שיטת גדולי ישראל לגבי ציונות

גאר אסאך חסידישע רביס פארן קריג ובפרט די רוזינע גדולים האבן געהאלטן אז די מדינה איז א שטיקל התחלתא דגאילה און אז מען דארף צוגרייטען די מדינה לקראת ביאת המשיח
ס'הייסט געוויסע רוזינע אדמורים נאכ'ן קריג זענען געווען פארברענטע ציונים, כ'וויל נישט סתם ווארפן אין די וועלט אריין, אבער ס'דארף צי זיין באקאנט, אדרבה ווער ס'ווייסט מער זאל ביטע אויסשמועסן
(אפציעל שטייט פון ריזונער זי"ע אז די גאולה גייט זיין בידי אדם, אויף אזא פארמאט....)
 
  • הממ..
רעאקציעס: Yesh
פאר מיר קוקט עס אויס ווי א סתירה מינהּ וביה; כ׳האף דו וועסט מיר מוחל זיין אז איך זע עס אזוי!
מען דארף האבן דעת מבחין צו זיין , און פארשטיין דער ענין פון הבדלה ,
פאר דעם זאגט מען די תפילה פון הבדלה( אתה חונן) ביי די ברכה פון חונן הדעת. אין חז״ל זענען מסביר , אם אין דעת הבדלה מנין ,

עס איז פשוט , אז א מדינה , ווי עס וואהנען
7 מיליאן יידן כן ירבו , דארף מתפלל זיין להצלחתם
עד ביאת ינון
 
ש'כח! כ'דערמאן זיך טאקע, כ'האב עס אמאל געזען ער ווארפט דארט אפ אסאך טענות פון די קנאים, א שיינע ספר!!
צום סוף איז בייגעלייגט שיינע מכתבים אויף די נושא, כ'געדענק ס'דא עפעס א בריוו ווי דאכצעך פאפא רב ז"ל (געדענק נישט אויף זיכער) שרייבט אויף די 'קאלאניעס' אז למעשה גייט די מדינה זיין א שטארקע מעלה אז ס'קען צירוקהאלטן פון איסמילאציע, זיך אויסמישן מיט די גויים, וכך הוה, מ'זעהט עס היינט בחוש!
דאכט זיך קוממיות'ע רב. יחי ההבדל.
 
לעצט רעדאגירט:
דאכט זיך קוממיות'ע רב.
איך ווייס נישט וואס דער קוממיות'דיגער רב האט געזאגט. אבער, אין מיין מיינונג איז ער נישט באגלייבט אויף קיין זוז כל-שהוא און ספעציעל אין די ענין פון ציונות.
 
גאר אסאך חסידישע רביס פארן קריג ובפרט די רוזינע גדולים האבן געהאלטן אז די מדינה איז א שטיקל התחלתא דגאילה און אז מען דארף צוגרייטען די מדינה לקראת ביאת המשיח
אז מ'רעדט שוין, ס'איז געדריקט אין ספר זרע קודש פונעם הייליגן ראפשיצער רב, אויפן פסוק וואס מ'זאגט ביי הפטורה אויף א תענית ציבור "עוד אקבץ עליו לנקבציו" אז פאר משיח וועט קומען העט זיין א קיבוץ גליות, און די באשעפער וועט צאמנעמען אלע יידן וואס זענען נישט געווען א חלק פון די קיבוץ גליות, און זיי צאמשטעלן מיט די קיבוץ גליות, דאס מיינט "עוד אקבץ עליו"- די אפגעטיילטע פונעם קיבוץ גליות "לנקבציו" - די אלע וואס זענען שוין געווען אין די קיבוץ גליות!.
נ.ב. ס'איז לאו דווקא אז די קיבוץ גליות מיינט מען די מדינה, אבער א גוט ווארט איז עס סיי ווי.
 
הייליג ווארט , מסתם האט ער נישט גימיינט א מדינה
מען זאגט אין די תפילה אחר התפילה
וקבץ קבוץ גליות - דאפלט לשון -
מיינט ,ער זאל צוזאם ברענגען ,אלע קיבוצים וואס
זענען שוין דא ,
מאנרא , מאנסי , לונדון כו׳.
 
