שושן פורים אין וויליאמסבורג, בחורים וגם בתולות

ס'פאקין צווייע ביינאכט! נישט דא קיין קאר'ס צו טרעפן און מ'קען מיינען ווי שווער עס דארף זיך מוטשענען דורכצומאכן די וועג אין אזא צייט ווס אינמיטן ראש האוער, איך האב שוין געהערט פון דעם און ס'איז א נארישע געזעץ.

ווען א סטעיט פאליס שטעלט איינעם אפ אויפן גארדן סטעיט דארף הילכן סירענעס? אדער מ'באבליצט יענעם וואס זעהט עס אין שפיגל אין א האלבע סעקנד?

איך האלט מיך ביי מיינס. איך וויל זעהן די דעטע פון וויפיל מענטשן זענען נישט אנגעקומען באצייטנס אין או אר ווייל אן אמבולאנס האט נעבעך נישט געהאט די right of way אינמיטן די נאכט

ס'איז דא נאך פאריקטע זאכן וואס זיי טוען, למשל air horns א פייף וואס דו מיינסט ס'איז געשעהן א עקספלאודזשן, וואס די פאק דארף מען האבן דעם air horn? ס'איז צו ווילד און הויעך פאר וואס מ'נוצט עס. #מייאפיניען
איך רעד נישט פין אינמיטען ביינאכט
אבער יא אן אמבאלענס דארף האבן אן air horn
וויל עס איז דא היבש קארן וואס ריקען זיך נישט אין דעיס וועקט יעדעם אויף

עסט זיי נישט זען עס ניצען אסאך סאיז מער די פייער טראקס
 
היסטאריע חזר'ט זיך איבער, שוין פאסירט אזאנס אין 1973 און וויליאמסבורג איז נישט אונטערגעגאנגען, זעה ניו יארק טיימס באריכט



View attachment 3487
סאמטינג פיש מיט די צוויי "patrolman", איינער הייסט האראוויץ, דער צווייטער יואל בערקאוויטש, זענען זיי געווען פאליציאנטן אדער סאטמארער עסקנים/שומרים?
 
וואס איך פארשטיי אז פאליציי וואס זייער ארבעט איז צו אינפארסירן די געזעץ
נאכן הייסן מאכן פריי די ראוד און מען פאלגט זיי נישט האבן זיי אנגעהויבן מיט די הענט זיי טוען בלויז זייער ארבעט איך האלט נישט אז דאס איז אנטיסעמיטיסם
אנטשולדיגט די געזעץ איז אויב מען וויל אפשפארן פארקער ברויך מען האבן א פריער באשטימטע פון די פאליציי. איך וואוין נישט אין די סיטי אדרבה זאל איינער וואס האלט אנדערש קומען מיר אפפרעגן....
 
לדעתי זענען די פיר מוידן אין דעם ערשטן ווידעא, געדינגענע עסקארטס און נישט משלנו. זיי זעען אויס פונקט ווי די junkies פון לאס וועגאס סטריפ. אן OTD האט נישט אזא עזות. נעם למשל ריקי ראוז, וועלכע האט אויך געמאכט פורים אין וויליאמסבורג, טאנצנדיק אנגעטון ווי דער כהן גדול. אבער עס איז שווער צו זאגן אז צוליב איר איז בכלל דא אזא חרון אף.
 
לעצט רעדאגירט:
View: https://youtube.com/shorts/1m1Q4JrbQP4?feature=shared


איך בין זייער ווייט פון א קנאי – אבער טון אזעלכע זאכן אין וויליאמסבורג און נאך האבן די עזות צו סטראשען אן איידעלן אינגערמאן מיט רציחה ממש רחמנא לצלן, איז לדעתי נעקסט לעוועל ממש א בחינה פון “ירשת וגם רצחת”
 
לעצט רעדאגירט:
אגב, היי יאר איז געווען א גרויסער חרדי׳ניזעישאן קאמפיין מיט צעטלעך איבעראל ווי “פארדראגט נישט אונזער געגנט,” און א קול קורא אז פרויען און מענער זאלן זיצן אין אפגעזונדערע צימערן. וואס לדעתי איז א עוולה פאר עניוואון זיך צו מישן, וויאזוי ווער אימער עס זאל נישט זיין, זאל פירן זיין פריוואטע לעבן אינדערהיים, אחוץ די פאקט אז עס צעשטערט די שיינקייט פון פראווען א שיינע סעודה מיט דער גאנצער פאמיליע. אין קוקט די באלדיגע תוצאות, אזוי ווי די באקאנטע פראגע גייט: וואס קומט בעפאר? די טשיקען צו די איי
 
לעצט רעדאגירט:
IMG-20250317-WA0031.jpg

איך מיין דאס פארענטפערט די טענות קעגן שומרים, נאך אלע מעשיות זענען זיי די וואס דארפן קער נעמען
 
איך וויל קלאר מאכן א פונקט. מענטשן מושן צאם עטליכע שטיקלעך צום פאזיל.
די באס מיט די בחורים זענען געווען אין וויליאמסבורג פאר עטליכע שעה גאנץ רואיג. (הויכע מוזיק און פייערקרעקער)

אין די פארטאגס שעה'ן זענען אנגעקומען דריי בחורים פון מאנסי מיט זייער גירל פרענדס, און זיך אויסגעמישט מיט די גרופע.

איין מיידל האט ליידער נישט געהאט קיין געלט פאר א קלייד, עס ווערט געזוכט ווער עס קען אראנדזשירן א חסד פאנד קאמפיין
 
איך פרוביר נאר צו פארשטיין וואס הייסט וואס זיי שרייבן זאכן וואס איז נאך קיינמאל נישט געשען.

איך געדענק אויפוואקסענדיג אין וויליאמסבורג, צו זעהן אזאלכע מראות אויף א טעגליכע פארנעם פין מיינע גוי'אישע שכנים.... 🤷
 
מיר זענען מוחה...
מ'וועט שטיין....

ווי זענען די מיר געווען מוצ"ש?

נישטא וועל זאל לאכן
There's no way they can prevent this from happening again. As long as you follow the law, there's no way how someone can prevent you from dancing with a (poorly dressed) girl on the street.
 

השכונה החסידית סוערת ומזועזעת: אירועי פורים נחגגו בפריצות

מכתב חריף של התאחדות הרבנים באמריקה במחאה על חגיגות פורים שנערכו בפריצות ברחובות שכונת ויליאמסבורג. המשטרה לא הצליחה להשליט סדר בשכונה. "שפלים ונבזים משולי המחנה ממקומות שונים, טמאו את רחובות העיר בתערובת בחורים ובתולות ה"י בריש גלי ללא כל בושה"

השכונה החסידית סוערת ומזועזעת: אירועי פורים נחגגו בפריצות - בחדרי חרדים
 
איך געדענק אויפוואקסענדיג אין וויליאמסבורג, צו זעהן אזאלכע מראות אויף א טעגליכע פארנעם פין מיינע גוי'אישע שכנים.... 🤷
אדער אפילו נאך היינטצוטאגס דורכאויס רוב חדשים אין יאר ספעציעל אין די הייסערע טעג ווען די ארומיגע איינוואוינער לויפן דורך די וויליאמסבורג'ר גאסן אין ארימע קליידונג
 
Back
Top