שושן פורים אין וויליאמסבורג, בחורים וגם בתולות

איינער זאגט מיר...

נכנס יין יצא סוד
זיי אלע ווילען צוריק קומען אין די באקס פון ווי זיי קומען ארגינעל, פארדעם זענען זיי געקומען "אבער" זיי האבן פארגעסן די א ב פון די באקס אז מען זאל קענען צוריק אריינפיטען.
 
איך האב געמיינט וועסט זאגן פארקערט. נכנס יין יצא סוד אז בעצם וויל יעדער ארויסגיין פון די באקס, ס'קומען אן אפאר ארויס פונעם באקס חברה און גאנץ וויליאמסבורג לויפט זיך צאם.
 
ווען סאיז דא עקשאן איז יעדער דא צו מיטהאלטן און באפפערן.
נעבעך אויף די אומ-מסודר'דיגע און פארלוירענע נפשות, און אויף זייער עתיד,

איין זאך איז קלאר אויב זיי קוקן נאך ארויס פון זייער באקס ווי זיי האבן זיך אריינגעלייגט מיט א בליק אויף צוריק, -אויף זייער אלטע באקס- אפילו זאל דאס זיין 3 אינמיטן די נאכט א פורים המשולש, ווייזט דאס אויף זייער הארץ צואונגס קראפט ווי עס צוהט זיי די איבריגע 364 און האלב טעג און נעכט... ווי זיי זענען אין זייער באבל באהעלטעניש.

זאל זיי דער בורא עולם אויפלייכטן.
 
וואס איז געווען ביי פלאשינג?

קען איינער אריינקומען מיט א קורצע איבערזיכט פון די השתלשלות הדברים?
איך בין נישט דארט געווען אבער לויט די קליפס און לויט די באריכטן איז געווען א פארנומענע נאכט מיט פארשידענע פאסירונגן לענגאויס בעדפארד עוו.

די נאכט האט זיך אנגעהויבן בערך צען אזייגער מיט א געמיש פון טראקס און באסעס ממינים שונים, פון די זעקסטע הקפה ניגון מיט שווארצע גלעזער און ווייסע זאקן ביז העברעאישע די. דזשעי. מיט קאלירטע האר און פייערווארקס.

אין עדן פאלאץ וואס געפינט זיך ביי בעדפארד פלאשינג איז פארגעקומען גאר שיינע חינגאות געספאנסארט דורך הנגיד ר׳ שלמה פעדער (א ווארימער איד וואס זוכט אלץ מהנה צו זיין אידן אן קיין חשבונות).

צוביסלעך האט זיך די טרעפיק פארערגערט אויף בעדפארד בשעת דער עולם איז ארויס פון די גלייזן. בערך איינס אזייגער האט זיך אנגעהויבן כמעט א פולשטענדיגע גרידלאק בעיקר דורך די פרייליכע מאסן אויף בעדפארד פלאשינג. אויסערדעם איז אנגעקומען איינס אדער עטליכע באסעס מיט אינגלעך און מוידן וואס מען זעט נישט א גאנץ יאר אין וויליאמסבורג און זיי האבן פרובירט פרייליך צו מאכן במיטב יכלתם, למעשה האבן די מאסן נישט אזוי אפרישיעטעד זייער ארבעט און מען האט זיי פרובירט צו פארטרייבו צוליב די הויכע מוזיק אזוי שפעט ביינאכט, לויט די קליפס קוקט אויס אז די עיקר יום טוב מיט די בחורים ובתולות איז געווען אין אלט וויליאמסבורג העכער די הייוועי בשעת וואס אין ניי וויליאמסבורג איז געווען מער ״פארדראגטע מוזיק זאנע״.

לויט די באריכטן קוקט אויס אז בערך דריי אזייגער האט ר׳ שלמה פארמאכט די מוזיק אין עדן צוליב דעם וואס איינער האט אויפגעברענגט א חשש תערובת בשר ודגים און די גאנצע זאל האט זיך אויסגעגאסן אויף בעדפארד.

עניוועיס, לויט די באריכטן קוקט אויס אז די ״בחורים ובתולות סיטואציע״ האט זיך געענדיגט עטוואס פאר פיר אזייגער צופרי און די ״פארדראגטע מוזיק זאנע״ האט זיך נאך געצויגן פאר בערך נאך א שעה, און דערנאך איז די גאנצע פאלק אהיים זיך אפרוען אביסל פון די עבודת היום.
 
t thank u
 
דאנק

למעשה וויפיל ארעסטירט?
 