איך בין פונקט נעכטן געווען אין שיינערס און איך האב אויפגעהויבן די 'ליקוטי דיבורים' פון דער פריערדיגע ליובאוויטשער רבי ווי ער האט געדרשנ'ט ביים פסח סדר פון תש"ג וועגן ציונים ווי די גרעסטע קנאי.
 
ס'הייסט געוויסע רוזינע אדמורים נאכ'ן קריג זענען געווען פארברענטע ציונים, כ'וויל נישט סתם ווארפן אין די וועלט אריין, אבער ס'דארף צי זיין באקאנט, אדרבה ווער ס'ווייסט מער זאל ביטע אויסשמועסן
(אפציעל שטייט פון ריזונער זי"ע אז די גאולה גייט זיין בידי אדם, אויף אזא פארמאט....)
פארן קריג אויך אזוי ווי רוב רוסישע רביס
 
ס'הייסט געוויסע רוזינע אדמורים נאכ'ן קריג זענען געווען פארברענטע ציונים, כ'וויל נישט סתם ווארפן אין די וועלט אריין, אבער ס'דארף צי זיין באקאנט, אדרבה ווער ס'ווייסט מער זאל ביטע אויסשמועסן
(אפציעל שטייט פון ריזונער זי"ע אז די גאולה גייט זיין בידי אדם, אויף אזא פארמאט....)
איך ווייס נישט וואס די מיינסט מיט "רוזשין", אבער וואס איז זיכער, אז ס'איז געווען א רבי נאכ'ן קריג האדמו"ר ר' ישראל שלום יוסף פרידמאן זצ"ל , האדמו"ר' מפאשקאן, וואס האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון די אמרי חיים זצ"ל וואס איז געווען נישט געווען אזוי איי איי, און ער איז געווען א פייערדיגע ציוני,ער איז א רעכטע אייניקעל פונעם הייליגן רוזשינער.
זיין זוהן פירט די רעביסטעווע לבית פאשקאן ער האט געטוישט זיין לעצטע נאָמען פון פרידמאן צו בן-שלום, ער איז א פול פלעטש מזרחי'סט, געווען אין מיליטער פארשטייט זיך, ער פירט אפאר טישן א יאר, ער איז די איינציגסטע מזרחי'סטישע רבי......
@שומו שמייעם, ס'קען זיין אז די מיינסט גאר עפעס אנדערש, איך האב נאר געהערט וועגן דעם לבית רוזשין.
 
ניין, כ'רעד פון די הייליגע 'היסיאטינער רבי' (וואס אויף איהם ווערט פארציילט (באקאנט) אז ווען די דייטשען זענען געווען אויפן וועג צי ארץ ישראל ביים צווייטן וועלט קריג, זענען א קבוצה צדיקים ארויף צום ציון פונעם אור החיים הקדוש, איינרייסן אז זיי זאלן ח"ו נישט אנקומען צי א"י, און דער הוסיאטינער האט געזאגט אז ער איז בטוח אז די תפילות זענען אנגענומען געווארן, ווייל ער האט געזעהן די שם הוי' כסדרם לייכטן אויפן ציון הק')

דער היסיאטינער ווי אלע אדמורי רוזין האט געזעהן אין די מדינה 'אתחלתא דגאולה', און האט געבעטן אלע זיינע חסידים 'עולה' צי זיין אלס יישוב ארץ ישראל, (ער איז שוין ארויף אין יאר תרצ"ז-1937) ער האט שטארק מחזק געוועהן די 'תנועת המזרחי', אויך האט ער מסרב געווען צי חתמ'נען מסכים צי זיין פאר די 'הקמת העדה החרדית', זאגנדיג "מ'וויל איך זאל חתמ'נען אז אונז זענען אידן און זיי נישט?! וואס וועט מען זאגן אויף דעהם אין הימל?!"

ס'געווען נאך אסאך רוזינער אדמורי"ם ציונים, פון די מערסטע באקאנטע זענען, 'ר' יעקב פר"מ זצ"ל ' די ערשטע בוהוש'ער רבי, און אן איידעם פונעם הוסיאטינער, (איבערגענימען נאך איהם) ער האט געפירט טיש 'ביום העצמאות'!!
מיט זיין קרוב רבי שלמה חיים פר"מ מסדיגורה זצ"ל זיי האבן (מיט א דריטע קרוב... ר' חיים שפירא מ'דראהביטש) געהאט אונדערהיים א חסידישע/ציוניסטישע ארגענעזאציע מיטן נאמען 'חברת יישוב ארץ ישראל' וואס האט זיך שפעטער צאמגעשטעלט מיט 'מזרחי' (ער האט געליטן שווערע רדיפות פון די קנאים צוליב דעהם, פארשטייצעך)
זיי זענען שפעטער ארויף צי ארץ ישראל, זיי האבן אלע געזאגט הלל ביום העצמאות מיט שטריימל בעקיטשע!!!

כ'האף אי"ה מער צאמנעמן און ארויפלייגן דא א דבר השלם אויף די שייכות פון אדמורי רוזין מיט ציונות

לגבי די פאשקאנער האב איך געזעהן פון שש משזר שיינע זאכן נאך געשריבן אין קאווע שטיבל, דאכצעך @כספי האט געלייגט א לינק ערגעץ
 
לעצט רעדאגירט:
אז מ'רעדט שוין, ס'איז געדריקט אין ספר זרע קודש פונעם הייליגן ראפשיצער רב, אויפן פסוק וואס מ'זאגט ביי הפטורה אויף א תענית ציבור "עוד אקבץ עליו לנקבציו" אז פאר משיח וועט קומען העט זיין א קיבוץ גליות, און די באשעפער וועט צאמנעמען אלע יידן וואס זענען נישט געווען א חלק פון די קיבוץ גליות, און זיי צאמשטעלן מיט די קיבוץ גליות, דאס מיינט "עוד אקבץ עליו"- די אפגעטיילטע פונעם קיבוץ גליות "לנקבציו" - די אלע וואס זענען שוין געווען אין די קיבוץ גליות!.
נ.ב. ס'איז לאו דווקא אז די קיבוץ גליות מיינט מען די מדינה, אבער א גוט ווארט איז עס סיי ווי.
הייליג ווארט , מסתם האט ער נישט גימיינט א מדינה
פארוואס האלטסטו אזוי?! איך מיין אז יעדער בר דעת פארשטייט אז די מציאות היינט אין ארץ ישראל איז קיבוץ גליות, זינט חורבן הבית איז נישט געווען א מצב אז רוב כלל ישראל וואוינט אין ארץ ישראל!!! ריף עס נישט 'אתחלתא דגאולה', אויב די האסט מורא... אבער קיבוץ גליות? דעפענעטלי!!! האסט א בעסערע הגדרה?

עורו ישנים משינתכם!!! די מצב היינט איז אויפן וועג צי די גאולה השלימה, פארוואס טראכסטו אז ווען משיח גייט קומען גייט ארץ ישראל זיין פיסט, און פלוצלינג גייט קומען די אדלער מיט אלע אידן... און א רוח קדים עזה גייט געבן א בלאז און פון די ערד גייט געבן א וואקס ארויס הייזער, ביימער, גאסן....?!
לאמיר לערנען ציזאמען א שטיקעלע גמ' מס' מגילה דף יז: 'ומה ראו לומר קיבוץ גליות אחרי ברכת השנים דכתי' ואתם הרי ישראל ענפיכם תתנו ופריכם תשאו לעמי ישראל כי קרבו לבא... -פארוואס זאגט מען ביי שמו"ע קיבוץ גליות נאך ברכת השנים, ווייל ס'שטייט אין פסוק אז די עקאנאמיע אין א"י גייט זיך אוועקשטעלן פאר קיבוץ גליות, מ'קען אזוי אריינטייטשען די גאנצע גמ' ווייטער, השיבה שופטינו -יוסטיץ רעפארם, ולמלשינים וכו' -חרבות ברזל, על הצדיקים- חוק הגיוס יסודר, אבער דעיס איז שוין עקסטרים.....) ס'איז א געהעריגע פראסעס וואס גייט זיין, ווי ארץ ישראל וועט זיך אוועקשטעלן פארן גאולה השלימה

