ר' יצחק לוריא המכונה האר"י

היות ס'איז יעצט געװען ל"ג בעומר װען דער מיטאס פון ר' שמעון'ען פארכאפט אלעמען אין א יו"ט'דיגע עקסטאז, איז דאך נישט מער װי אין פלאץ צו רעדן פון אַן אנדער פערזענליכקײט אסאציאַצירט מיט דער לימוד הקבלה, און דאס איז אונזער באקאנטער אריז"ל, אדער המכונה בפי רבים אר"י הקדוש, ר' יצחק בן שלמה לוריא. איך זאג מיטאָס פון ר' שמעון װײל כ'האב אגב געזעהן פון אלחנן ריינר, אַן ארץ ישראל'דיקער היסטריון, אז ס'איז מסתבר אז דער כאראקטער אדער פּערזענליכקײט פון ר' שמעון איז באמת א גלגול, אדער א ריסײקלינג פון א פריערדיגער װאס האט מקודם פארנומען דעם אָרט – יהושע בן נון. ד.ה. אין די ערשטע יאר-טױזנט לפני הספירה, נאך פאַר ס'װערט סײ װאו דערמאנט א הילולת ר' שמעון אדער א שייכות צווישן ר' שמעון און ל"ג בעומר, איז געװען אנשטאט א מנהג און מסורה בײ ארטיגע אידן, אום ל"ג בעומר, ארױפצוגײן אױף הר מירון צו יהושע בן נון'ס קבר. און אױך אַז פארשידענע פון די מיטאסן װאס נעמען ארום ר' שמעון, װי למשל א מרגיז הארץ מרעיש ממלכות (בקשר צו א ערד-ציטערניש װאס זאל האבן געשעהן בשעת זײן הסתלקות), א לעגענד, און מחולל ניסים, האבן זיך פון פריער פונקט אזױ געדרײט ארום דער פערסאנאליטי פון יהושע בן נון. נאָר שפעטער, ספעציעל אין ליכט פון די נײע עולי מגירוש ספרד צו אר"י, װעלכע זענען שױן נחשף געװען צו די זוהר װעלכע איז "נתגלה" געװארן אין קסטיליה דורך ר' משה די ליאון מיט בערך א צװײ הונדערט יאר פריער, האט זיך דער הילולא ארום יהושע בן נון, ביסלעכװײז מעטאַמאָרפאָזד און אריבער צו ר' שמעון בר יוחאי אנשטאט.

בכל אופן, ר' יצחק לוריא איז געװען פון די גדולי המקובלים אין די שטאט צפת און ער האט מחדש געװען א נייע שיטה אין קבלה וואס װערט אנגערופן אױף זײן נאמען – קבלת האר"י אדער לוריאניק קבלה, און זײנע תלמידים װערן אנגערופן 'גורי האר"י'. דער אר"י הק' איז געבױרן אין ירושלים, אין יאָר 1534 למספרם, און איז נסתלק געווארן יונג, אין יאָר 1572 אין יולי, זײענדיג בלױז 38 יאָר אלט. די אשכנזישע לוריא משפחה, איז זיך מתײחס צו רש"י און דוד המלך אבער זײן מאמע איז געװען א ספרדי, א טאכטער צו א משפחה מיט'ן לעצטן נאמען 'פראנסיס'.

װען יצחק איז געווען אכט יאר אלט איז זײן טאטע ר' שלמה נפטר געווארן, און זײן מאמע מיט אים צוזאמען זענען אראפגעפארן אויף מצרים צו וואױנען ביי איר ברודער מרדכי פראנסיס. דארטן האט יצחק געלערנט ביי ר' בצלאל אשכנזי, מראשוני האחרונים, דער מחבר ומלקט ספר שיטה מקובצת װאס מ'לערנט הײנט אין פיהלע ישיבות – אַן אנתולוגיה פון פירושים וחידושים אויף פיהלע מסכתות אין תלמוד, פון פארשידענע חכמים אנגעהויבן פון סוף תקופת הגאונים, וואס אגב, מיר האבן הײנט נאר א חלק פון דעם ספר. ר' בצלאל איז נישט צופיל עלטער געווען פון יצחק, נאר 14 יאר; װי אױך האט ר' בצלאל אים איבערגעלעבט מיט 22 יאר. די צװײ האבן צוזאמען אױך געלערנט ביי זייער געמײנזאמען רבי'ן ר' דוד בן שלמה אִבְּן זמרא, המכונה רדב"ז, װעלכער האט אנגעבליך געשריבן איבער 10,000 תשובות פון וועלכע נאר ארום 2,000 האבן איבערגעלעבט, און וועלכער האט אויך געשריבן א פירוש אויף משנה תורה פון דעם רמב"ם.

