רבי חיים שאולזאהן דער לובאוויטשער בעל לשון הרע ורכילות חסיד און זיין 'בעולמם של חרדים' בלאג

שמייכעל

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יוני 5, 2025
מעסעדזשעס
257
רעאקציע ראטע
917
פונקטן
113
1751299807073.png


ר' חיים שאולזאהן, אדער, חיים שאולה, ווי די אהרונים רופן אים אן, איז א חרדישער טאבלויד זשורנאליסט, גאר שטארק געלייענט און אויפגעכאפט, נישט נאר אין די היימישע חסידישע וועלט, נאר אומעטום, ווער עס פאראינטערסירט זיך מיט פרומע אידן, און קען אביסל עברית, אדער אביסל לשון קודש, ווי די סאטמוירים, האלטן אים גאר שטארק מיט.

היינט צו טאגס האט ער א בלאג, וואס ווערט אפדעיטעט יעדן אינדערפרי פון 11 ביז 1 נאכמיטאג מיט אפאר הונדערט נייעס ''אייטעמס'', פאוסטס, בעיקר, קאפי פעיסטס פון וואצעפ גרופס, טענות ומענות נייעס און ארגומענטן קליפס מיט בילדער וכו', און סתם איינציגע שורות אפט מאל אן קיין בילדער אפי' דעות ארגומענטען אהין און צוריק איינס נאכ'ן אנדערן, אסאך מאל זיך סותר מיני' ובי', אבער עס איז א געהעריגער ראדני מקוה ווי רוב כלל ישרא' פארברענגט רוב ימי חייהם, ווי מ'הארגעט זיך ארום איינער מיט'ן אנדער'ן אויף די העכסטע טענער, צו זיי באהאלטן דאס, צו נישט. ווייל ער ברענגט אלע צדדים געווענליך פון יעדן פאשקעוויל, יעדן מחלוקת, ביידע מטבעות.

לעצטענס איז ער גאר שטארק 'ביזי' מיט רעכטע ציונות, אבער דאס איז אייביג בעת א מלחמה אין ארץ ישרא'. זינט אקטאבער 7 איז דאס זייער שווער פאר א סאטמוירי צו לייענען, כאטש ער ברענגט אראפ יעדן נטורי קרתא פראטעסט אויך, איז דאס אבער אנגעפיקעוועט, מיט זייער אסאך מתנחלישע קליינטישע טשעפעריין צווישן זיך, וואס מיר פארשטייען נישט בכלל, וואס גייט דארטן פאר זייער פנימי פאליטיק. אבער 'אווער אלל', אויב האט איר גוטע פינגער; און א גוטער סמארטפאון; סקראולט איר דורך, צו די וויכטיגע סחורה, נאכצוזאגן אין קאווע שטיבל, אדער ביי די ארבייט, א פעסטער ליצנות, אדער געשמאקער לשון הרע!

עס הייסט בעולמם של חרדים אין די וועלטן פון אונזערע אידישע עולמות בלשון רבים, דהיינו, אלע שיכטן און קרייזן, פון סאטמאר בני יוא', ביז צו אפען ארטאדאקס של הרב הגאון החסיד רבי @יששכר כץ שליט''א.


1751299061469.png

ביי די ארבייט אין זיין אפיס.


1751299098422.png


זיין טעגליכע עדיטאריעל קאלום אבער בלויז ווי טוויטס קורץ און שארף. אסאך ענינים קעגן אסאך מענטשן.

