שיטת גדולי ישראל לגבי ציונות

אבער עס איז טעכניש נישט געווען קיין ירושלים׳ער רב פון ר׳ שמואל סאלנט. ממילא איז געווען א טענה אז רוב קהילה האט אים אויפגענומען, פארוואס זאל ער זיך רעכענען מיט איינצעלנע דיינים. ווי גרויס זיי זענען, האט מען זיי קיינמאל נישט אויפגענומען.
(עס איז באקאנט אז ר׳ יוסף חיים פלעגט זיך ווערטלען, אז מען קען אים נישט אפזאגן ווייל מען האט אים נישט אויפגענומען)
נישט רבי יוסף חיים זאנענפעלד האט דאס געזאגט, דאס האט געזאגט רבי שמואל סאלאנט וואס איז נישט געווען אפיציעל אויפגענומען פאר רב, אבער דאך האט ער געפירט די שטאט און געווען די רב.

רבי יוסף חיים זאנענפעלד האט מען יא אפיציעל אויפגענומען, עטליכע בתי דינים פון די גרעסטע דיינים אין ירושלים האבן אים מכריח געווען צו זיין רב, אפילו ער האט קודם נישט געוואלט.

און ער האט קיינמאל נישט מספיד געווען רב קוק, ווייל רב קוק איז נפטר געווארן 3 יא נאך ריח"ז (רבי יוסף חיים, איז אוועק תרצ"ב, און רב קוק איז אוועק תרצ"ה).

די סיבה פארוואס פילע גדולי ירושלים האבן נישט סובל געווען רב קוק, איז געווען איז וויבאלד ער האט אפיציעל געשטיצט פרייע אינגלעך און מיידלעך און זיי מחזק געווען און די זעלבע צייט וואס די ערליכע האבן געבלוטיגט און געפירט א קאמף זיי ארויסצוזעהן פון ירושלים. ער האט געקלאטשט אויף אן אויבנאן בשעת אינגלעך מיט מיידלעך האבן געטאנצן צוזאמען, און נאך פארשידענע גאר מאדנע התחברות'ן מיט אויסגעשפראכענע פרייע, א זאך וואס פילע האבן נישט געקענט סובל זיין.

בשעתו זענען ארויסגעקומען קעגן אים לאו דוקא אשכנז'ישע רבנים פון די פרעמד, נאר אסאך רבנים טאקע פון ארץ ישראל, ספרדישע מיט אשכנזישע, בפרט בשעת ער האט געשריבן אין שטיצע פון די ספארט שפילערייען וואס איז פארגעקומען בתערובת וחילול שבת.
 
איז דא ערגעץ די קול קורא?
 
דער מחבר קול השופר איז געווען אנ'ערליכע איד און נישט א מחרחר ריב
דאס איז די ערשטע מאל אז איך הער אז עס איז דא א סתירה צווישן די צוויי.
קענסטו מיר אנצייגן ווי מען קען ליינען עפעס וועגן די הספד וואס מע"כ רעדט פון ?
המספד בירושלים (נאום) – ויקיפדיה
 
איז דא ערגעץ די קול קורא?
א חלק פון די קול קורא'ס איז געדריקט אין די ספר מרא דארעא דישראל פון ריח"ז, און פון נאך עפעס ספרים וואס באשרייבן אים.
אין מאנסי איז דא א איד א נטורא קרתא, פון די ריכטיגע קנאים, ר' אהרן ראזענבערג, אן איידעם פון ר' משה בער בעק, ער האט ארויסגעגעבן ספרים (פארגעסן אויף די מינוט וויאזוי עס הייסט) ווי ער האט אן עקסטע מדור אנטקעגן קוק, אלע בריוון און אלע מימרות, אמת'ע און נישט אמת'ע מימרות פון גדולי ישראל אנטקעגן קוק.
 
אינטערעסאנט אנצומערקן אז מען זעהט אין נ"ך אז די ארבעט פון גדולי האומה איז געוועזן צו העלפען די אידן אין א צייט פון נויט, סיי פון דרויסענדיגע פיינט (מלחמות), אדער אינעם ענין פון עמך ישראל צריכין פרנסה וכדומה.

