צום קעפל, אויב איינער קען קלאר מסביר זיין די מנהג פון נישט שלאפן ראש השנה בייטאג אז מ'זאל ח"ו נישט פארשלאפן די מזל..
- וואס איז דאס מזל?
- עפעס האב איך געהערט אמאל וועגן נישט פארשלאפן די משפט, איז עס די זעלבע זאך ווי פארשלאפן די מזל?
עס איז א קושיא ותמיהא, די גמרא אין בבא קמא זאגט "אין מזל לישראל", און דא ברענגט מען א ירושלמי (וואס לא נודע מקומו) האי מאן דדמיך בריש שתא דמיך מזליה, און בעסיידס וואס האט דען א מזל א שייכות צו דער מענטש שלאפט ראש השנה, א מזל איז דאך א מזל, לויט די וואס גלויבן אין די השפעה פון מערכת הכוכבים ווערט עס נישט געטוישט מיט שלאפן,
עס איז אויך דא א מאמר אין מועד קטן אז בני חיי ומזוני לאו בזכותא תליא מילתא אלא במזלא,
איז לגבי די סתירה פון די מימרא אין מזל לישראל, איז תוספות מעיר - אז עס איז יא דא מזל נאר מען קען עס מהפך זיין, הגם דאס איז חילוקים מתוך דוחק, מען מוז עפעס מתרץ זיין, איז אבער נאך אלע תירוצים די קושיא, וואס א שייכות האט עס מיט שלאפן ראש השנה, מזל מיינט דאך די מערכת הכוכבים, וואס לויט זייער מצב בשעת'ן געבוירן איז דער מענטש אויסגעשטעלט צו געוויסע נאטורן , אזוי ווי די גמרא דרוקט זיך אויס אויב איינער איז געבוירן אין מזל מאדים זאל ער ווערן א שוחט אדער א מקיז דם (נו וויפיל מקיז דם'ס דארף מען דען), אבער עכ"פ די זאכן זענען שוין אפגעמאכט פאר ער גייט שלאפן ראש השנה,
בכלל איז די אמונה אין די השפעה פון מערכת הכוכבים שנויה במחלוקת פון די קדמונים עד היום הזה, ביי אונזערע איז באקאנט דער מפרש הגדול אבן עזרא האט זיך אויסגעקענט און געגלייבט אין די שטערן אינפלוענס - האראוסקאפ - אזוי אויך דער רמב"ן וכו', ווידער דער נשר הגדול דער רמב"ם האט עס טאטאל אוועקגעמאכט אלס פשוט'ע דברי הבל ותעתועים, און ביז'ן היינטיגן טאג איז דא מאמינים אין די שטערן אינפלוענס, אויף אזוי שטארק אז די ניו יארק טיימס האט געווידמעט א סטאדי אויף די שטערן מצבים כהיום, מיט וויפיל עס האט זיך גערוקט און געטשענדזשט זייט א מיליניע יארן, מען זאל עדזשאסטן די פרעדיקשנס און די עקספעקטעישנס, לויט די נייע מערכת.
איז אזוי, נאך די אלע ספיקות איז פשוט צו זאגן, אז דער ענין פון נישט שלאפן איז א סימן וואס מען מאכט, אזוי ווי אן עפל מיט האניג איז א סימן פאר א זיס יאהר, און א קאפ שנהיה לראש, איז אזוי אויך נישט שלאפן א סימן אז די יאר זאל נישט זיין פארשלאפן, נאר א לעבעדיגע און וואכזאם, הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל.