דו האסט מיר געזעהן וויינען?! איך בין פערפעקט מסודר ב"ה...
די sad joke איז אז כ׳קען גענוג משפחות וואס האבן אזוי געגלייבט, אז not rocking the boat וועט זיי ראטעווען. און זיי האבן זיך געצווינגען נישט צו נעמען ערנסטע שריט צו פארבעסערן דאס לעבן פון זייער משפחה- אויס מורא אז זיי וועלן אלעס פארלירן.
ליידער, אפילו מיט דעם וואס זיי זענען געבליבן ערליך & פאלגזאם צום סיסטעם - זענען זיי צום סוף געווארן ביטער אויסגעשפילט
ווייל די סיסטעם האט נישט דעליווערט די promises פון צופרידנשטעלן זייערע קינדער -
זיי האבן געמיינט זיי וועלן האבן מנוחה- אבער זייערע קינדער האבן אלעס אויסגעשפיגן צום סוף.
חינוך איז נישט וואס דו רעדסט איין דיינע קינדער (אדער לאזט די א.ג. מחנכים איינבאקן אין זיי) חינוך איז דיין אייגענע אויפפירונג.
דיינע קינדער קענען דיר בעסער ווי דיר אליין, און זיי וועלן אלעמאל דערשמעקן וואס ליגט אונטער דיין הנהגה. אויב איז דא א פחד פון אויפרעגן מענטשן און פארדעם ארויף בלייבן זיי שימלען אין א סיסטעם וואס געבט זיי נאר באגרעניצונגען און רויבט זיי פון לערנען בעיסיק tools פאר א נארמאלע לעבן, דעמאלס איז דא פארשידענע רעאקציעס:
ס׳דא קינדער וואס וועלן דוקא טון פארקערט:
אויב מיין טאטע האט זיך א גאנץ לעבן נישט געוואגט וועל איך זיך וואַגן צו טון וואס איך וויל נאר (און אָן קיין אהנונג פון די וועלט, ווייסמער ליידער וואו אזעלכע קינדער קענען אנקומען)
אנדערע קינדער פאלן אריין אין זעלבן מהלך אבער מיט פארקערטע תוצאות: מיין טאטע האט געוועהלט די ״באקוועמערע״ וועג (די status quo) וועל איך אויך וועהלן וואס פאר מיר איז די באקוועמסטע...
הקיצור, נחת ברענגט עס נישט.
אמת׳ע נחת קומט נישט פון זיך פארקנעכטן פאר׳ן סיסטעם, נאר פון עכטע אינוועסטמענט אין דיין אייגענע כאראקטער און רפואת הנפש, און דאס טרעט אויס א וועג פאר דיינע קינדער אויך צו מאכן דאס בעסטע פון זיך וואס זיי קענען נאר