1751299204053.png


ביי זיינע טעגליכע ווידיא קליפס אויף זיין לעדערנעם רבישן ברוינעם פאטאל, בעיקר אויף עברית אבער אסאך מאל ווען ס'איז נוגע יואלי לאנדא יצחק ראבינאוויטש אדער די אהרונים אויך אויף א צוקלאפטן אידיש. מ'קען דאן הערן די מעסעדזשעס ''פינגען'' אריין, דהיינו עס קלוגנט זיין סעלפאון און קאמפיוטער אן אן אויפהער, ''לייוו'', מיט ''לייקס'' אימעל טעקסטס און אנדערע סאשעל מידיע ''אלערטס'' בלי הפסק, פון זיינע הונדערטע טויזענטע געטרייע לייענער. די קליפס גייען ארויף אויף אלע וואצעפ גרופס, ביי כלל ישרא' תיכף ומיד ממש, גראד די רגע נאכדעם וואס ער לייגט דאס ארויף אויף זיין סייט, ווי אויך אויף קרעמל טוויטער פעיסבוק אינסטאגרעם טעלעגראם וכדו'.


1751299345940.png

אין די אינגע יארן ווען ער האט באקומען א דאלער פון דעם משיח שקר פון קראונהייטס וואס לעבט נאך ערגעץ ווי למטה מעשרה טפחים אין א עזה טונעל יחי ממ''ש לחיים...!

1751299156097.png

זיין טאטע דער גרויסער עסקן ר' שמוא' דער סגן ראש העיר מטעם האגודה אין ירושלים עיה''ק

1751299427696.png


ר' חיים שאולזאהן דינענדיג אינעם ציוניסטישן צה''ל אלץ א שארף ציהל שיסער ווארשיינעלך צווייטער פון לינקס אדער קען זיין צווייטער פון רעכטס. ער איז היינט זייער אנטקעגן דינען אין צה''ל אפילו ער אליינס האט געדינט דארטן. אבער היפאקריטיע איז ביי אים נישט קיין חידוש, ווער עס צאלט אויף יענעם'ס זייט איז ער...!

1751299525226.png


ר' חיים אינטערוויואירט דורך אמנון לוי אן איזראעלי גרויסער אנטי חרדישער זשורנאליסט. ר' חיים גיבט צו פארשטיין אונזער לעבנסשטייגער אויך פאר די דערויסענדע וועלט נישט נאר פאר אונז אליינס.

ר' חיים שאולזאהן איז א ירושלמי, דהיינו, ער איז נישט אונזער טיפישער אלגעמיינער לובאוויטשער חסיד, ווי אלע אנדערע תמימי לב, דארטן. ער איז אליינס א לובאוויטשער אייניקל, א בנש''ק. זיין טאטע האט אים אריין געדרייט אין די כללית'דיגער אגודה כלל חסידים שלומי אמונים פארטיי אינערהאלב אגודה. ער איז געווען א משה גאבע יועץ פאר'ן חבר הכנסת ושר במדינת הציונים, ר' מנחם פרוש דער טאטע פון מאיר און זיידע פון שרוליק... דארטן האט ער זיך צואמפערט ס'ערשטער מאל מיט גור ווייל זי האבן זיך כסדר געשלאגן מיט די פרוש משפחה נאך עד היום הזה. מי בראש. אבער די פרוש משפחה שלאגט זיך מיט יעדן איינעם נישט נאר מיט גור, נאר מיט יעדן גרויסן חסידות אינערהאלב די אגודה. ווייל זיי לויפן פון רעכל צו מעכל זאל זיי געבן וואוטס, מיט'ן שקר פון 'ועשית ככל אשר יוריך' ביז מ'ווערט געוואר אז ביאנער רבי אדער ר' שרולטשע וויזיניצער האט זיי דירעקט געזאגט פארקערט...!

ר' חיים שאולזאהן איז געבוירן און אויסגעוואקסן אין מאה שערים ער האט פראטעסטירט אלץ בחורל צוזאמען מיט ר' עמרם בלוי, אבער זייענדיג א לובאוויטשער אייניקל, האט ער זיך געגאנגען לערנען אין ליטווישע ישיבות און געווארן א חב''ד חסיד.

