רבי אביגדור מיללער זי''ע (ביאגראפיע און פערזענליכע זכרונות)

חלק ל''ט: מען מוז שלאפן אכט שעה א מעת לעת!

1751640178880.png

דער הייליגער רמב''ם פסקענט דאס להלכה, אבער עס איז אנגענומען אפילו היינט אויך ביי די פארגעשריטענע ''סייענס'' וועלט, אז אן שלאפן אכט שעה זענען מיר נישט קיין מענטשן.

ר' אביגדור איז געווען משגיח אין ישיבת חיים בערלין, האט ער אויסגעלאשן די לעקטער אין בית המדרש, אז אפילו די גרעסטע מתמידים זאלן נישט דארטן קענען זיין אויף צו לערנען שפעט ביינאכט.

ער האט געקענט און גרעדט פון 4 שטארקע מתמידים וואס ער האט געקענט וואס זענען שפעטער געווארן אינגאנצן משוגע, ווייל זיי זענען נישט געהעריג געשלאפן ל''ע.

איי וויאזוי איז מעגליך היינט צוטאגס, אין אזא שווערע ''ביזי'' וועלט דאס צו טאן, צו שלאפן גאנצע 8 שעות אין א מעת לעת?

ר' אביגדור אליינס פלעגט אויפשטיין גאר פרי פארטאגס און זיך צולייגן אינמיטן טאג שינת צהריים.

אבער פאר איינער וואס פירט א ביזנעס אדער האט א ניין טוה פייוו זשאב האט ער געזאגט מ'זאל זיך צוריקלייגן פארנאכטס. נאכ'ן ארבייט.

ר' אביגדור האט געזאגט אז די אלע טעראפיסטן און סעקייעטריסטן מיט זייערע פארמעסוטיקל סייקיעטריק מעדיצינען האב נאר פרנסה צוליב דעם וואס מענטשן שלאפן נישט געהעריג אכט שעות א מעת לעת!

ר' אביגדור האט מודה געווען אז איינמאל א מענטש האט שוין נפשיותדיגע פראבלעמען, דהיינו זיין לעבן האט שוין שלום בית אדער פרנסה אדער חינוך וכדו' ''אישוס'', דאן איז שוין צו שפעט צוריקצודרייען די זייגער אז נאר דורך שלאפן געהעריג וועט יענער נאך נישט ווערן געזונט. אבער בעפאר די ''מענטל העלטה'' געזונט גייט קאפוט, מאכט זיכער צו שלאפן 8 שעות א מעת לעת, וועט איר בלייבן נארמאל אין אייער גייסט און מוח!

די היינטיגע סייענטיסטן זעהן אויך איין פארוואס שלאפן איז אזוי וויכטיג, עס היילט דעם מוח, און עס רייניגט אויס דעם מוח פון אפגעניצטע אפפאל פון פארזשאוועטע ''ניוראן קאנעקשענס'', און עס מאכט די גוטע ''ניוראן קאנעקשענס'' שטערקער, דאס איז אויך די סיבה פון חלומות, ווייל דער מוח ארבייט אויס דעם טעגליכן לעבן, ווי איינער חזר'ט זיך איין די ''ליינס'' פאר א ''פלעי''. עס באנייט דעם מענטש, צו זיין קלארער און פרישער מיט'ן טאג ''אהעד''. קומט אויס אז שלאפן איז נישט נאר אז מיר 'רוען זיך אויס'. פארשטייט זיך, דאס אויך. אבער דער שלאף, איז אויך א פרא אקטיווער ארבייט.

ווי דער פאלגענדער משל וואס איך אמאל געהערט פון הרב שאול קליין שליט''א, אויף זיין 'חצי שיעור' פאדקעסט: באטראכט אמאל די הויכע אפיס געביידעס אין מאנהעטן, וועט איר באמערקן אן אינטערסאנטער מנהג, אז עס בלייבן אפען די לעקטער אנגעצינדן א גאנצן נאכט, עס שיינט די ''נייט סקייליין'' פון מאנהעטן, אז דאס באלייכט דעם גאנצן ארום אפילו טיעף אינמיטן ביינאכט, פארוואס? וואס איז פשט אין דעם? קיינער וואוינט דאך נישט דארטן?

נאר ווייל דאן ''קליענט'' מען אפ אלע אפיסעס, מען רייניגט דע טישן און דער ערד וכדו' - ס'ארבייט זיך שוין איינמאל; טאקע נישט די בייטאג ארבייטער, נאר די נאכט ארבייטער. די זעלבע איז מיט אונזער מוח, ווען מיר שלאפן, ארבייט דאס פעסט אריין, זיך פארעכטן און רייניגן אונזער מוח אליינס, פיבערהאפטיג און פלייסיג, פונקט ווי בייטאג. מיר זענען נישט קיין מאשינען וואס קענען אויף זיין אייביג נאכאנאנד; מיר מוזן האבן די בייטאג אויף צו זיין, און די ביינאכט ''שיפט'' פון שלאפן אויך!

אז מען שלאפט 8 שעה א יעדע מעת לעת פון אונזער לעבן, האט מען זייער שטארק הנאה פונעם לעבן. לויט ר' אביגדור.
 
לעצט רעדאגירט:
אבער ר' אביגדור האט געהאלטן אז עס א חיוב ומצוה מיטצוהאלטן אלע נייעס פון די גאנצער וועלט, אפי' אין כינע אדער ניו זילאנד!

ווייל דאס איז אלעס א מוסר השכל אלעס פאר אונז ערליכע אידן צו ווערן בעסער אין לעבן!
מיט 300 יאר צוריק און פריער, ווען מען האט נישט געקענט מיטהאלטן די נייעס, איז אלע נייעס דארט אויך געווען פאר ערלעכע יודן, אדער דעמאלטס איז פשוט גארנישט געשען דארט אלעס איז געפארן על מי מנוחות?

מעגסט אביסל צימבלען דיין רבי'ן אויך ווען ער רעדט ש"א

און אז מ'רעדט שוין דארף איך הערצליך באדאנקן אונזער אויפן-וועג-צי-ווערן-די-גרעסטע קאנטריביוטער אויף קרעמל @שמייכעל
 
חלק ל''ט: מען מוז שלאפן אכט שעה א מעת לעת!

View attachment 6412

דער הייליגער רמב''ם פסקענט דאס להלכה, אבער עס איז אנגענומען אפילו היינט אויך ביי די פארגעשריטענע ''סייענס'' וועלט, אז אן שלאפן אכט שעה זענען מיר נישט קיין מענטשן.

ר' אביגדור איז געווען משגיח אין ישיבת חיים בערלין, האט ער אויסגעלאשן די לעקטער אין בית המדרש, אז אפילו די גרעסטע מתמידים זאלן נישט דארטן קענען זיין אויף צו לערנען שפעט ביינאכט.

ער האט געקענט און גרעדט פון 4 שטארקע מתמידים וואס ער האט געקענט וואס זענען שפעטער געווארן אינגאנצן משוגע, ווייל זיי זענען נישט געהעריג געשלאפן ל''ע.

איי וויאזוי איז מעגליך היינט צוטאגס, אין אזא שווערע ''ביזי'' וועלט דאס צו טאן, צו שלאפן גאנצע 8 שעות אין א מעת לעת?

ר' אביגדור אליינס פלעגט אויפשטיין גאר פרי פארטאגס און זיך צולייגן אינמיטן טאג שינת צהריים.

אבער פאר איינער וואס פירט א ביזנעס אדער האט א ניין טוה פייוו זשאב האט ער געזאגט מ'זאל זיך צוריקלייגן פארנאכטס. נאכ'ן ארבייט.

ר' אביגדור האט געזאגט אז די אלע טעראפיסטן און סעקייעטריסטן מיט זייערע פארמעסוטיקל סייקיעטריק מעדיצינען האב נאר פרנסה צוליב דעם וואס מענטשן שלאפן נישט געהעריג אכט שעות א מעת לעת!

ר' אביגדור האט מודה געווען אז איינמאל א מענטש האט שוין נפשיותדיגע פראבלעמען, דהיינו זיין לעבן האט שוין שלום בית אדער פרנסה אדער חינוך וכדו' ''אישוס'', דאן איז שוין צו שפעט צוריקצודרייען די זייגער אז נאר דורך שלאפן געהעריג וועט יענער נאך נישט ווערן געזונט. אבער בעפאר די ''מענטל העלטה'' געזונט גייט קאפוט, מאכט זיכער צו שלאפן 8 שעות א מעת לעת, וועט איר בלייבן נארמאל אין אייער גייסט און מוח!

