזשעװעט אין דער גליל. ער איז באגראבן אין די אלטע בית הקברות אין צפת, צװישן אנדערע, נעבן ר' משה קורדובירו (א שטארקע בּאַאיינפלוסער צו ר' יצחק'ס שיטה אין קבלה הגם ס'איז נישט קלאר אויב די צװײ האבן קײן סך שײכות געהאט אויב בכלל, װײל ר' משה איז געשטארבן ארום דער צײט װאס דער אר"י איז אנגעקומען קײן צפת. מאנכע זאגן 6 מאנאטן נאך זיין אנקום), זײן זוהן משה, ר' שלמה אלקבץ (בעמ"ח שיר לכה דודי), ר' אלעזר אזכרי (בעמ"ח פיוט ידיד נפש וספר חרדים) און דער ר' יוסף מטראני הנזכר.

אין 2002 האט דער לייבּרערי הלאומית פון מדינת ישראל אויפגעדעקט אַטײל פון א בריװ װאס עמיצער פון צפת מיט'ן נאמען דוד האט געשיקט צו ר' יצחק אין דער תקופה װאס ער האט געװױנט אין מצרים. די בריװ רעדט ארום װעגן די פינאנציעלע הילף אין װעלכע די קהילות פון אר"י נויטיגן זיך. די בריװ איז געפונען געװארן, װידער אין דער גניזת קאירא.

View attachment 5102
א בילד פון דער בריוו עקסערפט

אין אײנע פון די הקדמות אין ספר עץ החײם פון ר' חײם װיטאל, שילדערט ער זײן רעבין אזוי:

ר' חײם װיטאל זאגט װײטער:



און די קומענדיגע באשרײבונג װעל איך רעדן אביסל פון זײן תורה, פון זײנע תלמידים און פון אנדערע פון ר' משה קורדבירו'ס תלמידים.

נ.ב. נאכ'ן שרײבן האב איך מיך אנגעשטױסן אין אן ארטיקל אװאו דער אר"י איז שױן שײן ארומגערעדט געװארן, ספעציעל דורך @אלעזר און @הק' לייביש שרייבער , אלזא ברענג איך א לינק דערצו.

מקור ויקיפדיה
Wow!

הערליך! קלאר!
כ'האב עס אדורך געליינט אין איין אטעם!
Thank you!
 
אבער איין קשיא וואס בלייבט אומפארשטענדלעך. וויאזוי איז דער אריז"ל געווארן אזוי פארהייליגט ביי כלל ישראל, ממש אין בדומה לו? און מען רעדט דא נישט לאנג נאך זיין פטירה
די סיבה איז קלאר, ווייל גדולי דורו האבן אים פארהייליגט

ער האט געוואוינט אין צפת ווי ס'זענען געווען דארט גדולי עולם, די הייליגע בית יוסף מיט'ן מבי''ט, די חרדים מיט ר' שלמה אלקבץ, אלע האבן שטארק געהאלטן פון אים, און מעיד געווען בגדולתו, איז אטאמאטיש אז ער איז געווען געבויט אויף קבלה, און חכמי דורו וואס האבן אים פרעזענליך געקענט האבן מעיד געווען אויף גדלותו, איז ער נתקבל געווארן בכלל תפוצות ישראל

יהא זכרו ברוך
 
היות ס'איז יעצט געװען ל"ג בעומר װען דער מיטאס פון ר' שמעון'ען פארכאפט אלעמען אין א יו"ט'דיגע עקסטאז, איז דאך נישט מער װי אין פלאץ צו רעדן פון אַן אנדער פערזענליכקײט אסאציאַצירט מיט דער לימוד הקבלה און דאס איז אונזער באקאנטער אריז"ל, אדער המכונה בפי רבים אר"י הקדוש, ר' יצחק בן שלמה לוריא. איך זאג מיטאָס פון ר' שמעון װײל כ'האב אגב געזעהן פון אלחנן ריינר, אַן ארץ ישראל'דיקער היסטריון, אז ס'איז מסתבר אז דער כאראקטער אדער פּערזענליכקײט פון ר' שמעון איז באמת א גלגול, אדער א ריסײקלינג פון א פריערדיגער װאס האט מקודם פארנומען דעם אָרט – יהושע בן נון. ד.ה. אין די ערשטע יאר-טױזנט לפני הספירה, נאך פאַר ס'װערט סײ װאו דערמאנט א הילולת ר' שמעון אדער א שייכות צווישן ר' שמעון און ל"ג בעומר, איז געװען אנשטאט א מנהג און מסורה בּײ ארטיגע אידן, אום ל"ג בעומר, ארױפצוגײן אױף הר מירון צו יהושע בן נון'ס קבר. און אױך אַז פארשידענע פון די מיטאסן װאס נעמען ארום ר' שמעון, װי למשל א מרגיז הארץ מרעיש ממלכות (בקשר צו א ערד-ציטערניש װאס זאל האבן געשעהן בשעת זײן הסתלקות), א לעגענד, און מחולל ניסים, האבן זיך פון פריער פונקט אזױ געדרײט ארום דער פערסאנאליטי פון יהושע בן נון. נאָר שפעטער, ספעציעל אין ליכט פון די נײע עולי מגירוש ספרד צו אר"י, װעלכע זענען שױן נחשף געֹװען צו די זוהר װעלכע איז "נתגלה" געװארן אין קסטיליה דורך ר' משה די ליאון מיט בערך א צװײ הונדערט יאר פריער, האט זיך דער הילולא ארום יהושע בן נון, ביסלעכװײז מעטאַמאָרפאָזד און אריבער צו ר' שמעון בר יוחאי אנשטאט
זייער אינטערעסאנט
יישר כח פאר׳ן מיטטיילן!

