א 'שטימע' אין די היינטיגע קולטור - יוסי בראך

Screenshot 2026-02-24 021822 edit.webp

א 'שטימע' אין די היינטיגע קולטור - יוסי בראך​


'יוסי בראך' היינט צוטאגס איז נישט סתם א מענטש, עס איז א פענאמענאן!

זיין 'שטימע' מארקעטינג פלאטפארמע, זיין 'בין פרן' שמועסן אויף יוטוב, זיינע שמועסן 'מיטן מח' אויף קול מבשר, און זיינע פאדקאסטן, וואטסעפפס, און וואס נישט.

קלארצושטעלן איידער איך הייב אן. איך קען נישט דעם מענטש אין ריעל לייף, איך האב אים קיינמאל נישט געטראפן, און פאר דעם ארטיקל גיי איך אים אויך נישט קאנטאקטן. ווייל ווי געזאגט איז עס נישט קיין 'מענטש' פער סע וואס איך וויל דא באשרייבן, עס איז אן 'עפאכע' אן 'אויפגאנג', א 'רעיון' ווי זיי זאגן. און טאקע דערפאר זאלט איר נישט ערווארטן קיין כאראנאלאגישע בייאגראפיעס אדער א באפיצטע כמו-אינטערוויו. עס איז די מחשבות פון איין מענטש איבער אן אלוועטליכע 'שטימע' וואס ווערט לעצטנס אויפגעכאפט.


מיין באגעגעניש:​

Screenshot 2026-02-24 021538.webp

דאס ערשטע מאל וואס איך האב באגעגנט זיינע סחורה איז געווען מיט אזא האלבע יאר צוריק, א חבר מיינער האט מיר צוגעצייכנט די פאדקעסט 'בין פרן ובין תופל ולבן' - דער איז גוטע נייעס - זאגט ער מיר, די נאמען אליין איז ווערד אן אפהאנדלונג - אין מאחורי לכאורה. למעשה קיין ווידעא האט עס נישט, און קיין קאר מיט ספאטיפיי ביידע פארמאג איך נישט. האט עס גענומען אפאר וואכן ביז איך האב מיר גענומען דערצו, אבער אוי האט זיך דאס געלוינט, ס'האט נישט גענומען קיין 10 מינוט און איך האב געזען אז דא ליגן פרישע אורות, זיין געשליפן צינגל, זיינע מאוימ'דיגע אויסשפריכן און געוואלדיגע אנאלאגיעס. פון דער בחור מיטן פעקל שליסלעך ביזן אינגערמאן וואס דרייט איבער דעם פליגער, פון די פרוי מיט די קאלירטע נעגל ביזן מלמד וואס ווארט נאר אויפן קאנווערט פורים. קיינער ווערט ביי אים נישט אפגעשוינט. פון גרויס ביז קליין כאפט יעדער אריין אפאר שלעק פון זיין מויל-שלאס-לאזע פיסק. געוויס מיט א דיסקלעימער אז ער וויל זיך נישט באמת האלטן גרעסער פון אנדערע - וואס זאל ער אבער טון אז ער איז?!
קומענדיגע שמועס איז אזוי בטעות אריינגעקומען אזא ירדן פיטערסאן אימיטאציע. שפעטער א טאמאס סאוועל ציטאט. א דאסטאעווסקי מאמר. דער בחור איז דא באוואפנט!
די שמועס איבער משולחים ליגט מיר נאך ספעציעל אין די ביינער, ''פארוואס זאל איך אים געבן געלט ווייל ער האט מחליט געווען אז ער האט נישט וואס צו טון מיטן טאג?'' שרייט ער מיט אייפער אויסגעמישט מיט שפאס.​
פון דארט, צו א שמועס איבער שלאגן קינדער, איבער חתונה סטאנדארטן, איבער שיכורים, איבער טשארלי קירק, און איבער וואס נישט. אויב האב איך געמיינט אז אליעזר קרויס גייט איבער די גרעניץ, בין איך איבעראשט געווארן מיט זיין גאטס און כאריזמע שוין על גב די אויסטערלישע ברייטקייט.


נאר איידער מ'גייט ווייטער דארף מען געוויס דערמאנען 'פלארידא קאשער ווילאס'..

די שטאך:​


דא קומט אבער דעם שטאך, פון איין זייט איז ער א קלוגער בחור, ער ליינט, פארשטייט, ער דעגרינטעוועט געדאנקען וואס די עוורידזש היימישע איד ווייסן אפי' נישט אז עס עקזיסטירט, ער ערלויבט זיך צו טרעטן אויף דערנער וואס האבן שוין צושטאכן גרעסערע פון אים, אויף נעגל וואס האבן שוין צופיצלט שטערקערע ביימער. און פון די אנדערע זייט קומט ער זיך אן מיטן וואלענעם טלית קטן - אויסגעביגלט. א פיסקל פון גאליציע, אפעטיט פון אונגארן, א מח פון די ליטא, און דאס געוויסנביסן פון כעלם. דאס איז א געוואוקס וואס פלאנצט זיך נישט אזוי יעדן טאג. דאס דארף א 'דרשוני' וואלט רש"י געזאגט.