די היינטיגע סייענטיסטן זעהן אויך איין פארוואס שלאפן איז אזוי וויכטיג, עס היילט דעם מוח, און עס רייניגט אויס דעם מוח פון אפגעניצטע אפפאל פון פארזשאוועטע ''ניוראן קאנעקשענס'', און עס מאכט די גוטע ''ניוראן קאנעקשענס'' שטערקער, דאס איז אויך די סיבה פון חלומות, ווייל דער מוח ארבייט אויס דעם טעגליכן לעבן, ווי איינער חזר'ט זיך איין די ''ליינס'' פאר א ''פלעי''. עס באנייט דעם מענטש, צו זיין קלארער און פרישער מיט'ן טאג ''אהעד''. קומט אויס אז שלאפן איז נישט נאר אז מיר 'רוען זיך אויס'. פארשטייט זיך, דאס אויך. אבער דער שלאף, איז אויך א פרא אקטיווער ארבייט.

ווי דער פאלגענדער משל וואס איך אמאל געהערט פון הרב שאול קליין שליט''א, אויף זיין 'חצי שיעור' פאדקעסט: באטראכט אמאל די הויכע אפיס געביידעס אין מאנהעטן, וועט איר באמערקן אן אינטערסאנטער מנהג, אז עס בלייבן אפען די לעקטער אנגעצינדן א גאנצן נאכט, עס שיינט די ''נייט סקייליין'' פון מאנהעטן, אז דאס באלייכט דעם גאנצן ארום אפילו טיעף אינמיטן ביינאכט, פארוואס? וואס איז פשט אין דעם? קיינער וואוינט דאך נישט דארטן?

נאר ווייל דאן ''קליענט'' מען אפ אלע אפיסעס, מען רייניגט דע טישן און דער ערד וכדו' - ס'ארבייט זיך שוין איינמאל; טאקע נישט די בייטאג ארבייטער, נאר די נאכט ארבייטער. די זעלבע איז מיט אונזער מוח, ווען מיר שלאפן, ארבייט דאס פעסט אריין, זיך פארעכטן און רייניגן אונזער מוח אליינס, פיבערהאפטיג און פלייסיג, פונקט ווי בייטאג. מיר זענען נישט קיין מאשינען וואס קענען אויף זיין אייביג נאכאנאנד; מיר מוזן האבן די בייטאג אויף צו זיין, און די ביינאכט ''שיפט'' פון שלאפן אויך!

אז מען שלאפט 8 שעה א יעדע מעת לעת פון אונזער לעבן, האט מען זייער שטארק הנאה פונעם לעבן. לויט ר' אביגדור.
אויב געדענק איך גוט שרייבט די רמבם אז 'ס'גענוג' צו שלאפן (בלויז) אכט שעה. מיינענדיג נישט מער ווי אכט שעה....
 
חלק כ''ה: תלמידו הגדול הרב הגאון החסיד רבי אברהם שלמה יאבא שליט''א לרפואה שלימה!

View attachment 6076

הרב אברהם שלמה יאבא פארלאנגט זיך א באזונדערע קאפיטל, איך וועל דאס פרובירן אביסל אים צו באשרייבן בדרך כבוד, לפי כבודו הרמה פון דעם גרויסן גאון.

אסאך אידן יראים ושלמים גאר חשובע רבנים ובעלי בתים פלעגן קומען רעגלמעסיג צו ר' אביגדור, רוב האבן מיר שוין פריערט דערמאנט, אבער געציילטע האבן מיר אויסגעלאזט, ווי הרב שטאלצבערג קודם פון לאנדאן דערנאך אין בארא פארק. הרה''ח רבי שלמה אליעזר געלבמאן ז''ל, פון ווילאמסבורג וואס ער האט אפגעשטיפט זיין דיאגנאז פון קענסער פאר פערציג יאר ביז פאראיאר וואס ער איז ליידער נפטר געווארן. ער איז ר' שלמה יענקל געלבמאן'ס קאזין אבער פונקט פארקערט גאר א שטילער איד געווען. ר' שלמה אליעזר פלעגט שלעפן דעם איש החסד פון וויליאמסבורג ר' אברהמעלע זילבערשטיין שליט''א, בן הגאון החסיד דער פוילישער סאטמערער חסיד הגאון הצדיק רבי נתן דוד זילבערשטיין אבד''ק שערי תורה זצ''ל, ר' אברהם איז א ריכטיגיער, אמת'ער ארגינעלער, תלמיד רבינו הקדוש מסאטמאר דער בעל ויוא' משה זי''ע א פייערדיגער סאטמאר חסיד, וואס צוליב זיין שטארקע קנאות, האט ער געהאלטן אז ר' אביגדור איז נישט גענוג קנאות'דיג כלפי ציונות... אבער ר' אברהם פלעגט אונז אייביג זאגן, אז ער הערט אויס ר' אביגדור וויייל דאס איז זיין ''טיילענאל''...!

אבער ר' אברהם שלמה יאבא איז נישט נאר געגאנגען צו ר' אביגדור נאר געקערט א וועלט איבער ר' אביגדור דהיינו מפרסם געווען זיינע תורות, אין 'בלאט' פון די אהרונים, און בכלל איבער די וועלט דורך זיינע שיעורים. וואס ר' אברהם שלמה אליינס געבט אנליין, און פלעגט געבן אין זיין בית המדרש.

ר' אברהם שלמה יאבא האט געפענט דעם שוהל 'נטעי אביגדור' על שמו וזכרו פון ר' אביגדור אין וויליאמסבורג, ראטלידזש קארנער בעדפארד, קעגן איבער לימנוב, עס האט אויך געהייסן 'לעמבערג'; דארטן האט מען נישט געטארט רעדן ביים דאווענען.

View attachment 6075

אין דעם בילד קוקט ר' אברהם שלמה יאבא אויס גענוי ווי ר' חיים שניצלער זיין חבר.

ר' אברהם שלמה יאבא איז א שוואגער און פעטער פאר'ן זאלי נגיד ר' משה יוא' מזרחי, טאקע ר' משה יוא' אליינס, פלעגט אויך זיין א שטענדיגער אנוועזענדער ביי ר' אביגדור'ס שיעורים, ער פלעגט קומען מיט זיין גרויסן שווארצן סובארבן און אויך מיטנעמען אינגעלייט פון וויליאמסבורג יעדער וואך.

ר' אברהם שלמה'ס זוהן דער בכור איז דער פאדקעסטער נחי יאבא, וואס האט לעצטענס געפאוסט א בילד מיט ר' אברהם שלמה זיין טאטע אין שפיטאל, ווען ר' אברהם שלמה דארף איצט א רפואה שלימה, האבנדיג 'פענקריעטיק' קענסער ל''ע.

ר' אברהם שלמה האט טאקע דעם זייער פאפולערער גמרא שיעור על דרך ר' אביגדור. דהיינו בקיאות שנעל פשוט קורץ און שארף דעם דף, וואס דאס וועט אוודאי מגין זיין אויף אים אז ער זאל האבן א שנעלער גענצליכער היילונג, אמן כן יהי רצון!

Kol Halashon

הרב אברהם שלמה יאבא זייענדיג א תלמוד חכם אדיר און גאר א קלוגער ענערזשעטיגער אינגערמאן, איז געווען דער גרעסטער פרעגער ביי ר' אביגדור'ס שיעורים, בכלל איז ער נישט בלויז געווען ביי יעדן איינציגן שיעור אן א הפסק, נאר געזעצן נעבן ר' אביגדור, און גאר אנגעדרייט די מצב דארטן. דהיינו, ביי אים אין קאר פלעגן זיך אריין קוועטשן נאך אידן פון וויליאמסבורג, ווי ר' חיים שניצלער און אנדערע, און זיי פלעגן פרעגן די קאנטראווערסיאלע שאלות בעיקר סוף שיעור יעדער וואך ס'זאל זיין צייטלעך קאנטרעווערסיא'ל ציענד און אינטערסאנט.

אבער כפי זכרוני איז דאס יא ר' חיים שניצלער וואס האט באדינט ר' אביגדור די לעצטע צייט אין שפיטאל, ווען ר' אביגדור איז נפטר געווארן. און די סידור האט היינט צו טאגס ר' חיים; קען זיין ר' אברהם שלמה האט אים דאס געגעבן, - איך ווייס נישט. מ'דארף וויסן אז זיי, די ביידע, פלעגן גיין אייביג צוזאמען; יאבא מיט שניצלער זענען געווען ווי ברודער, די זעלבע עידזש, און אויסגעקוקט די זעלבע, חברים פון מאנדרוי ישיבה. מילא זענט איר מעגליך גערעכט אז ר' אברהם שלמה איז אויך געווען אין שפיטאל די לעצטע טעג פון ר' אביגדור'ן אים צו באדינען.

בכלל דארף מען וויסן, אז ר' אברהם שלמה איז אדורך זייער א שווערע איגענט אין סאטמאר וויליאמסבורג, ווי מ'האט אים גערודפ'ט זייענדיג א ספרדישער ארגענטינער אינגל, אבער ער האט זיך ארויפגעדראפעוועט אויפ'ן לייטער פון אונזער געזעלשאפט גאר שטארק, ער איז אנגעקומען צו זיין גאר א חשובער אינגערמאן אין וויליאמסבורג לערנדיג אין סאטמאר.