אז דו רעדסט שוין יא פון ר׳ שמעון בר יוחאי מיט א געבארגטע סטאָרי -
איז דא א גאנצע דיון פון פרופ׳ מיכל בר אשר סיגל - אז די געשיכטע פון ר׳ שמעון בר יוחאי מיט זיין זוהן אין די מערה האט די גמרא אדאפטירט פון די קריסטן -
פון די קריסטליכע מאנאכן דערציילונגען, וואס די סארט מעשיות זענען געווען די מערסטע פאפולער אין יענע צייטן -
די הייליגע Monks/מאנאכן פלעגן זיין די סעלעבריטיס אין די ancient times

דא קענסטו עס הערן באריכות אויף ענגליש:
(אויב איינער דא וויל עס אויף העברעאיש קען איך עס אפשר אפירזוכן). זי האט אויך ארויסגעגעבן ביכער וואו זי רעדט דערוועגן
View: https://youtu.be/jlnSYo2gVHU?si=HSgoemsd7IS85EzG
 
זייער אינטערעסאנט
יישר כח פאר׳ן מיטטיילן!

אז דו רעדסט שוין יא פון ר׳ שמעון בר יוחאי מיט א געבארגטע סטאָרי -
איז דא א גאנצע דיון פון פרופ׳ מיכל בר אשר סיגל - אז די געשיכטע פון ר׳ שמעון בר יוחאי מיט זיין זוהן אין די מערה האט די גמרא אדאפטירט פון די קריסטן -
פון די קריסטליכע מאנאכן דערציילונגען, וואס די סארט מעשיות זענען געווען די מערסטע פאפולער אין יענע צייטן -
די הייליגע Monks/מאנאכן פלעגן זיין די סעלעבריטיס אין די ancient times

דא קענסטו עס הערן באריכות אויף ענגליש:
(אויב איינער דא וויל עס אויף העברעאיש קען איך עס אפשר אפירזוכן). זי האט אויך ארויסגעגעבן ביכער וואו זי רעדט דערוועגן
View: https://youtu.be/jlnSYo2gVHU?si=HSgoemsd7IS85EzG
ואפשר להיפך.
 
גאט רעגט זיך נישט ווען מ'ניצט דעם שכל
ער גרויסט זיך דערמיט אין זיין היכל
און זאגט עס נאך מיט א שמייכל

אבער ווען מ'גייט היציג משתחווים לחמה
מ'שמירט פון טריגערס ווי א ריקא עמא
מ'קלאפט יענעם ווייל ער טראכט מסתמא
דאס בארעגט ווי אן עף'ן מאמע

כי רגע באפו מפעם לפעם
אל תשפכו דם
חבי כמעט רגע עד יעבור זעם
אנא תדברו דברים של טעם
 
Ouch

איז דאס פאליש? איך בין צומישט ...?
100%
זייער א גרויליגע ווערק, איכסס..
איך האב נישט צופיל מעיין געווען, אבער ליינענדיג אין די שנעלקייט קוקט מיר אויס ווי ס'איז אריין צייט און מח אין דעם ארטיקל. ווי אויך איז מיר עס געווען גאנץ אינטערסאנט.

איך בין נייגעריג צו הערן וואס האט אייך אזוי געטריגערט.
 
ײשר כח @שטײגער פאר'ן לינקן די ביכל 'דאקטער פון די נשמה, הײלער פון די קאָזמאוּס' פון לוּרענץ פײַן. כ'בין מיך מחיה דערמיט. נאר א שאד ס'איז נישט אזױ קלאר. די אותיות זענען צעהאקט װי אין אַן אלטער דרוק שו"ע. אלנפאלס, איך װעל ברענגען די אינטרעסאנטע נקודות װאס כ'האב דארטן געזעהן.