ער האט אנגעהויבן די 'צופר' צייטונג ווי היינט זיין 'בעולמם' זיך אנעמנדיג פאר אלע נרדפים ווי ר' שאול אלטער און האקנדיג אויף אלע גבר אלים רעביס ווי דער אהרוני מקרי. די גור'ע האבן אים פארטריבן פון ארץ ישרא'. דורך שלעק. ער איז אנגעקומען קיין ניו יארק ווי די לובאוויטשער רבי האט אים מקרב געווען אלץ ווייטער קאזין.

דאהי האט ער זיך געפענט דעם 'פנים חדשות' זיך אנעמענדיג פאר חב''ד קעגן סאטמאר. ווי גרשון יעקבסאן, אבער גאר שנעל האבן אים די סאטמערע געלאזט טועם זיין אביסל פון די זעלבע מכות וואס ער האט געכאפט פון די גורע אין ארץ ישרא', האט ער געפענט א אידיש שפראכיגער צייטונג 'די חרדישע וועלט', האט עס געהייסן אויך און דאס מאל האט ער שוין באקומען הילף פון די בני יוא' דהיינו די סאטמערע נרדפים!... שפעטער האבן די סאטמוירים בעיקר די אהרונים היינט דאן זענען זיי געווען די חסידים פון ביירעך מוישע נאך נישט געווען קיין זאליס, האבן ארויסגעגעבן א צייטונג קעגן אים, ס'האט געהייסן 'פנים אל פנים'.

1751300611408.png


זיין זוהן אבי שאולזאהן איז א רייכער היימישער ריעל עסטעיט דעוועלאפער און פליפער בעיקר אין מיאמי ביעטש פלארדיע ווי ער האט זיך מתדבק געווען אינעם ליטווישן אבער געווארענעם חסיד משגיח, הגאון הצדיק רבי משה וואלפסאהן זצ''ל, געזען אין בילד.

בכלל איז ר' חיים שאולזאהן א קלוגער אידל א ביזנעס מאן דהיינו ער נעמט אייביג די צד ווי ס'איז דא געלט אים צו צאלן. אבער אין אלגעמיין נעמט ער זיך מער אן פאר נרדפים קעגן רודפים חוץ פארשטייט זיך ווען עס רעדט זיך צו חב''ד לובאוויטש דאן האסט ער בלינד יעדער וואס איז קעגן זיי. ספעציעל הרב שך און די ר' שמוא' אויבערבאך תלמידים רופט ער אן מיט די ארגסטע לשונות של גנאי ווייל ער איז א חסיד שוטה פונעם מלך המשיח.

זיין סעל-פאון נומער און אי-מעיל אדרעסע איז ברייט פארשפרייט אויבן אויף זיין בלאג, פאר יעדן איינעם צו האבן געפרויגרעמט אויף ספיעד-דייעל אזוי ארום אז תיכף ומיד איר לייענט עפעס אדער איר באמערקט עפעס צו פון אים אליינס צו פון קרעמל דא, אדער סיי ווי אין אייערע פילע וואצעפ גרופעס מיט סטאטוסען זאלט איר דאס קענען סיפיען צו אים אדער ענטפערן אויף דעם לויט אייער וויסן און פארשטאנד דעם אנדערן זייט פון די מטבע! ער איז קאנעקטעט לייוו צו טויזענטע אידן ווי גוים צו גלייך!

זיינע מיטארבייטער איינער זילבער האט שוין געכאפט מכות רצח פון סאטמער ווייל מ'האט זיך אויפגעטוישט אז ער איז דאס... יענער לעבט שוין נישט, ווי אויך הרב החסיד רבי יצחק לייב וויינגארטן זצ''ל פון וויליאסבורג קודם פון די בני יוא' פירער און דערנאך א זאלי חסיד, האט געכאפט מכות פון סאטמאר צוליב'ן זיין זיין הויפט סארס פון נייעס און שרייבער קעגן ביירעך מוישע יענע יארן אין די חרדישע וועלט. ר' יצחק לייב מיט זיין לובאוויטשער ארבייטער זילבער זענען ליידער אוועק פרי צייטיג אינגערהייט, אלץ א דירעקטע תולדה וואס זיי זענען געווען גאר קראנק א גאנץ לעבן פון יענע שלעק!

