שושן פורים אין וויליאמסבורג, בחורים וגם בתולות

איך זאג מי כעמך ישראל ווילי עפענט זיך אויף אמאהל פורים איז געווען א צייט ווען מען האט געלאקערט אויף קליינע בחורים ב״ה מען האלט שוין ביי בחורים מיט בתולות
האסט א ליבע פון מיר

ערנסט גערעדט, די פארטיאינג אין די שפעטע שעה'ן אום פורים דארף זיך אפשטעלן, מילא מ'גייט ביז 12-1 שוין ניו יעיר און יולי 4 בין איך אויך נישט העפי אז מ'הערט פייער קרעקערס, און אז איינער לייגט זיך פרי און דארף אויפזיין 7 די נעקסטע צופרי איז עס אויך נישט קיין יושר.
אבער די אלע cry babies וואס ווילן זיך דא ארויפכאפן אויף רעליגיע אדער אנטיסעמיטיסם פארפעלן צו רילייזן אז ס'איז נישט דא קיין אנדערע פאלק/קירכע/קאמיוניטי אין די סיטי וואס שטערט די רוהיגקייט פון די נאכט און זיכער נישט בחוצות ברוקלין. וואס איז דאס? ווייל אונז זעמיר דא די דאמינירנדע פאפולאציע מעג מען איבערדרייען?

אוודאי נישט. די געזעץ לאזט נישט הויעכע גרודער

און די זעלבע לעמיל וואס העלפט פארטרייבן אויף די קליפס העלפט אויך די קאמיוניטי ביי די שטאטישע טאטע'ס צו האבן די רעכטן פון שטערן די שכנים אין נאמען פון רעליגיע...

איך בין שוין געווען און סעלברעיטעד האלאווין אין מאנהעטן אין די אנגעשטויסענסטע צענטער, און ס' זעהט נישט אויס האלב אזוי ווי דאס, מ'וואקט אויפן סיידוואלק, די פאליציי האבן נישט מער ארבעט ווי געבן דיירעקשנס, ארום צענע-עלווע איז די גאנצע עולם צוטיילט אין באר'ס אל אווער און ווער ס'וויל פארטייען פארטייעט, און ווער ס'וויל שלאפן שלאפט. דא איז איין עקזעמפל פון א סענזאציע וואס איז ווארשיינליך געגאנגען ארויס פון קאנטראל הענס די געפעכטן, אבער צו מיר איז דאס א פענאמענען וואס שפילט זיך איבער יעדע יאר...

און דער וואס זאגט אז מ'קען גארנישט טוהן, טראכט נאכאמאל, איך געדענק ווען אלס אינגל איז געווען שריפת חמץ ביי יעדע קארנער, און ביזן זמן האט מען געהערט עף די פליען איבעראל, ס'האט זיך אויפגעהערט, און ווי ווייט איך ווייס שטייט היינט א מענטש ביי יעדע פייער און גיט אכט ס'זאל נישט גיין פון א חמץ פייער צו א קעמפ פייער. איך זאג, פאר א שווארץ יאר, מ'דארף מאכן א (קאמוניסטישע) געזעץ 12am כחצות אויב ווערט נישט שטיל זאל קומען א סאמענס. שאט די פאק אפ, יא ווילסט פארטיען? ביי דיר אין אינדערהיים, אלע מאדערנע און פרייע גייען צו זאלן raves אוועק פון וואו מ'וואוינט און שטערט נישט קיינעם... נאר ווייל ס'איז דיין האלידעי דארף נישט די גאנצע שטאט ליידן... מיט א לימיט. ס'איז דא א צייט וואס ס'דארף ווערן שא שטיל. יעצט שריי נאצי אנטיסעמיט סעלף העיטער ווייל דיין איגאו קומט פאר זיך רעכנען מיט יענעם....
 
און אן אמבולאנס דארף נישט מאכן סייריענס 2 ביינאכט אויפן פוסטן טראטואר וואס וועקט אויף די שטאט אבער איך לערן מיר צו דיעלן דערמיט... יעדער האט זיך זיין מצוה וואס איז ביי אים הייליג. טשילעקס.
דאס איז גראדע א געזעץ מיין איך אז ווען אמבולנסן אדער פּאליציי קומען אין אן אינטערסעקשן ברויכן זיי לאזן הערן זייערע סירענעס כדי צו ווארענען קארס וועלכע קומען פון אנאנדערע ריכטונג און קענען זיי נישט פאראויס זעהן, ס'פּשוט געמאכט פאר סעיפטי
 
ס'פאקין צווייע ביינאכט! נישט דא קיין קאר'ס צו טרעפן און מ'קען מיינען ווי שווער עס דארף זיך מוטשענען דורכצומאכן די וועג אין אזא צייט ווס אינמיטן ראש האוער, איך האב שוין געהערט פון דעם און ס'איז א נארישע געזעץ.