  • סאוי, קודם צװײ תיקונים. אנדערש װי כ'האב פריער געשריבן, האט לוריא געװױנט אין צפת בערך צװײ און אהאלב יאר (כ'װעל אים מכאן ואילך אין רוב פלעצער רופן אזױ. ס'איז פשוט גרינגער.); עטװאס מער אדער װײניגער. ד.ה. ער איז אהנגעקומען אהין אדער סוף 1569 אדער פריה אין 1570.

  • צװײ, גרשום שלום זאגט אז ישראל סרוג איז נישט געװען לוריא'ס תלמיד, באזירט אױף דעם אז אין די ליסטע פון לוריא'ס תלמידים װעלכע חײם װיטאל האט קאָמפּײלט, פעהלט זײן נאמען. װידעראום רונית מרוז זאגט אז ס'איז ייתכן דאס סרוג איז יא געװען לוריא'ס תלמיד, נאר דורכאױס די ערשטע 9 חודשים בערך, פונװען לוריא איז אהנגעקומען צו צפת, און אײדער װיטאל האט זיך באקענט מיט לוריא. דערפאר רעכנט אים נישט אױס װיטאל. פון אנדערע דוכט זיך האב איך געזעהן אז יכול להיות װיטאל רעכנט אים נישט אױס צוליב זײערע דיפערענצן אין די לערע פון זײער רעבין.

און אצינד די נײע נקודות װאס כ'האב געלערנט אין דער בוך.


לוריא'ס ערציאונג

לוריא'ס טאטע האט געהײסן שלמה לוריא אשכנזי. ער האט עמיגרירט פון פױלן אדער דײטשלאנד. אגב, לוריא אלײנס האט מען בחײוו נישט גערופן 'ארי' – װאס איז ראשי תיבות 'אלוקי ר' יצחק'. אױך װערט ער נישט גערופן אזױ אין קײנע פון די מקורות פון זײנערצײט; ס'איז א שפעטערע ערפונדונג.

כאטש גרשום שלום איז מרמז אז ער איז אן אפשטאמיגער פון דער מיוחס'דיגע באקאנטע אײראפעאישע לוריא פאמיליע (אזױ װי כ'האב אױבן געשריבן) װאס ציען זײער יחוס צו 14טע יארהונדערט זענען דא אנדערע חוקרים װאס טענה'ן אז ער איז זיכער נישט פון דער פאמילע װײל לוריא איז געװען א לוי און יענע לוריא משפחה נישט. זײן מאמע'ס משפחה האט געהײסן פראנסיס כנ"ל ולכן איז משמע אז אירע משפחה איז ארגינעל געקומען פון פארנקרײך.

אגב, רוב װאס מ'װײסט הײנט פון זײן אױרלי לעבן איז פון ר' חײם יוסף דוד אזולאי המכו' חיד"א אין שם הגדולים, פּרעזוּמיבּלי, א באגלײבטע מקור. דער חיד"א שרײבט אז ער איז אראפ צו מצרים װען ער איז געװען א קטן, איז נישט קלאר צו ער מײנט א קטן ממש אדער אונטערן בר-מצוה. ולכן קען מען אהננעמען אז לכה"פ בּײ יאָר 1547 איז ער שױן געװען אין מצרים און מסתמא אױך פריער.

זײן פעטער מרדכי אין קאַאִיראָ איז געװען א פארמעגליכע טעקס פארמער. ד.ה. עמיצער װאס מאָנט אײן טעקסעס פון פאַרמערס און דער פּראָפעסיע האט אױך אינקלוּדעד דאס קאָלעקטן קאַסטוּמס דְיָוּטי (אימפארט שטײערן) אין די פּאָרטן פון אלכסנדריה און דאַמיעֶטאַ. װאס איז משמע פונדעם און פון די װײטערדיגע אנעקדאטן איז, אז דער אריזל איז געהאדעװעט געװארן אין א רײכע משפחה, צװישן די אױבערשטע פון שטײסל.

