שמייכעל
אלטגעזעסענער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- יוני 5, 2025
- מעסעדזשעס
- 198
- רעאקציע ראטע
- 635
- פונקטן
- 113
חלק א': זיין איגענט און זיין קשר צו חב''ד
די אור גדול פון רבי אביגדור האט זיך אראפגעלאזט אויף די וועלט, מיט בערך 125 יאר צוריק אין באלטימאר געבוירן צו רוסישע אימיגראנטן עלטערן זייער ארים אבער גאר פרום. די טאטע איז געווען א קצב געהאקט פלייש פאר פרנסה. אבער ר' אביגדור האט געהאלטן אז ער איז געווען זייער א חשובער איד. ווייל דאן אין יענער צייט צו בלייבן פרום האט געמיינט מסירת נפש. ר' אביגדור רעדט נישט צופיהל ארום פון זיין טאטע. א. ווייל ער איז נישט קיין בנש''ק רעביש קינד וואס פארופט זיך אויף זכות אבות און ב. רבי אביגדור איז געווען זייער א פריוואטער מענטש ער רעדט נישט פון זיך קיין איין ווארט נישט קיינמאל. הגם אסאך מעשיות אויף גדולי ישרא' פלעגט מען וויסן אז ער רעדט פון זיך אבער ער האט דאס אנגעלייגט אויף אן אנדערן.
בלויז איין ווארט איז יא דא פון ר' אביגדור אויף זיין פאטער, אז א בוך א ספר מוז האבן 2 דעקלעך, וואס אויב איין דעקל פאלט אוועק, צעפאלט דאס גאנצער ספר, אזוי אויך א משפחה דארף 2 עלטערן, אז נישט קענען נישט די קינדער אויסוואקסן געהעריג. מיר האבן דאס פארשטאנען אז וועגן דעם איז ר' אביגדור אויסגעוואקן ר' אביגדור צוליב זיין טאטע און מאמע וואס זענען געווען דא פאר אים אייביג ביידע צוזאמען ווי א ספר דע משל וואס ער געט אן.
דער קליינער אביגדור איז געגאנגען אין פובליק סקול, ער האט נאכגעזאגט פון זיין קינדווייז אן א טיטשערקע א שיקסע, אז אייביג האט זי אים אריין געגעבן די שמחת החיים אין לייף! שטענדיג געדענקט ער איר גרויסער ענטוזיאסטישער ברייטער 'שמייכעל' פון די 'גוט מארגן' גריס צו אים יעדן טאג ווען ער איז אנגעקומען דארטן אין סקול. ער האט געזאגט שטענדיג אז ער האט פאר איר א געוואלדיגער הכרת הטוב פאר'ן אויפבויען זיין יסוד אין לעבן צו זיין שטענדיג פרייליך גוטמוטג און לוסטיג אפי' אין די שווערסטע צייטן זאל מען זיך מאכן פאלשערהייט שמייכעלען און צווינגן צו ארויסווייזן א סבר פנים יפות!
דערנאך איז ער גאנגען אין אפאר היברו דעי סקולס נאכמיטאג און זונטאגס ווי מ'האט אים פון איבעראל ארויסגעווארפן לויט זיין עדות. נישט ווייל ער האט נישט מיטגעהאלטן נאר ווייל ער איז געווען א מחוצף צו ווילד צו סתם אזוי נישט זיך צושטעלנדיג צו סדרים, אדער קען זיין ווייל, ווי ער פלעגט אייביג זאגן, אז זיין טאטע איז געווען זייער ארים פשוט נישט געהאט געלט צו צאלן שכר לימוד, איך ווייס נישט פונקליך די סיבה. דאס אבער האט ער יא קלאר עדות געזאגט אז ער האט בעסער געלערנט די לימודי קודש ווי יעדן איינעם.
ער איז געווען לויט אים זייער א שטילער איינגעהאלטענער מענטש אייביג. דעריבער האט ער זיך געצווינגן צו ווערן א ראביי פון אלץ אינגערמאן. ווייל ער האט געוואלט מאכן אזא תשובת המשקל גיין פונקט פארקעט פון זיין תכונת הנפש, עקסטרעם ''פאולער אפאזיט'' זיך צו ברעכן זיינע מידות מגונות פון זיין א אינטראווערט שטיל און באשיידן. דהיינו ס'האט אים נישט געפאסט צו רעדן צו קיינעם, האט ער זיך געצווינגן צו זיין א רב כדי צו מוזן רעדן צו מענטשן.
