שמועסן איבער מנהגים פון די ימים נוראים

צום קעפל, אויב איינער קען קלאר מסביר זיין די מנהג פון נישט שלאפן ראש השנה בייטאג אז מ'זאל ח"ו נישט פארשלאפן די מזל..

  • וואס איז דאס מזל?
  • עפעס האב איך געהערט אמאל וועגן נישט פארשלאפן די משפט, איז עס די זעלבע זאך ווי פארשלאפן די מזל?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

עס איז א קושיא ותמיהא, די גמרא אין בבא קמא זאגט "אין מזל לישראל", און דא ברענגט מען א ירושלמי (וואס לא נודע מקומו) האי מאן דדמיך בריש שתא דמיך מזליה, און בעסיידס וואס האט דען א מזל א שייכות צו דער מענטש שלאפט ראש השנה, א מזל איז דאך א מזל, לויט די וואס גלויבן אין די השפעה פון מערכת הכוכבים ווערט עס נישט געטוישט מיט שלאפן,

עס איז אויך דא א מאמר אין מועד קטן אז בני חיי ומזוני לאו בזכותא תליא מילתא אלא במזלא,

איז לגבי די סתירה פון די מימרא אין מזל לישראל, איז תוספות מעיר - אז עס איז יא דא מזל נאר מען קען עס מהפך זיין, הגם דאס איז חילוקים מתוך דוחק, מען מוז עפעס מתרץ זיין, איז אבער נאך אלע תירוצים די קושיא, וואס א שייכות האט עס מיט שלאפן ראש השנה, מזל מיינט דאך די מערכת הכוכבים, וואס לויט זייער מצב בשעת'ן געבוירן איז דער מענטש אויסגעשטעלט צו געוויסע נאטורן , אזוי ווי די גמרא דרוקט זיך אויס אויב איינער איז געבוירן אין מזל מאדים זאל ער ווערן א שוחט אדער א מקיז דם (נו וויפיל מקיז דם'ס דארף מען דען), אבער עכ"פ די זאכן זענען שוין אפגעמאכט פאר ער גייט שלאפן ראש השנה,

בכלל איז די אמונה אין די השפעה פון מערכת הכוכבים שנויה במחלוקת פון די קדמונים עד היום הזה, ביי אונזערע איז באקאנט דער מפרש הגדול אבן עזרא האט זיך אויסגעקענט און געגלייבט אין די שטערן אינפלוענס - האראוסקאפ - אזוי אויך דער רמב"ן וכו', ווידער דער נשר הגדול דער רמב"ם האט עס טאטאל אוועקגעמאכט אלס פשוט'ע דברי הבל ותעתועים, און ביז'ן היינטיגן טאג איז דא מאמינים אין די שטערן אינפלוענס, אויף אזוי שטארק אז די ניו יארק טיימס האט געווידמעט א סטאדי אויף די שטערן מצבים כהיום, מיט וויפיל עס האט זיך גערוקט און געטשענדזשט זייט א מיליניע יארן, מען זאל עדזשאסטן די פרעדיקשנס און די עקספעקטעישנס, לויט די נייע מערכת.

איז אזוי, נאך די אלע ספיקות איז פשוט צו זאגן, אז דער ענין פון נישט שלאפן איז א סימן וואס מען מאכט, אזוי ווי אן עפל מיט האניג איז א סימן פאר א זיס יאהר, און א קאפ שנהיה לראש, איז אזוי אויך נישט שלאפן א סימן אז די יאר זאל נישט זיין פארשלאפן, נאר א לעבעדיגע און וואכזאם, הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל.
 
רעדענדיג פון מנהגים אין די ימים נוראים:
איך האב א באבע [און כ'האב אזוי געהערט פון נאך אסאך] וואס 'פירט זיך' צו עסן ראש השנה נאר טשיקן באדדעמס מיט פערפעל מיט מייערן, -פשוט'ע עסן, ווייל ס'איז א יום הדין און מען טאר נישט עסן קיין גוטע עסן, בהמה פלייש, וכו'.