צװײ אינטרעסאנטע נאטיצן איבער ר' בצלאל זענען, אײנס אז ר' בצלאל'ס גוטע חבר איז געװען דער משורר ורב הײשוב היהודי בעזה, בעמ"ח צװישן אנדערע, דער שיר י-ה רבון עלם, ר' ישראל נג'ארה. ר' ישראל איז בחײו אױסגעשטאנען קריטיק פון געװיסע, צוליב דעם אופן װאס ער האט מחבר געװען זיינע שירים, און ווי ער פלעגט צופאסן דערצו אראבישע און טערקישע טענער, און װעמענ'ס זיידע אגב, ר' ישראל די קוריאל, איז אױך ר' בצלאל'ס רבי געװען. צװישן ר' ישראל'ס קריטיקירער איז געװען ר' חײם װיטאל פון װעמען מיר װעלן שפעטער רעדן, װאס האט אין זײן ספר החזיונות אים באשולדיגט אױף נוצן מיאוס'ע שפראך, האָמאָסעקשואליטי, סעקשואלע רילעישאנס מיט נישט-אידישע פרויען און אים אנגערופן א שיכור. וויטאַל האט דאס נישט באזירט אויף זאכן װאס ער האט אבזערווירט נאר אויף מיסטישע אנטפלעקונגען וועלכע ער האט געקלעימט אז ער האט געקריגן פון א רוח װאס האט זיך צו אים באװיזן. אעפ"כ האבן רוב, אינקלודינג ר"ח וויטאל'ס רבי אליינס, ר' יצחק לוריא, אויסגעלויבט ר' ישראל, אזש דער לעצטער האט זיך אויסגעדרוקט אז די מלאכים הערן זיך צו צו זיינע שירים אין גן עדן מיט קורת רוח. ר' ישראל אליינס האט ר' בצלאל'נען שײן מספיד געװען בײ זײן לויה. די צװײטע אינטרעסאנטע נאטיץ איז, אז כאטש װאס ר' בצלאל'ס משפחה נאמען איז געװען אשכנזי, איז מען נישט זיכער הײנט אויב ער איז נישט אין פאקט קײן ספרדי, אדער חצי ספרדי געװען.

על כל פנים, נישט װי הײנט װאס מ'װײסט אז ס'איז שעדליך צו חתונה האבן מיט נאנטע קרובים, האט יצחק געהײראט זײן קוזינע, א טאכטער פון מרדכי פראנסיס. צװײ יאר דערנאך האט ער אויסגעפינען א קבלה'ישע ספר און אנגעהויבן עוסק זײן דערינען. ס'זענען דא מסורות אז ער האט זיך מתבודד געווען פאר א תקופה, אויף װי לאנג איז נישט קלאר.

ר' חײם װיטאל, װעמענ'ס עדות מ'ברויך נעמען מיט א היבשע ביסל זאַלץ, האט געשריבן אױף זיין רבי ר' יצחק אז ער האט זוכה געװען צו רוח הקודש, אױף א דרגה װאס פילע פאר אים און נאך אים האבן נישט זוכה געװען, צו גילוי אליהו, און אז אליהו האט געלערנט מיט אים. ס'איז דא א מסורה אז פון הימל האט מען געזאגט ר' יצחק זאל ארױפגײן צו א"י, זיך באזעצן אין צפת און אויסלערנען ר' חײם װיטאל, און אז דאס איז אזש געװען די סיבה ר' יצחק זאל בכלל אראפקומען אויף די װעלט.

ס'איז יתכן אז ר' יצחק האט זיך פארזױמט א שטיקל צײט אין ירושלים אײדער ער איז געפארן קײן צפת. אין דער תקופה האט ער װי עס שײנט געטוהן אין 'הוראה', ד.ה. פסק'ען אין נגלה, אהן קריגן אדער נעמען באצאלט. לױט דאקומענטן װאס מ'האט געפונען אין די קאיראָ גניזה האט ער זיך אױך מתפרנס געװען פאר א צײט דורכ'ן האנדלען מיט געווירצן און תבואה.

אין יאר 1570, צװײ יאר בעפאר ער איז נסתלק געװארן, איז ער אנגעקומען קײן צפת מיט זײן פרױ און צװײ טעכטער, װעלכע האבן שפעטער חתונה געהאט אין צפת, אײנע עכסה, צו ר' שלמה סאגיס – שפעטער א ראש ישיבה און אב בי"ד פון צפת, און רבי פון ר' יוסף מטראני בעמח"ס שו"ת המהרי"ט וצפנת פענח עה"ת ומועדים; די צװײטע װײסט מען נישט די נאמען, האט געהײראט שלמה קאַרו, א זוהן פון ר' יוסף קארו, בעמח"ס שו"ע, כסף משנה ובית יוסף.

דער אר"י האט געהאט נאך צװײ זוהן, שלמה און משה לוריא. משה איז געשטארבן אינג, לױט א מסורה, א שטראף צוליב וואס ר' יצחק זײן פאטער האט מגלה געװען סודות קבלײם צו זײנע תלמידים.