די פיר קאטעגאריעס:
שוין דא וואלט איך מיר אפגעשטעלט און אריינברענגען מיינע פראפאזירטע 'קאטעגאריעס' - דאס אז די היימישע עולם באשטייט היינט פון פיר פראקציעס:

1. די פרומע לאגער - די וועלכע לאזן זיך הערן איבער יעדע פירצה.
2. די עמך אידן - פון די כולל אינגערלייט ביז צו די שואב מימך - B&H ארבייטארער. יעדער וואס פאלגט נאך די סקריפט, ליינט אייוועלט - אדער נישט, און הערט קול מבשר.
3. די לויזע דאאדס - די קילע גרופע מער די מיט די סוועטערס אויף ראדני סטריט, די וועלכע געבן נישט קיין דעקל אבער לאוון גאט און לייגן סטאטוס פון אלץ און אלעמען.
4. און די אויפגעקלערטער חברה - די וועלכע דרייען זיך אויף קרעמל, זעען אויס ווי מעינסטריעם אבער האבן מחשבות, און צומאל חברים, נישט בעלזא..

איר הייבט אן זען דעם פראבלעם? יוסי - ביז אהער - פאסט נישט אריין אין קיין איינע פון די גרופעס. רעדט ווי א משכיל, טראכט ווי א בר נש, פרעסט ווי א יונג, אבער שטעלט אהער א פרומען פנים.

וואס מער מ'טראכט אריין אין די פענאמענאן ווערט די וואונדער בלויז שטערקער.
וויאזוי עסט מען דאס? וועלכע באשעפעניש איז דאס? וואו ליגט די קאפ און וואו די וויידל?

צו קיין וויין, לדוגמא, זאגט ער דאך אליין אז ער פארשטייט נישט, טא, צו קיין בעטהאווען וואלט איך אים שוין אודאי נישט געבעטן קיין מבינות. ווען ס'קומט צו אלגעמיינע נושאים איז ער פולי מיט אונז. אויב דארף איך געמבלען געלט וואלט איך אפי' געזאגט אז ער איז פון די 'דאנט-ניד-יאר-בעקיטשע' מחנה, און וויאזוי דער עסט מיט א 'פ' זעט איר דאך אלע אליינס..
פון די אנדערע זייט גיסט זיך דאסטאיעווסקי מיט פיטערסאן ווי ביים פריץ ביים סדר. עקאנאמיע איז ביינעם כשבולי דלעיקוואד, און ווייטער עס גייט. מיר האבן דאך דעם אומפארגינערישן כלל אז חכמה איז נישט שורה ביי קיין מגושמים, און דא האמיר דעם חוק הסתירות אליין. תורה, חכמה, אכילה, ס'איז צום שטוינען..

פאר א שטיק צייט בין איך געווען אביסל דיסאילוזירט, איך האב געכאפט אז דאס איז עס, ס'גייט איבער און איבער די זעלבע און שוין. טאקע א קלוגע מימרא דא, אן אימיטאציע דארט, און א בוך פון סאוועל אינדערמיט - אבער מיט דעם ענדיגט זיך עס.. מ'קען אים אבער למעשה נישט אוועקמאכן אז דער איז פיינע סחורה יעדע וואך באזונדער. זיינע אבזערוואציעס זענען גאלד, זיינע אויסשפריכן בריליאנטן, זיין צונג איז עפעס שלא מעלמא הדין, ווי נישט פון וויליאמסבורג געקנאטן.. אזש עפעס טיפער ליגט דא זיכער באגראבן.
[איינער זאגט מיר ס'איז א משפחה זאך דארט, ס'גייט אין די בלוט - זיין טייל פון די סיסטעם און בויקאטן אויפאיינמאל, אליה וקוץ בה - עפעס אזוי.
איך גיי אבער נישט שפעקולירן במפלא ממני. ובכלל וואלט דאס אפשר גוט געווען אלץ א פסיכא-אנאליטישע אבזערוואציע. דא אבער זענען מיר פארנומען דורכצוטון דעם 'זאך' נישט דעם 'מענטש'.]


די אייוועלט סאמעטוכע​

Screenshot 2026-03-16 020517.webp

אייוועלט - וואס איז ווי געזאגט א פענסטערל צום 'מעינסטריעם', האט גלייך געשמעקט אז עפעס טויג דא נישט מיט דעם אינגערמאן. מאנכע דארט האבן גלייך אוועק געמאכט זיין אינטעלעקטואליזם אינגאנצן, אנדערע שרייען פוי און ווילן אים זען בבל יראה פון דארט, ווידער אנדערע דערמאנען אים אפי' נישט ביים נאמען אין זייערע דיירעקטע קריטיק.
ממש לעצטנס איז געגאנגען פייער פון די באלאטעס דארט איבער זיינע 'פאדארבענע השקפות' און גאר ערגער. ווי ער האט גענטפערט מיט א קורצע קליפ אוועקגעמאכט גאנץ אייוועלט אלס בעביס אונטער א 'ניק'. ס'טוט זיך, מ'וויל אים זען קענסעלד.
פון די אנדערע זייט ווי פארשטענדליך זענען אויך דא די מאימינים, די וועלכע גלייכן אים יא, די וועלכע דיפענדן אים. הצד השוה אז יעדער הערט אים אויף איין וועג אדער די אנדערע און די נקודה דערזעט זיך אז ער שפאצירט אויף א ליניע וואס איז היבש קאמפליצירט.