זענען די ארעסטירטע משלנו אדער משלא לנו?
 
און אז יא ? וואס און וועם איז עס מחייב ?
זייער, זייער פשוט. זיין א פאליציי אפיציר איז א high stress environment. אויב קענסטו זיך נישט האלטן אין די גלייזן איז עס נישט געמאכט פאר דיר. דו פארשטייסט אז מען קען נישט נעמען א הארץ סורדזשין וואס האט זייער ציטערדיגע הענט. ופשוט הוא. איך פארשטיי אפילו נישט וואס מען דארף דאס מסביר זיין.
 
פארוואס נישט, די גאנצע ארבעט איז צו אינפארסירן דעם געזעץ און האלטן ארדענונג ווען עס פעלט זיך אויס. און אויב די מהלך ווי אזוי ער אינפארסירט דעם געזעץ איז מיט שרייען מיעסע ווערטער זאל זיין אזוי. משא"כ דער סערדזשאן וואס האט ציטערדיגע הענט קען חלילה מיט איין ראנג באוועגוגנג אוועק לייגן זיין פאציענט.
 
אני הקטן פלעג ארומלויפן צי פארטיס מיט אסאך ערגערס, ברוך השם לא אלמן ישראל און עס איז דא צוגעשטעלט בריוח פאר יעדן
קום אריין מיט דיטעילס. וואס האט פאסירט ביי דיינע 'פארטיס'. לאז אונז נייגעריג...😀
 
אין קורצן:
שלמה פעדער מאכט יעדעס יאר די צווייטע נאכט א פארטי פאר סיי ווער,
געווענליך ענדיגן רוב מאבאלס זייער פורים מיטן זיך אויס טאנצן דארט.
צוויי יאר צוריק איז שוין געווארן צופיל מענטשן פאר די בית מדרש ווי ער פלעגט עס מאכן, האט ער פאריזער מיט דאס יאר געטוישט צו עדן פעלעס,
געווענליך ענדיגט זיך זיין פארטי אין די פארטאגס שעה'ן, און צוביסלעך גייט די עולם אהיים,
דאס יאר אבער האט ער פארמאכט די מוזיק פרי, וואס האט יעדעם ארויס געטראגן אויפן גאס.

נאך אסאך וואס דארף ווערן אנגעמערקט איז אז א געווענליכע פורים די צווייטע נאכט איז שוין די עולם אויסגעהרג'ט, אנדערש איז געווען דאס יאר וויבאלד מ'האט געהאט אן שבת זיך אפצורוען.
 
דאנק

למעשה וויפיל ארעסטירט?
ווייס איך נישט, מען דארף פרעגן ר׳ לעמיל, ער קוקט אויס שטארק פארנומען אויף די קליפס.
זענען די ארעסטירטע משלנו אדער משלא לנו?
פון די קליפס קוקט אויס ווי א געמיש פון לנו און לא לנו, מסתמא בלויז אריין און ארויס כדרכם בקודש
 
עס דערמאנט פון די משל....

אויף דעם אליינס האט דער מלך עקסטער געוויינט אז זיין פארבאלדזשעטע קינד האט פארגעסן די נמוסי המלוכה....
 
איך ווייס מ'גייט מיר פארשרייען, אבער איך וועל נאך אלס זאגן וואס איך האב צו זאגן (איך גיי נישט אריין אין די טענץ און די מוזיק וכו', דאס דארף @אלפא אנאליזירן, ווי רוב פון אונזערע בחורים זענען 3'ערס במלוא מובן המילה. נאר אויף די חלק פון זיך שלאגן מיט פאליציי).

ס'אמת אז ס'איז פורים ביינאכט, און דער עולם איז געווען אנגעטרונקען און הויעך, און ס'אמת אז ס'איז שוין היו דברים מעולם, וואו מ'האט זיך געשלאגן מיט פאליציי. אבער דא קומט עס דאכט זיך אויך, פון די עקלדיגע נארישע טראמפ'יזם אין אונזער לאגער, וואס האט אריינגעברענגט במחנינו די געפיל, כאילו אונז זענען ככל הגוים בית ישראל, אונז האבן אויך מיינונגען אין פאליטיק, אונז זענען געהעריגע בירגער וואס קענען טון ככל העולה על רוחם, אונז קענען זיך אפילו שלאגן מיט די פאליציי.