1751301256363.png

'משה גאבע' פריעדמאן

נישט נאר 'רציחה' האט סאטמאר און גור אים געוואלט ממית'ן, נאר אויך 'מסירה' איז דאך מותר, - זאגאר, א מצוה וחוב קדוש! ווען אונזערע פיורער ''דעסיידען'' אזוי:

ר' חיים שאולזאהן איז געווארן ארעסטירט אין וויליאמסבורג, אויבן אויף פאר'ן חטא פון ''עקסטארשן'' און ''בלעק-מעיל'', דהיינו, ער האט גענומען געלט פון משה פריעדמאן אז ער זאל אויפהערן שרייבן קעגן סאטמאר. מ'האט געסטעלט די קעיס אינדערויסן פון קארט, אדער איז דאס נישט געווארן גארנישט ווייל עס איז געווען לעגאל איך געדענק נישט די פרטים. איך געדענק נאר מ'האט ארעסטירט ר' חיים שאולזאהן נאך א מיטינג מיט משה גאבע און הנגיד לעיזער קעסטנבוים.

אפיציעל האלט זיך ר' חיים קלוגער פון די משיחסטן, אבער אזוי ווי אין יעדע מחלוקת ונייעס ביי כלל ישרא' ברענגט ער אראפ טעגליך זייערע נייעסער אויך. ווער ס'שיקט אריין דער ווערט געפובלישט.

ר' חיים שאולזאהן רופט אן דעם מענדעליסט דער שוואנץ פון מרכז בני ברק, ''הקדוש והטהור'' ווייל זיי שיקן אים אזוי אריין זייערע נייעסער בילדער און קליפס. אבער ר' חיים וועט פובליקירן אלע פאשקעווילען פון וויזיניץ ר' ישרא' אויכט אויב זיי שיקן, נאר מייסטענס שיקן די מענדאליסטן די פאשקעווילן קעגן ר' ישרא' ווייל זיי זענען דאך פארביטערט, זיי זענען אינדערויסן, ווי אין סאטמאר די אהרונים האסן די זאליס מער ווי די זאליס האסן די אהרונים ווייל די אהרונים האבן זיך דאך על פי רוב געמוזט עפענען אייגענע מוסדות פון דאס ניי ווען זאלי האט פארכאפט וויליאמסבורג.

ווען מ'וויל פארשטיין וויאזוי אזא איד קען אנהאלטן אזוי לאנג, טראץ אלע רדיפות קעגן אים? דארף מען פארשטיין אז ער איז א קאלטער לונג און לעבער א ירושלימער זשאבע דורי דורות זיין טאטע מאמע זענען אויך געבוירן אין ירושלים, יא אמת אז ער איז טאקע א חב''ד לובאוויטשער חסיד, וואס ווערט גאר שטארק ווילד, אויב מיר רעדן קעגן זיין רבין ועבודה זרה, אבער ער איז פאר אלעם א זשורנאליסט! דהיינו, ביי אים גייט אין לעבן אריין אויפצודעקן דעם אמת, און פאר דעם האט ער זיך מוסר נפש געווען אלע יארן, סיי אין ארץ הקודש קעגן גור. און סיי דאהי קעגן משה גאבע. ווי ער האט זיך אנגענומען פון דעי וואן פאר די בני יוא'!

זאל אים דע זכות מגין זיין, אז אפי' ער האט טאקע באשמוצט און וויי געטאן אזויפיל יחידים, אבער ער האט ''אווער אלל'' געטאן אסך גוט'ס מיט'ן זיך אננעמן פאר נרדפים זיין גאנץ לעבן עד כדי מיתה ממש!