***

אט איז א באשרייבונג אויף ר' אברהם שלמה שליט''א אין משפחה מאגאזין. איך קען דאס נישט לייענען ווייל איך בין נישט קיין פעיד סובסקרייבער עס איז אינטער א ''פעי וואהל''. אויב איינער צאלט זיי צו לייענען וואלט איך מכיר טובה געווען אז מ'שיקט מיר צו דעם גאנצן ארטיקל אין אישי, איך זאל קענען פארעכטן דעם פאוסט איבער ר' אברהם שלמה. א יישר כוח למפרע!

Rav Avigdor’s Unlikely Chassidim - Mishpacha Magazine
ברוך דיין האמת.

1751799740784.png

ס'איז זייער נערווירענד אז מ'קען נישט אפדעיטן קיין אלטע פאוסטס דא אויף קרעמל. צו טוישן די שליט''אס אויף ז''ל'ס.

דעם שבת איז ליידער אוועק ר' אביגדור'ס סאטמערע חשובסטער תלמיד הרה''ח ר' אברהם שלמה יאבא הרינו כפרת משכבו עליו השלום זכר צדיק לברכה - אין פרייצייטיגן עלטער פון בלויז 55 יאר אלט, נאכ'ן ליידן אויף יענער מחלה אין די ''פענקריעס'' השם ישמרינו!

ס'איז זייער שווער זיך צו געזעגענען פון אזא 'לעבעדיגער' מענטש. ר' אברהם שלמה האט שטענדיג געהאט א פרייליכן שמייכל מיט א גוט ווארט פוהל מיט חיזוק פאר יעדן איינעם וועמען ער האט באגעגענט סיי ווען. ער איז געווען ''לארדזשער דעהן לייף'' ווי מ'זאגט! ער האט געהאט אסאך ''פאוער'' ווייל ער האט געהאט מער ענערגיע און שכל חכמה בינה ודעת פונעם אלגעמיינעם מענטש.

אבער מיר געזעגענען זיך נישט פון ר' אברהם שלמה, נאר ער לעבט ווייטער מיט אונז דורך דעם וואס מיר וועלן הערן זיין תורה און זיינע שאלות אויף יעדער ר' אביגדור מילער טעיפ צום סוף בלי שום גוזמה!

ער האט געהאט א שטורמיש לעבן, בעיקר זייענדיג א ספרדיש אינגל פון ארגענטינע, וואקסענדיג אין אונזער חסידישע קנאישע סאטמערע אמעריקאנע אונגערישע געזעלעשפט. צו אזא מין גרויסקייט אין תורה וגדולה. ער איז געווען א בעל בתישער איד קומענדיג פון א רייכע משפחה.

אבער אויך א ''סעלף מעיד מען'' דורך זיין שקידה בתורה יומם ולילה, און בכלל זייענדיג זייער פלייסיג אין אלעס וואס ער האט עוסק געווען אין לעבן. ער פלעגט מאלן די סיינס אין סאטמאר פאר אלע חתונות פונעם רעבין דער בעל בייראך משה ווי אויך די נוי סוכה פלעגט ער מאכן הערליכע באצירונגען מיט עלעקטאראנישע קונסטליכע אויסגעקרוצטע קרוינען!

בכלל איז ער געווען א חסיד נלהב פון דעם בייראך מוישע און ר' אהרן זיין ממשיך דרכו, ווי ער פלעגט כסדר זיין אויפ'ן אויבן אן ביי יעדן טיהש אפילו ער איז געזיצן אין געלערנט פלייסיג יומם ולילה זיך מתייגע זיין אויף גמרא רש''י און ראשונים ואחרנים ווי א ישיבה מאן.

ער איז געווען זייער ענערגעטיש און געלונגען. אז זיין קורץ לעבן איז געווען פיהל רייכער ווי עלטערע מענטשן וואס לעבן נישט אין קאוואליטעט א פראצענט פון אים אפילו זיי לעבן אסאך לענגער און קוואנטיטעט.

שלום עליך רבי ומורי אהובי וידידי ידיד כל בית ישרא' וידיד נפש כל חי, ר' אברהם שלמה! לך בכוחך הזה, אל תראו ואל תחת! קום ארויף אויבן דארטן אין הימל פאר'ן כיסא הכבוד רייס איין פאר אונז דיינע תלמידים חסידים וידידים אז מיר זאלן זעהן נחת פון די קינדער אז מיר זאלן האבן געזונט און לאנגע יארן. דו ביסט דאך געווען אזא פארגינער פאר יעדן איינעם! אז מיר זאלן האבן פרנסה בריווח כדי צו קענען זיך צוהערן צו דיינע שיעורים ווי עס ברויך צו זיין עס זאל נמשך ווערן ווייטער דיין שפתותיו דובבות בקבר במלוא מובן המלה טאקע.

דו ביסט געווען א מזכה הרבים היסטורי מיט דיינע פילע אינטערנעט שיעורים אויף גמרא שנעל קלאר קורץ און צום פונקט גרינג און ציענד פאר'ן צוהערער! דיינע טויזענעטע חסד והרבצת התלמידים, ווי איך אליינס דער כותב השורות בין געווארן נתקרב צו ר' אביגדור מילער זי''ע בעיקר דורך דיר, וועט זיכער ביישטיין פאר דיר איצט אין עולם האמת אז זאלסט גראד אריין גיין אין גן עדן, טאקע נעבן דיינע רביס דער בייראך מוישע מיט ר' אביגדור מילער זכר צדיקים לברכה. אכי''ר!

תהא זיכרו ברוך דורך אונזער שרייבן פון אים דא. ובילע המוות לנצח ומחה השם יתברך דמעה מעל כל פנים על ידי יקוצו וירננו כל שוכני עפר לנצח בביאת משיח צדקינו ובתחיית המתים בבאכי''ר.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק מ': ר' אביגדור אויף שלום בית

1751915775728.png

א ליסטע פון 27 אנווייזונגען פון ר' אביגדור פאר א יעדער אידישע שטוב עס זאל הערשן שלום אהבה ואחוה, אבער ער האט דאס אנגערופן די עשרת הדיברות נישט ווייל עס איז בלויז 10 נאר ווייל עס איז קורץ און שארף גרינג צו חזר'ן און געדענקן, און טאקע מקיים זיין.

דאס מערסטענס ארום גערעדעט סוביעקט פון ר' אביגדור איז געווען תיקון המידות, דערפאר האט ער דאס מערסטע ארום גערעדט פון שלום בית, ווייל מיט'ן ווייב האט ער געהאלטן פארברענגן מיר דאס מערסטע אין לעבן, מילא איז דאס דער גרעסטער מתנה פון הקב''ה זיך אויסציארבייטן די מידות אויף די וועלט!...

דאס מערסטע דארפן מיר זיך פארטראגן מיט'ן ווייב; מער ווי מיט'ן ''באס'' רבי תלמיד קינד אייניקל באבע זיידע גוי איד חבר שונא קאזינס פעטערס מומעס נעפיוס ניעסעס קאלעגעס קאסטומער קאנקורענטן בני הקהילה אנ''ש מתנגדים שווער שוויגער שוועגערן שוואגערס שכנים מחותנים עקסעס און עלטערן וכו'

איך וועל דא איבערזעצן זיינע עשרת הדיברות אויף שלום בית בין איש לאישתו, וואס ער האט געהאלטן מיר מוזן שטענדיג חזר'ן. ער האט מיך פערזענליך געגעבן נאך הדרכות, ווי אויך אויף די טעיפס הערט מען מער ווי צעהן הדרכות הונדערטע אויב נישט טויזענטער, אבער אויף אנציהייבן איז 10 פונקט גענוג. איך האב דאס גענומען פון גוגעל עי.איי. איך זעה דער בילד דא אין דעם שנירל, איז דאס אויסגעשטעלט אנדערש און טאקע מערערע אבער אונז וועלן זיך האלטן צו בלויז 10 מחמת גרינגקייט צו געדענקן.

א. זיי רעאליסטיש: פארשטיי אז חתונה האבן איז נישט קיין שיינע פאנטאזיע, פיל מיט ראמאנטישע חלומות, נאר זיי מקבל דיין שותף אין לעבן, וויאזוי זיי זענען מיט אלע זייערע חסרונות.

ב. צושטער נישט דעם רוטין פונעם אישית-לעבן: אייביג האלטן א נאכאנאנדיגער אויסגערעכנטער רוטין אינעם לעבן צו זיין געסטרוקטערד און קאנסיסטענט אן סורפרייזעס און שינויים אינעם בשותפיתדיגן לעבן צוזאמען ביז די 120 אי''ה.

ג. מאך שלום: שליכטעט חילוקי דעות זייער שנעל און האלט אייך אפ פון פארלענגערן מיינונגס פארשידנהייטן.