לאמיר זיך נעמען טאקע דעם מינוט און אנאלאזירן אביסל וואס און וויאזוי ער רעדט.

זיינע השקפות:
פון איין זייט האמיר שוין ערווענט אז ער ערלויבט זיך צו קריטיקירן כמעט כל הקדוש לנו. פון רבישע אייניקלעך ביז די הייליגע ישיבות, כמעט אין בית אשר אין שם פלעק אין זיינע אויגן. אפגערעדט אז אויף סגולות און משוגע'תן שפארט ער נישט קיין פאראיבל. ווי כאילו ער דארף נישט קיין שידוכים טון אין אפאר יאר ארום..
מיר פערזענליך האט זיך שוין אפאר מאל געדאכט אז ער איז אן אנגעליינטער. צום ביישפיל בפליטת פה האט ער אמאל צוזאמגעווארפן אייוועלט מיט קאווע שטיבל בנשימה אחת.. גיי ווייס וואס ער האט נאך אלץ אינטערן קושן.. [עס קען אבער אויך זיין אז ער ליינט זיי ביידע נישט און דערפאר שפירט ער נישט דעם אקעאן אינצווישן.]

אין די שמועסן, בפרט די לעצטיגע פאר (דורות, מערידזש מיט אידישקייט, הלכה ווס מסורה,) לאזט ער זיך וואוילגיין, ער רופט עס 'קאנטראווערסיאל - נישט אפיקורסת' און טענה'ט אז ער טרעט נישט אריבער די ליניע. למעשה רעדט ער זייער קלאר זאכן וואס מ'וואלט זיך נישט געוואגט צו זאגן סתם אזוי און קען לויט מאנכע יא ווערן אנגעקוקט ווי זיך גרעניצן מיט דאס ארגסטע. ביישפילן נעמען אריין:
  • 'אידישקייט האט נישט קיין עמפירישע הוכחות',
  • 'די צדוקים האבן לכאורה געהאט א פוינט',
  • 'מיר קומען צו השכלה אויף א מער אפעקטיוון וועג ווי אמאל,
  • 'מאשין מצות איז נישט עכט חמץ',
  • 'ס'איז גוט אז דער עולם האט מער עקסעס צו וואטסעפפ',
  • 'א דזשיהאדי סאטמארע דיין'
  • און נאך.
דאס איז אויסער די עצם געדאנק אז אן אדם מן השורה לאזט הערן זיין 'מיינונג' בעניני טעאלאגיע ודעות, רעדט פון פרויען, און רייסט אראפ די סיסטעם, וואס איז לויט געוויסע זאגאר אנקעגן 'די מסורה'..

פון די אנדערע זייט איז ער נאך כשר פאר קול מבשר און דער בלאט, מאמענט ברענגט אים דא דארט, און צווישן מיר און דיר יעדע קנאי אויף אייוועלט הערט אים אויך אויס אויף די צווייטע דעווייס.

פון די דריטע זייט איז זיין שפראך זייער לויז, פרעס און ביטול לויפט אים אין די אדערן, 'פעכי' און 'שעפעלע' זענען זיינע מערסט באנוצטע אויסשפריכן, אויסלייג עם הארץ'עס איז ביי אים א נארמע, און ער פאסט גאר גוט אריין אין די 'פאדקעסט קולטור' - וועלכע איז קנאפ תוכנ'דיג באופן כללי.

בקיצור, דעם אנוועזענהייט זיינער צומישט ביים שטן אלע קארטלעך. זלמן ווידער שלעפט פון איין זייט. עטענשאן באקומט ער פון די אנדערע, פרנסה ווענד זיך אין דעם ווינט. און צו אלע מעשיות האט ער דעם מיקראפאן אין די האנט און דיקטירט אביסל דעם דאזיגן ווינט!


מיינע צוויי צענט:​


איך גיי נישט ממש פארענטפערן דעם חידה סתומה, און ווי געזאגט ווייס איך אפילו נישט וויפיל ער אליין איז באוואוסטזיניג אין וואס ער טרעט אריין אין. די איינציגסטע שטיקל מהלך יא צו פארשטיין וואס אזאנס דא קומט פאר איז טאקע צוריק צו די אויבדערמאנטע קאטעגאריעס.