אנדערש װי ס'קען זײן אז ס'קוקט אױס פון װאס איך האב אױבן געשריבן, איז דער ר' דוד בן שלמה אבן זימרא המכו' רדב"ז, און דער הױפט רב אין קאאירא, געװען דער ערשטער רבי פון לוריא און ערשט שפעטער װען דער רדב"ז איז אװעק פון מצרים קײן ירושלים, אין 1553 בערך, האט אים ר' בצלאל אשכנזי איבערגענומען אלס ראש פון דער ראַבּינאַט אין קאאירא, און לוריא האט פון דאן אהן געלערנט פון אים אדער צוזאמען מיט אים. דער רדב"ז איז אגב געװען פון די מגורשי ספרד אין עלטער פון 13 יאר; און האט אױכעט פאר זײן אנקום צו מצרים קודם געװײלט געװען אין צפת, דערנאך ירושלים און דערנאך מצרים, אװאו ער האט געװױנט פערציג יאר ביז ער איז פון דארטן אװעק צוריק צו אר"י כנ"ל. דער רדב"ז האט געשריבן איבער 2,500 רעספּאָנזאַ (תשובות) און נאך ספרים; װי אױך אפאר קבלישע װערק, אױף די באדײט אין צורות פון די אלף בית. לכאו' האט ער געהאט א השפעה אױף לוריא'ס אינטערעסע צו קבלה און אפשר צו געװיסע פון זײנע געדאנקען, אין פּאַרטיקוּלאַר אױף דער ענין פון גילגולי נשמות. למעשה איז אבער נישטא קײן קראנטע באװײז אז לוריא זאל האבן געלערנט קבלה פון עמיצן אין א פֿאָרמאַלע סעֶטינג כנ"ל. לוריא האט אגב װעגן זיך גארנישט געשריבן.

דאס איז אבער זיכער אז תורת הקבלה און ספרי קבלה האבן זיך שױן אִינקרִיסינגלי אנגעהױבן פארשפרײטן יענע צײטן אפילו צו די המון עם, ספעציעל די סארט ספרי קבלה מוסריים, לרוב צו פארדאנקען די קבלה צענטערן אין ירושלים און שפעטער אנגעהױבן פון די 1530ער יארן אין צפת, און אזױ אױך אדאנק די פּרינטינג פּרעסן אין איטאליע און אמסטערדאם.

תורת הסוד און תורת הקבלה

אײדער מיר גײען אבער װײטער מיט לוריא'ס ביאגראפיע, איז אבער אינטרעסאנט אונטערצושטרײכן צװײ פונקטן: אײנס אז תורת הסוד און תורת הקבלה זענען בײ חוקרים הײנט אנגענומען צו זײן דיסטינקט. ד.ה. אז קודם איז געװען בלױז תורת הסוד\סתרי-תורה, פון די צײטן פון תקופת הגאונים (סוף 7הונדערט ביז מיטן-11הונדערט לספירה) און אפילו נאך פריער פון תקופת חז"ל (פון 2הונדערט ביז 5הונדערט לס'), דוגמאות פון װעלכע זענען אזעלכע ספרים װי 'ספרות ההיכלות והמרכבה' און ספר יצירה (אױפדעם זענען דא א חלק װאס האלטן אז דאס איז נאך פון ימי בית-שני כאטש אנדערע שטופן עס אזױ שפעט װי 6הונדערט לס').

דערנאך, ערשט סוף 12הונדערט\אהנהױב 13הונדערט (הונדערט יאר אײדער די ערשטע גיליונות פון זוהר האבן אנגעהויבן ערשײנען), בעיקר אין פרובנס פון דרום-פראנקרײך, און אין קסטיליה און קטולניה, צפון און צפון-מזרח פון שפאניע רעספּעקטיװלי, האט זיך אהנגעהױבן אנטװיקלען תורת הקבלה מיט'ן ערשײנונג פון אזעלכע ספרים װי ספר הבהיר און אנדערע קלײנע קבלישע חיבורים פון די קַבַּליסטישע רײזענדע און חכמים ר' אברהם בן יצחק, זײן אײדעם דער ר' אברהם בן דוד (הראב"ד השלישי), <- זײן זוהן ר' יצחק סגי נהור (לױט געװיסע דער מחבר ספר הבהיר), ר' יעקב הנזיר און ר' יצחק סגי נהור'ס אײגענע תלמידים -> ר' עזרא און ר' עזריאל בן שלמה פון ז'ירונה שבשפאניע. (אזולאי װיל זאגן אז דער עזרא איז דער זעלבער עזרא הנביא פון מונקנטור (צרפת) װעלכער װערט דערמאנט אין תוספות – א תלמיד פון ר' יצחק בן שמואל הזקן מבעלי התוספות, און א רבי פון דער מהר"ם מרוטנבורג. לעומת זה װערט עזרא הנביא געברענגט אין צװײ כתבי ידות אלס האבן געװען א ספרדי (און נישט אן אשכנזי װי די בעלי התוספות), און אַן אײניקל פון ר' אברהם אבן עזרא. נאר דאס קען נאך אלס שטימען מיט אונזער עזרא ועזריאל װײל עזרא, כאטש ער איז א ספרדי געװען, במקורו פון ז'ירונה, האט אױך געװױנט אין דרום צרפת פאר עטליכע יאר.)
גרשום שלום און ר' אברהם יהושע השל זאגן אז דער כינוי נביא איז צוליב זײן לערנען תורת הסוד און צוליב זײן עסק אין עליות נשמה. ס'קוקט אױס אז זײ האבן יא געהאלטן דאס איז דער זעלבער מענטש. נאך איז דא אזעלכע װאס זאגן אז דיע עזרא ואחיו עזריאל זענען געװען די רעבעס פונדעם רמב"ן אין קבלה. (אױפ'ן רמב"ן'ס רעבין אין נגלה, ר' יהודה בר יקר זענען חוקרים מחולק אױב ער איז אױך געװען א מקובל במונח המסורתי אדער האט זײן באשעפטיגונג אין תורת הספירות מער רעֶזעֶמבְּלד אריסטו'ס תורת הגילגולים װי אײדער די קבליסטישע מושג פון די ספירות(?).