ד. זאג קיינמאל נישט ארויס די 2 אידישע אותיות נאמען-ווארט, פון דיין מויל, וואס מ'רופט אן, דאס זיך צעטיילן אין משפחה לעבן, וואס הייבט זיך אן מיט א ג', און ענדיגט זיך ליידער מיט א ט', און גראמט מיט בעהט, ס'איז ממקורו אן אראמיש ווארט, פון גמרא והלכה, וואס אין לשון קודש הייסט דאס גירושין: דאס מאכט שטערקער די באשלאסנקייט צו חתונה לעבן און טרייבט אוועק שלעכטע מחשבות פון זיך רח''ל ח''ו ה''י הי' לא תי' - זיך קיינמאל צעטיילן.

ה. זיי געטריי: האלט זיך שטענדיג זייער נאענט מיט ליבשאפט און נאמנות צו דיין שותף אין לעבן, און האלט זיך אפ פון ווערטער וואס קען שעדיגן דעם טראסט.

ו. קיינמאל נישט זאגן אדער שרייבן; ''איך האב דיך פיינט'': דאס באטאנט דעם קריטיש וויכטיגען געווארנטקייט צו שטענדיג בלויז נאר נוצן פאזיטיווע קאמיוניקאציע און צו פארמיידן ווייטאגליכע שפראך.

ז. ואהבת לרעיך כמוך: שטעל צו דעם פרינציפ צו דיין שותף אין לעבן אויכט, זיך באגיין מיט זיי ווי דו באגייסטעך מיט דיר זיך און זעלבסט אליינס.

ח. צייג און באווייז דיין ליבע און דרך ארץ פאר דיין שותף אין לעבן: שטענדיג און נאכאנאנד זיי פארנומען ארויסצוברענגן דיין הכרת הטוב פון דיינע פילע און טיפע דאנק און לויב געפילען צו דיין שותף און לעבן דורך מעשים און ווערטער.

ט. האלט זיך שיין צוזאם גענומען צו אויסקוקן גוט שטענדיג: נעם קער פון זיך - שטרענג זיך אן צו אייביג אויסקוקן געשמאק בחנ'ט און שיין פאר דיין שותף אין לעבן.

י. זיי נישט קיין דיקטאטור: פארמיידט זיך פון זיין שטארק און אנטלויף פון אנפירערשאפט ווי פון פייער. שטרעב און ארבייט צו מאכן גלייך אויף גלייכע שותפות מיט דרך ארץ און פארשטאנד וכבוד הדדית.

*

ווי געשריבן אין די הקדמה, וויל איך אויך צוענדיגן, אז דאס איז בלויז די 'עשרת הדיברות', דהיינו, די שפיצן, ואידך זול גמור, און וועסט קיינמאל נישט קענען לערנען גענוג די פרטי הלכות פון הלכות שלום בית ווי די גאנצע תורה, וואס די לוחות זענען בלויז געווען קורץ און שארף, און ווי די לוחות ראשונות ולוחות השניות, איז דא פארשידענע ווערסיעס, וויאזוי ר' אביגדור האט דאס געזאגט. אבער דאס קומט פון גוגעל. סא מסתם איז דאס די בעסטע נוסח.

*

כ'געדענק אז ר' אביגדור פלעגט ארויפגיין און אראפקומען צום שיעור צוזאמען מיט די רביצן, - זיי האבן געוואונט העכערן שוהל דאן, - זיי האבן זיך זייער ליב געהאט. זי האט געהאלטן די טיהר פאר אים און ער פאר איר. און זיי האבן באגריסט יעדן איינעם צוזאמען ממש ווי שנה ראשונה ''לאווי-דאווי'' פארעלעך, כאטש זיי זענען שוין געווען חתונה געהאט א גוטע 70 יאר ווען איך האב זיי געקענט.
 
לעצט רעדאגירט:
ברוך דיין האמת.

View attachment 6431

ס'איז זייער נערווירענד אז מ'קען נישט אפדעיטן קיין אלטע פאוסטס דא אויף קרעמל. צו טוישן די שליט''אס אויף ז''ל'ס.

דעם שבת איז ליידער אוועק ר' אביגדור'ס סאטמערע חשובסטער תלמיד הרה''ח ר' אברהם שלמה יאבא הרינו כפרת משכבו עליו השלום זכר צדיק לברכה - אין פרייצייטיגן עלטער פון בלויז 55 יאר אלט, נאכ'ן ליידן אויף יענער מחלה אין די ''פענקריעס'' השם ישמרינו!

ס'איז זייער שווער זיך צו געזעגענען פון אזא 'לעבעדיגער' מענטש. ר' אברהם שלמה האט שטענדיג געהאט א פרייליכן שמייכל מיט א גוט ווארט פוהל מיט חיזוק פאר יעדן איינעם וועמען ער האט באגעגענט סיי ווען. ער איז געווען ''לארדזשער דעהן לייף'' ווי מ'זאגט! ער האט געהאט אסאך ''פאוער'' ווייל ער האט געהאט מער ענערגיע און שכל חכמה בינה ודעת פונעם אלגעמיינעם מענטש.

אבער מיר געזעגענען זיך נישט פון ר' אברהם שלמה, נאר ער לעבט ווייטער מיט אונז דורך דעם וואס מיר וועלן הערן זיין תורה און זיינע שאלות אויף יעדער ר' אביגדור מילער טעיפ צום סוף בלי שום גוזמה!

ער האט געהאט א שטורמיש לעבן, בעיקר זייענדיג א ספרדיש אינגל פון ארגענטינע, וואקסענדיג אין אונזער חסידישע קנאישע סאטמערע אמעריקאנע אונגערישע געזעלעשפט. צו אזא מין גרויסקייט אין תורה וגדולה. ער איז געווען א בעל בתישער איד קומענדיג פון א רייכע משפחה.

אבער אויך א ''סעלף מעיד מען'' דורך זיין שקידה בתורה יומם ולילה, און בכלל זייענדיג זייער פלייסיג אין אלעס וואס ער האט עוסק געווען אין לעבן. ער פלעגט מאלן די סיינס אין סאטמאר פאר אלע חתונות פונעם רעבין דער בעל בייראך משה ווי אויך די נוי סוכה פלעגט ער מאכן הערליכע באצירונגען מיט עלעקטאראנישע קונסטליכע אויסגעקרוצטע קרוינען!

בכלל איז ער געווען א חסיד נלהב פון דעם בייראך מוישע און ר' אהרן זיין ממשיך דרכו, ווי ער פלעגט כסדר זיין אויפ'ן אויבן אן ביי יעדן טיהש אפילו ער איז געזיצן אין געלערנט פלייסיג יומם ולילה זיך מתייגע זיין אויף גמרא רש''י און ראשונים ואחרנים ווי א ישיבה מאן.

ער איז געווען זייער ענערגעטיש און געלונגען. אז זיין קורץ לעבן איז געווען פיהל רייכער ווי עלטערע מענטשן וואס לעבן נישט אין קאוואליטעט א פראצענט פון אים אפילו זיי לעבן אסאך לענגער און קוואנטיטעט.

שלום עליך רבי ומורי אהובי וידידי ידיד כל בית ישרא' וידיד נפש כל חי, ר' אברהם שלמה! לך בכוחך הזה, אל תראו ואל תחת! קום ארויף אויבן דארטן אין הימל פאר'ן כיסא הכבוד רייס איין פאר אונז דיינע תלמידים חסידים וידידים אז מיר זאלן זעהן נחת פון די קינדער אז מיר זאלן האבן געזונט און לאנגע יארן. דו ביסט דאך געווען אזא פארגינער פאר יעדן איינעם! אז מיר זאלן האבן פרנסה בריווח כדי צו קענען זיך צוהערן צו דיינע שיעורים ווי עס ברויך צו זיין עס זאל נמשך ווערן ווייטער דיין שפתותיו דובבות בקבר במלוא מובן המלה טאקע.

דו ביסט געווען א מזכה הרבים היסטורי מיט דיינע פילע אינטערנעט שיעורים אויף גמרא שנעל קלאר קורץ און צום פונקט גרינג און ציענד פאר'ן צוהערער! דיינע טויזענעטע חסד והרבצת התלמידים, ווי איך אליינס דער כותב השורות בין געווארן נתקרב צו ר' אביגדור מילער זי''ע בעיקר דורך דיר, וועט זיכער ביישטיין פאר דיר איצט אין עולם האמת אז זאלסט גראד אריין גיין אין גן עדן, טאקע נעבן דיינע רביס דער בייראך מוישע מיט ר' אביגדור מילער זכר צדיקים לברכה. אכי''ר!

תהא זיכרו ברוך דורך אונזער שרייבן פון אים דא. ובילע המוות לנצח ומחה השם יתברך דמעה מעל כל פנים על ידי יקוצו וירננו כל שוכני עפר לנצח בביאת משיח צדקינו ובתחיית המתים בבאכי''ר.
איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגע פלאץ פארדעם היות ס'נישטא קיים באזונדערע שנירל וועל איך ע"ס דא שריין
א גיטע פאר יאר צירוף איז ארויסגעקומען רעקארדירונגס פון עים מיט א געטוישטע קול ווי הרב יאבאו זצ"ל רעדט קעגן ברסלב בנוגע עו"ז
אויך וועגן קדמותו הזוהר גאר רייך מיט מקורות
אויב איינער האט עס אפשר קען מען מזכה זיין די קרעמלר'ס
 
אפשר איז כדאי צו ווארטן ביז נאך די שלושים? אפשר אמווייניגסטנס ביז נאך די שבעה?
 