די פאקט איז אז וויפיל די גרופעס זענען אפגעזונדערט איינער פון די אנדערע שלעפט אבער יעדער דעם וואגן צו זיין זייט. די קנאים און רבנים שטופן פרומקייטן, קרעמל וויל בויען קהילות, און די גרעסטע מערכה גייט גאר בעצם אן צווישן 2 און 3, ווי די מעינסטריעם וויל זיך האלטן צו די קאנסערוואטיווע נארמעס בעת די לויזע אינגווארג ברענגען אלץ חדשים לבקרים צום טיש.

דאס איז נישט קיין נייע זאך און נישט קיין סאציאלאגישע חידושים. דאס איז מענטשליכע נאטור און פראגרעס. נארמעס קומען און נארמעס גייען, גדרים ווערן אויספראבירט, געוויסע פאלן און געוויסע בלייבן.
די שלאכט פעלדער זענען פשוט אין אנדערע ערטער איבער די יארן. אויב אמאל איז עס געווען ליפא שמעלצער מיט MBD איז עס היינט יוטוב און וואטשן פרויען, אויב אמאל איז עס געווען די סארט ברילן איז עס היינט די עסן קולטור.

וואס איך מיין מיר אבזערווירן מיט דעם יוסי guy איז א מענטש וועלכע איז זייער אקטיוו און טעסטן און טאנצן צווישן די גרעניצן - טאקע דארט בין המשפתים איז זיין פלאץ! ער זוכט נישט צו זאגן הויך זיין מטרה, און ס'מוז אפי' נישט זיין ער ווייסט עס אזוי קלאר אליין. ער פראבירט פון איין זייט צו נעוויגירן דעם ספעיס ביים היימישן ציבור, האלטן די אודיענץ אויף קול מבשר און פון די אנדערע זייט ערלויבט ער זיך א לויזע יוטוב טשענעל, א שפראך כאחד ה'כ'וויל-נישט-זאגן-וואס, קען אפען רעדן פון פרויערישע נעגלעך, פון בשר חזיר, פריידט זיך וואס מער מענטשן האבן 'עקסעס'. אבער געוויס מאכט עס נישט 'ליצנות' און רייסט נישט אראפ. אזוי ווי הארא, דריי טריט אהין איינס אהער. ס'איז נישט אז ער פראבירט איינעם צו צומישן. עס איז סך הכל א נייע ספעיס וואס ער באשאפט, א וואלענעם טלית קטן מיט א שטיקל אפענעם קאפ. ווי קלוג איז ווייניגער נוגע, די עיקר איז ער עפנט א טיר.

און דארט איז אקוראט וואו מיר באגעגענען אים!

מסכים?


___________________________________


לסיום, נאר א דורכלויף פון זיינע פלאטפארמעס אין קורצן:​

  1. בין פרן - א יוטוב פאדקעסט ווי ער צולייגט מכל הבא בידו.
  2. די מארקעטינג קליפס, אליין, מיט אפרים פעדער, צו פאר סיי ווער ס'צאלט (אויף אייוועלט זאגן זיי אז ער איז באצאלט ביי קעיקא/גפן).
    פון איין מאכל צום אנדערן, פון רעסטוראן צו מפואר צום בוטשער צו וואו נישט. בלויז זיין אנוועזענהייט רעדט משמנים, זיינע אויסשפריכן דערציילן ברבורים אבוסים, און זיין 'שטימע' מאכט קויפן - פון סולת רבוכה ביז שבת חנוכה.
    Screenshot 2026-02-24 020737.webp
  3. זיי זאגן ער לייגט סטעטוס, ולא זכיתי להיות מן הנמנים.
  4. א פאדקעסט ספעציעל איבער אכילה - פרעס ווי ער רופט עס, איינמאל איבער טשאלענט א צווייט מאל איבער קוגל.
    אין איין ספעציפישע עפיזאדע האט ער זיך גאר צולאזט מיט א גאנצע שמועס איבער די טעם פון חזיר פלייש, נישט מער אין נישט ווייניגער.. נישט אום שבת גערעדט אודאי.
  5. א געזונט פאדקעסט 'ובחרת בחיים'.
    [אין מיין קליינע מיינונג זענען באסאווע שטימעס געמאכט מער צו פארקויפן בשר ווי צו רעדן פון עקסערסייז און פון גיין טעראפי, אבער פון די וויוס זעט יא אויס עס באנעמט גוט.. וואס פארשטיי איך..]
  6. דער בלאט האט אים צוגעשטעלט א קאלום אין זייערע 'גלאבוס' ביילאגע.
  7. אויף JP NEWS איז ער א נאראטער.
  8. פון דארט צו קול מבשר:
    זלמן ווידער, אין א פראוו צו צוריקכאפן די ארי סאמעט/יוטוב אודיענץ, האט מחליט געווען צו געבן יוסי'נען א קנעפל אויף קול מבשר, טארניפאל איז אבער נישט גענוג כשר מ'דארף עדה החרדית, האט ער אנגעהויבן רעדן עקאנאמיע, רופן רופט ער עס 'א שמועס מיטן מח'.
    צו זיין קרעדיט קומט ער גוט צוגעגרייט, פאקטן און אנעקדאטן האט ער גוטע, ריכטיגע אפשאצונגען און אינטרעסאנטע ביישפילן. אפשר נישט קיין צווייטער משה שפיצער, אבער כמעשה.
די פראגע איז נאר ווילאנג ער גייט נאך זיין כשר פאר זיי.. און דאס שיינט צו מיר ווי א פראגע פון צייט, נאך וואס זיין פאליטיקעל קארעקטנעס איז נישט אנגעשארפט צום העכסטן סטאנדארט.. ונזכה ונחיה ונראה..
 