אין צפת האט דער אר"י זיך באקענט מיט א צאל חכמי צפת און צו זײ איבערגעגעבן זײנע "גילויים" אין תורת הקבלה. שפעטער האט ער זיך אױך באקענט מיט ר' חײם װיטאל, װאס לױט דער לעצטער האט זײן רבי אים געשטעלט פאר דער אױסדערוועלסטער פון צװישן זײנע תלמידים און פאר זײן ערקלערער; אױך זאל ער האבן מיט אים געלערנט אסאך דברי תורה ביחידות. די דאזיגע דברי תורה האט אנגעבליך, בהמשך, געדינט אלס יסוד צו די 'כתבי האר"י' װאס ר' חײם װיטאל האט שפעטער אראפגעשריבן און באארבעט.

(הגם ס'איז שװער צו גלױבן אז דורכאױס די קורצע קנאפע צװײ יאר װאס דער אר"י האט געװײלט אין צפת ביז זײן הסתלקות זאל ער קענען האבן איבערגעגעבן אזױפיהל פריװאט צו ר' חײם, װי דאס װאס דער לעצטער האט למעשה שפעטער אראפגעשריבן בשמו. חוץ פון די שיעורים װאס ער האט געגעבן צו זײנע תלמידים װאס סײ ר' חײם װיטאל און אױך אנדערע תלמידים האבן פארשריבן – הגם מיט קענטיגע הבדלים – איז נישט באקאנט אז דער אר"י זאל אליינס האבן צופיל קבלה אראפגעשריבן. פשט, אױסער פון װאס ר' חײם װיטאל האט געקלעימט אז דער אר"י זאל האבן אלײנס געשריבן. אױכעט, די באנעמונג פון ר' חײם צו זײנע אײגענע און חברים'ס כתבים – ער האט נישט מיטגעטיילט מיט קײנעם און זעלבסט נישט מפרסם געװען זײנע כתבים בחײו – זײנע דיפערענצן מיט אנדערע תלמידים/חברים, ספעציעל ר' ישראל סרוק און ר' יוסף אבן טבול, און די פילע הבדלים צװישן תורת האר"י לויט װי אין זײנע כתבים און לױט װי אנדערע פון די אר"י'ס תלמידים האבן דאס מפרסם געװען, װײזט אז ער האט אלײנס אסאך מוסיף געװען און אפילו צענזורירט פון װאס זײן רבי האט מיט אים געלערנט. נ.ב. װעגן ר' ישראל סרוק, איז נישט זיכער אז ער איז דירעקט א תלמיד געװען פון דעם אר"י).

דער אר"י הק' איז נפטר געװארן נאכן אנגעשטעקט װערן אין די מגיפה װאס האט דעמאלס געבוזשעװעט אין דער גליל. ער איז באגראבן אין דעם אלטן בית הקברות אין צפת, צװישן אנדערע, נעבן ר' משה קורדובירו, דער רמ"ק (א שטארקע באאיינפלוסער צו ר' יצחק'ס שיטה אין קבלה, הגם ס'איז נישט קלאר אויב די צװײ האבן קײן סך שײכות געהאט אויב בכלל, װײל ר' משה איז נסתלק געווארן ארום דער צײט װאס דער אר"י איז אנגעקומען קײן צפת. מאנכע זאגן 6 מאנאטן נאך זיין אנקום), זײן זוהן משה, ר' שלמה אלקבץ (בעמ"ח שיר לכה דודי), ר' אלעזר אזכרי (בעמ"ח פיוט ידיד נפש וספר חרדים) און דער ר' יוסף מטראני הנזכר.

אין 2002 האט דער לייבּרערי הלאומית פון מדינת ישראל אויפגעדעקט א טײל פון א בריװ װאס עמיצער פון צפת מיט'ן נאמען דוד האט געשיקט צו דעם אריז"ל אין דער תקופה װאס ער האט געוואוינט אין מצרים. דער בריװ רעדט ארום װעגן די פינאנציעלע הילף אין װעלכע די קהלות פון אר"י נויטיגן זיך. די בריװ איז געפונען געװארן, װידער אין דער גניזת קאירא.

דער אנטדעקטער בריוו עקסערפט

א בילד פון דער בריוו עקסערפט

אין אײנע פון די הקדמות אין ספר עץ החײם פון ר' חײם װיטאל, שילדערט ער זײן רבי'ן אזוי:
”עס איז נאכנישט געװען אײנער װאס זאל האבן באגרײפט חכמה מיט אַן אמת'קײט װי ער האט. װײל ער האט געקענט משנה, תלמוד, אגדות, מדרשים, און יעדע זאך האט ער געקענט מפרש זײן אױף פילע אופנים בפרד"ס (פשט רמז דרוש סוד); מעשה בראשית, מעשה מרכבה (אין מעטאפיזיקס און אין מיסטיציזם); אין די שמועסן פון עופות, מיני ביימער און גראזן. אזש אויף א בחינה אז שטײנער אין די װענט טוען שרײען, פלאמען פון קוילן [טוען ווינקען?] [און ער קען פארשטיין?] די שמועסן פון מלאכים...
ר' חײם װיטאל זאגט װײטער:

"ער האט געקענט רעדן צו רוחות פון די גלגולים, גוטע װי נישט גוטע, און ער האט געקענט דערקענען [אין א מענטשן?] לפי די ריח פון יענעמ'ס בגדים אזױ װי יענער ינוקא פון פרשת דברים; און אין שטומע [?] עופות. ער האט געקענט אריבערברענגען א נשמה פון א לעבעדיגן מענטש, רעדן מיט אים װאס ער װיל נאר, און דערנאך אװעקשיקן. ער האט געקענט זעהן נשמות בשעת זײ פארלאזן דעם מענטשליכן גוף, נשמות אין די בתי הקברות און ווי זײ גײען ארויף יעדן ערב שבת צו גן עדן. ער האט גערעדט מיט די נשמות פון צדיקים אין עולם הבא און זײ האבן אים אנטפלעקט באהאלטענע סודות התורה.