אגב אין די פסוקים סוף ספר דניאל זעהט מען קלאר אין די מפ' אז ס'גייט זיין א אידישע אוטונומיה פארן גאולה השלימה ועיי"ש
 
לעצט רעדאגירט:
ניין, כ'רעד פון די הייליגע 'היסיאטינער רבי' (וואס אויף איהם ווערט פארציילט (באקאנט) אז ווען די דייטשען זענען געווען אויפן וועג צי ארץ ישראל ביים צווייטן וועלט קריג, זענען א קבוצה צדיקים ארויף צום ציון פונעם אור החיים הקדוש, איינרייסן אז זיי זאלן ח"ו נישט אנקומען צי א"י, און דער הוסיאטינער האט געזאגט אז ער איז בטוח אז די תפילות זענען אנגענומען געווארן, ווייל ער האט געזעהן די שם הוי' כסדרם לייכטן אויפן ציון הק')

דער היסיאטינער ווי אלע אדמורי רוזין האט געזעהן אין די מדינה 'אתחלתא דגאולה', און האט געבעטן אלע זיינע חסידים 'עולה' צי זיין אלס יישוב ארץ ישראל, (ער איז שוין ארויף אין יאר תרצ"ז-1937) ער האט שטארק מחזק געוועהן די 'תנועת המזרחי', אויך האט ער מסרב געווען צי חתמ'נען מסכים צי זיין פאר די 'הקמת העדה החרדית', זאגנדיג "מ'וויל איך זאל חתמ'נען אז אונז זענען אידן און זיי נישט?! וואס וועט מען זאגן אויף דעהם אין הימל?!"

ס'געווען נאך אסאך רוזינער אדמורי"ם ציונים, פון די מערסטע באקאנטע זענען, 'ר' יעקב פר"מ זצ"ל ' די ערשטע בוהוש'ער רבי, און אן איידעם פונעם הוסיאטינער, (איבערגענימען נאך איהם) ער האט געפירט טיש 'ביום העצמאות'!!
מיט זיין קרוב רבי שלמה חיים פר"מ מסדיגורה זצ"ל זיי האבן (מיט א דריטע קרוב...) געהאט אונדערהיים א חסידישע/ציוניסטישע ארגענעזאציע מיטן נאמען 'חברת יישוב ארץ ישראל' וואס האט זיך שפעטער צאמגעשטעלט מיט 'מזרחי' (ער האט געליטן שווערע רדיפות פון די קנאים צוליב דעהם, פארשטייצעך)
זיי זענען שפעטער ארויף צי ארץ ישראל, זיי האבן אלע געזאגט הלל ביום העצמאות מיט שטריימל בעקיטשע!!!

כ'האף אי"ה מער צאמנעמן און ארויפלייגן דא א דבר השלם אויף די שייכות פון אדמורי רוזין מיט ציונות

לגבי די פאשקאנער האב איך געזעהן פון שש משזר שיינע זאכן נאך געשריבן אין קאווע שטיבל, דאכצעך @כספי האט געלייגט א לינק ערגעץ
אפשר איז כדי צו דערמאנען , ווען דער בעל דברי יואל ז״ל איז גיוועהן אין ארץ ישראל תש״ו , האט ער אראנדשירט זיך צו טרעפן ביחידות , אין געגנט
תלפיות , צוויי מאהל , מיט דעם רבי פון הוסיאטין ז״ל אין זיי האבן זיי האבן זיך
משתעשע גיוועהן עטליכע שעות , מיט גרויס
קעגנזייטיגע כבוד ,
עס קען זיין די שארפע קנאות ביי דעם בעל דברי יואל , האט זיך שפעטער אויספארמירט ,
עס איז דאך דענסטמאהל גראהד נאך די מלחמה , מיט די אבדון נורא , איז מען נאך נישט
גיוועהן אזוי קלאהר , וואס איז די ריכטיגע וועג צו
רעאגירן ,
עס איז מסתבר אז ווען דער בעל דברי יואל איז געקומען אויף אמעריקא , , צו שאפן געלט
פאר די חובות וואס האט זיך אהנגיזאמלט פון זיינע
מוסדות אין א״י , און ער האט אהנגיטראפן דעם
גאון רבי מיכאל דוב וויסמאנדל ז״ל איז ער גיווארן
דורך זיין השפעה , דער פאהן טרעגער פון קנאות
קעגן ציונות ,
עס איז מסתם גיוועהן אנדערע אויך וואס האבן
אויף עהם משפיע גיוועהן און גיגעבן דעם קוראזש
עכ״פ אין תש״ו איז ער נאך נישט גיוועהן דער
ראש הקנאים .
 