ווען א סטעיט פאליס שטעלט איינעם אפ אויפן גארדן סטעיט דארף הילכן סירענעס? אדער מ'באבליצט יענעם וואס זעהט עס אין שפיגל אין א האלבע סעקנד?

איך האלט מיך ביי מיינס. איך וויל זעהן די דעטע פון וויפיל מענטשן זענען נישט אנגעקומען באצייטנס אין או אר ווייל אן אמבולאנס האט נעבעך נישט געהאט די right of way אינמיטן די נאכט

ס'איז דא נאך פאריקטע זאכן וואס זיי טוען, למשל air horns א פייף וואס דו מיינסט ס'איז געשעהן א עקספלאודזשן, וואס די פאק דארף מען האבן דעם air horn? ס'איז צו ווילד און הויעך פאר וואס מ'נוצט עס. #מייאפיניען
 
איך וויל מאכן אן אנקעטע. איז דא נאך א שנירל דא אין קאעמל וואס איז אזוי שנעל אנגעקומען אין אזא קורצע צייט ווייניגער ווי 15 שעה צו 8 בלעטער פון מעסעדזשעס ?
 
איך וויל מאכן אן אנקעטע. איז דא נאך א שנירל דא אין קאעמל וואס איז אזוי שנעל אנגעקומען אין אזא קורצע צייט ווייניגער ווי 15 שעה צו 8 בלעטער פון מעסעדזשעס ?
אפי' להבדיל אויף אייוועלט איז עס היינט פארטאגס פיר אזייגער בערך פאר'ן מעקן געווען פינף פעידזשעס זיכער
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך הער יעצט אז שומרים האט געמאכט א קרעקדאון וועגן איינער האט געגעבן דראגס פאר א בחור/יונגל
זיי האבן אפגעשטעלט און געזוכט אויף אסאך מאבילס און גערופן פאליס ווען זיי האבן עפעס געטראפן
איינער ווייסט עפעס מער דיטעלס
 
ס'פאקין צווייע ביינאכט! נישט דא קיין קאר'ס צו טרעפן און מ'קען מיינען ווי שווער עס דארף זיך מוטשענען דורכצומאכן די וועג אין אזא צייט ווס אינמיטן ראש האוער, איך האב שוין געהערט פון דעם און ס'איז א נארישע געזעץ.

ווען א סטעיט פאליס שטעלט איינעם אפ אויפן גארדן סטעיט דארף הילכן סירענעס? אדער מ'באבליצט יענעם וואס זעהט עס אין שפיגל אין א האלבע סעקנד?

איך האלט מיך ביי מיינס. איך וויל זעהן די דעטע פון וויפיל מענטשן זענען נישט אנגעקומען באצייטנס אין או אר ווייל אן אמבולאנס האט נעבעך נישט געהאט די right of way אינמיטן די נאכט

ס'איז דא נאך פאריקטע זאכן וואס זיי טוען, למשל air horns א פייף וואס דו מיינסט ס'איז געשעהן א עקספלאודזשן, וואס די פאק דארף מען האבן דעם air horn? ס'איז צו ווילד און הויעך פאר וואס מ'נוצט עס. #מייאפיניען
איך רעד נישט פין אינמיטען ביינאכט
אבער יא אן אמבאלענס דארף האבן אן air horn
וויל עס איז דא היבש קארן וואס ריקען זיך נישט אין דעיס וועקט יעדעם אויף

עסט זיי נישט זען עס ניצען אסאך סאיז מער די פייער טראקס
 
היסטאריע חזר'ט זיך איבער, שוין פאסירט אזאנס אין 1973 און וויליאמסבורג איז נישט אונטערגעגאנגען, זעה ניו יארק טיימס באריכט

View attachment 3487
סאמטינג פיש מיט די צוויי "patrolman", איינער הייסט האראוויץ, דער צווייטער יואל בערקאוויטש, זענען זיי געווען פאליציאנטן אדער סאטמארער עסקנים/שומרים?
 
וואס איך פארשטיי אז פאליציי וואס זייער ארבעט איז צו אינפארסירן די געזעץ
נאכן הייסן מאכן פריי די ראוד און מען פאלגט זיי נישט האבן זיי אנגעהויבן מיט די הענט זיי טוען בלויז זייער ארבעט איך האלט נישט אז דאס איז אנטיסעמיטיסם
אנטשולדיגט די געזעץ איז אויב מען וויל אפשפארן פארקער ברויך מען האבן א פריער באשטימטע פון די פאליציי. איך וואוין נישט אין די סיטי אדרבה זאל איינער וואס האלט אנדערש קומען מיר אפפרעגן....
 
Back
Top