שיטת גדולי ישראל לגבי ציונות

גאר אסאך חסידישע רביס פארן קריג ובפרט די רוזינע גדולים האבן געהאלטן אז די מדינה איז א שטיקל התחלתא דגאילה און אז מען דארף צוגרייטען די מדינה לקראת ביאת המשיח
ס'הייסט געוויסע רוזינע אדמורים נאכ'ן קריג זענען געווען פארברענטע ציונים, כ'וויל נישט סתם ווארפן אין די וועלט אריין, אבער ס'דארף צי זיין באקאנט, אדרבה ווער ס'ווייסט מער זאל ביטע אויסשמועסן
(אפציעל שטייט פון ריזונער זי"ע אז די גאולה גייט זיין בידי אדם, אויף אזא פארמאט....)
 
פאר מיר קוקט עס אויס ווי א סתירה מינהּ וביה; כ׳האף דו וועסט מיר מוחל זיין אז איך זע עס אזוי!
מען דארף האבן דעת מבחין צו זיין , און פארשטיין דער ענין פון הבדלה ,
פאר דעם זאגט מען די תפילה פון הבדלה( אתה חונן) ביי די ברכה פון חונן הדעת. אין חז״ל זענען מסביר , אם אין דעת הבדלה מנין ,

עס איז פשוט , אז א מדינה , ווי עס וואהנען
7 מיליאן יידן כן ירבו , דארף מתפלל זיין להצלחתם
עד ביאת ינון
 
ש'כח! כ'דערמאן זיך טאקע, כ'האב עס אמאל געזען ער ווארפט דארט אפ אסאך טענות פון די קנאים, א שיינע ספר!!
צום סוף איז בייגעלייגט שיינע מכתבים אויף די נושא, כ'געדענק ס'דא עפעס א בריוו ווי דאכצעך פאפא רב ז"ל (געדענק נישט אויף זיכער) שרייבט אויף די 'קאלאניעס' אז למעשה גייט די מדינה זיין א שטארקע מעלה אז ס'קען צירוקהאלטן פון איסמילאציע, זיך אויסמישן מיט די גויים, וכך הוה, מ'זעהט עס היינט בחוש!
דאכט זיך קוממיות'ע רב. יחי ההבדל.
 
לעצט רעדאגירט:
דאכט זיך קוממיות'ע רב.
איך ווייס נישט וואס דער קוממיות'דיגער רב האט געזאגט. אבער, אין מיין מיינונג איז ער נישט באגלייבט אויף קיין זוז כל-שהוא און ספעציעל אין די ענין פון ציונות.
 
גאר אסאך חסידישע רביס פארן קריג ובפרט די רוזינע גדולים האבן געהאלטן אז די מדינה איז א שטיקל התחלתא דגאילה און אז מען דארף צוגרייטען די מדינה לקראת ביאת המשיח
אז מ'רעדט שוין, ס'איז געדריקט אין ספר זרע קודש פונעם הייליגן ראפשיצער רב, אויפן פסוק וואס מ'זאגט ביי הפטורה אויף א תענית ציבור "עוד אקבץ עליו לנקבציו" אז פאר משיח וועט קומען העט זיין א קיבוץ גליות, און די באשעפער וועט צאמנעמען אלע יידן וואס זענען נישט געווען א חלק פון די קיבוץ גליות, און זיי צאמשטעלן מיט די קיבוץ גליות, דאס מיינט "עוד אקבץ עליו"- די אפגעטיילטע פונעם קיבוץ גליות "לנקבציו" - די אלע וואס זענען שוין געווען אין די קיבוץ גליות!.
נ.ב. ס'איז לאו דווקא אז די קיבוץ גליות מיינט מען די מדינה, אבער א גוט ווארט איז עס סיי ווי.
 
הייליג ווארט , מסתם האט ער נישט גימיינט א מדינה
מען זאגט אין די תפילה אחר התפילה
וקבץ קבוץ גליות - דאפלט לשון -
מיינט ,ער זאל צוזאם ברענגען ,אלע קיבוצים וואס
זענען שוין דא ,
מאנרא , מאנסי , לונדון כו׳.
 
איך בין פונקט נעכטן געווען אין שיינערס און איך האב אויפגעהויבן די 'ליקוטי דיבורים' פון דער פריערדיגע ליובאוויטשער רבי ווי ער האט געדרשנ'ט ביים פסח סדר פון תש"ג וועגן ציונים ווי די גרעסטע קנאי.
 
ס'הייסט געוויסע רוזינע אדמורים נאכ'ן קריג זענען געווען פארברענטע ציונים, כ'וויל נישט סתם ווארפן אין די וועלט אריין, אבער ס'דארף צי זיין באקאנט, אדרבה ווער ס'ווייסט מער זאל ביטע אויסשמועסן
(אפציעל שטייט פון ריזונער זי"ע אז די גאולה גייט זיין בידי אדם, אויף אזא פארמאט....)
פארן קריג אויך אזוי ווי רוב רוסישע רביס
 
Back
Top