אן אריינגיין אינעם מהות פון הרצל, איז אבער איין זאך קלאר איבער אים. ער האט צוגעזען ווי אידן ליידן זיך אן צרות, איז ער אויפגעקומען מיט עצות וויאזוי ס'זאל זיין פאר אידן א בעסערע לעבן. זייענדיג נישט צו באלערנד אין תורה איז ער אויפגעקומען מיט עצות לפי רוחו ארויסצוהעלפן בני ישראל.

היינט איז דא ביי אונז גדולי האומה (אדמורים) ביים חרדישע אפטיילונג פון יהדות, און אידן זענען אין א אומסטאבילע מצב סיי מיט פרנסה אדער אנדערע פלאגעניש וואס מ'ליידט זיך אן, חינוך, שידוכים, דירות, אבער מ'זעהט נישט קיין ערענסטע פירערשאפט פון פרומע מנהיגים וואס זאלן קומען מיט דראסטישע הילף צו העלפן אידישע קינדער.

א מנהיג האט געמיינט ער איז דא פאר דער ציבור, איבערגעבן בכלל ובפרט. ביי אונז איז א מנהיג מען געבט אים כבוד בחייו ובמותו, עס איז נישט קלאר מיט וואס ער איז משפיע ברוחניות אדער בגשמיות פאר'ן כלל..
 
בקיצור, ר' אהרן טייטלבוים איז א בחינה פון 'הערצל שבדורינו'.
סתם אינטערסאנט..... די האלטסט טאקע אז אהרן טייטלבוים האט געהאלפן כלל ישראל בדורינו??.
סתם שערורי'ת פלעגט אלטס זיין.... מאכן נויז איז נישט קיין קונץ....
ע'פארשטיי די מאכסט א ווערטל, אבער ביסט אריינגעקומען אביסל שיף... סאררי
 
אז כ'רעד שוין.... לאמיך צירוקברענגען די שנירל אויף די רעלסן.....
איינער וויסט / קען אראפלייגן וואס איז געווען ליובוויטשער רבי'ס גישה, לגבי ציונות/מדינה??
 
לויט מיין פארשטאנד ,איז אין ליובאוויטש דא א שטארקע מסורה אקייגן ציונות , מתורת מהרש״ב
ער האט גירוידעפ׳ט דעם רעיון הציונות אלץ כפירה
ווייל ער-דער רעיון ציונות-מאכט אז דער הויפט באשטענטהייל פון כלל
ישראל איז נאציאנאליזם , און דערגרייכן אן אייגענע
מדינה און נישט תורה מהר סיני .
ער האט אפילו געטריבן ליצנות פון מחדש זיין די שפראך אויף לשון עברית , ווייל זיי זענען עס מטמא
מיטן תשמיש פון לשון ,
ער האט זיך גיטרייסט מיט די פאקט אז זיי לייגן צו נייע ווערטער , ממילא ווערטער אויס לשון עברי.

דער ליובאוויטשער רבי , האט גילעבט ״מיט די צייט״ - און צוגאב פון זיין ליבשאפט און מחשיב זיין יעדן איינציגע ייד , אבוועזנד פון זיין מצב אין יידישקייט- (גיבויעט אויף שיטת בעל התניא)-אז א ייד איז אבאשעפעניש פאר זיך אין די מין מענטשהייט- מיט א נשמה חלק אלוה , וואס איז בא האלטן אין זיין נקודה הפנימית שבלב ,
איז אז די יידן האבן זוכה גיוועהן , בהשגחת השם
יתברך צו א מדינה , אלץ א מתנה פון עהם ברוך הוא,
דארף מען עס עמברעיסן , און ארבייטן דערפאר לטובתה ,עס איז גאהרנישט משנה די התנגדות צו די רעיון הכפירה פון שיטת הציונות ,
דאס זענען באזונדערע סוגיות ,
אפילו לגבי די אישי הציונות איז דא חילוקים
לדוגמא ,הערצל ,מיט זיין פילוסופיה איז גיוועהן
אויף דרך הכפירה- קען זיין -( הגם ער איז דאך באמת בכלל תינוק שנשבה)
אבער אויף זיינע מעשים בפועל האט ער גיארבייט
און געטהון השתדלות , לפני מלכים יתייצב -
אויף דארף מען גיבן קרעדיט
אל תמנע טוב מבעליו
 