איינער פון די מאל סאטמער רב איז געווען ביים סיאטענער האט ער זיך אנגעהויבען טענען מיט אים איבער ציונות , די סיאטענער נישט האבנדיג כח פאר געם וויכוח האט אים געשיקט זיך טענעהן מיט זיין איידעם די אהלי יעקב פון הוסיאטין וואס האט למעשה נאכן זיך טענעהן א לענגערע צייט אפגעפרעגט סטמר רב האט אים סטמר רב געזאגט אז ער האט כמה ראיות לשיטתו פון עטליכע ספרים נאר ער האט עס פארגעסען אינדערהיים און ער וועט נאכשיקען א תשובה אפצופרעגען די אהלי יעקב ונפרדו לשלום און עד היום ווארט מען נאך אויפן תשובה
 
  • הממ..
רעאקציעס: Yesh
ס'געווען נאך אסאך רוזינער אדמורי"ם ציונים, פון די מערסטע באקאנטע זענען, 'ר' יעקב פר"מ זצ"ל ' די ערשטע בוהוש'ער רבי, און אן איידעם פונעם הוסיאטינער, (איבערגענימען נאך איהם) ער האט געפירט טיש 'ביום העצמאות'!!
ביסט דיך פשטות טועה מיט הרה"ק ר' יצחק מבוהוש השני זצללהה וואס האט זיך אמאל אנגערופען ביים טיש ה אייר אז אונז טרינק מיר לחיים און יעקב מנדל (נכדו האדמו"ר מבוהוש שליט"א וואס איז כהיום א גרויסע קנאי) זיצט מיט א זאק איבערן קאפ
מיט זיין קרוב רבי שלמה חיים פר"מ מסדיגורה זצ"ל זיי האבן (מיט א דריטע קרוב...) געהאט אונדערהיים א חסידישע/ציוניסטישע ארגענעזאציע מיטן נאמען 'חברת יישוב ארץ ישראל' וואס האט זיך שפעטער צאמגעשטעלט מיט 'מזרחי' (ער האט געליטן שווערע רדיפות פון די קנאים צוליב דעהם, פארשטייצעך)
זיי זענען שפעטער ארויף צי ארץ ישראל, זיי האבן אלע געזאגט הלל ביום העצמאות מיט שטריימל בעקיטשע!!!
הרה"ק ר' שלמניו פלעגט שרייבען א ארטיקעל אין אייינע פון די מזרחי צייטונגען מידי שבוע בשבוע
 
ביסט דיך פשטות טועה מיט הרה"ק ר' יצחק מבוהוש השני זצללהה וואס האט זיך אמאל אנגערופען ביים טיש ה אייר אז אונז טרינק מיר לחיים און יעקב מנדל (נכדו האדמו"ר מבוהוש שליט"א וואס איז כהיום א גרויסע קנאי) זיצט מיט א זאק איבערן קאפ
ניין, כ'רעד פון די בעל אהלי יעקב, איידעם פונעם הוסיאטינער, וואס די האסט אליין ציטירט דא
איינער פון די מאל סאטמער רב איז געווען ביים סיאטענער האט ער זיך אנגעהויבען טענען מיט אים איבער ציונות , די סיאטענער נישט האבנדיג כח פאר געם וויכוח האט אים געשיקט זיך טענעהן מיט זיין איידעם די אהלי יעקב פון הוסיאטין
כמעט די גאנצע שושלשלת איז געווען ציוניסטיש, ווי געשריבן
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
בית רוזין ,אין די שטאט ווין ,האט זיך שטארק באפעסטיגט און באזעצט ביי די ערשטע וועלט מלחמה , ווייל עס איז נישט גיוועהן לטובתם ,צוריק
צוגיין ,אונטער די רוסישע סאוויעטן ,

דער הויפט רב אין ווין, איז גיוועהן ר׳ צבי פרץ חיות
ער איז אויך גיוועהן, יושב ראש פון וועד הפועל הציוני און דורך דעם גיהאט א צוטריט צו פארשאפן
סערטיפיקאטן ארויף צוגיין צו א״י.

רבי ישראל טשורטקוב האט עס גיהאלטן (די שטאט ווין) אלץ א ״שער עליה לארץ ישראל״,זענען זיי געבליבן דארט

צווישן רבי ישראל טשורטקוב׳ערס חסידים געפונען מיר אזעלכע לייבן אין גדולי ישראל ווי
רבי מאיר שפירא ,מייסד ישיבת חכמי לובלין
רבי מאיר אריק ,בעל אמרי יושר מגדולי דורו ברעזאנער רב ,גדול המשיבים שו״ת מהרש״ם
הגאון מטשעבין ,בעל דובב משרים
רבי אברהם מנחם בראדי, בעל מחזה אברהם
רבי משולם ראטה, בעל קול מבשר ( הלל היום העצמאות )
רבי בן ציון כ״ץ אב צ״רנוביץ…

רבי ישראל הנ״ל ,איז אלץ חבר אין די מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל ,גיוועהן שטארק מכובד

אלץ א נצר פון בית רוזין ,האט ער גישטרעבט צו
אחדות אין כלל ישראל …ווען ער איז גיקומען צו
ווין, ווי עס איז גיוועהן א אפגיטהיילטע קהילה מיסודו
פון רבי שלמה זלמן שפיצער ,-די שיף שוהל -
האט ער זיך ליבערשט צו גישטעלט צו די אלגעמיינע
קהילה ,

ווייל די ,שיטה פון טהיילונג און פירוד ,איז
קעגן די מסורה פון בית רוזין

רבי ישראל דער רבי פון טשורטקוב , איז גיוועהן
א גדול בתורה , בנגלה ובנסתר , מיט א דירעקטע
קבלה און מסורת בית אבותיו , ביז דעם מייסד
החסידות הבעש״ט ,ותלמידו בעל ליקוטי אמרים
פון וועם ער איז אן אייניקל ,

ער האט שטארק געשטיצט עלייה צו ארץ ישראל , און דוקא ערליכע חרידים יידן , -
ער איז גיוועהן - אבער- א קול קורא במדבר , ווייל עס האט שולט גיוועהן די -שיטה-אז מען דארף ווארטן אויף משיח דוקא אין די גלות לענדער ,

מען זאגט אז ער האט זיך גיטראפן מיט טהעאדאר
הערצל , און אויסגעדרוקט אז ער האלט אויך פון
בויען , און פארגרעסערן דעם יישוב אין ארץ ישראל
און מיט ארבייטן מיט זיין השתדלות ביי די אומות העולם , און ער האט פארלאנגט אז פאר די חרדים זאל מען מאכן פלאץ אין זיין הסתדרות הציונות ,

למעשה איז גיוועהן א התערבות פון בעלזער רב
ז״ל , רבי יששכר דוב , און ער האט מבטל גיוועהן
די השתדלות ,

עס האט זיך אויסגישטעלט אז דארך קנאות
און נאך טעמים , האט מען איבער גילאזט די
גאנצע רעיון פון יישוב ארץ ישראל , פאר די נחשלים
און פורקי עול , און זיי האבן יס איבער גינומען
חבל על דאבדין ולא משתכחין
 
ש'כח @ריבי פאר די שיינע שורות איבער די טשורטקאווער, ער איז טאקע אויך געווען א מיטגליד און די 'אגודת יישוב ארץ ישראל, וואס ר' חיים שפירא מדראהביטש האט מייסד געווען ווי דערמאנט אויבן... מ'דארף נאך שרייבן מער דערוועגן אי"ה
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
ניין, כ'רעד פון די בעל אהלי יעקב, איידעם פונעם הוסיאטינער, וואס די האסט אליין ציטירט דא
די אהלי יעקב איז געווען די הוסיאטאנער רבי און נישט די בוהושע (ער איז א בוהושע קינד) און דעיס איז די סיבה איך האב געמיינט א זדי רעדסט פון די בוהוש שפיקאווע רבי
 