האב איז פונקט געזען אז די רמ"א שרייבט (סימן תקפג) בזה"ל:
ויש נוהגין לאכול תפוח מתוק בדבש, ואומרים "שתחדש עלינו שנה מתוקה". וכן נוהגין. ויש אוכלים רימונים ואומרים "נרבה זכיות כרימון". ונוהגין לאכול בשר שמן וכל מיני מתיקה.
ווען קען מען שרייען: נו?! אן אפענע רמ"א?!?, און ווען קען מען טוהן זאכען וואס די פיללינג זאגט, אנדערש פון די שו"ע?
 
מען קען מעיר זיין אויף די ווערטער , דאס וואס די באבע זאגט אז מען עסט נישט קיין בשר בהמה ווייל עס איז יום הדין האט א פירכא , ווייל עס איז דא די מנהג וואס ווערט גיברענגט אין שולחן ערוך אז דער מנהג איז צו עסן ראש כבש, נו דאס איז דאך בשר בהמה
פון די אנדערע זייט איז די באבע גירעכט ווייל די ערשטע נאכט פון יום טוב איז נישט דא די מצות פון אין שמחה אלא בבשר, ווייל די מקור פון די שמחת בשר איז די שלמי חגיגה וואס אויף דעם זאגט דער פסוק ״וזבחת שלמים ואכלת שם ושמחת לפני ה״א״ וואס איז גיזאגט גיווארן פאר די הקרבה ביי די מעמד הברכה והקללה ביי הר גריזים און הר עבל
און עס איז דא פון דעם א לימוד אויף שמחת יום טוב אז עס קומט מיט בשר שלמים , לערנט מען אויך ארויס וזבחת…ואכלת בעינן זביחה בשעת שמחה
ממילא קען מען נישט האבן שמחה פון די שלמים וואס מען האט מקריב גיוועהן ערב יום טוב, איז עכ״פ קלאהר אז די ערשטע נאכט פון יום טוב איז נישט דא די מעלה פון בשר בהמה , איז טשיקען באדאם מיט פערפעל אדער מייערן איז אה קעי
האט דאך שוין דער חכם גיזאגט אל תבוז ליקהת אם , ווי דער רשב״א זאגט אין זיין תשובת חיבור אז , מנהגי הזקנים וזקנות אין לסתור ואין קבלה פושטת בעמנו רק שקבלו אותו מדור דור ,
 
קודם כל איז טשיקן נישט פאררעכענט פאר פלייש אזוי ווי מ'זעהט טאקע דארט אין מס' חולין ביי די מחלוקה צווישן רבי עקיבא און רבי יוסי הגלילי וואו רבי יוסי הגלילי האלט אז בשר עוף איז מותר בחלב אפילו מדרבנן און במקום רבי יהודה בן בתירה האט מען לכתחילה עס געגעסן צוזאמען..
און צווייטנס, ר"ה ווערט געהעריג פאררעכענט אלץ א חג ווי ס'שטייט אין פסוק בכסה ליום חגנו וואו דער משנה ברורה ברענגט טאקע צו אין סימן תקצ"ז ס"ק א'
 
יישר כח
ריכטיג בשר עוף איז נישט בשר שמחה, נאר דוקא בשר בהמה , אבער ביי די סעודה פון די ערשטע נאכט יום טוב הוא הדין די ערשטע נאכט פון ח״כ סוכות, איז נישט נוהג די מצוה צו עסן בשר, ווייל בזמן המקדש וואס דענסטמאהל איז די מצוה פון שמחה גיוועהן צו עסן בשר שלמים - קרבן חגיגה אדער שלמי חגיגה - אויב עס זענען גיוועהן אוכלים מרובים, און ביי שלמים איז דא א לימוד אז עס מוז זיין זביחה בשעת שמחה ווי עס איז מוסבר אין די פריערדיגע הערה,
 
דעי מנהג פין פרויען גיין אין מקוה ערב יו"כ איז א הלכה? חיוב? מנהג? מיז מען גיין?
לפני מי אתם מטהרין: על מנהג הטבילה במקווה בערב יום הכיפורים, הרבנית עידית ברטוב - מגזין גלויה

אונטערעסאנט אנצומערקן אז פון די מקורות זעהט אויס אז מיידלעך גייען פונקט אזוי. א מזל אז ס'איז נישט איינגעפירט היינט...
 