לעצט רעדאגירט:
די ארטיקל איז נאכנישט קיין בן יומו, און יוסי האט שוין ארויסגעלייגט נאך א שמועס.

View: https://www.youtube.com/watch?v=lyXD4tTe-dg



ער פראבירט אביסל אויסצוקלארן די מעסס וואס ער האט געשאפן איבער צוזאמווארפן הלכה מיט מסורה און מנהגים אין די פריערדיגע שמועס. איך בין נישט זיכער וויפיל ס'קלארט עס טאקע אויס (ער שיינט נישט צו זיין צו סאפיסטיקירט אין טעאלאגיע וכדו') אבער פאר מיר האט עס יא אביסל מער אויסגעשארפט פון וואו ער קומט.

אין דעם שמועס דערמאנט ער לדוגמא אז ער האט געזען אין דער וועקער אז שערן די האר פאר פרויען האט נישט קיין געהעריגע מקור. וואס איז א חידוש אז ער האט נישט קיין פראבלעם אפען צו זאגן אז ער ליינט עס בכלל..
ער רעדט ארום אז ער שלאגט בשיטה נישט קיין כפרות מיט הינער.
ער מאכט לצנות פון די אויבער-מענטשליכע סיפורי צדיקים.
אבער צום זעלבן צייט שטעלט ער קלאר אז פאר איינער וועמען די זאכן זענען געבינדן מיט אידישקייט זאל עס אודאי אנהאלטן שטארק.

דאס הייסט, פון איין זייט קריטיקירט ער דעם סיסטעם (קרעמל סטיל) פארן אויסלערנען די מאסן אז דאווענען מיט מנין איז די זעלבע דאורייתא ווי אנצינדן א לעקטער שבת. ער ווייזט ארויס קלארע באקאנטשאפט מיט די 'וועקער/קרעמעלדיגע' רעטאריק, הגם ער איז היבש איינגעהאלטן אין די וועג וויאזוי ער זאגט עס.
פון די אנדערע זייט שטעלט ער קלאר וואו ער שטייט - און אז ער געבט נישט קיין דעקל דארט ווי ער פארשטייט אזוי פאר ריכטיג. אבער גראדע א רב מיט וועמען ער שמועסט זיך דורך (אין געוויסע נושאים עכ"פ) האט ער יא.
און פון די דריטע זייט האלט ער דעם ליניע אז יעדער זאל און מעג טון וויאזוי זיי פילן אז זייער אידישקייט האלט זיך - און וואס ביי זיי איז טייער. וואס מאכט אים אביסל א קלענערע איידעאלאג אויב מיינט ער עס טאקע אמת'דיג.

עס איז אן אינטרעסאנטע פאזיציע צו נעמען. און געוויס איז דאס א נייע פענאמען - דאס אז ער ערלויבט זיך פאבליסיטי במקום וואס באלאנגט (אין רוב כלל ישראל) נאר פאר רבנים אריינצורעדן.
און דאס איז טאקע די פראגע צו עס איז א פלאץ וואס איז סטאביל אדער גייט עס ווערן געקענסלד נאך איידער עס וואקסט ארויס פון פראפארציע?!
 
און געוויס, יוסי, אויב דו ליינסט דא - קום אריין מיט הערות און קריטיק... :)
 
ער איז א געהעריגע קרעמל / קאווע שטיבל סארט איד. איך זע נישט פארוואס דו מוטשעסט זיך אזוי אים אריינצושטעלן אין א קאטאגאריע.

אונז האבן דא גאר אסאך אידן וואס גייען מיטן פולן טראגע, גלייבן און היטן די בעיסיקס לויט זייער לעוול, אבער לאזן אויך די קאפ טראכטן זעלבסשטענדיג. קאווע שטיבל פלעגט אפעציעל זיין על פי תורה און נישט ערלויבט קיין ניבול פה אדער כפירה, יוסי וואלט רואיג אריינגעפיט אלס א קאווע שטיבל שרייבער. ווען איך שטעל זיך פאר אין מיין קאפ די אמאליגע לייבן פון שטיבל טראכט איך פון יצחק לאווי און יוסי בראך.
 
ער איז א געהעריגע קרעמל / קאווע שטיבל סארט איד. איך זע נישט פארוואס דו מוטשעסט זיך אזוי אים אריינצושטעלן אין א קאטאגאריע.