אז מ'רעדט שוין, ס'איז געדריקט אין ספר זרע קודש פונעם הייליגן ראפשיצער רב, אויפן פסוק וואס מ'זאגט ביי הפטורה אויף א תענית ציבור "עוד אקבץ עליו לנקבציו" אז פאר משיח וועט קומען העט זיין א קיבוץ גליות, און די באשעפער וועט צאמנעמען אלע יידן וואס זענען נישט געווען א חלק פון די קיבוץ גליות, און זיי צאמשטעלן מיט די קיבוץ גליות, דאס מיינט "עוד אקבץ עליו"- די אפגעטיילטע פונעם קיבוץ גליות "לנקבציו" - די אלע וואס זענען שוין געווען אין די קיבוץ גליות!.
נ.ב. ס'איז לאו דווקא אז די קיבוץ גליות מיינט מען די מדינה, אבער א גוט ווארט איז עס סיי ווי.
אינטערסאנט איינער האט ציגעברענגט אויפן שינעווער די זעלבע פון 'דברי יחזקאל' (אין די שינעווער שנירל).....
אפשר האט ער טאקע נאכגעזאגט פינעם ראפשיצער זיין טאטנ'ס רבי
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
אדמורי רוזין שתמכו ברעיון הציוני

כדי צי קענען בעסער צאמנעמן די נושא וועל איך קודם שרייבן איבער די ארגענעזאציע אגודת יישוב ארץ ישראל איר מייסדים, און מיטגלידער, און שפעטער מער בפרטיות איבער זייער לעבן און שאפן

אגודת יישוב ארץ ישראל איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך א קבוצה רוזינע רביס וואס האבן געוואוינט אין וויען, צוליב די ערשטע וועלט מלחמה, וועלכע האבן געשטיצט די עלייה ויישיבה אין ארה"ק, עס איז אוועקגעשטעלט געווארן אין יאר תרע"ח-1918 נאך די הצהרת בלפור (ענגלאנד האט פארשפראכן צי געבן ארץ ישראל פאר די אידן צי קענען האבן דארט א זעלבסשטענדיגע מדינה)

דאן האבן זיך די רוזינער רבי'ס צאמגענימען, און שפיץ פון ר' חיים שפירא (הרב חיים מאיר יחיאל האדמור מדרוהביטש זצ"ל) אן איידעם פון די ערשטע סדיגורה רבי ר' אברהם יעקב (בן ר' ישראל מרוזין זי"ע) און מחליט געווען צי אויפשטעלן די אגודה וואס גייט העלפן און שטיצן די יישוב ארץ ישראל (דאן איז עס נאך געריפן געווארן עזרת ישראל מיט עטליכע חדשים שפעטער ווען די עסטרייכישע רעגירונג האט פארגרינגערט ארויפציגיין קיין ארץ ישראל האבן זיי זיך ווידער צאמגענומען און דאן איז באשלאסן געווארן צי ריפן אגודת יישוב ארץ ישראל)

ר' חיים שפירא וועלכע האט געגרינדעט די אגודה איז געווארן אינספירירט פון די ספר דרישת ציון פון ר' צבי הירש קאלישער זצל (ער איז פארנימען אז כדי זוכה זיין צי די גאולה השלימה פארלאנגט זיך ערשט א פיזישע גרינדונג פון א מדינה (ער מיינט מיט דעהם אן ערליכע מדינה געפירט ע"פ תורה) דאס פארלאנגט אן עקסטערע אפהאנדלונג...)