דעי מנהג פין פרויען גיין אין מקוה ערב יו"כ איז א הלכה? חיוב? מנהג? מיז מען גיין?
לפי הנראה, איז די מנהג פון טבילה ערב יום כפור א מנהג קדמון, דער טור ברענגט פון רב עמרם גאון (פון יאהרגאנג 875 למספרם) אז מען טובל׳ט זיך נאך חצות, פון רב סעדיה גאון (פון יאהרגאנג 940) אז מען מאכט א ברכה אויף די אשר קדשנו במצוותיו וצונו על הטבילה, להלכה, מאכט מען נישט א ברכה
דער אהגיבליכער טעם פאר די טבילה, איז א דמיון צו א גר, וואס ווערט א ייד מיט טבילה (נאך מל)
אזוי אויך לזכר דעם ביי יום כפור,ווי דער פסוק זאגט לפני ה׳ תטהרו, האבן די גאונים איינגעפיהרט די טבילה, און דרכי משה פון רמ״א זאגט ער אז א פרוי ווען עס קען שטערן א פרעגנענסי (אזוי האט מען אמאהל גיהאלטן) זאל נישט טהון די טבילה איז משמע אז דער מנהג איז גיוועהן ביי פרויען אויך נהוג צו טובל׳ען ערב יום כפור, אין דער מנהג איז היינט אויך אזוי,
לפי השמועה איז דא פרויען וואס זענען זיך מונע, ווייל עס איז א גידרענג און א חוסר פרייוועסי וואס מאנכע זענען ערפינדלעך צו דעם, איז נישט קיין פראבלעם, עס איז נישט קיין חיוב.
 
אויב דער טעם איז אזוי ווי א גר אפשר זאל מען מאכען א זכר צו מילה? איי מען קען נישט מל זיין אבער מציצה בפה קען מען מאכען????
 
איז דער דין אז א גר, וואס איז שוין מהול, דארף נישט קיין הטפת דם ברית מעיקר הלכה, און ממילא אויך נישט קיין מציצה.
 
נו איך בין שוין א איד דארף איך נישט קיין טבילה???
 
אין הכי נמי, עס איז נאר אזא פעולה להמחיש אז מען ווערט ניי, ווי א קטן שנולד, ביי א גר איז אויך דער לשון, גר שנתגייר כקטן שנולד דמי, איז די טבילה א פועל דמיוני אז דער ייד ווערט ווי באנייט, א דבר חדש
דרך אגב די טבילה, האט אויך אן ענין, טהור צו ווערן פון טומאת קרי, לכבוד דעם יום טוב וואס הגם אונז זענען עניוועי טמא פון טומאת מת, וואס פארדעם דארף מען אפר פרה, וואס איז נישט דא דערווייל, זענען מסביר די מפרשים, אז טומאת קרי קען חל זיין אויף א טמא מת, איז א כבוד פאר יום טוב די טבילה, אוועק צונעמען די טומאה, עס איז דא א מאמר חייב אדם לטהר עצמו ברגל, מיט אן אסמכתא פון א פסוק ובנבלתם לא תגעו.
 
מען קען אויך מדייק זיין פון די משנה 'מה מקוה מטהר את הטמאים, וואס זענען לכאורה איבריגע ווערטער, אז אפילו די וואס בלייבן טמא נאכ'ן מקוה מיט טומאת מת, ווערן פארט ריין פון טומאת קרי.
אף הקב"ה מטהר את ישראל, אפילו די אידן וואס בלייבן טמא. ודו"ק.

צום ענין, האב איך א קבלה אז יעדע מנהג וואס האט מער ווי איין טעם, מוז בעל כרחך זיין אז איינס פון זיי איז שקר. ווייל דער וואס האט איינגעפירט דעם מנהג האט דאך לכאורה נישט געווארט ביז ער האט צוויי טעמים דערויף, אזוי אז איינס פון זיי איז זיכער צוגעלייגט געווארן שפעטער. נו, אויב צוגעלייגט, קען איך דאך אויך צולייגן. וואספארא ווערד האט עס?
 
Back
Top