שערן די האר

?Any one with good guidance
הייב אן אריינצובראקן פאר דיין ווייב אז מאכן אייגענע באשלוסן אנדערש ווי די טאטע איז בכלל נישט קיין סתירה מיט כיבוד אב ואם, ווען איר טאטע וואלט ווען געוואלט בלייבן בעל הבית אויף זיין טאכטער וואלט ער איר נישט חתונה געמאכט, אויב האט ער איר יא חתונה געמאכט איז פשט אז ער וויל זי זאל פירן איר אייגענע לעבן, ער קען נאר האפן אז די אכצן יאר חינוך זאל אויפטון, אבער איינמאל מ'איז חתונה געהאט איז די מענטש זעלבסשטענדיג,
הער אויס, דיין ווייב גייט עס בכלל נישט פארשטיין, אבער יעדע ווארט וואס די זאגסט יעצט טוט אויף אויף א האלבע יאר ארום, ובדוק הוא.
נאך א שטיק צייט וועסטו זעהן איר אייגענע קאנפידענץ קומט ארויס צום אויבערפלאך מער און מער, איינמאל דיין שווער וועט שפירן קאנפידענץ וועט ער גאר שנעל איינמאכן, און דיר אפלאזן..
עס גייט בכלל נישט שנעל, אבער ווען מ'קוקט נאך א לענגערע תקופט זעהט מען א ריזיגע דיפערענץ, איך וואלט געזאגט אז עס איז אזויווי די עס ענד פי 500
 
איך נישט האבן מער ווי מיטלייד מיט דיר.

עס איז געווארן אזא אינטרעסאנטע מציאות: א מנהג אן די מינדסטע מקור אדער שורש איז געווארן ממש פון די עיקרי הדת ביי געוויסע. און מען קען נישט סתם זאגן זיי שטארק וכד' ווען מען האנדלט פון יסודי הדת[...] מיט נאנטע.

און וואס מער די היינטיגע קהילות ווערן אויסגעשטעלט אויף א סיסטעמאטישן פארנעם קען עס ווערן שווערער צו אויסראטן מיט די יארן,

אויסער אויב עס וועט איין טאג דזשאסט געבן א פלאץ אויף און זיך געבן א כאפ אריין פון אונטן.
איך פארשטיי פון ווי דו קומסט,פונדעסטוועגען איז משמע אז דו האסט נישט ארויס די פאוערפולנעס פון א מנהג אדער א טראדיציע, די אמת איז א דוקא די - מנהג אין טראדיציע האלט יידישקייט נישט ווינציגער ווי הלכה און דאגמע - לשבר את האוזן - קען מען אהנווייזען דער מנהג פון א יארמולקע, א לבוש פון שטריימל , אבער נאכמער די חומרא פון רבי זירא ז׳ נקיים, צו אפילו אזא מנהג נפלא פון א מצוה טאנץ - ישמע חכם ויוסיף לקח .
און וואס איז יום טוב שני היינט ?- הזהרו במנהג אבותיכם בידיכם
 
cleardot.gif
ווען איך האב געקויפט מיין סמארטפאן האט מיך מיין מאמע טעראריזירט וועגן דעם, האט מיר איינער געגעבען א עצה וואס האט זייער גוט געארבעט אבער מען דארף האבן ביצים.
איך האב געזאגט פאר מיין מאמע, מאמי איך וויל נישט רעדן מיט דיר מער וועגן די סמארטפאן נושא קיין כי הוא זה.
מאמע: אבער דארפסט פארשטיין בלא בלא בלא
מאמי איך האב געזאגט אז איך רעד נישט מער איבער די נושא, פליז הער אויף. עניוועי וואס טוט זיך מיט משה יענקל וואס האט זיך געגעט…….
מאמע: אבער אבער בלא בלא סמארטפאן
איך האב אראפגעלייגט די פאון. מיין מאמע האט מיך צוריק געקאלט א מינוט שפעטער און אנגעהויבן רעדן סתם עניני דיומי און מער האב איך נישט געהערט קיין ווארט וועגן מיין סמארטפאון.
 
איך פארשטיי פון ווי דו קומסט,פונדעסטוועגען איז משמע אז דו האסט נישט ארויס די פאוערפולנעס פון א מנהג אדער א טראדיציע, די אמת איז א דוקא די - מנהג אין טראדיציע האלט יידישקייט נישט ווינציגער ווי הלכה און דאגמע - לשבר את האוזן - קען מען אהנווייזען דער מנהג פון א יארמולקע, א לבוש פון שטריימל , אבער נאכמער די חומרא פון רבי זירא ז׳ נקיים, צו אפילו אזא מנהג נפלא פון א מצוה טאנץ - ישמע חכם ויוסיף לקח .
און וואס איז יום טוב שני היינט ?- הזהרו במנהג אבותיכם בידיכם
היי ריבי, איטס מי עגעין.

ער איז נישט געקומען שטודירן די וויכטיקייט פון מנהגים, פארדעם קען ער גיין צו די לאקאלע שובבים דרשות.

ער האט ספעסיפעקלי געבעטן עדווייס ווי אזוי ער קען העלפן זיין ווייב האבן די קאנפעדענס ווען איר טאטע דרייט איר אראפ די קאפ.

