שיטת גדולי ישראל לגבי ציונות

איינע פון די סיבות מען האט נישט געזאגט תפלת זכה נאר תפלה קודם התפלה פון רבי ר' אליצלך איז צוליב וואס די חיי אדם איז געווען א גרויסע מתנגד , ווי פלעגט מען זאגן אז ווען די משנה ברורה דינגט זיך מיטן רב פסקענען די חסידים ווי די רב און טאמיר די רב דינגט זיך נישט מיט די משנה ברורב קוקט מען וואס די חייאדם פסקענט און מען טוט פארקערט
די סבה פון נישט זאגן תפלת זכה איז צוליעב דעם וואס טייל חסידים האבן געהאלטן אז די תפלה איז פון די חמדת ימים, וואס מאנכע באשולדיגן אין שבתאות, און אז עס איז גאר נתחבר געווארן דורך נתן העזתי אליינס. פאר מער אינפארמאציע להפריך את השמועה הזאת עי' כאן

חסידים פסקנן ווי דער שו"ע הרב איז נאר אין חב"ד זעלבסט. אין אנדערע ערטער האט מען פון די מסורה נישט געוואוסט ביז אמעריקא אין די לעצטע יארן ווי געוויסע האבן פאבריצירט א נייעם מסורה, וואס פון זקני הפוסקים האט מען דאס נישט געהערט.
 
אבער צוווערן דער שופר פון קנאות קעגן א יידיש
לאנד , נאך די שואה , האט געמוזט זיין מענטשן וואס האבן עהם אהנגעדרייט , אזוי איז מסתבר
עס איז גיוועהן פלענטי גדולים און רבנים פון קנאי׳שן
אפשטאם ,
און נאך די טראגעדיע פון די השמדה
האבן זיי נאכגילאזט זייער שארפקייט

דער סאטמאר רב , האט עס צוריק גיברענגט
אין א חלק פון כלל ישראל ,
מען קען מיינען אז עס איז נאטירליך
פארוואס קען נישט זיין אז ער איז געווען א גרויסע ת"ח אין ירא שמים, אין ער איז נישט נשפע געווארן פון די אידישע לאנד מאוומענט, אין ער האט געהאלטן אז א אייגן לאנד איז א מרידה אין השם, אין די צער השכינה האט געברענט אין אים?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
עס איז מסתם ,גיוועהן נאך משפיעים אויף איהם
אבער א פאקט וואס איז באשטעטיגט איז , אז
דער בעל דברי יואל ז״ל ( זיין הילולא איז היינט)
האט גיפלאנט בתוקף דעתו צוריק צו פארן קיין
ארץ ישראל , און רבי מיכאל בער , האט זיך מיט
איהם מתווכח גיוועהן , צו איבערצייגן אז ער פעהלט
אויס דא אין חוץ לארץ ,
אבער ער איז גיוועהן עומדעל דעתו , עס איז גיגאנגען וויכוחים בעק ענד פארט ביז איין טאג רבי מיכאל בער קומט אריין , און דער רבי - דער
דברי יואל - איז עהם מבשר אז ער האט שוין איינגיהאנדלט טיקעטס פארן שיף אויף צוריק
און ער ווייזט די טיקעטס , פאר רבי מיכאל בער
- האט עהם - דענסטמאהל אהנגיכאפט א רוח קנאות , ער כאפטדי טיקעטס און ער איז עס קורע לגזרים , אויף שטיקער צופיצלט ,
די אקט האט גימאכט דעם רבי, דברי יואל
צו טוישן, זיין דעת אויף צוריק פארן קיין ארץ ישראל
ער זאגט עהם , אויב אזוי , נעניתי לך , מען בלייבט
אין ניו יארק
ענד די רעבט איס היסטורי
ער איז אייביג געווען א גאר שארפע קנאי צב"ש די שארפע תשובות אין דברי יואל פערזענליך קעגן רב קוק דברי יואל - שו"ת - חלק ב - טיטלבוים, יואל בן חנניה יום טוב ליפה, 1887-1979 (page 100 of 461) איינס געשריבן תרפ"ז און איינס אין תרצ"ג געשריבן אסאך שארפער וואו ר' יוסף חיים זאנענפעלד וואס האט נישט גערעד קעגן אים פערזענליך הגם ער האט לוחם געווען קעגן אים און אסאך שארפער וואו די אנדערע אונגארישע רבנים וואס האבן פארפירט קעגן אים

אויך אין קלויזענבורג איז ער צוזאמען מיט נאסאדער רב געשטאנען אונטער די קליינע אפגעטיילטע ספרדישער קהילה פון די קלויזענבורגער ארטאדאקסישער קהילה און געשטעלט דארט זיין נעפיו די קלויזענבורגער פאר רב בעיקר צוליב וואס די רב רב גלאזנער איז געווען א מזרחיסט און רוב אין אונגארן האבן עס געהאלטן פאר זייער עקסטרעם צו אפטיילן די קהילה

