שושן פורים אין וויליאמסבורג, בחורים וגם בתולות

און אין אייוועלט? לאזט מען נישט רעדן קיין אות אחת פון די גאנצע געשיכטע. עס איז פיל גרינגער צו שטופן אונטערן קארפעט און רעדן נאר ווי שיין מ'האט געטאנצן "יא דו האסט די כוחות" (גראדע באמת א שיינע ניגון און הייליגע טענץ געווען).

ווער עס וואגט זיך דארט צו רעדן א ווארט פון די גאנצע סומאטוכע, ווערט ארויסגעווארפן פון ישיבה מיט אלע 7 נעמען ביינאזאם... (נאך א מזל מיר האבן קרעמל...)

עס איז געווען זייער א ווייטאגליכע סצענע אין וויליאמסבורג. בחורים האבן זיך אויפגעפירט כאחד הריקים, אויב נישט ערגער. די חילול ה' איז געווען איום ונורא. זיך געשלאגן מיט די פאליציי וואס האבן ס"ה געבעטן א נארמאלע בקשה אז עס איז שפעט ביינאכט און עס זאל ווערן שטיל. עס איז שוין געווען נאך 5 פארטאגס און די קולות איז אנגעגאנגען כאילו לא היה, מיט פארטייבענדע פייער קרעקערס...

פורים פורים לנו, ברוך אשר בחר בנו...
 
קען איינער אריינקומען קלאר מתחילה עד סוף על מה יצא הקצף, די ווידאו'ס גיבן נישט ארויס די קלארע בילד, וויאזוי האט זיך עס אנגעהויבן, ווען איז עס ארויס פון די גלייזן וכו'
 
איך האב שוין לאנג א שאלה אויף פורים, ליבעראלע ווירדן איז געבויט אויף לעב און לאז לעבן, פארוואס איז אקעי פאר איינעם צו אנצינדן הויכע מוזיק אויפן גאס און מיך שטערן? איך וואוין אויף פלאשינג (קאר בעדפארד) און פונקט נעכטן האב איך מיך געמוטשעט אויף א שטיקל רשבא און די מוזיק האט מיר צוגעברענגט ביטול תורה

די בעסטע וואס איך קען אויפקומען איז אז א קאמיוניטי קען באשליסן צו צולאזן געוויסע זאכן לתועלת הרבים, דאס מיינט אז א ישיבה גרופ איז פיין ווייל 90 פערצענט פון די איינוואוינער ווילן דאס, משא"כ נאקעטע נקבות אדער פייערקרעקערס 5 אזייגער פארטאגס האט נישט קיין היתר
 
ס'געווען א מעד האוז נעכטן נאכט אין ווילי, די גאנצע שטאט איז געווען איין גרויסע פארקינג לאט, דאבל פארקט אויף אלע זייטן, מוזיק און מאבלס נאך מער ווי א געווענליכע פורים, ס'געווען נעקסט לעוועל, כ'ווייס נישט פארוואס.
 
לכאורה איז טאקע די הויעכע מוזיק שפעט ביינאכט נישט לעגאל, אבער גיי אינפארסיר עס פורים ביינאכט, וואו הייבט מען אן?

די זעלבע מיט פייערקרעקערס, דאכצעך אז אין ניו יארק איז עס אפילו אומליגאל.

אבער נאקעטע נקיבות? דאס איז גראדע לעגאל. (סיידן אז דו רעדסט פון ממש נאקעטע נקיבות כחוה לפני החטא)
 
איין מוסר השכל וואס איך האב ארויסגענומען, אונזערע מצוינים לעכצן נאך אביסל פאן, א מין רשעות אז המן דארף פלאנירן א דזענאסייד אז אונדזערע בחורים זאלן ארויסגיין פון תפיסה פאר א טאג
 
לכאורה איז טאקע די הויעכע מוזיק שפעט ביינאכט נישט לעגאל, אבער גיי אינפארסיר עס פורים ביינאכט, וואו הייבט מען אן?

די זעלבע מיט פייערקרעקערס, דאכצעך אז אין ניו יארק איז עס אפילו אומליגאל.