האסט א עצה?
 
עס זענען פארהאן פארשידענע מהלכים ווי אזוי מען גיט אן עצה פאר א ייד, לדוגמא איינער האט א פעטיש ער וויל זיך אריינשניידען די לינקע אויער ,אבער ער האט א פראבלעם ווייל ער ווייסט דער חבר וועט לאכען פון איהם
ער וויל דאך אבער דאך,קען מען איהם געבען עצות ווי אזוי ער זאל אוווערקאמען די קריטיק פון זיין חבר , עס איז אבער אויך פונקט אזוי פאסיג צו זאגען פאר דעם ייד,איך מיין אז עס לוינט זיך נישט אריינצושניידען דעם אויער, ווייל עס קען זיך מאכען דורך דעם א דיפעקט אין די שמיעה - והמבין יבין, ואם ללצים הוא יליץ
 
לעצט רעדאגירט:
האט איינערס ווייב אויפגעהערט זיך שערן און קען אריינקומען מיט די עקספיריענס בשעת'ן אריינוואקסען און נאכדעם?
 
מיין ווייב האט אויפגעהערט זיך צו שערן בתשעה ירחי לידה, זיך אנגעהויבן מוטשענען, האט זי זיך געשוירן און אלעס האט זיך אויסגעגליכן ב"ה
דאס איז מיין עקספיריענס
 
מ'דארף זיך אריינלייגן אין די פרויען שיך
צי קענען דאס פארשטיין, לאזן וואקסן די האר איז פשוט זיי זאלן זיך פילן מענטשליך (אזוי ווי די תורה זאגט אז מ'טוט דאס פאר א שקלאפטע כדי צי דערנידערן)
פארוואס טראכסטו נאר פון דיך??!!! טראכט וויאזוי דיין ווייב פילט אן האר -אויב זי האט דיך נאכנישט געזאגט
עס איז פשוט א גרויל!

לגבי די מקווה לעידי, מ'קען עס נישט אוועקמאכן, עס איז א מורא'דיגע פראבלעם, די שווערסטע חלק פון די גאנצע זאך איז די גילטי פילינג וואס קומט מיט דעם, און ווען די מקווה לעידי שרייט טוען זיי עס מיט א גאנצע מעניפילעישאן זיי רייטן אויף די 'דערהויבענע הייליגע ריינע מקווה', זיי באניצן זיך מיט קליפות און נשמות צי דערשרעקן #פרויען, (מיין ווייב האט שוין געכאפט פון די מקווה לעידי ווייל איר שייטל האט א סיעם :eek: עס האט איר גוט געבאדערט....)
און פאר די רעקארד; מיין ווייב האט מיך געזאגט אז אויף imamother איז דא צענדליגע מעשיות פון פרויען וואס זאגן אז זיי האבן געשניטן זייער אויסגעהארעוועטע האר וועגן א פסק פון די מקווה לעידי

נ.ב. איך זיך א גוטע מקווה אין קראון הייטס פליז שיק אין אישי
עס האט אביסל מיט דיין ווייבס confidence, מיין ווייב, מיין ווייב האט לאנגע האר אין קיינמאל קיין ווארט נישט געהערט פון קיינעם, גייט אין סאטמאר מקאין בארא פארק, אפגערעדט זאגן זיי נישט וועגן שייטלען וואס האט דאס מיט זיי, זי שוין כמה פעמים געגאנגען אן טייץ אדער זאקן, קיינער דארט זאגט גארנישט, אסאך פרויען לעבן סתם פון פחד
 
מיין ווייב האט אויפגעהערט זיך צו שערן בתשעה ירחי לידה, זיך אנגעהויבן מוטשענען, האט זי זיך געשוירן און אלעס האט זיך אויסגעגליכן ב"ה
דאס איז מיין עקספיריענס
וואס וואלסטו ווען געטון ווען זי וואלט זיך געשוירן? וויאזוי וואלסטו געסטראשעט דעם באשעפער?
 
קיינער סטראשעט נישט, איך דערצייל א מעשה שהיה.
יא אבער וואס עפעס האר. האסט פרובירט מאכן א קבלה צו אינזין האבן ביי שמו''ע? נישט רעדן לשה''ר? זיך היטן די אויגן? טראכטן פארן לייגן תפילין די טעם המצוה? בודק זיין די ציצית? שמייכלען צו צובראכענע אידן? סאיז דא אזויפיל זאכן וואס זענען געהעריגע עכטע שטיקער תורה, פארוואס ביזטו געלאפן צו עפעס א לעצטיגע תקנה?
 
ווייל גלייך זי האט געסטאפט האט זיך אנגעהויבן די פראבלעמען און זיך געענדיגט ווען זי האט זיך געשוירן
 
ווייל גלייך זי האט געסטאפט האט זיך אנגעהויבן די פראבלעמען און זיך געענדיגט ווען זי האט זיך געשוירן
איך מיין נישט צו גרינגשעצן אין די ענין פון זיך שערן

כ'בין אבער נייגעריג צו ווען זי האט זיך אויפגעהערט שערן האסטו זיך פארדעם מתיר נדר געווען אויף די מנהג פון זיך שערן?

די גמ' זאגט אז בעוון נדרים ליידט אשתו
 
Back
Top