ניין, כ'רעד פון די הייליגע 'היסיאטינער רבי' (וואס אויף איהם ווערט פארציילט (באקאנט) אז ווען די דייטשען זענען געווען אויפן וועג צי ארץ ישראל ביים צווייטן וועלט קריג, זענען א קבוצה צדיקים ארויף צום ציון פונעם אור החיים הקדוש, איינרייסן אז זיי זאלן ח"ו נישט אנקומען צי א"י, און דער הוסיאטינער האט געזאגט אז ער איז בטוח אז די תפילות זענען אנגענומען געווארן, ווייל ער האט געזעהן די שם הוי' כסדרם לייכטן אויפן ציון הק')
דער היסיאטינער ווי אלע אדמורי רוזין האט געזעהן אין די מדינה 'אתחלתא דגאולה', און האט געבעטן אלע זיינע חסידים 'עולה' צי זיין אלס יישוב ארץ ישראל, (ער איז שוין ארויף אין יאר תרצ"ז-1937) ער האט שטארק מחזק געוועהן די 'תנועת המזרחי', אויך האט ער מסרב געווען צי חתמ'נען מסכים צי זיין פאר די 'הקמת העדה החרדית', זאגנדיג "מ'וויל איך זאל חתמ'נען אז אונז זענען אידן און זיי נישט?! וואס וועט מען זאגן אויף דעהם אין הימל?!"
ס'געווען נאך אסאך רוזינער אדמורי"ם ציונים, פון די מערסטע באקאנטע זענען, 'ר' יעקב פר"מ זצ"ל ' די ערשטע בוהוש'ער רבי, און אן איידעם פונעם הוסיאטינער, (איבערגענימען נאך איהם) ער האט געפירט טיש 'ביום העצמאות'!!
מיט זיין קרוב רבי שלמה חיים פר"מ מסדיגורה זצ"ל זיי האבן (מיט א דריטע קרוב...) געהאט אונדערהיים א חסידישע/ציוניסטישע ארגענעזאציע מיטן נאמען 'חברת יישוב ארץ ישראל' וואס האט זיך שפעטער צאמגעשטעלט מיט 'מזרחי' (ער האט געליטן שווערע רדיפות פון די קנאים צוליב דעהם, פארשטייצעך)
זיי זענען שפעטער ארויף צי ארץ ישראל, זיי האבן אלע געזאגט הלל ביום העצמאות מיט שטריימל בעקיטשע!!!
כ'האף אי"ה מער צאמנעמן און ארויפלייגן דא א דבר השלם אויף די שייכות פון אדמורי רוזין מיט ציונות
לגבי די פאשקאנער האב איך געזעהן פון שש משזר שיינע זאכן נאך געשריבן אין קאווע שטיבל, דאכצעך
@כספי האט געלייגט א לינק ערגעץ