חלק מ''א: ר' אביגדור האט געהאלטן אז זיך אפרעדן אויף סיי וואס אין לעבן איז די ערגסטע עבירה!

1751934913060.png

1751936652309.png

'פארטנוי'ס זיך אפרעדן' איז געווען איז אן אמעריקאנער אידישער קלאסיקער בעסט-סעללער נאוועלע-ביך, וואס איז אויך געווארן א בראדוועי מיט טי.ווי. שויס און סתם א פילם, פאנטאזירט דורך הרב פיליפ, נישט מנשה, נאר, ראטה... עס האט נישט באקומען קיין נאבל פרייז אויף ליטעראטור, ווייל עס איז צו אידיש און שמוציג ערגער פון אייזעק באשעוויס זינגער, וואס האט יא געווינען דעם נאבל-פריז, ווייל עס איז געשריבן אויף אידיש נישט אויף ענגליש. מילא האבן זיי נישט געוויסט ווי שמוציג און אידיש עס איז געווען זינגער'ס סחורה... נאכאמאזעל... עס רעדט זיך פון אן אוי.טי.די. בחור'ל וואס ווערט אפגעפארן און אסימילירט אוועק פון אידישקייט צו די פרייע וועלט.

אלענפאלס, כ'האב אייביג געמיינט אז די שלוש עבירות חמורות, ווי א.) רציחה דהיינו שפיכת דמים, ב.) עבודה זרה וג.) גילו עריות, אז דאס זענען די הארבסטע עבירות. אבער קומט ר' אביגדור און איז מחדש א חידוש איום ונורא, אז 'נרגנות', א נייער נאמען פונעם פסוק אין משלי, 'ונרגן מפריד אלוף', אז אן אפרעדער, א ''קאמפלעינער'', א ''נעגער'' נישט א שווארצער נאר איינער וואס רעדט זיך אפ כסדר, דער איז גאר דער גרעסטער חוטיא ומחטיא!...

ווי ר' אביגדור פלעגט מסביר זיין אז די 'מתאוננים ומתלוננים' אין מדבר אויף די מן ווי עס האט נישט ''גטעיסט'' צו גוט, און די פרשה פון 'מי מריבה', ווי עס איז נישט געווען גענוג וואסער צו טרונקן, האט געטריבן משה רבינו צו ''סועסייד'' ווי ער האט געשריגן און געוויינט צו הקב''ה אז 'הרגינו נא' אז 'למה לי חיים' אויב די אידן זענען דערביטערט אויף מיר, אז זיי אנערקענען נישט די ניסים פון יציאת מצרים קבלת התורה מן ומי מרובה, וואס איז פארגעקומען אין מדבר! כאטשיג זיי האבן טאקע נישט נארמאל עסן און טרונקן.

לויט ר' אביגדור איז די פעולה פון זיך אפרעדן נעגאטיוו אויף סיי וואס עפעס וואס פאסירט שלעכט אין אונזער לעבן, דער גאנצער דירעקטער גורם צו אפטאן אלע עבירות שבתורה, און אויך אויף די ג' עבירות חמורות. ווייל וואס זענען די מצוות פון עשה טוב און עבירות פון סור מרע אז נישט הכרת הטוב פאר'ן אייבערשטן?! - איז טאמער רעדן מיר זיך אפ אויף וואס אין לעבן אויף די וועלט, גייען מיר קעגן כל התורה והמצוות און טוען אפ אלע עבירות שבתורה אפילו די ג' עבירות חמורות, ''איווענטואלי'' ה''י הי' לא תי' רח''ל! נאר ובשם השם יתברך נעשה ונצליח צו זיך נישט אפרעדן קיינמאל נישט אויף גארנישט אי''ה!

כאטש ר' אביגדור האט געהאלטן אז די דור המדבר איז געווען פיל הייליגער ווי אונז אדער סיי וואסערע דור נאכ'ן מדבר, זיי האבן דאך מקבל געווען די תורה. און זיי ווערן אנגערופן דער 'דור דעה', ווייל זיי האבן צוגעזעהן די ניסים פון יציאת מצרים קבלת התורה מן ובאר. דאך מוזן מיר זיך אראפלערנען א מוסר השכל לדורות פון זיי. אז מיר טארן זיך נישט אפרעדן פאר גארנישט אין אונזער לעבן. אפי' עס גייט אונז ביטער שלעכט דהיינו מיר האבן קענסער און שלום בית מיט עניות ובושות וכדו' - טארן מיר זיך נישט אפרעדן דערויף חס ושלום!

די תורה הקדושה איז נישט קיין נאוועלע ביכל, ווי 'פארטנוי'ס קאמפלעינט', פון הרב פיליפ'ן. נאר אלעס וואס שטייט אין די תורה איז א לימוד לדורות, א מוסר השכל זיך צו נעמען צום הארץ. אפי' עס ווערט דערציילט בלשון מעשה נישט בלשון הלכה. - אז מ'מוז איגנארירן אלעס שלעכטס וואס קומט פאר מיט אונז אין לעבן.

איי, ס'שטייט דאך 'דאגה בלב איש ישיחנה', וואס הגם פשוט פשט איז אז מיר זאלן מסיח דעת זיין דערפון נישט דאס ארויסרעדן. אבער טייטשן חז''ל 'לאחרים', - אז דאס מיינט יא זיך אפצורעדן פאר אנדערע? על כל פנים לויט די צווייטע שיטה אין די גמרא; האט ר' אביגדור געזאגט, דאן רוף אן דיין אלטען מומע וואס גייט שוין סיי ווי סיי שטארבן, און זאג איר די דיינע פראבלעמען. נישט ח''ו צו קיין שום אנדערע לעבעדיגע פערזאהן ארום דיר! ווייל זיי זענען נישט אינטערסירט אין דיין פראבלעם, און זיי גייען דיר דאס בלויז צוריקווארפן אין פנים אריין, ווען זיי ווילן זיך אליינס אויפלעבן...
 
לעצט רעדאגירט:
איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגע פלאץ פארדעם היות ס'נישטא קיים באזונדערע שנירל וועל איך ע"ס דא שריין
א גיטע פאר יאר צירוף איז ארויסגעקומען רעקארדירונגס פון עים מיט א געטוישטע קול ווי הרב יאבאו זצ"ל רעדט קעגן ברסלב בנוגע עו"ז
אויך וועגן קדמותו הזוהר גאר רייך מיט מקורות
אויב איינער האט עס אפשר קען מען מזכה זיין די קרעמלר'ס
ש

ששש
 
חלק מ''ב: ר' אביגדור האט נישט געהאלטן פון ''סעלף קאנפידענס'' נאר זיך פארזיכערן אין השם יתברך נישט אין זיך

1751994831843.png

ווי זיין מערכה קעגן נישט ערליכע טעראפיסטן, האט ר' אביגדור אויך שטענדיג געהאקט און אוועקגעמאכט דעם אמעריקאנעם 'מענטל העלטה' משוגעת, פון אריין געבן ''זעלבסט זיכערקייט'' אין קינדער.

ר' אביגדור האט שטענדיג געפאדערט, מיר זאלן טאן די ריכטיגע השתדלות, צו אין לערנען צו אין פרנסה, אבער ניט זיך אויפטאן מיט'ן 'כוחי ועוצם ידי עשו לי את החיל הזו', נאר מ'זאל האבן אמונה ובטחון אין השם יתברך און טאן וואס מ'האט צו טאן.

אדרבה, אויב מ'האט נישט קיין זעלבסט זיכערקייט, נאר מ'האלט זיך בענווה ובהכנעה, צעקלאפט און צעשאסן ביי זיך אז מ'טוהט נישט גענונג מצות און מ'טוהט צופיהל עבירות קומט מען מער אן אין סיי וואס אין לעבן, לויט ר' אביגדור.

איי מיר זעהן יא טראמפ מענדעלע דער שוואנץ מיט אהרן ט''ב וכו' אנדערע דיקטאטורן וואס זענען מלא שחצנות אגאנצן טאג רייסן זיי זיך אויף אין די אויגן פון יעדן איינעם, וואס לעקט זיך נישט צו זיי, צו זאגן ווי גרויס מעכטיג שטארק און פעסט זיי זענען? זעהט מען דאך אז ''סעלף קאנפידענס'' איז יא א גוטער זאך? זיי אליינס זאגן דאך 'עדות' אז זיי זענען געווינער?!...

איז דאס סתם א פאלטשער שלייער, זיי זענער מער ''דעפרעסד'' ווי אונז אלע, טענה'ט ר' אביגדור.

בטח בהשם יתברך ולא בבשר ודם שזה בעצמך!
 