אונז האבן דא גאר אסאך אידן וואס גייען מיטן פולן טראגע, גלייבן און היטן די בעיסיקס לויט זייער לעוול, אבער לאזן אויך די קאפ טראכטן זעלבסשטענדיג. קאווע שטיבל פלעגט אפעציעל זיין על פי תורה און נישט ערלויבט קיין ניבול פה אדער כפירה, יוסי וואלט רואיג אריינגעפיט אלס א קאווע שטיבל שרייבער. ווען איך שטעל זיך פאר אין מיין קאפ די אמאליגע לייבן פון שטיבל טראכט איך פון יצחק לאווי און יוסי בראך.

איינער פון די כאראקטעריסטישע שטריכן פון נומער 4 איז צו זיין באהאלטן פון די ראדאר, און/אדער זיין בלויז אינטעלאקטואל (#יצחק לאווי).
ער אבער קומט אריין ווילד מיט אכילה, מיט א שפראך, מיט א פאבליק פערסאנע וואס פאסט געהעריג פאר די שמילי אונגאר'ס פון די וועלט (no offence)..
 
געזען איין קליינע ווידיאו פון עם, ער קוקט נישט אויס ווי די קליגסטער.... מילד גערעדט
 
ער באלאנגט בעצם צו קבוצה דריי/פיר עס ווענד זיך וועלכע טאג. איך פארשטיי נישט פארוואס מען מוז זיך אויסקלויבען איין קבוצה, איך און נאך א שיינע פאר אירע דא אויף קרעמל געהערן צו דריי/פיער. אונז ווילן האבן פאן און נאכגיין די תאוות און אין די זעלבע צייט זענען אונז אויך אינטערעסירט אין חכמה.
עס מיינט נישט אז מיר גייען יעצט פיליווען אין קופירניקעס ודעימיה. אבער א חלק פון האבן פאן פרעסן און סעקסן איז אויך צי ליינען דברי חכמה.
יעצט די סיבה די ביסט צומישט איז ווייל ער שטעלט אן א פנים פון א צווייער דאס איז כדי מען זאל עם נישט קענסעלן, ווען ער גייט ווען פאלי דריי/פיער , נישט נאר וואלט ער געפלויגן פון קול מבשר, אייוועלט, אפרים פעדער, דער בלאט, גפן/קדם/קעיקא און נאך, נאר מענטשן וואלטן זיך געשעמט צי זאגן אז זיי הערן עם אויס. די זעלבע ווי די וועסט נישט הערן אין בית מדרש זאגן אז איך האב געליינט אין דער וועקער אדער קרעמל.
און עווענטועל וואלט ער פארלוירן רעלעוואנס.
מילא האט ער זיך לעצטנס אנגעטון א וואלענע טלית קטן, און ער לייגט אריין די אידישקייט דיסקלעימערס אז מען זאל פרעגן א רב צי וואס. בקיצור, עס איז נישט מער ווי א לחש אז מען זאל עם נישט בויקאטן.
 
ער באלאנגט בעצם צו קבוצה דריי/פיר עס ווענד זיך וועלכע טאג. איך פארשטיי נישט פארוואס מען מוז זיך אויסקלויבען איין קבוצה, איך און נאך א שיינע פאר אירע דא אויף קרעמל געהערן צו דריי/פיער. אונז ווילן האבן פאן און נאכגיין די תאוות און אין די זעלבע צייט זענען אונז אויך אינטערעסירט אין חכמה.
עס מיינט נישט אז מיר גייען יעצט פיליווען אין קופירניקעס ודעימיה. אבער א חלק פון האבן פאן פרעסן און סעקסן איז אויך צי ליינען דברי חכמה.
יעצט די סיבה די ביסט צומישט איז ווייל ער שטעלט אן א פנים פון א צווייער דאס איז כדי מען זאל עם נישט קענסעלן, ווען ער גייט ווען פאלי דריי/פיער , נישט נאר וואלט ער געפלויגן פון קול מבשר, אייוועלט, אפרים פעדער, דער בלאט, גפן/קדם/קעיקא און נאך, נאר מענטשן וואלטן זיך געשעמט צי זאגן אז זיי הערן עם אויס. די זעלבע ווי די וועסט נישט הערן אין בית מדרש זאגן אז איך האב געליינט אין דער וועקער אדער קרעמל.
און עווענטועל וואלט ער פארלוירן רעלעוואנס.
מילא האט ער זיך לעצטנס אנגעטון א וואלענע טלית קטן, און ער לייגט אריין די אידישקייט דיסקלעימערס אז מען זאל פרעגן א רב צי וואס. בקיצור, עס איז נישט מער ווי א לחש אז מען זאל עם נישט בויקאטן.
למעשה ציטירט ער יא דער וועקער אפענערהייט.. תיקו..
 