אױך האט ער געקענט חכמת הפרצוף, די קריצן אויף די הענט און פתרי חלומות אויף אן אמת; אלטע און נײע גלגולים. ער האט געלײענט אױף א מענטשנ'ס שטערן װאס יענער האט געטראכט און גע'חלומ'ט, װעלכער פסוק יענעם'ס נשמה האט געלײענט בײם ארױפגײן בײנאכט צו גן-עדן, און דער אר"י האט [אזױ] געקענט מפרש זײן דער שורש פון יענעם'ס נשמה. און ער האט אזױ געגעבן איטליכער א תיקון לױט װאס ער האט געזעהן פאר ריכטיג [?] אדער לױט יענעם'ס שורש נשמה װאס איז מקושר אין נשמת אדם הראשון.

אױך האט ער געװאוסט צו מגלה זײן טעותים װאס האבן זיך געפינען אין ספרים; און ער האט געקענט שלאגן עמיצן מיט בלינדקײט [?]. ער האט געװיסט אלצדינג װאס די חברים האבן געלערנט. ער איז געװען פול מיט חסידות, דרך ארץ, ענװה, יראת השם, אהבת השם, יראת חטא און אלע גוטע מידות און מעשים טובים האבן זיך אין אים געפונען.

און דאס אלץ האט ער געװיסט צו יעדע צײט, אין יעדע שעה און רגע. די אלע חכמות זענען אים שטענדיג געליגן אין בוזעם. און דאס האבן מײנע אױגן אלײנס צוגעזעהן. דאס אלעס האט ער דערגרײכט צוליב זײן גרױס חסידות און פרישות, נאָכן זיך באשעפטיגן פילע טעג אין אלטע ספרים און אױכעט נײע, אין דיע חכמה [?]. און צו זײ [?] האט ער פארמערט חסידות, פרישות, טהרה און קדושה און דאס האט אים צוגעברענגט צו רוח הקודש אזש אליהו האט זיך מגלה געװען צו אים תמיד".

אין די קומענדיגע באשרײבונג װעל איך רעדן אביסל פון זײן תורה, פון זײנע תלמידים און פון אנדערע פון ר' משה קורדבירו'ס תלמידים.

נ.ב. נאכ'ן שרײבן האב איך מיך אנגעשטױסן אין אן ארטיקל אװאו דער אר"י איז שױן שײן ארומגערעדט געװארן, ספעציעל דורך @אלעזר און @הק' לייביש שרייבער , אלזא ברענג איך א לינק דערצו.

מקור ויקיפדיה
 
אבער איין קשיא וואס בלייבט אומפארשטענדלעך. וויאזוי איז דער אריז"ל געווארן אזוי פארהייליגט ביי כלל ישראל, ממש אין בדומה לו? און מען רעדט דא נישט לאנג נאך זיין פטירה
 
אבער איין קשיא וואס בלייבט אומפארשטענדלעך. וויאזוי איז דער אריז"ל געווארן אזוי פארהייליגט ביי כלל ישראל, ממש אין בדומה לו? און מען רעדט דא נישט לאנג נאך זיין פטירה
ווייל דאס איז די נאטור פון קבלה
 
היות ס'איז יעצט געװען ל"ג בעומר װען דער מיטאס פון ר' שמעון'ען פארכאפט אלעמען אין א יו"ט'דיגע עקסטאזע איז דאך נישט מער װי אין פלאץ צורעדן פון אַן אנדער פערזענליכקײט אסאציאַצירט מיט דער לימוד הקבלה און דאס איז אונזער באקאנטער אריז"ל, אדער המכונה בפי רבים אר"י הקדוש, ר' יצחק בן שלמה לוריא. איך זאג מיטאָס פון ר' שמעון װײל כ'האבּ אגב געזעהן פון אלחנן ריינר, אַן ארץ ישראל'דיקער היסטריון, אז ס'איז מסתבר דאס דער כאראקטער אדער פּערזענליכקײט פון ר' שמעון איז באמת א גלגול, אדער א ריסײקלינג פון א פריערדיגער װאס האט מקודם פארנומען דעם אָרט – יהושע בין נון. ד.ה. אין די ערשטע יארטױזנט לפני הספירה, נאך פאַר ס'װערט סײ װאוּ דערמאנט א הילולת ר' שמעון אדער א שייכות צווישן ר' שמעון און ל"ג בעומר, איז געװען אנשטאט א מנהג און מסורה בּײ ארטיגע אידן, אום ל"ג בעומר, ארױפצוגײן אױף הר מירון צו יהושע בן נון'ס קבר. און אױך אַז פארשידענע פון די מיטאסן װאס נעמען ארום ר' שמעון, װי למשל א מרגיז הארץ מרעיש ממלכות (בקשר צו א ערד-ציטערניש װאס זאל האבן געשעהן בשעת זײן הסתלקות), א לעגענד, און מחולל ניסים, האבּן זיך פון פריער פונקט אזױ געדרײט ארום דער פערסאנאליטי פון יהושע בן נון. נאָר שפעטער, ספעציעל אין ליכט פון די נײע עולי מגירוש ספרד צו אר"י, װעלכע זענען שױן נחשף געֹװען צו די זוהר װעלכע איז "נתגלה" געװארן אין קסטיליה דורך ר' משה די ליאון מיט בערך א צֹװײ הונדערט יאר פריער, האט זיך דער הילולה ארום יהושע בן נון, ביסלעכֹװײז מעטאַמאָרפאָזד און אריבער צו ר' שמעון בר יוחאי אנשטאט.