אצינד, חוץ פון דער אנטװיקלונג פון תורת הקבלה דורך די דערמאנטע חכמים אין דרום צרפת און אין צפון ספרד (שפאניע) איז אױך צו יענער צײט בערך, געקומען צו איר הויכפונקט א דריטע סארט תורת הסוד, פון די חסידי אשכנז, געגרינדעט דורך ר' שמואל החסיד און זײן זוהן ר' יהודה החסיד דער מחבר פון ספר חסידים. שטריכן װאס זענען ענליך צװישן די מזרח אײראפעאישע תורת הסוד און די מערב אײראפעאישע תורת הקבלה זענען דאס זיך מתבסס זײן אױף די פריעדיגע ספרות ההיכלות והמרכבה כנ"ל און דאס שטעלן די שמות האל אין דער צענטער פון דער מיסטישע מחשבה. אבער באמת, א יסוד משותף צו די צװײ תורות איז דער קערנדל פון קבליסטישע מושגים װעלכע שטימען אַקאָרדינג צו װאס מ'רופט 'ניאו-פלטוניסטישע' געדאנקען (ע"ש פּלֶעיטאָ דער פיליסוף), אינקלודינג די מושג אז דער מציאות איז א רוחניות'דיגע קאנסעקװענץ פון גאט און באשטײט פון פארשידענע מדריגות פון אור, אנהױבענדיג זיך פון אור-אינסוף, אור-הגדול אדער דער שכל-העליון – פארשידענע באצײכענונגען פאר גאט. געװיסע חוקרים האלטן אז אין קבלה איז אױך ארײנגעמישט פארשידענע אור-אלטע גנוסטישע קאנצעפטן.

קבלה תאוסופית-תאורגית און קבלה אקסטטית

אגב, מיט בערך א הונדערט יאר שפעטער, סוף צװײטע העלפט 13טע יארהונדערט האבן אזעלכע פערזענליכקײטן װי ר' אברהם אבולעפיה און ר' מנחם רקנאטי געהאלפן תורת הקבלה זיך פארשפרײטן אױך קײן איטאליע, הגם די צװײ האבן סימבאליזירט צװײ פארשידנארטיגע סובּ-שטרעמונגען אין תורת-הקבלה, װעלכע װערן צװישן די חוקרים, אין פארטיקולאַר משה אידל, אהגערופן: אײנס קבלה תאוסופית-תאורגית (רקנאטי, זוהר ותורת האר"י) און די צװײטע קבלה אקסטטית אדער נבואית (אבולעפיה). (די חסידי בעש"ט האבן געמאכט א מישונג פון די צװײ). כאטש די פונקטליכע חילוקים צװישן די צװײ איז פאר אַן אנדער שמועס זענען זײ אבער אין קורצן אזױ: תאוסופישע-תאורגישע קבלה באשעפטיגט זיך בעיקר מיט טעארעטישע מיסטיקה, מיט'ן לערנען די מהות פונדעם אין-סוף און די עשר-ספירות און, מיט'ן הנחה אז דער מענטשן'ס מעשים זענען משפיע אױף גאט בשעת װאס עקסטאַטישע קבלה, איז עוסק אין טעקניקאַלע קבלה-מעשיות און שטרעבט דורך עקסטאַזע, צו טראַנסעֶנדְן דער 'מציאות' און אזױ זיך מקשר זײן מיט גאט.

נאך א קבלה צענטער איז שפעטער געװארן אױך אין קאנסטאנטינופל װאס אין טערקײ.

דאס איז די ערשטע פונקט: די חילוק צװישן די אלטע תורת-הסוד (ספרות ההיכלות והמרכבה וספר יצירה) און די נײע תורת-הקבלה (דרום צרפת וצפון ספרד וספר הזוהר).