לעצט רעדאגירט:
חלק מ''ג: ר' אביגדור'ס לימוד פון לקט 'שכחה' ופאה - אז חרטה דהיינו א מחשבה למפרע אויף א אלטע מעשה וואס מיר האבן נישט אדער יא געטאן - העלפט אויך לקיים אלע מצות עשה ולא תעשה שבתורה

1751996559011.png

די מצוה פון טאמער איינער האט 'פארגעסן' צו צוזאם קלויבן זיין תבואה פון עק פון זיין פעלד, וואס ער האט זיך איצט דערמאנט דערפון, און וויל צוריק לויפן דאס אפשניידן. הייסט ''שכחה'' אין די תורה הקדושה. דאס ארבייט אויף 'למפרע' אויף צוריק צו וועגס. אנדערש ווי אלע מצוות שבתורה, וואס איז א ''פרא-אקטיווער'', 'מכאן והלאה', אקט וואס איך גיי איצט טאהן בדחילו ורחימו, מיט הכנות בכוונה תחילה. נישט נאר איז דאס אויף צוריק צו וועגס, נאר בשעת מעשה האב איך חרטה איך בין מוחה איך בין דערקעגן דעם, אויב דעם דעת ארבייט מיר. איך בין נאר געווען אומבאוויסטזיניג פון איבערלאזן דעם גראזל ביים עק פעלד. אבער יעדער פארשטייט אז איך בין דערקעגן דאס דארטן לאזן. ווען נישט וואס איך פארגעס עס דארטן, וואלט איך דאס געכאפט בשתי ידים.

דאך ווערט דאס פארעכנט גענוי ווי יעדער אנדערער מצוה אין די תורה. ר' אביגדור האט מיט דעם געטרייסט און מסביר געווען פאר אונז אלע, אז מ'זאל נישט זיין צובראכן אויב מ'האט פארפאסט א מצוה. נאר דאס אויסנוצן דער דערמאנונג אט איצט צו טאן עפעס אנדערשט און אינזינען האבן אז מיר זענען יוצא יענער מצוה וואס מיר האבן פארגעסן צו טאן. אפילו נישט קיין מעשה נאר א מחשבהלע, אז איך האב איצט אינזינען דאס צו טאן.

ווי למשל אייער טאטע איז געשטארבן, איר האט זיך געשלאגן מיט אים, זייער שטארק. איצט האט איר חרטה, האט אינזינען אז איר זענט אים מכבד, כאטשיג ער לעבט שוין ניט מער. אבער ביי די מצוה פון 'שכחה' זעהן מיר אז מיר קענען איצט מקיים זיין די מצוה כאטש מיר האבן דאס איצט נישט געטאן פארגעסן נאר זיך איצט גאר דערמאנט דערפון.

ר' אביגדור ברענגט אסאך אראפעט דעם מוראדיגען שטיקל 'מורה נבוכים' אז פארוואס ווארטן מיר נישט מיט ברית מילה ביז מיר ווערן א גדול בר מצוה, פונקט ווי תפילין? ''ווייל איעדער וואלט אנטלאפן פון דעם מוהל מיט זיין מילה מעסעריל; קיינער וואלט זיך קיינמאל נישט געמאלעט!...''

דעריבער זאגן מיר איצט ביים בענטשן ברכת המזון נאך א געשמאקע סעודה, אז מיר דאנקן דיך רבונו של עולם, אויף דעם 'בריתך שחתמת בבשרינו', אויכט, נישט נאר אויף די עסן, נאר אויך אויף דעם ברית מילה אונזערע אין אונזער אכטער טאג פון געבורט, וואס מיר האבן דאן מוחה געווען, און אנגעבריקעט, אנגעווייענט, און אנגעשטויסן דעם מוהל, פאר'ן אונז מאלענען...!

מיט דעם איז ר' אביגדור אויך מסביר דעם ציווי חז''ל, 'כשם שמברך על הטוב כך מברך על הרעה', אז וויאזוי איז דאס מעגליך צו דאנקן ג-ט אויף א פאטאלער קאר עקסידענט אדער אויף טערמינעל קענסער, גענוי ווי געווינען דעם מולטי ביליאן דאלער לאטערי? עס איז דאך אומעגליך!... איז וויאזוי הייסן אונז חז''ל צו טאן א זאך וואס איז אומעגליך צו טאן?

נאר דאס מיינט אוואדי נישט בשעת מעשה, נאר עס איז א ''לייף לאנג'' ארבייט, אסאך מאל פאר מ'שטארבט זעהט מען איין אז א טראגעדיע וואס האט פאסירט צו דיר אלץ קליין קינד, האט זיך געלוינט דאס זאל געשען, ווייל צוליב דעם איז געשען עפעס אנדערשט, וואס האט דיך געברענגט ביז אהער. איצט דאנקסטו דעם אייבערשטן פאר דיין שרעקליכע צרה וואס דו האסט געשאלטן דערויף א גאנץ לעבן!...

ווייל למפרע קען מען אויך מקיים זיין מצות אהבת ויראת השם יתברך, ווי די מצוה פון 'כשם שמברך על הטוב כך מברך על הרעה', ווי מיר זעהן ביי 'שכחה', די לימוד, אז ווען עס איז שוין לאנג נאכ'ן מעשה, נוצט מען איצט די מחשבה, דאס צו מקיים זיין.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק מ''ד: ואהבת לרעיך כמוך זה הכלל הגדול של כל התורה כולה על רגל אחת!

1752248793267.png

ווי הילל האט געזאגט פאר'ן גר צדק 'מה דעלך סאני לחברך לא תעביד'! דאס איז די גאנצע תורה די גאנצע אידישקייט און די גאנצע מסורה פון אידן שבכול הדורות; ואידך זיל גמור!

ר' אביגדור האט אריינגעלייגט דעם גאנצן ג-ט, און זיין גאנצער תורה הקדושה, ועמו ישרא', די בחיר היצירה, אין דעם כלל פון הילל!...

ביי ר' אביגדור איז לעבן געווען איין גרויסער ''פארטי'' ווי שלמה המלך ענדיגט צו קוהלת וואס ער הייבט אן מיט הכול הבל אבער וטוב לב משתה תמיד!

דהיינו, אז אמת דאס לעבן האט אסאך שוועריגקייטן און צרות יגון ואנחה, מיר זענען ''ביי דיפאלט'' 'זשעלעס'' און מיר פארגינען נישט אנדערע, אבער אז מען קוקט אריין באמת אין זיך אליינס, ווען אימער דו קוקסט אויף אן אנדערן, וועסטו אנערקענען אז דו האסט רחמנות אויף דיר און דערנאך אויף יענעם און אז דו האסט דיך ליב און דערנאך יענעם אויך. דאס זיין אונזער עבודת השם יתברך פון תיקון המידות, צו פארגינען צו ליבן צו זיך מרחם זיין, סיי אויף זיך קודם און דערנאך אויף אנדערע ווי זיך אליינס.

מיר זענען אלע זייער גליקלעך, יעדער איינער אויף זייער אייגן אייגענארטיקן אופן. איינער האט שיינע אויגן, איינער איז דאר, איינער קען לערנען, איינער האט געלד, איינער איז קלוג, איינער איז שיין, איינער איז הויך, איינער איז געזונט, איינער איז אלט, איינער איז אינג, איינער בחנ'ט, איינער איז בעטעמט, איינער איז פלינק, איינער איז באליבט, איינער איז ערליך, איינער קען שיין זינגען, מאלן, טאנצן, רעדן, שרייבן, ווייסט אסאך וכו' וכו', - קיינער וויל זיך נישט טוישן מיט'ן אנדערן. אפילו מיר זעהן נאר די חסרונות פון זיך אדער פון יענעם, אבער אז טאמער מ'קלערט אריין באמת, מערקט מען יעדענס אייגנארטיגע מעלות, וואס מיר איגנארירן צוליב פוילקייט און געוואונהייט.

מיר מוזן אבסעסירן מיט גוטס און לעבן און זיך אויסלערנען צו איגנארירן די שלעכטס אין לעבן! דאס טייטשט ר' אביגדור מיינט ואהבת לרעיך כמוך ומה דעלך סאני לחברך לא תעביד, ווייל א מענטש איז ''סעלפיש'' נישט קיין חילוק די גרעסטע עסקן.

אגב, אנטשולדיגט כ'פארדריי דעם שמועס איבער ''סעלפישקייט'', כ'האב אמאל געהערט נאכזאגן בשם קלויזענבארגער רב ז''ל, א טייטש אז פארוואס זאגן מיר ביים דאווענען שבת צופרי אז 'וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור..... ויסלח לכל עוונם'? אז ער איז אן עסקן איז ער דאך א צדיק, איז פארוואס גייען מיר צו זיינע חטאים וואס ער האט מסתם נישט? זאגט דער קלויזנבארגער מיט זיין בחנטער הייזערגער שטימע: ''יעדער עסקן איז א חוטא! - ווייל אז נישט זיכט ער נישט צו העלפן אנדערע; זיך אונטערווישן זיינע פיהלע עבירות ליידער מיט טרעילער לאוידס פון חטאים עוונות ופשעים!''.... ווייל יעדער איז 'סעלפיש' סתם אזוי, אדרבה אז נישט מוז דאך זיין אז ער האט מער געזינדיגט פון סתם א מענטש...!