פון די ערשטע פעילות פון די אגודה איז א קול קורא וואס איז נתפרסם געווארן אין יענע טעג, וואס ריפט די חרדישע ציבור עולה צי זיין קיין ארץ ישראל כדי די יישוב וואס ווערט געגרינדעט זאל נישט ווערן געפירט דורך די פרייע:

זה קרוב לאלפים שנה שגלינו מארצנו. בכל עת גלותנו לא אבדנו תקותנו להגאל על ידי משיח צדקנו... ובהיותנו עומדים ומקוים פתאום הופיע פתאם הרעיון הציוני בעולם, רעיון שעשיתו על טהרת הקודש הוא חובת כל עם ישראל. אבל אנחנו החרדים תחת להיות מזרזין ומקדימין לקחת על שכמנו עבודת הקודש של התיישבות הארץ בדרך התורה והדת ולאפשר לנו, לבנינו ולבנותינו לקחת חבל בעבודה הזאת על טהרת הקודש, נסוגנו אחור והנחנו את המצוה הרבה והקדושה הזאת רק בידי הציוניים. ואם כי המה יהודים נאמנים לעמם, אבל אינם דואגים לקיום התורה והמצוות על פי המסורה. תוצאות חבוק ידינו הן מפחידות. בגלות עזבו צעירינו את מחנה החרדים ובארץ ישראל אין לנו חלק ונחלה ביישוב החדש! (הצפירה, י"ג ניסן, תרע"ח)

חברי האגודה

יו"ר האגודה הרב חיים מאיר יחיאל שפירא (דראהביטש)

סגן יו"ר ר' שלמה חיים פריעדמאן (3טע סדיגורה'ע רבי)

חברי האגודה:
האדמו"ר אברהם יעקב מסדיגורה, ר' ישראל פריעדמאן (די טשארטקובער), ר מאיר מאירסאן, ר' יצחק מרדכי שפירא מגוואדיטש (ברודער פון רח"מ), ר' יעקב יוסף טווערסקי מ'סטאניסלאוו, ר' יעקב פריעדמאן מהוסיאטין (בעל אהלי יעקב), ר' מנחם נחום פר"מ (מ'איצקאן) ר' אברהם יעקב שפירא (זון פון רח"מ), ר' נחום ארי' גליס (סלאטווינע רב) ר' משה לייטער (זאוולאווער רב) ר' מאיר מאירזון (אב"ד ווינע), רב יוסף פאנצער (אב"ד דראהביטש) הרב זאב נוסנבוים (מו"ץ בדראהביטש), הרב יצחק צוף (רב פון טאלמאטש), ר' משה קרמר

פון די ערשטע פעילות פון די אגודה איז געווען א ריזן כנס ווי עס האבן זיך באטייליגט אזא פינעף טויזנט אידן ווי די הויפט רב פון ווינע הרב צבי פרץ חיות ז"ל האט אויפגעטרויטן, איבער יישובת ארץ ישראל.

אין 1922 ווען ענגלאנד האט באקומען די מאנדאט אין אר"י, און זיי האבן פארשווערט די עליות, און מען האט געדארפט האבן ספעציעלע סערטיפעקאטן, האט די 'אגודת יישוב ארץ ישראל געארבעט איבערמידלעך צי שאפן די סערטיפעקאטן פאר ווי מער אידן, און אזוי אויך אנדערע קאסטן צי קענען עולה זיין.

ביי די ערשטע מיטינגען האט מען דיסקוסירט צי מען זאל מיטארבעטן מיט די 'הסתדרות הציונות' א חלק פון די רבנים האבן געטענה'ט אז מען טאר זיך נישט מתחבר זיין מיט די פרייע, אבער רח"מ האט געטענה'ט, און געוויזן מקורות, אז זאכן וואס זענען נוגע כלל ישראל מעג מען מיטארבעטן, למעשה נאך 4 אסיפות איז באשלאסן געווארן צי מיטארבעטן מיט די 'הסתדרות' און די אגודה האט טאקע געהאט צוויי נציגים ביי די וועידה העולמית פון די הסתדרות אין לאנדאן, די צוויי זענען געווען ר' שלמה און ר' אברהם יעקב פריעדמאן מסדיגורה!

נאך עטליכע יאר האט זיך די אגודה צאמגעשטעלט מיט די 'מזרחי'

משך די יארן האט די אגודה אויפגעשטעלט נאך סניפים אין אונגארן, גרויסווערדאן, לעמבערג (אין לעמבערג האט מען געטוישט די נאמען צי 'צעירי ישראל' און עס איז געווען מער באהאלטן מפחד הקנאים...)

כ'האף צי שרייבן אין א געלעגנהייט מער איבער די לעבן און שאפן פון די מייסדים, און נאך קרישקעלעך
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top