אבער נאקעטע נקיבות? דאס איז גראדע לעגאל. (סיידן אז דו רעדסט פון ממש נאקעטע נקיבות כחוה לפני החטא)
איך רעד דווקא נישט וואס איז לעגאל, איך פרעג וואס דארף א יחיד מקריב זיין פארן ציבור
 
1000084721.jpg
 
עס איז געווען זייער א ווייטאגליכע סצענע אין וויליאמסבורג. בחורים האבן זיך אויפגעפירט כאחד הריקים, אויב נישט ערגער. די חילול ה' איז געווען איום ונורא. זיך געשלאגן מיט די פאליציי וואס האבן ס"ה געבעטן א נארמאלע בקשה אז עס איז שפעט ביינאכט און עס זאל ווערן שטיל. עס איז שוין געווען נאך 5 פארטאגס און די קולות איז אנגעגאנגען כאילו לא היה, מיט פארטייבענדע פייער קרעקערס...

פורים פורים לנו, ברוך אשר בחר בנו...
מר. @שמעקעדיג די קומסט אריין אביסעל שיף און עטוואס גערעכט. ריכטיג אז 5 אזייגער פארטאגס איז נישט מענטשליך איבער צו דרייען א שטאט. מיר זעהט אבער אויס אז דאס איז אנדערשט געווען 12 אזייגער נישט 5 פארטאגס. די גאסן זענען פיהל מיט מענטשען וואס זענען עוסק במצות היום און פרייען זיך מיט די מוקפי חומה און פראווען נאך אפאר שעה שמחה וצהלה אויף די גאר גרויסע ניסים ווי דער בורא ומנהיג האט געדרייט אז דער הארגער איז געווארן געהארגעט.

בחורים האבן זיך אויף געפירט כאחד הריקים, און ע''כ איז עס מיין אדער דיין געשעפט ? (אנלעס כל ישראל עריבים זה לזה. אויב איז דאס די טענה נעם ארויס א תהילימעל און זיי מתפלל פאר זיי אז זיי זאלן חוזר בתשובה זיין, שלאג זיך נישט אין די גאסן. אויב ווילסטו זיין פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן דאן דארפסטו זיין גרייט פאר די קלעפ וואס די כאפסט צוריק. אויב נישט שטיי אוועק). די שלעגערס האבן נישט געזוכט דארט דוקא כבוד שמים זעהט מיר אויס.

און די חילול השם פון וואס די רעדסט, איך זעה אז גרעסערע חילול השם ווען איין איד לייגט א האנט אויף א צוויטן איד צו-צוהעלפן פאליציי.
 
לעגאל איז זיכער אז די ל"ו צדיקים וצדיקות האבן נישט עובר געווען אפילו אויף א קיצור ש"ע, אבער מאראליש גערעדט זענען זיי נישט גערעכט, זיי זענען אריינגעקומען אין וויליאמסבורג בכוונה צו אויפרעגן די ציבור, צי די ציבור האט א רעכט צו ווערן אויפגערעגט איז א שמועס פאר א צווייטע מאל אבער יעדער האט געוואוסט וואס דא גייט געשען ווען נישט קומען זיי נישט
 
ס'געווען א מעד האוז נעכטן נאכט אין ווילי, די גאנצע שטאט איז געווען איין גרויסע פארקינג לאט, דאבל פארקט אויף אלע זייטן, מוזיק און מאבלס נאך מער ווי א געווענליכע פורים, ס'געווען נעקסט לעוועל, כ'ווייס נישט פארוואס.
איך האב עס אויך באמערקט די שטאט איז געווען איבערגעדרייט נעקסט לעוול. אסאך מער ווי א געווענדליכע פורים
 
לעגאל איז זיכער אז די ל"ו צדיקים וצדיקות האבן נישט עובר געווען אפילו אויף א קיצור ש"ע, אבער מאראליש גערעדט זענען זיי נישט גערעכט, זיי זענען אריינגעקומען אין וויליאמסבורג בכוונה צו אויפרעגן די ציבור, צי די ציבור האט א רעכט צו ווערן אויפגערעגט איז א שמועס פאר א צווייטע מאל אבער יעדער האט געוואוסט וואס דא גייט געשען ווען נישט קומען זיי נישט
די מכות איז געגאנגען צווישן די וו"ב אידן מיט די ל"ו צדיקים וצדקניות?
 
אויסגעלאסענע "נקבות" געטאנצן מיט "מענער"? פארוואס נישט "זכרים"? נאר די מענער זענען מענטשן מיט נפשות ניעדס און יצרים?
 
Back
Top