מיר מוזן זעהן די גוטס אין יענעם, ווי קודם אין זיך אליינס, מיר מוזן זיין קודם 'סעלפיש' און דערנאך טאקע ווי אונז אליינס, 'כמוך' ''סעלפיש'', אויף יעדן איינעם אנדערש. יעדער איינער האט זיך מעלות נשגבות וואס מיר מוזן ארבייטן דאס איינצוזעהן, זאגט ר' אביגדור!

ר' אביגדור טייטשט דעם פשוטן פשט פון 'שעמא יסרעייל האשעם עלויקייני האשעם עכאד' אז דאס איז נישט קיין עשר ספירות ווי מ'מיינט ביי חסידים, און נישט קיין זיבן הימלען וד' רוחות ווי מ'מיינט ביי די ליטפאקעס, נאר עס מיינט פשוט פשט אז דאס גאנצע לעבן אלע ספערן און אוניווערסען יעדער שרץ ווארעם שייגעץ ציוני ואהרוני איז באשאפען געווארן פאר אונז, צוזאמען דינען השם יתברך. אלעס איז 'איינס'! גארנישט קען נישט ארבייטן אן עפעס אנדערשט אויף די וועלט אין לעבן.

מיר קענען נישט זיין קיין ערליכע אידן, אנע דעם וואס מיר זאלן האבן אנדערע מענטשן ארום אונז. ווייל נישט נאר מאכן זיי אונז פאר בעסערע מענטשן, דורך זייערע רדיפות והשמצות אויף אונז, - נאר מיר לערנען זיך אויך ארויס וואס 'נישט' צו טאן. וואס צו זיין אנדערש בעסער און הייליגער פון זיי.

דאס מיינט אויך אויפ'ן אייבערשטן, טייטשט ר' אביגדור, אויפ'ן חסידישן מהלך, אז מה דעלך סאני, לחברך, וואס איז דער אייבערשטער, לא תעביד. אז דער אייבערשטער איז אונזער חבר וואס געבט אונז לעבן און אזויפיהל מתנות טובות אין לעבן, געזונט נחת פרנסה שידוכים הצלות און גליקן, וכו' אז מיר טארן אים נישט זיין קיין כפוי טובה. מיר מוזן מכיר טובה זיין הקב''ה במצות ובמעשים טובים. פונקט ווי די עקאנאמיע פון די חברים, וואס מ'צאלט כבוד געלט און חנופה ווען מיר נעמען סיי וואס עפעס פון זיי!

ר' אביגדור פלעגט נאכזאגן פון זיין רבין, און ווי געשמיסט, כל מקום שנאמר, רבי סתם, הרי זה ר' אייזיק שעהר, דער איידעם פונעם אלטן פון סלאבאדקע. אז יעדער איינער זאל נעמען איין זאך פון זיין חבר, צו איז דאס די שיינע אויגן ברילן, שיינע נאז, גוטע מידה, אדער מנהג; ביי יעדן עפעס אנדערש, און זיך דאס פארליבן אויף דיר, אז דאס זאל משפיע זיין אויף די גאנצע מענטש, צו פארקוקן יענעם'ס עוולות וואס באדערט אונז יא; אזוי צעביסלעך צעביסלעך וועלן מיר זיי ליב האבן אינגאנצן, צו פארגעסן זייערע חסרונות!

לגבי די עבודה פון זיך אליינס ליב האבן, דהיינו אנערקענען אונזער גוטע גליקן אין לעבן וואס אנדערע האבן ליידער נישט, איז כדי איבערחזר'ן די פראקטישע אנווייזונגען פון ר' אביגדור:

ר' אביגדור האט אויך געפאדערט שטענדיג, אין פראקטיק פון לעבן, אז ווען אימער מיר זעהן א צרה אויף אן אנדערן, זאל מען אוודאי מתפלל זיין פאר יענעם'ס ישועה. אבער מ'זאל זיך איך אויך זייער שטארק פרייען אז מיר האבן דאס נישט יענער צרה, צו איז דאס א קאר עקסידענט, צו קענסער, צו סתם בושות, וואס ס'זאל נאר נישט זיין דארף מען קודם דאנקן הקב''ה אז איך האב דאס נישט יענער שרעקליכע טראגעדיע ועגמת נפש ה''י רח''ל ובשם השם יתברך נעשה ונצליח, דער וואס האט געהאלפן ביז אהער וועט ווייטער העלפן, אז מיר זאלן דאס נישט קיינמאל האבן.

ר' אביגדור פלעגט שטענדיג רעדן פון די 3 'פיונורעל האוימס' אויף קאני איילענד עוועניו, וואס ער האט באזוכט טעגליך ביי זיינע טעגליכע שפאצירן, און זיך דארטן אפגעשטעלט דאנקן הקב''ה אז ער איז אויף די אנדערע זייט פון אינדערויסן נישט פון אינעווייניג, ער פלעגט קראכן וויצן דערביי, אז זיי רופן דאס נאך אן הייזער; 'בית' לוויות...!

ווען ר' אביגדור איז נפטר געווארן האט מען געטראפן א צעטלע צוזאמגעוויקלט, פון א לאנגע ליסטע, ממש אן 'עקסעל שיעט', ארפגעשריבן מיט זיין אייגן האנטשריפט פון אלע מיני מחלות וואס זענען פארהאן. ממש אפאר הונדערט מינע קרענק, וואס איר האט נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון זייער נאמען, און איך ווואונטש אייך אז איר זאלט דאס קיינמאל נישט הערן, אט דאס איז געווען ביי די ברכה פון שמונה עשרה פון רפאנו, ווי ער האט געדאנקט הקב''ה פאר יעדער איינציגער מחלה אז ער האט דאס נישט!
 
לעצט רעדאגירט:
חלק מ''ה: דאס קריטיש וויכטיגע מתנה טובה פון גלות און אנטיסעמטיזם!

1752252314726.png

הרב שג''ר (שמעון גרשון ראזנבערג) זצ''ל, א מתנחלישער רב וראש ישיבה וואס איז געווארן א סאטמערער חסיד סוף ימיו ווען אריק שרון האט זיך מפנה געווען פון עזה.

הרב שאול מגיד דער פייער איילענד רב ופראפעסער און הארווערד אוניווערסיטעט, באשרייבט דעם גרויסן בעל תשובה, אין זיין לעצטן בוך, 'די וויכטיגקייט פון גלות', הרב מגיד פראויפיילד זיין הערויאישער קוראזשפילער לעבן און שאפן, נאכער וואס איז געווען זייער אן עקסטרעמער מתנחלישער פירער און אנגענומענער פוסק, אבער ווען די ציונים האבן צוריקגעגעבן עזה פאר כאמאס, האט ער זיך אויסגטשוכעט פון זיין טעות אין לעבן און איינגעזעהן אז סאטמאר רבי ויוא' משה זכותו יגן עלינו אמת ותורתו דהיינו שיטתו הקדושה נגד צינות אמת!

הרב שג''ר, ווי ר' שאול רופט אים, איז גאר שווער אנגעקומען זיך צו טוישן צו די שיטה הקדושה, נאכ'ן זיין אזא חשובער רעספעקטירטער תלמיד חכם ביי הר' קוק'ס תלמידים. ער איז ליידער אוועק גאר אינג, פון יענער מחלה, גראד נאכדעם וואס ער איז געווארן א סאטמערע חסיד, און פארלוירן זיין כבוד און סטאטוס אין לעבן, וואס ער האט זיך ערווארבן אזוי שווער אינערהאלב די רעליגיעזע ציוניסטישע קרייזן.

ר' אביגדור פלעגט אייביג שרייען אז מיר זענען נישט נאר אין גלות אין חוץ לארץ, נאר אויך אין ארץ ישרא'. אפילו מיר האבן דארטן א אידיש לאנד דורך די ציונים. ווייל משיח איז נאך נישטא, מיר ליידן רדיפת הדת פון די פרייע אידן דארטן.

אוודאי איז גלות זייער ביטער, איז וויאזוי טרוי איך זיך צו צו שרייבן אזא קעפל אז ר' אביגדור האט דאס געהאלטן פאר א גוטער קאנצעפט? ווי אויך מחלוקת קנאה שנאה איז אוואדאי יא ביטער און שלעכט!

אבער ר' אביגדור האט געהאלטן אז מיר ווערן דאך בעסערע מענטשן דערפון. עס איז ווי כימא טעראפיע מעדעצין פאר א קענסער ליידענדער מענטש, דהיינו, אז יא ס'טוהט וויי, עס רייסט שטיקער געזונט, מיר זענען האלב טויט ווען מיר נעמען כימא-טעראפיע, מיר קענען נישט עסן נישט שלאפן נישט אטעמען נישט לעבן בכלל. מיר זענען ''סועסיידעל'', מחמת רוב צער! אבער דאך איז דאס א רפואה!