איך האב אים ליב און פיינט יעדער רגע דהיינו ווען איך לייען אים דאנק איך אים פאר איין פאוסט אבער איך שעלט אים גראד פאר א צווייטער פואסט איך שיק אים כמעט יעדן טאג אן אימעיל, ער דרוקט אפ זייער אסאך דערפון פאר זיינע טויזענטע לייענער איבער די גארער וועלט, אזש אז איך מוז מיך שארפן מיין פעדער וויסענדיג אז דאס פארבלייבט אין די היסטארישע ארכיווען פונעם ווארלד ווייהד געוועב.

ר' חיים שאולזאהן איז ניט קיין עם הארץ און ניט קיין נער, ער איז א קלוגער אבער זייער קאלטער מענטש, דהיינו, ער שרעקט זיך ניט פון טעראר. מ'קען מיט אים רעדן זייער נארמאל, ער נעמט אראפ זייער אסאך זאכן וואס מ'טענה'ט זיך מיט אים אז דאס פארשעמט און טשעפעט יחידים. אפי' פובליק מענטשן קען ער אסאך מאל נישט וויי טאהן אויב עס איז א ''סועסייד'' וכדו'.

ער איז היינט א רב ביי מאדערן ארטאדאקסן, אלטישקע אמעריקאנע אידן, אין דעם רייכן מארין פארק געגענט פון ברוקלין ביים וואסער ברעג, וואס ער גייט דארטן איינמאל א וואך, בעיקר בלויז אויף שבתים וימים טובים, ער האט געוואונט אין בארא פארק נעבן דעם שטיבל פונעם בעל המאור, אכצן עוועניו קארנער זעכציגער גאסן, ווי ער איז דארטן געווען דער שיינער איד פאר א שטיק צייט. ר' חיים שאולזאהן איז שוין א חושבער רב ופוסק פערציג יאר אין די צייטן ווען ער האט זיך געשלאגן מיט סאטמער איז ער געווען א רב אין די בראנקס אן אלטער גרויסער אמעריקאנער שוהל בעיקר.

איך באטיטול ר' חיים שאולזאהן אלץ 'רבי', כאטש איך האס זיין לובאוויטשער משיחזם וציונים, ווייל ער איז בלי ספק דער בשיינפערליכער גרעסטער רבי און פירער פון אונזער דור שפל היינט צוטאגס, ווייל ער מאכט יעדן איינעם פון אונז ''ביהעיווען'' טעגליך - אינקלודינג מיך. אבער אויך גרויסע רעביס פארטייען שוויצער לעקער עשירים ווי יואלי לאנדא און זיינע ארבייטער די שווענץ די עסקנים ועסס-קאנעס... אז מיר ווייסן אז יעדער וואצעפ ליין בילד און קליפ פון אונז, וועט אפענדען, ביי ר' חיים שאולזאהנען, אויף זיין 'בעולמם של חרדים' בלאג, פאר די וועלט און היסטאריע, ווער מיר זענען באמת, ה''י, ורח''ל!...

*

דיסקלעימער אפדעיט; איך האב אנגעקלונגען ר' חיים שאולזאהן ביים שרייבן דעם ארטיקל, דורכציגיין מיט אים, פארשידענע פרטים, וואס איך בין נישט געווען זיכער, איבער זיי, אבער נישט אדורך אלעס. מייסטענס, וואס איך האב יא זיך געפילט זיכער אז איך געדענק עס ריכטיג, האב איך נישט ארויפגעברענגט מיט אים דאס דורכשמועסן. אבער איך בין פארט נאר א מענטש, און איך בין געווען זייער אינג, קוים בר מצוה, ווען רוב זאכן אין דעם ארטיקל האבן זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג. און איך בין דערצוה נאך דאן געווען זייער אן עקסטרעמער גרויליגער נארונישער פארטייאישער היץ-קאפ ליידיגער שוואנץ ליידער. איז נעמט נישט אן יעדעס ווארט אלץ תורת אמת. ווייל דאס איז געשריבן פון א זיכרון מיט א הפסק פון דרייסיג פערציג יאר זיכער אפשר מער!
 
לעצט רעדאגירט:

Similar threads

Back
Top