בכל אופן, ר' יצחק לוריא איז געװען פון די גדולי המקובלים אין די שטאט צפת און ער האט מחדש געװען א נייע שיטה אין קבלה וואס װערט אנגערופן אױף זײן נאמען – קבלת האר"י אדער לוריאניק קבלה, און זײנע תלמידים װערן אנגערופן 'גורי האר"י'. יצחק איז געבױרן, אין ירושלים, אין יאָר 1534 לספירה (פון ישו הנוצרי'ס געבורטיאָר) און איז געשטארבן אינג, אין יאָר 1572 אין יולי, זײענדיג בלױז 38 יאָר אלט. די אשכנזישע לוריא משפחה, איז זיך מתײחס צו רש"י און דוד המלך אבער זײן מאמע איז געװען א ספרדײה, א טאכטער צו א משפחה מיט'ן לעצטן נאמען 'פראנסיס'.

װען יצחק איז אַכט יאר אלט געווען איז זײן טאטע שלמה געשטארבן און זײן מאמע מיט אים צוזאמען זענען אראפגעפארן אויף מצרים צו װױנען ביי איר ברודער מרדכי פראנסיס. דארטן האט יצחק געלערנט פון ר' בצלאל אשכנזי, מראשוני האחרונים, דער מחבר ומלקט ספר שיטה מקובצת װאס מ'לערנט הײנט אין פיהלע ישיבות – אַן אנתולוגיה פון פירושים וחידושים אויף פיהלע מסכתות אין תלמוד, פון פארשידענע חכמים אנגעהויבן פון סוף תקופת הגאונים, וואס אגב, מיר האבן הײנט נאר א חלק פון דעם ספר. ר' בצלאל איז נישט צופיהל עלטער געווען פון יצחק, נאר 14 יאר; װי אױך האט ר' בצלאל אים איבערגעלעבט מיט 22 יאר. די צװײ האבן צוזאמען אױך געלערנט בּיי זייער געמײנזאמען רעבין ר' דוד בן שלמה אִבְּן זמרא, המכונה רדב"ז, װעלכער איז געזאגט געװארן צוהאבן געשריבן איבער 10,000, תשובות פון וועלכע נאר ארום 2,000 האבן איבערגעלעבט, און וועלכער האט אויך געשריבן א פירוש אויף משנה תורה פון ר' משה בן מימון המכ' רמב"ם.

צֹװײ אינטרעסאנטע נאטיצן איבער ר' בצלאל זענען, אײנס אז ר' בצלאל'ס גוטע חבר איז געװען דער משורר ורב הײשוב היהודי בעזה, בעמ"ח צֹװישן אנדערע, די שיר יָהּ ריבון עלם, ר' ישראל נג'ארה. ר' ישראל איז בחײװ אױסגעשטאנען קריטיק פון געֹװיסע, וועגן די אופן װאס ער האט מחבר געװען זיינע שירים און ווי ער פלעגט צופאסן אראבּישע און טערקישע טענער צו זיינע שירים, און װעמענ'ס זיידע אגב, ר' ישראל די קוריאל, איז אױך ר' בצלאל'ס רבי געװען. צװישן ר' ישראל'ס קריטיקירער איז געװען ר' חײם װיטאל פון װעמען מיר װעלן שפעטער רעדן, װאס האט אין זײן ספר החזיונות אים באשולדיגט אױף נוצן מיאוסע שפראך, האָמאָסעקשואליטי, סעקשועל רילעישאנס מיט נישט אידישע פרויען און אים אנגערופן א שיכור. וויטאַל האט דאס נישט באזירט אויף זאכן װאס ער האט אבזעווירט נאר אויף מיסטישע אנטפלעקונגען וועלכע ער האט געקלעימט אז ער האט געקריגן פון א רוח װאס האט זיך צו אים באֹװיזן. אעפ"כ האבן רוב, אינקלודינג וויטאל'ס רבי אליינס, ר' יצחק לוריה, אויסגעלויבט ר' ישראל אזש דער לעצטער האט זיך אויסגעדרוקט אז די מלאכים הערן זיך צו צו זיינע שירים אין גן עדן מיט קורת רוח. ר' ישראל אליינס האט ר' בצלאל'נען שײן מספיד געֹװען בײ זײן לויה. די צװײטע אינטרעסאנטע נאטיץ איז, אז כאטש װאס ר' בצלאל'ס משפחה נאמען איז געװען אשכנזי, איז מען נישט זיכער הײנט אויב ער איז נישט אין פאקט קײן ספרדי, אדער חצי ספרדי געװען.