ובנוגע דאס וואס דו האלסט דיך א דרייער סלעש פירער, האב איך שוין ערווענט ערגעץ אנדערש, אז דאס איז א חלק פון די אנאליז. נעמליך פירערס זענען נישט סטאביל אלס גרופע - זיי ווערן איינגעשלינגען אין נומער 3. און 3 נעמט איבער כלל ישראל באופן כללי זייער שטארק.

אין די ק"ש צייטן האט מען נאך געקענט האבן אן אידענטיטעט פון א פירער אליין. אבער יענע חברה זענען שוין טאקע ווייטער געגאנגען אין לעבן היינט. היינט איז גרינגער צו לעבן 'טשילד' - אפגעזען וואס מ'האלט אין קאפ, אטאמאטיש וועלן אסאך 4'ערס גיין קיין 3.
באמת איז עס נישט קיין סתירה בכלל. ווייל 4 איז מער אין מח און 3 איז א ביהעיוויאר/מענטאליטעט. פארט פלעגט עס זיין מער אפגעטיילט ווי עס איז היינט.

@קהילה חדשה פראבירט נאך יא צו לייגן צעמענט צום נומער 4. עמער זען וואס ס'לאזט זיך דערפון אויס.
 
ער איז א געהעריגע קרעמל / קאווע שטיבל סארט איד. איך זע נישט פארוואס דו מוטשעסט זיך אזוי אים אריינצושטעלן אין א קאטאגאריע.

אונז האבן דא גאר אסאך אידן וואס גייען מיטן פולן טראגע, גלייבן און היטן די בעיסיקס לויט זייער לעוול, אבער לאזן אויך די קאפ טראכטן זעלבסשטענדיג. קאווע שטיבל פלעגט אפעציעל זיין על פי תורה און נישט ערלויבט קיין ניבול פה אדער כפירה, יוסי וואלט רואיג אריינגעפיט אלס א קאווע שטיבל שרייבער. ווען איך שטעל זיך פאר אין מיין קאפ די אמאליגע לייבן פון שטיבל טראכט איך פון יצחק לאווי און יוסי בראך.
דו שטעלטס אים געהעריג אריין צווישן די לייבן פון קאווע שטיבל? Omg דו פארגלייכסט עים צו יצחק לאווי? קאם אן
 
למעשה ציטירט ער יא דער וועקער אפענערהייט.. תיקו..
היא אשר דיברתי. ער זאגט וואס ער וויל, ער נארמאליזירט א.ג. אומנערמאלע זאכן. און נאכדעם געט ער א טאנץ צוריק מיט א וואלענע ציצית און עפעס א לעגאלע אידישקייט דיסקלעמער ווי די האסט אזוי שיין מסביר געווען מיט דיין הארא משל.
 
היא אשר דיברתי. ער זאגט וואס ער וויל, ער נארמאליזירט א.ג. אומנערמאלע זאכן. און נאכדעם געט ער א טאנץ צוריק מיט א וואלענע ציצית און עפעס א לעגאלע אידישקייט דיסקלעמער ווי די האסט אזוי שיין מסביר געווען מיט דיין הארא משל.
כאפט ער אז ער טוט עס? אדער טוט ער עס אימפולסיוו און אינסטינקטיוו?

איך ווייס נישט וועלכע איז בעסער.. איינס ווייזט לכאו' אויף מער כיטערישקייט און די צווייטע אויף מער טאלאנט.
אויך ווייס איך נישט וועלכע איז פאטענציאל מער 'סכנה'דיג' פאר די עסטעבלישמענט..

מיין השערה איז אז איז נישט אזוי פאליטיש געריבן צו כאפן וואס ער טוט (הענס זיין בלאנטע רעספאנס צו אייוועלט..)
 
היא אשר דיברתי. ער זאגט וואס ער וויל, ער נארמאליזירט א.ג. אומנערמאלע זאכן. און נאכדעם געט ער א טאנץ צוריק מיט א וואלענע ציצית און עפעס א לעגאלע אידישקייט דיסקלעמער ווי די האסט אזוי שיין מסביר געווען מיט דיין הארא משל.
ניין, זיי זעננן אנדערע לעוולס אינגאנצן, אבער די לייבן האבן געהאט אלע סארטן, טיפע טראכטערס, סתם שארפע פעדערן, לצים, וכדומה. איך קען אים זען זיין ווי מאראנצן זאפט, אדער בענדזשעמאן פרענקלין, וכדומה.
 
כאפט ער אז ער טוט עס? אדער טוט ער עס אימפולסיוו און אינסטינקטיוו?

איך ווייס נישט וועלכע איז בעסער.. איינס ווייזט לכאו' אויף מער כיטערישקייט און די צווייטע אויף מער טאלאנט.
אויך ווייס איך נישט וועלכע איז פאטענציאל מער 'סכנה'דיג' פאר די עסטעבלישמענט..

