במחילת כבודך עס איז דא א בוך אלל פאר די באסס ארויסגעגעבן דורך א טאכטער פון איינע פון די מלאכים אמת מען האט אים געהאלטן משוגע דעמאלט ווייל ער חתונה געמאכט זיין טאכטער ביי די 17
און נישט ביי די 15 ווי דו שרייבסט
נישט געוויסט אז מ'דארף גיין out of state פאר מערידזש לייסענס ביי די 17
איך ווייס דו ביזט א ברעסלאווער אבער דא ביי אונז אין ניו יארק איז 15 א נישט נארמאלע עידזש חתונה צו האבן.
נישט אז 18 יא לויט מיר אבער פאדריי נישט קיין קאפ, איך האב גערעדט מיט א אייניקל.
אויך איך קען אידן וואס זענען אויפגעוואקסן ביי די מלאכים אמת טאקע אז זיי זענען אנטי ציונים אנטי נעמען רעגירונג פראגראמען
אבער זיי צו לייגן אין איין ליין מיט "לב טהור "
איך האב פאר דיר בעסערע נייעס, מאך אויף א בוק וועגן קולטס וועסטו זעהן אז גאנץ יהדות החרדית איז א קולט און אפילו א טאפלטע קולט הן מטעם קאמיוניטי קאנפארמיטי וויאזוי מ'לעבט, און וויאזוי מ'גייט אנגעטוהן, און וויאזוי מ'איז זיך יא צו נישט משדך וכו' און הן יעדע איינציגע קהילה פאר זיך.
האב איך געזאגט לב טהור, דו ווייסט אז לב טהור האט זיך אויך נישט אנגעהויבן מיט פייניגן און שלאגן ס'האט זיך אנגעהויבן מיט א חתונה דא א בעל תשובה דארט, אזוי ווי יואלי ראטה פרובירט, דו ווייסט אז ס'איז דא בחורים וואס אנטלויפן פון דערהיים און זאגן פאר די טאטע קענסט מיך וויזיטן אין ליבערטי ניו יארק? דאס איז איין סימן פון א קולט.
ווילסט נאך?
דו דערמאנסט מיר פון מיינע חברים וואס זאגן מיר: סא ביג דיל אז מ'באקלאגט זיך וועגן עדזשוקעישן, איך ווייס נישט איך האב געלערנט אין כ'ווייס דארט נייטרא און ס'איז נישט אזוי געפערליך, אבער קאשוי און סאטמאר, זיי זענען שלעכט, למעשה בין איך דאך בעסער אפגעקומען. אלא מאי קען דאך נישט זיין אז איך בין א חלק פון די פראבלעם. און איך ענטפער זיי, בלאנזשע נישט אזוי, ביידע פאלגן נישט די חוקי המדינה און א גוטע נאכט.
א קולט איז א קולט. און א טשיילד איז א טשיילד מערידזש.
ער איז געווען א ווילדער האן, פאריקטע איידיע'ס די נאמען אליינס זאגט שוין אסאך.
נישט גיבן קיין עדזשוקעישן בכלל? און נישט מאכן קיין סקול נאר אינדערהיים? ווער טוט אזא זאך? מ'קען עפעס טוהן וואס מ'וויל? דאס איז 1950 נישט היינט. שוין דעמאלטס האבן זיי זיך געזוכט צרות. און זיי האבן נישט אויסגעפירט!
כ'וועל דיר אריינשיקן די קעיס אויב דו ביזט אינטערסירט.
דאס זיכער נישט.....
זיי זענען מיט פיל זאכן מער מעסיג ווי היינטיגע גרויסע חסידות ווי סאטמאר ויזניץ וכו וכ'ו.....