ער איז דערנאך געווען א רב דא אין יונג איזראעל פאר לאנגע יארן קודם אין טשעלסי מאסעטשוסעס אזא סובארב נעבן באסטן דערנאך אין איסט פלעטבוש ברוקלין ניו יארק דערנאך ווען דארטן איז געווארן אויסגעשפילט פון ווייסע איינוואונער האט ער געפענט זיין אייגענע קהילה על שם זיין טאטע און דאס א נאמען געגעבן בית ישרא' תורה סענטער אזא בית מדרש קעגן איבער מירער ישיבה אויף אוישן פארקוועי צווישן עוועניוס אר און עס. רוב פון די מתפללים זענען געווען זיינע מתפללים פון יונג איזראעל וואס האבן מיט אים מיטגעמופט אהין.
ער איז געווען אביסל מער פון צוואנציג יאר א משגיח אין ישיבת חיים בערלין דאן איז דאס נאך נישט געווען אין פלעטבוש נאר אין בראנסוויל די ירושלים דאמעריקע יענע יארן. אויף פיטקין עוועניו די הויפט גאס. היינט איז דאס ריזיגע פראזשעקס פאר ארימע איינוואונער אבער חב''ד לובאוויטש אינגע פאמיליעס פון קרוין הייסט באנייען די געגענט דארטן צוריק. נישט נאר בראנסוויל נאר אויך איסט פלעטבוש א געגנט נעבן בראנסוויל אין קרוין הייטס ווי טאקע ר' אביגדור'ס אלטער שוהל איז געווארן איצט איבערגעפרישט אלץ א חב''ד שוהל!
די קשר צווישן ר' אביגדור'ן מיט חב''ד גייט צוריק איבער הונדערט יאר, ווען דער קלייענער אביגדור'ל האט זיך צוגעשארט צום רב פון זיין טאטענ'ס רוסישע קהילה נוסח אר''י מנין ווי דער רב איז געווען דא א 'שליח' פון ר' יוסף יצחק פאר די מלחמה פון דערהיים לובאוויטש גופא ער האט געהייסן רבי אברהם אלי' אקסלעראד זצ''ל. ער האט איבערגעלאזט זיין משפחה און קינדער אין די אלטע היים מסתם זענען זיי שוין געווען אלע חתונה געהאט און געווארן א רב אין באלטימאר פאר די רוסישע אימיגראנטן. ער האט דארטן פארגעלערנט משניות אבער פאר'ן קליינעם אביגדור'ל האט פארגעלערט גמרא. געווען זיין איינציגער תלמיד ווי א חברותא זיי האבן געלערענט מסכת ראש השנה משך פון 2 יאר זאגט רבי אביגדור אויף טעיפ. אבער ר' אביגדור האט מעיד געווען אז די חברתא'שאפט כאטש ס'האט אנגעהאלטן בלויז 2 יאר האט אים געראטעוועט צו אידישקייט. ווי ס'רוב פון זיינע חברים זענען אלע געווארן אסימילירט אינעם אמעריקאנעם שמעלץ טאפ שפעטער.
דעריבער ווען מ'האט געפרעגט רבי אביגדור פארוואס ער שטעלט זיך נישט צו צו הרב ש''ך און סאטמאר קעגן חב''ד האט ער דאס נאך פארציילט אז זיין גאנצער אידישקייט איז צו פארדאנקן חב''ד לובאוויטש דורך זייער שליח דאן הרב אקסלעראד זצ''ל.
מ'האט אים געפרעגט פארוואס באדערט אים נישט אז לובאוויטשער רבי האט זיך ערקלערט אלץ משיח שקר? זאגט ער אז נאר א כהן ווי אים אליינס, ר' אביגדור איז געווען א כהן, קאן נישט זיין משיח אבער לובאוויטשער רבי קען יא זיין משיח.