די צװײטע פונקט איז, דאס במהלך די 15טע יארהונדערט איז געשעהן א סְטאַגנעישאָן אין די תורת הקבלה װען עס זענען נישט נתחדש געװארן קײן גרױסע חידושים. נאר נאך דער די גירוש ספרד אין יאר 1492, ספעציעל אין ליכט פון דער ברענעדיגע נושא פון גלות-וגאולה, איז געשעהן אן אױפװאכונג אין די תורת הקבלה, הֶענס די תורת הרמ"ק (ר' משה קורדובירו) און תורת האר"י, אין דער נײער קבלה צענטער פון צפת-ארץ ישראל. נאכמער, דער חוקר יוסף בן שלמה גיבט דאס אהן אלס סיבה פארװאס תורת האר"י האט גובר געװען אױף תורת הרמ"ק – טאקע צוליב זײן דגוש אױף דער ענײן פון גלות-וגאולה, אזאך װאס קורדובירו האט בכלל נישט אנגערירט.

לוריא און דער רדב"ז

צוריק צו אונזער סיפור. דער חיד"א ברענגט אזא מעשה'לע בשם פון ר' אליהו הכהן האתמרי בעמח"ס שבט-מוסר (געבוירן בערך הונדערט יאהר נאכ'ן אר"י) אז לוריא האט געהאט בײם רדב"ז צװײ חבירים אױך מיט'ן נאמען יצחק, אײנער יצחק פּאַמאַדו און דער אנדערער יצחק פֿאסִי און אז ער האט אנגעמערקט פאר'ן רדב"ז אז אלע דרײ יצחקס װעלן עֶקסֶעלְן, אױסשטײגן, יעדערער אין א באזונדער תחום פון יהדות. אַן אױבנאױפֿיגע זוך האט נישט געפונען אינפארמאציע װעגן זײ. נאר ס'איז אינטרעסאנט פונדעם צוזעהן אז דאס איז שטענדיג אנגענומען געװען אז לוריא איז געװען א תלמיד פונדעם רדב"ז. װעגן דעם בעל שבט מוסר, מעונײן לצײן אז טראץ זײן ארױסקום, נאך שבתי צבי'ס התאסלמות, קעגן די מחשבי הקיצים, זאגט גרשום שלום אז ס'איז משמע פון זײנע ספרים אז ער האט געגלײבט דאס שבתי צבי איז געװען משיח. װער האט זיך געגלײבט.

צו װײזן װי שנעל לוריא'ס עילוישאפט האט אים ארױפגערוקט אױפ'ן לײטער פון אױטאָריטעט, איז דא א דאקומענט װאס װײזט זײן גרױסקײט שױן בײ די 23. דער דאקומענט -- א אונטערנעמונגס בריװ װעגן יחסים זה לזה און אז די חותמים װעלן פסקען מיט קאנצענסוס, אז זײ װעלן צוזאמען קאפערירן, און זיך אונטערװארפן אונטער בי"ד -- איז געחתמ'ט דורך 9 קאאיראשע רבנים ובתוכם לוריא און די רדב"ז.

די אנדערע אונטערגעחתמטע זענען ר' יצחק מודינא; ר' בצלאל אשכנזי; ר' אליהו מזרחי (נישט אױסמישן מיט'ן ר' אליהו מזרחי המכו' הרא"ם, װאס האט אױך געלעבט נישט לאנג פריער, אבער אין קאנסטאנטינאפל) ר' אברהם הלוי אדער לױט װי מאנכע חוקרים װילן זאגן איז ר' אברהם בן אליעזר הלוי ברוכים (שפעטער א תלמיד פון לוריא אין צפת); ר' יהודה מאַסוּד, ר' שמואל טאַטלַאהּ אדער װי מאנכע װילן זאגן איז באמת ר' שמואל אבִּן פאָדײלאַ; ר' יצחק בירב און ר' יצחק בן אברהם בירב. פון דיע אלע (חוץ ר' בצלאל) האב איך נאר געפונען אינפאָו אױף ר' יהודה מאסוד. הגם בירב און מזרחי זענען געװען באקאנטע חושיבע משפחות יענער צײט. אין פאקט, ר' יעקב בירב פון אײן דור פריער און דער מחדש הסמיכה אין צפת איז געװען דער רבי פון ר' יוסף קארו, פון ר' משה מטראני און פון ר' ישראל די קוריאל הנזכר, אשכנזי'ס רעבע; ר' יעקב בירב איז מסתמא נאנט רילעיטעד געװען צו דיע צװײ מבין החותמים. ער האט גראדע אױך געװײלט אין מצרים פאר עטליכע יאר.