מיין השערה איז אז איז נישט אזוי פאליטיש געריבן צו כאפן וואס ער טוט (הענס זיין בלאנטע רעספאנס צו אייוועלט..)
איך האלט אז ער טוט עס בשיטה.
די שיטה רופט זיך נארמאליזירן (עס איז מיין אייגענע נאמען אויב קיינע האט עס נאך נישט קיין נאמען געגעבען)

ער קען אריינקומען ווי א אורח און זאגן ענק ווייסען איך האב געליינט קרעמל איך זאג ענק עס איז א שיינע וועבסייט גייטס טשעקס עס אויס, אבער דעמאלטס קומט ער אריין ווי א חריג.
משא״כ, ווען מען ניצט דער נארמאליזירן שיטה געט מען אזא ווארף אריין כלאחר יד אז עס איז דא א וועבסייט קרעמל, און דער עולם גייט עס שוין אליינס גיין קוקען וואס דאס איז.
איך ניץ ביי מיר אין בית מדרש די נערמאליזירן שיטה (פארשטייט זיך אז מען קען נישט איבער ציען די שטריק) אבער איך ווארף אריין אזאלכע מושגים ווי עוועלוציע, סעקס פאזיציעס, מאוויס. און מיט דער צייט ווערט עס א נערמאלע זאך צי רעדן דערפון.
ווען איך בין אנגעקומען אין מיין שול אפאר יאר צוריק האט זיך קיינער נישט געוואגט צי רעדן פון אזאלכע זאכן.
איך האב קיינמאל נישט דערקלערט, ״חברה ס׳דא נאך פאזיציעס פרובירטס עס אויס״, אדער ״דארווין איז גערעכט״. נאר מען געט עס אזא איידעלע ווארף אריין בתוך הדברים און עס ווערט נערמאליזירט.

איך האב נישט געליינט זיינע אייוועלט קאמענטס, אבער עס קען טאקע זיין אז ער האט צאמגערעדט שטותים און נארישקייטן. ווי איך פארשטיי האט מען עם אטאקירט ער איז געווארען געטריגערט און צוריק געגעבען מנה אחת אפים. עס ווייזט אבער נישט אויף א חיסרון אין חכמה, עס ווייסט אז עס פעלט עם עמאושענעל רעגולאציע.
 
ווי איך פארשטיי האט מען עם אטאקירט ער איז געווארען געטריגערט און צוריק געגעבען מנה אחת אפים. עס ווייזט אבער נישט אויף א חיסרון אין חכמה, עס ווייסט אז עס פעלט עם עמאושענעל רעגולאציע.
דאס איז אביסל די פראגע..

מיר איז מער מסתבר אז ער איז נישט אזוי בתוך הענינים צו כאפן ווי שעדליך עס קען אים זיין. איך קען אים אבער נישט ממילא קען זיין איך בין מיר טועה אין גרויסן.
 
צו מיר איז ער א לייכטע קאמידיען, פוד ריוויוער, מיינונגס זאגער. אבער השקפה קריכט מיר שוין אויף די נערווען!

איך בין נישט קיין סאך נייגעריג אין זיין פריוואטע השקפה איבער מסורה... איך וויל אים זעהן אראפרייסן דעם שיילער און אויסלויבן מענטשן וואס דזאָדזשן יא!


חבר משה האָט לעצטנס אנגעהויבן צו פארלערנען חובת הלבבות. זיי קענען ווערן חברותות...

יעדער הייבט אן וועפן ערגעץ ווי. איך האף אז ער גייט צוריקגיין צום אלטן און סתם קייען וואסער אין צושטעלן פורים אפטיילונגען אגאנץ יאר...
 
צו מיר איז ער א לייכטע קאמידיען, פוד ריוויוער, מיינונגס זאגער. אבער השקפה קריכט מיר שוין אויף די נערווען!

איך בין נישט קיין סאך נייגעריג אין זיין פריוואטע השקפה איבער מסורה... איך וויל אים זעהן אראפרייסן דעם שיילער און אויסלויבן מענטשן וואס דזאָדזשן יא!


חבר משה האָט לעצטנס אנגעהויבן צו פארלערנען חובת הלבבות. זיי קענען ווערן חברותות...

יעדער הייבט אן וועפן ערגעץ ווי. איך האף אז ער גייט צוריקגיין צום אלטן און סתם קייען וואסער אין צושטעלן פורים אפטיילונגען אגאנץ יאר...

זאגסט אן אינטרעסאנטע נקודה, וואס איך האב פארפאסט דא.
נעמליך, ער טרעט אריין אין די ליין פון טיילן מוסר און השקפה אויסער סתם אינטערהאלטן. זאגסט אז חבר משה טוט עס אויך..

ס'רירט אן דאס וואס איך האב שוין דאן טעאריזירט אז אין אונזער קאמיוניטי טאר מען נישט סתם ענדזשויען לייף - ס'מוז האבן א רוחניות'דיגע נאמען כדי מ'זאל עס מעגן טון אלס אינטערהאלטונג.

איך ווייס נישט אויב דאס איז זייערע סיבה, אבער מן הסתם שפירן זיי עס אין די לופט אז אן טיילן רוחניות'דיגע קוכעלעך האבן זיי ווייניגער לעגיטימיטעט.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top