דאס זעלבע מיט גלות, ווי מיר דאווענען ימים טובים שלוש רגלים ביי שמונה עשרה, אז 'ומפני חטאנו גלינו מארצינו', גלות רייניגט אונז אויס פון אונזערע חטאים, אז מיר האבן נישט קיין לאנד פארטיי נאציאן רעבע חסידות און אייגן געזעלשאפט צו שוואנצענען טעראריזירן זיך גרויסן און פייניגן אנדערע דערויף, זענען מיר אטאמאטיש בעסערע און הייליגערע מענטשן.
 
לעצט רעדאגירט:
חלק מ''ו: גאולה ומשיח

1752374518433.png

ווי געשריבן אין די ערשטע חלק האט ר' אביגדור געהאלטן אז לובאוויטשער רבי מנחם מענדל שניאורסאהן קען ווען זיין משיח. אוודאי זענען מיר אין סאטמאר קעגן לובאוויטש צוליב זייער טמאנער ציונות, אבער ער וואלט דאך געקענט תשובה טאן. איצט וויבאלד ער איז געשטארבן קען ער מער נישט זיין משיח, ווייל משיח מוז דאך לעבן... מילא איז זיין ציונות מער נישט רעלאווענט בכלל.

דער הייליגער רמב''ם זאגט: 'אמרו חכמים אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד', איז מסביר ר' אביגדור, אז מיר וועלן שוין נישט זיין פארנומען מיט מאטיריאליזם, גשמיות. נאר ווי מיר זאגן ביי עלינו לשבח סוף דאווענען, אז והי' השם למלך על כל הארץ! יכירו וידעו כל יושבי תבל.

עס וועט זיין א תיקון עולם במלכות שדי, מיר וועלן זיין פארנומען צו זינגן טאנצן לויבן און דאנקן הקב''ה פאר'ן לעבן.

מיר וועלן מער נישט גלוסטן וויאזוי צו ווערן רייך, האבן כבוד, ''אטענשען'', 'צומת לב'', און מאכט. נאר ומלאה הארץ דעה את השם יתברך, כמים לים מכסים, במהרה בימינו אמן!
 
לעצט רעדאגירט:
חלק מ''ז: כאטש מיר אידן זענען מייסטענס בעסער פון גוים; מוזן מיר פארט ווערן נאך בעסער אייביג

1752417031259.png

ר' אביגדור איז געווען א בעל מוסר, געפאדערט פון אונז זיך פארעכטן שטענדיג די מידות. ביז מ'שטארבט; טארן מיר נישט נאכלאזן צו רייסן שטיקער פון זיך. ווי למשל, אז טאמער דאס ווייב, די לעבנ'ס באגלייטערן אונזערער, זאגט עפעס א שלעכט ווארט, זאל מען דאס אנעמען, און נישט צוריקענטפערן ח''ו! ווייל תיקון המידות מתוך שמחה בהכרת הטוב פאר אונזער לעבן, איז אינזער איינציגער און גאנצער ציהל תכלית טעם וסיבה פארוואס מיר לעבן בכלל!

דעריבער איז פרשת בלק, אזוי חשוב, אז די גמרא זאגט, אז מ'וואלט געדארפט זאגן די נבואה פון בלעם, דער גויאישער פירער, ביי קריאת שמע, 'מה טובו אהליך יעקב'. נאר מיר האבן נישט קיין צייט זאגן מיר דאס פאר ברכות, אנפאנג דאווענען ווען מיר זענען נאך מיעד און פארשלאפן און טראכטן בכלל נישט אריין די פירוש המילות דערפון.

ר' אביגדור איז מסביר אז די איינציגסטע מאל אין די תורה, וואס אידן ווערן אויסגערימט און אויסגעלויבט, איז דורך בלעם, ווייל ער איז געווען א גוי. משה רבינו און אוזערע אלע אייגענע רעביס און עלטערן, מוסר'ן אונז שטענדיג, ווי שלעכט אונז זענען. 'עם חכם ולא נבון'; פארוואס? ווייל מיר אליינס דארפן זיך נאר פארבעסערן. אבער מיר דארפן אויך וויסן אז מיר זענען בעסער פון אן אנדערן, מיט די אלע מוסר רייד וואס מיר דארפן כסדר זיך איינחזרן!

עס איז נישט קיין ראסיזם צו איינזעהן די פאקט אז מיר אידן זענען בעסער ווי גוים, ''עספעשעלי'', אויב מיר ווייסן, און שטרעבן, טאקע אז מיר דארפן ווערן נאך בעסער נאכאנאנד, ביז מיר שטארבן; ווייל בעסער איז דאך א רעלאטיווער טערמין; דאס האט נישט קיין שיעור, וויפיל מיר קענען, און דארפן, שטייגן נאך מער אין לעבן!
 
לעצט רעדאגירט:
חלק מ''ח: לעבן באשיידן; זיך נישט נאכצוגעבן די תאווה פון לוקסוס צו געפעלן פאר אנדערע צוליב ליבע ''אטענשען'' כבוד מאכט און סטאטוס

1752418249646.png

דער חפץ חיים איז טאקע געווען א אגודיסטישער רב אבער מיר זאגן יא נאך פון אים טייל מימרות

ר' אביגדור פלעגט שטענדיג דערציילן די מעשה פון חפץ חיים, ווי אן אמעריקאנער עושר א גביר אדיר איז געקומען באזוכן אים קיין ראדין, וואס האט נישט געהאט קיין נארמאלע וועגן, נאר זאמדיגע שטיינערדיגע מאראסטיגע שמוציגע ערד, פאר פערד און וואגן צוזאמען מיט פיסגייער.

יענער קומט אן מיט זיין טייערן ''ראולס ראוז'' דאן, און פרעגט זיך נאך, ווי וואונט דער גדול הדור? צייגט אים ר' אפרים אשרי זיין תלמיד צו צו עפעס א פארקראכטן כאטקע, אז דארטן וואונט ער, דער עושר קומט אן אהין און זעצט זיך אריין צו ווארטן, דער אלטישקער משה גאבע, פרעגט דעם עושר "וואס ווילסטו?" ענטפערט דער אמעריקאנער גביר, ''איך בין געקומען אלל די וועי פון אמעריקע זיך צו טרעפן מיט'ן גדול הדור''!

פרעגט דער אלטישקער וואס איז געזעצן דארטן אויך אין פארצימער, ווער איז אייער גדול הדור? זאגט ער די חפץ חיים. זאגט ער קודם כל, איך בין דער חפץ חיים אליינס, האסט מיך שוין געטראפן, איצט קענסטו גיין פון דא... און נאכדעם זאלסטו וויסן אז איך בין בכלל נישט קיין גדול הדור...!

פרעגט דער עושר פון חפץ חיים, ווער דען איז דער גדול הדור? זאגט עים די חפץ חיים אז ר' חיים עוזר גראזנסקי פון ווילנע, איז דער גדול הדור, פאר אהין, אבער שוין... גיי אוועק פון דא... זאגט אים דער עושר אוקיי איך פאר שוין אהין, אבער קודם וויל איך אייך פרעגן; ואס איז פשט אז איר גייט אנגעטאן כאחד האדם, אזוי איינפאך, עס פאסט דאך נישט פאר'ן כבוד התורה, אפילו איר זענט אן עניו; איך וועל אייך געבן געלט, אז איר זאלט זיך איינהאנדעלען א פאלאץ מיט טייערע ''פוירניטשור'' וכדו' ווי עס פאסט זיך פאר אזא חשובער אנערקענטער אידישער רב, ווי אייך דער חפץ חיים.

זאגט אים דער חפץ חיים פאר'ן עושר צוריק, איך זעה איר זענט געקומען דא איינער אליינס, אן אייערע גבאים ומשרתים, און אן אייערע פאלאצן און טייערע ''פוירניטשור'' לאזט מיך ביטע אפ; קודם קויפט פאר אייך אליין איין די אלע זאכן וואס איר ווילט איך זאל מיך איינהאנדעלן.

זאגט אים דער עושר איך בין דאך פון אמעריקע אונטערוועגענס, איך קען מיך נישט שלעפן מיט די אלע איבעריגע מותרות ווען איך פאר ארום... זאגט אים דער חפץ חיים איך פאר אויך נאר ארום אויף די וועלט צייטווייליג איך לעב נישט דא מער ווי א קורצע צייט ווי זיבעציג אכציג יאר. גראדע האט די חפץ חיים יא געלעבט ביז די פריע ניינציגער אבער איר כאפט זיין משל.

ר' אביגדור פלעגט אייביג זאגן אז מענטשן ווערן דא ''ביזי'' מיט מאטיריאליזם, אסאך אסאך מער וויפיל ס'פעלט זיך אויס צום לעבן, דעריבער זענען מיר ליידער אזוי קראנק!
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top