װעגן לוריא'ס גרױסקײט אין נגלה

נאך ברענגט דער חיד"א אז ערשטנס, האט לוריא בבחרותו קאָלאַבּאָרירט מיט ר' בצלאל אשכנזי אױף דער 'שיטה' פון מסכת זבחים (פון אנדערע האב איך געזעהן מנחות). נאר ער פארצײלט אז דער מאנוסקריפט האט זיך פארברענט אין איזמיר בײ ר' אהרן אלפנדרי בעמח"ס יד אהרן, ומרכבת המשנה אױפ'ן רמב"ם, צוזאמען מיט יענעם'ס כמעט אלע ספרים.

צװײטנס, האבן לוריא און אשכנזי אױך צוזאמען געשריבן הגהות אױף'ן רי"ף. דער מדפיס בנימין מוטאל שרײבט אין הקדמה צו תומת ישרים פון ר' תם איבן יחיא (אױך פון א דור פריער-ממוגרשי ספרד), װאס ער האט צוזאמען מיט אן אײניקל פונדעם לעצטן געדרוקט, אז ער האט באזיצט א קאפי פון דעם הגהות על הרי"ף פון לוריא.

דריטנס, װערט געברענגט אין קורא הדורות, ספר פון ר' דוד קונפורטי (געבוירן בערך 120 נאך לוריא'ס טױט), אַן ענדאָרסמענט צו א פסק-הלכה פון די בײדע צוזאמען, לוריא און אשכנזי, צוזאמען מיט נאך אײנער ר' שמעון קאַסטעֶלאַזאָ, בעת װען לוריא איז נאר 24 יאר אלט געװען.

פערטנס, איז דא לוריא'ס אײגענע הלכה שאלה צו ר' יוסף קארו, דער בית יוסף, װאס אזולאי זאגט ער האט געזעהן אין מאנוסקריפט. װאס דאס אלעס קומט ארױסצוברענגען איז, אז שױן פון גאנץ א פריע יוגנט איז לוריא פאררעכנט געװארן אלס ערנסטע ת"ח אין נגלה און בפשטות צוזאמען קאלאבארירט מיט אשכנזי ביז עט-ליעסט אזױ שפעט װי 1958.

זיך קערנדיג א מינוט צו לוריא'ס געשעפטן. חוץ װאס כ'האב געשריבן אױבן אז ער האט זיך באשעפטיגט אין תבואה און ספײסעס (װאס איך לײען יעצט איז געװען פֿעפֿער – װאס מ'האט מסתמא אימפאטירט פון אינדיע אדער װײטן איסט) האט לוריא אױך געדיעלט אין װײן, קיוּקאָמבּערס (אוגערקעס), לעדער און זײדן (סחורה) און געטוהן ביזנעס צוזאמען מיט א קרוב זײנער, עמיצער שמעון, װעלכער האט געװױנט אין ראַשיד.

פון די דאקומענטן און שטרות װאס מ'האט געפונען אין קאאירא גניזה כנ"ל, שטעלט זיך ארױס אז זײנע געשעפטן האבן לוריא'ן אױך גענומען צו די פּאָרטְן פון אלכסנדריה און ראַשיד (אדער ראָזעטטאַ), און אז ער האט געטוהן ביזנעס מיט אגענטן און און סוחרים װעלכע האבן געטרעידעט פראדוקטן צװישן מצרים, טורקײ און איטאליע. אגב, פון די שטרות איז משמע אז ער האט שױן געטוהן ביזנעס פון גיל 20. ס'דא אפאר שטרות אז ער איז שולדיג געװען געלט פאר מענטשן בשײכות מיט זײנע געשעפטן. אױך װערט ער דערמאנט אין א בריװ פון אײנער יהודה אש[כנזי?], אן אגענט פון ר' שלמה אלשקר, א רײכער איד און ת"ח (ער האט געצאלט פאר'ן ערשטע דרוק פון ר' יוסף קארו'ס שו"ע), בנוגע די אײנקױף פון א גרויסע קװאַנטום קיוקאמבער, צו װערן דערליװערט צװישן די צװײ פארטן הנזכר. נאכמער, ס'שײנט אז ער האט אױך געטוהן ביזנעס שױן זײענדיג אין צפת – אין א רעפארט פון איינער ידידה גאלאנטי, איז יענער מעיד אז לוריא האט געסֶעטטְלד זײנע חובות 3 טעג בעפאר זײן פטירה.

