הייב אן אריינצובראקן פאר דיין ווייב אז מאכן אייגענע באשלוסן אנדערש ווי די טאטע איז בכלל נישט קיין סתירה מיט כיבוד אב ואם, ווען איר טאטע וואלט ווען געוואלט בלייבן בעל הבית אויף זיין טאכטער וואלט ער איר נישט חתונה געמאכט, אויב האט ער איר יא חתונה געמאכט איז פשט אז ער וויל זי זאל פירן איר אייגענע לעבן, ער קען נאר האפן אז די אכצן יאר חינוך זאל אויפטון, אבער איינמאל מ'איז חתונה געהאט איז די מענטש זעלבסשטענדיג,
הער אויס, דיין ווייב גייט עס בכלל נישט פארשטיין, אבער יעדע ווארט וואס די זאגסט יעצט טוט אויף אויף א האלבע יאר ארום, ובדוק הוא.
נאך א שטיק צייט וועסטו זעהן איר אייגענע קאנפידענץ קומט ארויס צום אויבערפלאך מער און מער, איינמאל דיין שווער וועט שפירן קאנפידענץ וועט ער גאר שנעל איינמאכן, און דיר אפלאזן..
עס גייט בכלל נישט שנעל, אבער ווען מ'קוקט נאך א לענגערע תקופט זעהט מען א ריזיגע דיפערענץ, איך וואלט געזאגט אז עס איז אזויווי די עס ענד פי 500