וואס מ'פארגעסט איז, אז ניין, ס'איז נישט ככל הגוים בית ישראל, אונז זעמיר זוכה צו לעבן אין א מלכות של חסד, נאר דורך דאס וואס אונז האבן זיך באהאלטן פון די גוים'ס אויגן.
אויב גייען אונז אנפאנגען צו אויסשטעכן זייערע אויגן, צו איז עס דורכן נעמען אויסדריקליכע שטעלונגען אין פאליטיק, צו איז עס דורכן זיך שלאגן מיט פאליציי וכדו', גייען זיי אונז אדורכפירן העלל. גענוי ווי מ'טוט צום פרומען ציבור אין ישראל.
ודוק כי קצרתי.
 
ביטע עקט נישט אנטי טראמפ דא
 
אנשטאט דיר פארשרייען, וויל איך פרעגן

ווער זענען אלץ די ארעסטירטע ווי עס קוקט מיר אויס פון די קליפס זעהט אויס אז מען ארסטירט בלויז די פון די אפפאל [בלע"ז] נישט פון די היימישע...
 
ניין עס קוקט אויס ווי די הפגנות...
 
איך האב שוין לאנג א שאלה אויף פורים, ליבעראלע ווירדן איז געבויט אויף לעב און לאז לעבן, פארוואס איז אקעי פאר איינעם צו אנצינדן הויכע מוזיק אויפן גאס און מיך שטערן? איך וואוין אויף פלאשינג (קאר בעדפארד) און פונקט נעכטן האב איך מיך געמוטשעט אויף א שטיקל רשבא און די מוזיק האט מיר צוגעברענגט ביטול תורה

די בעסטע וואס איך קען אויפקומען איז אז א קאמיוניטי קען באשליסן צו צולאזן געוויסע זאכן לתועלת הרבים, דאס מיינט אז א ישיבה גרופ איז פיין ווייל 90 פערצענט פון די איינוואוינער ווילן דאס, משא"כ נאקעטע נקבות אדער פייערקרעקערס 5 אזייגער פארטאגס האט נישט קיין היתר
דאס האט נישט א גדר פון וואס איז יא/נישט אקעי, עס האט מיט די מנהג המקום (aka נאקעטע מציאות).

לדוגמא, אויב זאלן זיך אנרוקן אזא 5 טויזנט גוים אין וויליאמסבורג איין שיינע 4 פארטאגס און גיין/קומען אויף די גאסן און מאכן הויכע גערודער גייט פאליציי קומען. אבער שמח"ת נאך הקפות טוט עס 80-90% במילא איז עס נישט קיין פראבלעם.

די זעלבע איז מיט יעדע סארט פראוועריי. פראביר צו גיין ערגעץ וואו אין א סיטי אין אמעריקע און הייב אן בויען סוכות אויף די גאסן נאר פאר 8 טעג. קיינער וועט עס נישט טאלערירן. אבער קראטצמעך לעקטערלעך אויף אלע ביימער פאר א חודש, האט קיינער נישט קיין פראבלעם. אין ירושלים איז די מעשה פונקט קאפויער. סוכה'לעך לאזט מען און קראטצמעך נישט.

און אזוי ווייטער מיט יעדע זאך, פראביר מאכן פייערווארקס אדער א פאראדע מוצאי ר"ה אין NYC. ווס. New Year צו July 4 וואס מען לאזט יא. די זעלבע מיט פורים. עס איז א צייט וואס די גאנצע געמיינדע איז אויף ביז די שפעטע נאכט שעות און אפילו אויב דו פערזענדליך ווילסט לערנען א רשב"א, קענסטו נישט ערווארטן אז די גאנצע געמיינדע זאל זיך צו דיר צושטעלן.

אין קורצן, מען קען נישט צודרייט מאכן א גאנצע שטאט פאר אפאר יחידים, אבער די גאנצע שטאט קען יא אומבאקוועם מאכן פאר די פאר יחידים. עס האט נישט מיט רייט און ראנג, נאר מיט די וועג וויאזוי סאסייעטי ארבעט בפעול.
 
לעצט רעדאגירט:
 
Back
Top