זײן צײט אין איזולירונג

די דריטע פאזע פון זײן צײט אין מצרים איז געװען זײן איזאלאציע. אזולאי איז דער װאס פארצײלט אונז דערװעגן. ער זאגט ער האט אלײנס געזעהן דעם ארט. װי עס שײנט האט לוריא פארברענגט דעי צײט אין סאָליטוּד, אױף א קלײנע אינזל נעבן די נילוס גערופן דזשַזיראַט אַל-ראַוּדאַ, אױף א שטח װעלכער האט באלאנגט פאר זײן פעטער און שװער בצלאל הנז'. דער חוקר דוד תמר שפעקולירט אז דער תקופה האט זיך אנגעפאנגען, פון 1558, אדער 1560, און האט זיך געצױגן פאר א משך פון זעקס צו זיבן יאר. דעמאלס האט ער מסתמא זיך פארטיפט אין זוהר, און אין דיע פון ר' משה קורדובירו'ס כתבים װעלכע זענען געװען שױן אװעילבּל אין עגיפטן, און מסתמא אױך אין די קבלישע װערק פון אנדערע אין מצרים. ס'איז משמע אז עטליכע פון דיע חותמים אױף די דאקומענט הנז', און לוריא'ס חבירים, האבן אױך געטוהן אין קבלה.

עס איז יענע צײט װען לוריא האט מסתמא אױך געשריבן זײנע קאַממענטס אױף שטיקלעך פון די זוהר אינקלודינג ספרא דצניעותא. אין א לעטטער שפעטער פון צפת צו מצרים שרײבט ער צו ר' שמואל פאדײלא הנז' צו לערנען זײנע קאממענטריס אין זײן, לוריא'ס ברודער'ס הױז אין מצרים – די ערשטע מאל כ'האב געזעהן ערגעץ אז לוריא האט געהאט א ברודער. דעי קאַממְענטריס -- אין װעלכע קורדובירו'ס אײנפלוס דערקענט זיך שטארק און אזױ אױך איז קענטיג פון זײ לוריא'ס שטארקע אינטערעסע אינעם זוהר -- זענען שפעטער אינקאָרפּירירט געװארן אין געװיסע פון װײטאל'ס װערסיעס פון לוריא'ס לערנונגען, נאך לוריא'ס טױט (אין שער מאמרי רשב"י). אביסל און ענליכעס האט לוריא ממשיך געװען צו שרײבן אין צפת אבער נישט אסאך.

ס'איז מסתבר אז אין יענע צײט, דורכאױס זײן התבודדות, איז ער אױפגעקומען מיט זײן יָוּניק שיטה אין קבלה. דאס װארפט א בעסער ליכט פארװאס זײנע תלמידים האבן געזאגט אױף אים אז זײן תורה איז געקומען צו אים ברוח הקודש. גרשום שלום האט פרובירט פעסטצושטעלן גענױ װעלכע כתבים לוריא האט אלײנס געשריבן. יוסף אביבי, זײן תלמיד, שרײבט אױך װעגן דער נושא.

זײן צײט אין צפת

װי געזאגט פריער איז לוריא געקומען צו צפת אדער סוף 1569 אדער פריה אין 1570. ס'איז מעגליך אז לוריא האט באזוכט ירושלים אין די 50'ס. ס'איז דא פון חײם װיטאל ערגעץ אז לוריא האט אים נאכגעזאגט א א מאמר װאס ער האט געהערט פון אײנער קלונימוס. יעצט ס'איז נישט קלאר װער דער קלונימוס איז, אבער געװיסע װילן זאגן אז דאס איז קלונימוס בן ר' יעקב אדער המכו' ר' קלמן, דער ראש פון אן אשכנזישע ישיבה אין ירושלים, װעמען דער ב"י דערמאנט אױך. אױך האט חײם װיטאל פארצײלט אז לוריא איז אמאל געקומען באזוכן מירון מיט זײן געזונדל אױף ר' שמעון'ס יארצײט, נאך אײדער ער איז זיך בקביעות געקומען באזעצן אין צפת. אנדערע װידעראום װילן זאגן אז די ירושלימער באזוך איז געװען, װי כ'האב אױבן געשריבן, ממש אײדער'ן קומען זיך באזעצן צו צפת. א דריטע אלטערנאטיװ קען זײן אז ער איז באמת געפארן קײן מצרים װען ער איז שױן אביסל עלטער געװען, אן אױסװעג װאס זאל אים האבן געגיבן גענוג צײט צו האבן געלערנט פון ר' קלונימוס, אױב איז דאס דער זעלבער; און מ'װעט מוזן זאגן אז דער חיד"א האט זיך טועה געװען װען ער האט געזאגט אז לוריא איז אראפגעפארן אלס קטן.

פארזעצונג קומט האפענטליך. װער ס'קען מזכה זײן, זאל ביטע ברענגען א קלארע קאפי פון די ארץ ישראל'דיגע מאפּע װעלכע ערשײנט אױף בלאט 60 אין אדאָבּי אדער 41 אױפ'ן בלאט, אין דעם בוך. אדאנק.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top