א חלק פון די קול קורא'ס איז געדריקט אין די ספר מרא דארעא דישראל פון ריח"ז, און פון נאך עפעס ספרים וואס באשרייבן אים.
אין מאנסי איז דא א איד א נטורא קרתא, פון די ריכטיגע קנאים, ר' אהרן ראזענבערג, אן איידעם פון ר' משה בער בעק, ער האט ארויסגעגעבן ספרים (פארגעסן אויף די מינוט וויאזוי עס הייסט) ווי ער האט אן עקסטע מדור אנטקעגן קוק, אלע בריוון און אלע מימרות, אמת'ע און נישט אמת'ע מימרות פון גדולי ישראל אנטקעגן קוק.
משכנות הרועים
 
לגבי הרב קוק , איז גיוועהן וואס האבן גישריבן שארף
אבער דעס וואס דער ״בריסקער רב״,שרייבט עהם ״מופת הדור״
דער ״חזון אי״ש״ שרייבט עהם ״מרן״ איז מכריע את כולם
ברית כרותה על לשון הרע שתתקבל ,
עס האט גורם גיוועהן בזיון התורה
וכבודו על מקומו עומד
 
גאר אסאך חסידישע רביס פארן קריג ובפרט די רוזינע גדולים האבן געהאלטן אז די מדינה איז א שטיקל התחלתא דגאילה און אז מען דארף צוגרייטען די מדינה לקראת ביאת המשיח
 
דער ליובאוויטשער רבי , האט גילעבט ״מיט די צייט״ - און צוגאב פון זיין ליבשאפט און מחשיב זיין יעדן איינציגע ייד , אבוועזנד פון זיין מצב אין יידישקייט- (גיבויעט אויף שיטת בעל התניא)-אז א ייד איז אבאשעפעניש פאר זיך אין די מין מענטשהייט- מיט א נשמה חלק אלוה , וואס איז בא האלטן אין זיין נקודה הפנימית שבלב ,
איז אז די יידן האבן זוכה גיוועהן , בהשגחת השם
יתברך צו א מדינה , אלץ א מתנה פון עהם ברוך הוא,
דארף מען עס עמברעיסן , און ארבייטן דערפאר לטובתה
עס איז גאהרנישט משנה די התנגדות צו די רעיון הכפירה פון שיטת הציונות ,
פאר מיר קוקט עס אויס ווי א סתירה מינהּ וביה; כ׳האף דו וועסט מיר מוחל זיין אז איך זע עס אזוי!
 
פאר מיר קוקט עס אויס ווי א סתירה מינהּ וביה; כ׳האף דו וועסט מיר מוחל זיין אז איך זע עס אזוי!
איך האב אמאל געזען א ספר פון הרב וועלוול גרינלאס ז"ל ער איז געווען א משפיע אין מאנטריאל ווי ער פרובירט צו מברר זיין שיטת חב"ד לגבי ציונית.
 
אז כ'רעד שוין.... לאמיך צירוקברענגען די שנירל אויף די רעלסן.....
איינער וויסט / קען אראפלייגן וואס איז געווען ליובוויטשער רבי'ס גישה, לגבי ציונות/מדינה??
עיין בספר מענה חכם מאת הרב יואל כהן ז"ל שמבאר היטב בטוטו"ד דעת רבו. ומתאמרא שהספר הוא תשובה להרב משה מנחם טירנויער ז"ל.
 
עיין בספר מענה חכם מאת הרב יואל כהן ז"ל שמבאר היטב בטוטו"ד דעת רבו. ומתאמרא שהספר הוא תשובה להרב משה מנחם טירנויער ז"ל.
ש'כח! כ'דערמאן זיך טאקע, כ'האב עס אמאל געזען ער ווארפט דארט אפ אסאך טענות פון די קנאים, א שיינע ספר!!
צום סוף איז בייגעלייגט שיינע מכתבים אויף די נושא, כ'געדענק ס'דא עפעס א בריוו ווי דאכצעך פאפא רב ז"ל (געדענק נישט אויף זיכער) שרייבט אויף די 'קאלאניעס' אז למעשה גייט די מדינה זיין א שטארקע מעלה אז ס'קען צירוקהאלטן פון איסמילאציע, זיך אויסמישן מיט די גויים, וכך הוה, מ'זעהט עס היינט בחוש!
 
Back
Top