די מעשה מיט ר' מיכאל בער איז געווען נאך פאר די מדינה האט זיך געגרינדעט און דעמאלטס האט ער נאר געפלאנט צו בלייבן פאר נאך א שטיק צייט, אביסל שפעטער ווען די מדינה האט זיך געגרינדעט האט ער געטוישט צו בלייבן אין אמעריקא נישט וועלנדיג וואוינען דארט
 
כ'ווייס נישט ווער יענע כותב השורות איז, אבער כ'האב הנאה פון זיין אמת'דיגקייט, און ער קומט אריין קלאר!
איך וואלט געוואלט וויסן צי ער האט טאקע 'אויפגעשטעלט אידישקייט אין אמעריקא' (כפשוטו זיכער נישט, די שאלה וואס יא?...) אדער ס'איז א בחינה פון 'היסטאריע ווערט געשריבן דורך די געווינער'....
קלאר ווי די טאג אז ער האט נישט אויפגעשטעלט אידישקייט אין אמעריקא נאכן מלחמה
יא , ער איז געווען א גרויסע צדיק און גדול און אויך געהאלפן אויפשטעלען אידישקייט , אבער פונקט אזוי האט קלויזינבערגע רב , באבובע רב, צעהלימע רב אויפגעשטעלט אידיש קייט
 
פארוואס קען נישט זיין אז ער איז געווען א גרויסע ת"ח אין ירא שמים, אין ער איז נישט נשפע געווארן פון די אידישע לאנד מאוומענט, אין ער האט געהאלטן אז א אייגן לאנד איז א מרידה אין השם, אין די צער השכינה האט געברענט אין אים?
עס קען זיין , ווי די זאגסט ,
מיין אינטואישן איז אז נאך די ביטערע מציאות , פון השמדה און כליון וואס עם ישראל , האט געליטן פון די אומות העולם און די ארצות ווי מען האט גיוואינט דורות און דורות,…
מען האט גימיינט אז מען גייט דארטן מקבל זיין דעם
משיח ,והוא יוליכנו לארצנו , נישט פאר דעם
, דאס איז דאך גיוועהן די יסוד אין אמונת גזירת הגלות
- ווי מען רופט עס ביי די קנאים- און עס האט זיך
גיענדיגט אזוי ביטער , קומט מען דאך צו א מסקנא
אז מען דארף האבן א יידיש לאנד על כל צרה שלא
תבא ,
( אין אמעריקא היינט זעהט נישט אויס גוט)

למעשה האבן אזוי גיהאלטן כמעט אלע גדולים וטובים וואס האבן איבער גילעבט , די שואה,
וואס פאר די מלחמה און די שואה ,זענען זיי גיוועהן
קנאים , צו עקסטרעם ,
עס איז נישט גיוועהן אלע , ווי למשל דער בריסקער
רב , און דער חזון איש , אבער דעת רוב גרויסע
מענטשן ,האבן פארשטאנען די צורך פון א יידיש לאנד
דער סאטמאר רב , איז משמע און זיין חיבור ויואל
משה , אז ער האט גיהאט ספיקות , און זיין מלחמה
מיט די קיום המדינה , ווייל ער איז פארנומען ארויף
צו לייגן די שולד פון די השמדה אויף די אהנפירער
פון די ציונים ,
עס איז בעיסיקעלי א בלבול ,
ער האט טענות אז מען האט גימאכט א באיקאט
כאילו ער ווייסט אז דעס האט אהנגירעגט דעם
רשע ימ״ש ,
און אפילו יא , זיי האבן געטהון וואס
מען קען טהון האבן סייגיזאלט אינגאנצן שווייגן ?
וואס וויל ער פון דעם גי׳רודפ׳טן ייד נעבעך ,

ער וויל אראפ נעמען פון די דייטשן די שולד און אהנלייגן אויף די יידן , אז זיי -די יידן-האבן זיך נישט בעהעיווט , ממילא יעצט דארף מען דוין נישט קיין
לאנד , ווייל אונז גיי מיר זיך בעהעיוון , מען וועט
נישט מאכן קיין באיקאטס,
גיוו מי עי ברעיק
ער אליינס האט גיוואלט בויען דוקא אין ארץ ישראל
נאכדעם נשתנו הדברים , ווייל עס איז גיוועהן משפיעים , וואס האבן עהם מפתה גיוועהן

למעשה , איז זיכער גיוועהן רצון השם
אז ער זאל בויען דא אין אמעריקא
אבער ויצא הקנאות הזה , וואס נישט יעדער
האט עס מקבל גיוועהן אלץ תורה מסיני
אם שגיתי ה׳ הטוב יכפר
 
די סבה פון נישט זאגן תפלת זכה איז צוליעב דעם וואס טייל חסידים האבן געהאלטן אז די תפלה איז פון די חמדת ימים, וואס מאנכע באשולדיגן אין שבתאות, און אז עס איז גאר נתחבר געווארן דורך נתן העזתי אליינס. פאר מער אינפארמאציע להפריך את השמועה הזאת עי' כאן