רבי אביגודר פלעגט אייביג אויסרומען לובאוויטשער רבי צוזאמען מיט אנדערע גדולי ישרא'; די לובאוויטשער איז געווען ביי אים א אוהב ישרא' דער סיגוטער דער בייראך מוישע א עניו. און ר' שלמה באבובער א רעבי וואהטעווער דעהט מיענס... די 3 אידן פלעגט ער דאס מערסטע רימען און אויסזינגען איך ווייס נישט פארוואס, איך בין משער ווייל ער האט געזען סאטמערע חסידים ביי זיינע שיעורים מיט באבובע היטן און ער האט געוויסט אז מיר האבן פיינט לובאוויטש... אבער דאס איז בלויז מיין השערה. הגם ער האט גערעדט פון אלע גדולי ישרא' זייערע מעלות איז ער אליינס נישט געגאנגען צו קיינעם נישט אבער געזאגט אז ער האלט פון זיי עולמות. אחוץ סאטמאר רבי דער בעל ויוא' משה זי''ע וואס ער איז יא געגאנען עטליכע מאל סיי פריוואט ווי מיר וועלן באלד אויסשמועסן אין סיי צו זיינע הקפות ווי ער האט אריין שפאצירט פון איסט פלעטבוש ווי מיר וועלן באלד מער באשרייבן.
ער האט אונז אויפגעפאדערט צו גיין איבעראל כאטש ער אליינס איז נישט געגאנגען דארטן ווי למשל; צו די דף היומי סיום הש''ס כאטש זיי זענען אגודיסטן, צו די בעלזע חתונה פון אהרן מרדכי, כאטש זייער רבי בערל רוקח האט זיך מתחצף געווען קעגן סאטמאר רבי דער בעל ויוא' משה זי''ע וואס רבי אביגדור האט געהאלטן ווי פון פייער און איז צו אים געגאנגען זיך ווייקן ווי מיר וועלן באלד באשרייבן. ווי אויך צו די כ''א כסליו מסיבות. וכו' - ער האט דאס געבעטן געפאדערט פון אונז שטענדיג זאגנדיג אז ווי מער אידן ריבו עם איז דא מער קדושה יראת שמים - אבער דאס איז געפאלן אויף מיר על כל פנים ווי טויבע אויערן. ווייל איך האב אים אנגקוקט ווי א היפאקריט אז פארוואס גייט ער נישט אליינס פארוואס שיקט ער מיך נאר?
פון הרה''ח ר' חיים שניצלער הי''ו, טשאבער רב'ס זוהן אין וויליאמסבורג האב איך אמאל געהערט א פשט אויף די אויבן דערמאנטער קושיא, אז רבי אביגדור האט אמאל געזאגט פאר די אייניקלעך און פאר די נאנטע מענטשן זיינע אז זינט די זיבעציג יאר האט ער מער נישט קיין צייט ווי בעפאר ער גרייט זיך צו זיין יום המיתה ער דארף חזר'ן מסכתות הש''ס פאר'ן גרויסן פארהער נאך זיין פטירה. איך פארשטיי דאס נישט ווייל ביי ר' אביגדור איז די אלע זאכן געווען תורה פונקט ווי ש''ס. אבער ר' חיים איז געווען זיינס א נאנטער מענטש. ער האט דאס יא פארשטאנען. קען זיין ר' אביגדור איז אזויפיל געגאנגען צו פריערדיגע כינסים פון ערליכע אידן און צו גדולי ישרא' אז ער האט שוין ניט געמוזט גיין מער.
פון אן אייניקל הרה''ג רבי ישרא' ברוג שליט''א ראש ישיבת תפארת אביגדור נעבן טעלז אין קליפוואוד-הייטס א סובארב אין קליבלאנד אוהייא, Beautiful Words Of Torah | Sichos Yisroel האב איך געהערט ביי ערשטן יארצייט סעודה אויף ר' אביגדור זיין זיידע אין בית המדרש לעמבערג פון הגאון החסיד רבי אברהם שלמה יאווא שליט''א די טאטע פון נחי די פאדקעסטער א מוראדיגע געשיכטע וואס דאס טוהט פארענטפערן די פליאה פון ר' אביגדור וויאזוי איז מעגליך ער זאל פארלאנגן פון יענעם א זאך וואס ער טוהט אליינס נישט?