על כל פנים, נישט װי הײנט װאס מ'װײסט אז ס'איז שעדליך צו חתונה האבן מיט נאענטע קרובים, האט יצחק געהײראט זײן קוזינע, א טאכטער פון מרדכי פראנסיס. צװײ יאר דערנאך האט ער דיסקאװערט א קַבּלִישע ספר און אנגעהויבן עוסק זײן דערינען. ס'זענען דא מסורות אז ער האט זיך מתבודד געווען פאר א תקופה, אויף װי לאנג איז נישט קלאר.

ר' חײם װיטאל, װעמענ'ס עדיות מ'ברויך נעמען מיט א היבּשע בּיסל זאַלץ, האט געשריבן אױף ר' יצחק אז ער האט זוכה געװען צו רוח הקודש, אױף א דרגה װאס פיהלע פאַר אים און נאך אים האבן נישט זוכה געװען, צו גילו אליהו הנביא און אז אליהו האט געלערנט מיט אים. ס'איז דא א מסורה אז משמים האט מען געזאגט ר' יצחק זאל ארױפגײן צו אר"י, זיך באזעצן אין צפת און אויסלערנען ר' חײם װיטאל. און אז דאס איז אזש געװען די סיבה ר' יצחק זאל בכלל אראפקומען אויף די װעלט.

ס'איז ייתכן אז ר' יצחק האט זיך פארזױמט א שטיקל צײט אין ירושלים אײדער ער איז געפארן קײן ירושלים. אין דער תקופה האט ער װי עס שײנט געטוהן אין 'הוראה', ד.ה. פסק'ען אין נגלה, אהן קריגן א סאַלערי אדער נעמען באצאלט. לױט דאקומענטן װאס מ'האט געפונען אין די קאיראָ גניזה האט ער זיך אױך מתפרנס געֹֹֹֹװען פאר א צײט דורכ'ן האנדלען מיט ספּייסעס און גרעינס (תבואה).

אין יאר 1570, צװײ יאר פאר ער איז נסתלק געװארן, איז ער אנגעקומען קײן צפת מיט זײן פרױ און צװײ טעכטער, װעלכע האבן שפעטער חתונה געהאט אין צפת, אײנע עכסה, צו ר' שלמה סאגיס – שפעטער א ראש ישיבה און אב בי"ד פון צפת, און רבי פון ר' יוסף מטראני בעמח"ס שו"ת המהרי"ט וצפנת פענח עה"ת ומועדים; די צֹֹװײטע, װײסט מען נישט די נאמען, האט געהײראט שלמה קאַרו, א זוהן פון ר' יוסף קארו, בעמח"ס שו"ע, כסף משנה ובית יוסף.

דער אר"י האט געהאט נאך צֹװײ קינדער, זוהן, שלמה און משה לוריא. משה איז געשטארבן אינג, לױט א מסורה, א שטראף צוליב וואס ר' יצחק זײן פאטער האט מגלה געֹֹֹװען סודות קבלײם צו זײנע תלמידים.

אין צפת האט ר' יצחק זיך באקענט מיט א צאל חכמי צפת און צו זײ איבערגעגעבן זײנע "גילויים" אין תורת הקבלה. שפעטער האט ער זיך אױך באקענט מיט ר' חײם װיטאל, װאס לױט דער לעצטער האט זײן רבי אים געשטעלט פאר דער אױסדערוועלדסטער פון צװישן זײנע תלמידים און פאר זײן ערקלערער; אױך זאל ער האבן מיט אים געלערנט אסאך דברי תורה ביחידות. די דאזיגע דברי תורה האט אנגעבליך, בהמשך געדינט אלס יסוד צו די 'כתבי האר"י' װאס ר' חײם װיטאל האט שפעטער אראפגעשריבן און בּאארבעט.

(הגם ס'איז שװער צו גלױבן אז דורכאױס די קורצע קנאַפּע צֹװײ יאר װאס ר' יצחק האט געװײלט אין צפת ביז זײן הסתלקות זאל ער קענען האבן איבערגעגעבן אזױפיהל פריװאט צו ר' חײם, װי דאס װאס דער לעצטער האט למעשה שפעטער אראפגעשריבן בשמו. חוץ פון די שיעורים װאס ער האט געגיבן צו זײנע תלמידים װאס סײ ר' חײם װיטאל און אױך אנדערע תלמידים האבן פארשריבן – הגם מיט קענטיגע הבדלים – איז נישט באקאנט אז דער אר"י זאל האבן צופיהל אליינס, קבלה אראפגעשריבן. פשט, אױסער פון װאס ר' חײם װיטאל האט געקלעימט אז דער אר"י זאל האבן אלײנס געשריבן. אױכעט, די באנעמונג פון ר' חײם צו זײנע אײגענע און חבירים'ס כתבים – ער האט נישט געשעהרט מיט קײנעם און זעלבסט נישט מפרסם געװען זײנע כתבים בחײו – זײנע דיפערענצן מיט אנדערע תלמידים\חבירים, ספעציעל ר' ישראל סרוק און ר' יוסף אבן טבול, און די פוהלע הבדלים צװישן תורת האר"י לויט װי אין זײנע כתבים און לױט װי אנדערע פון די אר"י'ס תלמידים האבן דאס מפרסם געװען, װײזט אז ער האט אלײנס אסאך מוסיף געװען און אפילו צענזורירט פון װאס זײן רבי האט מיט אים געלערנט. נ.ב. װעגן ר' ישראל סרוק, איז נישט זיכער אז ער איז דירעקט א תלמיד געװען פון דעם אר"י).

ר' יצחק איז נפטר געֹװארן נאכן אנגעשטעקט װערן אין די מגיפה װאס האט דעמאלס געבוזשעװעט אין דער גליל. ער איז באגראבן אין די אלטע בית הקברות אין צפת, צװישן אנדערע, נעבן ר' משה קורדובירו (א שטארקע בּאַאיינפלוסער צו ר' יצחק'ס שיטה אין קבלה הגם ס'איז נישט קלאר אויב די צװײ האבן קײן סך שײכות געהאט אויב בכלל, װײל ר' משה איז געשטארבן ארום דער צײט װאס דער אר"י איז אנגעקומען קײן צפת. מאנכע זאגן 6 מאנאטן נאך זיין אנקום), זײן זוהן משה, ר' שלמה אלקבץ (בעמ"ח שיר לכה דודי), ר' אלעזר אזכרי (בעמ"ח פיוט ידיד נפש וספר חרדים) און דער ר' יוסף מטראני הנזכר.

אין 2002 האט דער לייבּרערי הלאומית פון מדינת ישראל אויפגעדעקט אַטײל פון א בריװ װאס עמיצער פון צפת מיט'ן נאמען דוד האט געשיקט צו ר' יצחק אין דער תקופה װאס ער האט געװױנט אין מצרים. די בריװ רעדט ארום װעגן די פינאנציעלע הילף אין װעלכע די קהילות פון אר"י נויטיגן זיך. די בריװ איז געפונען געװארן, װידער אין דער גניזת קאירא.

View attachment 5102
א בילד פון דער בריוו עקסערפט

אין אײנע פון די הקדמות אין ספר עץ החײם פון ר' חײם װיטאל, שילדערט ער זײן רעבין אזוי:

ר' חײם װיטאל זאגט װײטער:



און די קומענדיגע באשרײבונג װעל איך רעדן אביסל פון זײן תורה, פון זײנע תלמידים און פון אנדערע פון ר' משה קורדבירו'ס תלמידים.

נ.ב. נאכ'ן שרײבן האב איך מיך אנגעשטױסן אין אן ארטיקל אװאו דער אר"י איז שױן שײן ארומגערעדט געװארן, ספעציעל דורך @אלעזר און @הק' לייביש שרייבער , אלזא ברענג איך א לינק דערצו.

מקור ויקיפדיה
Wow!

הערליך! קלאר!
כ'האב עס אדורך געליינט אין איין אטעם!
Thank you!
 
אבער איין קשיא וואס בלייבט אומפארשטענדלעך. וויאזוי איז דער אריז"ל געווארן אזוי פארהייליגט ביי כלל ישראל, ממש אין בדומה לו? און מען רעדט דא נישט לאנג נאך זיין פטירה
די סיבה איז קלאר, ווייל גדולי דורו האבן אים פארהייליגט

ער האט געוואוינט אין צפת ווי ס'זענען געווען דארט גדולי עולם, די הייליגע בית יוסף מיט'ן מבי''ט, די חרדים מיט ר' שלמה אלקבץ, אלע האבן שטארק געהאלטן פון אים, און מעיד געווען בגדולתו, איז אטאמאטיש אז ער איז געווען געבויט אויף קבלה, און חכמי דורו וואס האבן אים פרעזענליך געקענט האבן מעיד געווען אויף גדלותו, איז ער נתקבל געווארן בכלל תפוצות ישראל

יהא זכרו ברוך
 
היות ס'איז יעצט געװען ל"ג בעומר װען דער מיטאס פון ר' שמעון'ען פארכאפט אלעמען אין א יו"ט'דיגע עקסטאז, איז דאך נישט מער װי אין פלאץ צו רעדן פון אַן אנדער פערזענליכקײט אסאציאַצירט מיט דער לימוד הקבלה און דאס איז אונזער באקאנטער אריז"ל, אדער המכונה בפי רבים אר"י הקדוש, ר' יצחק בן שלמה לוריא. איך זאג מיטאָס פון ר' שמעון װײל כ'האב אגב געזעהן פון אלחנן ריינר, אַן ארץ ישראל'דיקער היסטריון, אז ס'איז מסתבר אז דער כאראקטער אדער פּערזענליכקײט פון ר' שמעון איז באמת א גלגול, אדער א ריסײקלינג פון א פריערדיגער װאס האט מקודם פארנומען דעם אָרט – יהושע בן נון. ד.ה. אין די ערשטע יאר-טױזנט לפני הספירה, נאך פאַר ס'װערט סײ װאו דערמאנט א הילולת ר' שמעון אדער א שייכות צווישן ר' שמעון און ל"ג בעומר, איז געװען אנשטאט א מנהג און מסורה בּײ ארטיגע אידן, אום ל"ג בעומר, ארױפצוגײן אױף הר מירון צו יהושע בן נון'ס קבר. און אױך אַז פארשידענע פון די מיטאסן װאס נעמען ארום ר' שמעון, װי למשל א מרגיז הארץ מרעיש ממלכות (בקשר צו א ערד-ציטערניש װאס זאל האבן געשעהן בשעת זײן הסתלקות), א לעגענד, און מחולל ניסים, האבן זיך פון פריער פונקט אזױ געדרײט ארום דער פערסאנאליטי פון יהושע בן נון. נאָר שפעטער, ספעציעל אין ליכט פון די נײע עולי מגירוש ספרד צו אר"י, װעלכע זענען שױן נחשף געֹװען צו די זוהר װעלכע איז "נתגלה" געװארן אין קסטיליה דורך ר' משה די ליאון מיט בערך א צװײ הונדערט יאר פריער, האט זיך דער הילולא ארום יהושע בן נון, ביסלעכװײז מעטאַמאָרפאָזד און אריבער צו ר' שמעון בר יוחאי אנשטאט
זייער אינטערעסאנט
יישר כח פאר׳ן מיטטיילן!

אז דו רעדסט שוין יא פון ר׳ שמעון בר יוחאי מיט א געבארגטע סטאָרי -
איז דא א גאנצע דיון פון פרופ׳ מיכל בר אשר סיגל - אז די געשיכטע פון ר׳ שמעון בר יוחאי מיט זיין זוהן אין די מערה האט די גמרא אדאפטירט פון די קריסטן -
פון די קריסטליכע מאנאכן דערציילונגען, וואס די סארט מעשיות זענען געווען די מערסטע פאפולער אין יענע צייטן -
די הייליגע Monks/מאנאכן פלעגן זיין די סעלעבריטיס אין די ancient times

דא קענסטו עס הערן באריכות אויף ענגליש:
(אויב איינער דא וויל עס אויף העברעאיש קען איך עס אפשר אפירזוכן). זי האט אויך ארויסגעגעבן ביכער וואו זי רעדט דערוועגן
View: https://youtu.be/jlnSYo2gVHU?si=HSgoemsd7IS85EzG
 
זייער אינטערעסאנט
יישר כח פאר׳ן מיטטיילן!

אז דו רעדסט שוין יא פון ר׳ שמעון בר יוחאי מיט א געבארגטע סטאָרי -
איז דא א גאנצע דיון פון פרופ׳ מיכל בר אשר סיגל - אז די געשיכטע פון ר׳ שמעון בר יוחאי מיט זיין זוהן אין די מערה האט די גמרא אדאפטירט פון די קריסטן -
פון די קריסטליכע מאנאכן דערציילונגען, וואס די סארט מעשיות זענען געווען די מערסטע פאפולער אין יענע צייטן -
די הייליגע Monks/מאנאכן פלעגן זיין די סעלעבריטיס אין די ancient times

דא קענסטו עס הערן באריכות אויף ענגליש:
(אויב איינער דא וויל עס אויף העברעאיש קען איך עס אפשר אפירזוכן). זי האט אויך ארויסגעגעבן ביכער וואו זי רעדט דערוועגן
View: https://youtu.be/jlnSYo2gVHU?si=HSgoemsd7IS85EzG
ואפשר להיפך.
 
גאט רעגט זיך נישט ווען מ'ניצט דעם שכל
ער גרויסט זיך דערמיט אין זיין היכל
און זאגט עס נאך מיט א שמייכל

אבער ווען מ'גייט היציג משתחווים לחמה
מ'שמירט פון טריגערס ווי א ריקא עמא
מ'קלאפט יענעם ווייל ער טראכט מסתמא
דאס בארעגט ווי אן עף'ן מאמע

כי רגע באפו מפעם לפעם
אל תשפכו דם
חבי כמעט רגע עד יעבור זעם
אנא תדברו דברים של טעם
 
Ouch

איז דאס פאליש? איך בין צומישט ...?
100%
זייער א גרויליגע ווערק, איכסס..
איך האב נישט צופיל מעיין געווען, אבער ליינענדיג אין די שנעלקייט קוקט מיר אויס ווי ס'איז אריין צייט און מח אין דעם ארטיקל. ווי אויך איז מיר עס געווען גאנץ אינטערסאנט.

איך בין נייגעריג צו הערן וואס האט אייך אזוי געטריגערט.
 
Back
Top