חסידים פסקנן ווי דער שו"ע הרב איז נאר אין חב"ד זעלבסט. אין אנדערע ערטער האט מען פון די מסורה נישט געוואוסט ביז אמעריקא אין די לעצטע יארן ווי געוויסע האבן פאבריצירט א נייעם מסורה, וואס פון זקני הפוסקים האט מען דאס נישט געהערט.
לבירור הדברים די ספר חמדת הימים איז בנמצא
מען קען עס נאכקוקן , דארטן איז א.גאנץ אנדערע
תפילה , די תפילה וואס איז אריינגדרוקט אין די
מחזורים קומט פון בעל חיי אדם , ברוב עוותנותו
שרייבט ער אז האט עס גיטראפן אין ״ספר קדום״

דער שלחן ערוך הרב , האט אן אינטערעסאנט
היסטורי , פאר די יידן אין אייראפע , פאר די שואה
האט מען זיך נישט צופיהל באנוצט מיטן ש״ע הרב
דוקא דער חיי אדם איז גיוועהן גאר פאפולער , ביי
די תלמידי חכמים אין גאליציע ,פוילן ,הונגריה , און
דער המון האט גענוצט קיצור ש״ע
עס זענען גיוועהן מסודר , חברת חיי אדם״

ערשט נאך די שואה , מיט די ענקארעדשמענט
פונעם חזון אי״ש , האט דער משנה ברורה איבער גענומען , און ער איז גיווארן די סטענדערד , און
פון די פאפולעריטי פון משנה ברורה , האבן זיך
חסידים אזוי אויפגיוועקט - אז אונז האבן די שלחן ערוך הרב , לאמיר עהם אדאפטירן , אבער די משנה ברורה איז שוין תופס מקום , האט מען אהנגיהויבן
צו דרוקן משנה ברורה , מיט די פסקי שלחן ערוך
הרב..
פארשטייט
זיך אין חב״ד איז אלץ גיוועהן דער שלחן
ערוך הרב דער דאמינענט פוסק ,
דער משנה ברורה איז יהם אלץ מעתיק אזוי ווי דער גר״א , ער רופט עהם גר״ז , און ער רעכנט
זיך זייער שטארק מיט זיין פסק , צווישן אנדערע .
 
איך בין ח"ו נישט געקומן מזלזל זיין בדברי השו"ע הרב, נאר די פריש-פאבריצירטע מסורה אז אלס גייט לויט אים.

דער אמת איז אז דער שו"ע הרב טוט אן אנדערן ארבעט ווי דער מ"ב, און זיי שטייען נישט אויף איין קו. דער שו"ע הרב איז נישט קיין מלקט ומכריע, ער שרייבט זיין מיינונג, ווי א פרמ"ג צו אליה רבה.
 
איך בין ח"ו נישט געקומן מזלזל זיין בדברי השו"ע הרב, נאר די פריש-פאבריצירטע מסורה אז אלס גייט לויט אים.

דער אמת איז אז דער שו"ע הרב טוט אן אנדערן ארבעט ווי דער מ"ב, און זיי שטייען נישט אויף איין קו. דער שו"ע הרב איז נישט קיין מלקט ומכריע, ער שרייבט זיין מיינונג, ווי א פרמ"ג צו אליה רבה.
די שו"ע הרב איז געשריבען געווארן ע"פ בקשתו פונעם גרויסען מגיד ווא סהאט געבעטען תלמידו די בעל התניא זאל שרייבען די הלכות הנוגע ליום יום
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
קען זיין אז די מעשה איז אמת, קען זיין אז נישט.
וואס האט עס אהער?
 
לרגל הילולת הרה"ק ר' יצחק מבוהוש זצ"ל (הראשון)
רבי יצחק מבוהוש, נכדו הבכור של רבי ישראל מרוז'ין, נפטר בי׳ אלול. הוא פעל רבות למען יישוב ארץ ישראל, ובסיועו הוקמה ראש פינה בצפון הארץ.

פעם ניגשה אליו קבוצה של ציונים חילוניים וביקשו שיצטרף אליהם. הם טענו שהיהודים צריכים ארץ משלהם להיות בה בטוחים. שאל אותם הרבי: "מדוע דווקא ארץ ישראל?" הם ענו: "זו ארצנו, היא שייכת לעם היהודי."

שאל אותם: "יש לכם מסמכים שהארץ אכן שלכם?" נבוכו ולא ידעו מה להשיב. אמר להם הרבי: "אני אראה לכם את המסמך." פתח חומש בפרשת כי תבוא והראה: "כאן כתוב שהקב"ה נתן את ארץ ישראל לעם ישראל – אבל בתנאי שישמרו תורה ומצוות. רק אם תקיימו את התנאים, יש לכם זכות אמיתית על הארץ, ואז אסייע לכם."
 
בפר הק' אהלי יעקב להרה"ק ר' יעקב מהוסיאטין זי"ע
 
Back
Top