זייענדיג אן אנגעשטעלטער ראביי ביי די אלוועלטליכע יונג איזראעל באוועגונג. האט ער געמוזט גיין צו זייערע רבנישע קאנפערענצן און מיטונגען. איינמאל האט מען דארטן גערעדט קעגן ר' אהרן קאטלער, אז ער ברענגט אהער קיין אמעריקע די ישיבה'שע גייסט קעגן קאלעזש עדיושקעישן. מ'זאל זיין בטלנים די קינדער. זיי האבן געבטן דארטן מ'זאל נישט לאזן מאכן קיינע אפיעלס פאר לעיקוואדער ישיבה אין די יונג איזראעל בתי מדרשים. ר' אביגדור זייענדיג אליינס א בן ישיבה האט זיך זייער היציג רעאגירט דארטן. ר' אביגדור אליינס פלעגט רעדן פון דעם אסאך. אבער אין אדם משים עצמו רשע, איך וויל דאס נישט איבערפארציילן. הקיצור ער האט זיך אויפגעפירט ווי א קנאי. געטאן א זאך וואס מ'טאר נישט נאכזאגן. על כל פנים איך אלץ א פרעמדער טאר דאס נישט מקבל זיין לשון הרע.
אבער די אויבן דערמאנטער אנעקדאט מפי רבי אביגדור אליינס און פון זיין אייניקל ווארפט מיר אסאך ליכט, אויף די פליאה פארוואס ר' אביגדור איז מער נישט געגאנען צו קיין גרויסע פארזאמעלונגען פון כלל ישרא'. נעמליך אז איך טראכט טאמער וועט ער הערן אדער צוזעהן אן עוולה ווערט ער נאכמאל מוזן מוחה זיין ווי דאן!... איי וואס איז דער פראבלעם? מען מוז דאך מוחה זיין אויף עוולות? אבער זעהט אויס אז ער איז שוין געווען צו שוואך צו געווינען די מוחאה אין ווי פאפא רב זאל זיין געזונט האט מאר אמאל פערזענליך געזאגט אז 'לא תוכח לץ', מיינט נישט נאר א לץ, נאר יעדעס מוחאה וואס מ'וועט נישט אנעמען עס וועט פאלן אויף טויבע אויערן איז אויך בגדר 'לא תוכח להן'! ווייל דו אליינס ווערסט זיין די לץ, ווייל דו וועסט גורם זיין אנדערע צו אפלאכן און זיין קאלט פון אידישקייט אינגאנצן! מילא איז בעסער צו פארהוילן זיך פון די גאנצע פרשה, און זיך מאכן כאילו מ'ווייסט נישט פון די עוולה בכלל.
פאר ווער עס ווייסט איז רבי יעקב יחזקי' גרינוואלד שליט''א, גאר א גרויסער קנאי אבער ער שפילט אויך תמימות'דיג אז ער פארשטייט נישט גארנישט אזש אז אהרן טייטלבוים האט אים צונער געלייגט ביי די פרשה פון ר' שמוא' אויערבאך'ס גיוס מערכה זאגנדיג אויף טעיפ ''פאפא רב איר זענט דאך א קלוגער איד...!''
עניוועיס צוריק צו רב מילער; דאס איז מיין השערה פארוואס ער האט נישט געטארט גיין אין פובליק פלעצער מוחה זיין; אבער אונז האט ער יא געשיקט.
איך אליינס בין טאקע געווארן אמאל פארשעמט צוליב ר' אביגדור, דער פאשקעוויל פאר די גוים האט מיך מיאוס באשמוצט, אויפ'ן 'פראנט פעידזש' פונעם 'ניו יארק פאוסט' האט מען מיך געזען מוחה זיין, צוזאמען מיט קאשוי חסידים, קעגן מעיאר רודי זשוליאני, אויף א געוויסער חוק של תועבה דאן אין סיטי האלל. מיט זייער א שמוציג קעפעל ליידער, איך שעם זיך טאקע זייער דערפון, עד היום הזה ווען איך שרייב די שורות, אבער אז א רבי הייסט גיין, מוז מען ליידן בושות; איך האף האבן אפגעקומען אביסל גיהנום אויף מיינע עבירות און חטאים.
איך האב דאן געפרעגט נאך אסאך רבנים יעדער האט מיטגעשטימט, אחוץ טאקע פאפא רב שליט''א, וואס האט מיר געזאגט דעם אויבן דערמאנטן טייטש אויף לא תוכח לץ. אבער בערך 30 אנדערע רבנים, ס'רוב פון סאטמאר, האבן מיר געשטיצט צו פאלגן הרב מילער'ן!

לעצט רעדאגירט: