טעותים אין ספרי קודש

ערפל

מאדעראטאר
סטעף מעמבער
זיך איינגעשריבן
אפר. 14, 2024
מעסעדזשעס
33
רעאקציע ראטע
361
מאכט זיך אמאל ווען מ'לערנט ספרי קודש אז מ'טרעפט א טעות, א פסק געבויט אויף אן אומריכטיגן פאקט, א גראבן טעות אין הבנה, אדער א גלאט שטיקל עם-הארצות.

היות כ'האב מיך היינט אנגעשטויסן אין אזוינס, עפן איך דאס שנירל צוזאמצונעמען די סארט טעותים ולהעמיד דברי תורה על דיוקן.
 
דער אלשיך על משלי איז מדייק אויפ'ן פסוק "שֶׁבַע יִפּוֹל צַדִּיק וָקָם", אז לכאורה וואלט דער ו' פון וָקָם געדארפט האבן א שווא, כדי צו מהפך זיין דאס ווארט לעתיד - און ער וועט אויפשטיין - אבער וויבאלד דער ו' האט א קמץ פארבלייבט דער טייטש 'און ער איז אויפגעשטאנען'.

אויף דעם ארויף זאגט ער א שיין פשט אז די קימה פונעם צדיק איז שוין אנגעגרייט נאך בעפאר'ן פאל, און דעריבער איז עס ווי ער איז שוין אויפגעשטאנען נאך פאר'ן פאלן.

זיין דיוק איז אבער באזירט אויף א טעות, ווי כ'וועל פרובירן מסביר זיין בקיצור פון אנהייב.

דער כלל אין תנ"ך אין אין אנדערע פריע לשון קודש סקריפטן איז אז דער פסוק וועט זיך כמעט אייביג באניצן מיט'ן ו' המהפך צו רעדן פון עבר אדער עתיד, אויב קומט דארט א ו'. ווען דער פסוק וויל שרייבן 'און ער האט געגעסן' וועט ער שרייבן וַיֹּאכַל [יאכל - ער וועט עסן; דער פתח ו' א פתח דרייט איבער צו עבר], אנשטאט וְאָכַל. און אייגנטליך ווען ס'שטייט וְאָכַל וועט עס באדייטן 'און ער וועט עסן', ווייל זיין שוא ו' איז אים מהפך לעתיד.

אבער דער ו' וואס דרייט איבער לעתיד איז אן אנדער ו' ווי דער וואס דרייט איבער לעבר.

דער כלל איז אז א רעגולער ו' וועט אייביג איבערדרייען לעתיד; ווען דער פסוק וויל ניצן א ו' איבערצודרייען לעבר, וועט דער ו' באקומען א קמץ אדער א פתח - אנשטאט דעם שווא וואס וואלט ווען געדארפט זיין.

אין אנדערע ווערטער, א ו' וואס פארמאגט זיין פאסיגן ניקוד ע"פ דקדוק וועט מהפך זיין לעתיד, און נאר אויב ער פארמאגט שלא ביושר א קמץ אדער פתח וועט ער מהפך זיין לעבר.

דעריבער קען זיך מאכן א ו' קמוצה וואס איז בעצם מהפך לעתיד, ווייל ע''פ דקדוק דארף ער סייווי זיין קמוץ.

יעצט, ביי ווערטער וואס זייער הטעמה, זייער טראפ, געפינט זיך אנהייב ווארט, וועט בדרך כלל דער פסוק געבן א קמץ פאר'ן ו' בעפאר. געווענליך וועט זיך דאס מאכן ווען דאס ווארט פארמאגט בלויז איין הברה, ווי 'קם', וואס דאן איז אויטאמאטיש די הטעמה אנהייב ווארט.

דאס איז דער ביאור אין מֵאַלְפֵי זָהָב וָכָסֶף, וואו דער ויו איז קמוצה; דאס איז דער ביאור אין וְלֹא־יָבֹ֧אוּ לִרְא֛וֹת כְּבַלַּ֥ע אֶת־הַקֹּ֖דֶשׁ וָמֵֽתוּ, וואו דער ויו איז קמוצה און איז פארט מהפך לעתיד; דאס זעלבע איז מיט וְאָכַ֖ל וָחַ֥י לְעֹלָֽם, און נאך אסאך פלעצער.

און דאס איז דער ריכטיגער ביאור פארוואס ס'שטייט וָקָ֑ם.
 
בכלל איז נישט קלאר אויף וועם די "כהן גדול" אין "בימי מתתיהו" גייט ארויף, יש אומרים אז עס גייט צוריק צו מתתיהו און נישט אויף יוחנן.

אויך איז דא אין בני יששכר א טעות אין זיין פירוש אויף רבי יוסף יעבץ'ס "אור החיים", עפעס א מואסע טעות איבער ספרי אריסטו, אבער איך געדענק נישט אויפן מינוט ויבאו היודעים וישלימו.
 
בכלל איז נישט קלאר אויף וועם די "כהן גדול" אין "בימי מתתיהו" גייט ארויף, יש אומרים אז עס גייט צוריק צו מתתיהו און נישט אויף יוחנן.
היסטאריש גערעדט זענען זיי ביידע נישט געווען כהן גדול, יש אומרים אז די טעות קומט פון מטבעות בימי מתתיהו אנטיגנוס דער לעצטער קעניג פון די חשמונאים וואס דערויף איז געשטאנען "מתתיהו כהן גדול" און שפעטערע האבן געמיינט אז דאס רעדט פונעם ערשטן מתתיהו

מתתיהו הכוהן הגדול – האומנם?
 
די תולדות מאכט א חשבון אז ליל חנוכה איז געווען די קורצסטע נאכט:
ותחלה נעורר עוד הספק הנ"ל על מוהרש"א, וכי כשגגה יצא הדבר מלפניו לומר דלילי חנוכה הם מלילי טבת הארוכים, וז"א אחר העיון והדקדוק בחשבון, ונמצא לא היה כאן שום נס, כי פחות מחצי לוג הוא מדת אותו לילה שהיא כ"ה בכסליו.
ונ"ל דיש עוד איזה קושיא, ויתורץ חדא בחברתה, ואחר ביאור שני קושיות אלו יבואר שגם קושיות השואל אינו. והוא מה דקשיא לי מעודי, דמצינו בפרק קמא דראש השנה דף כ"א (ע"א), שלח לי' רב הונא בר אבין לרבא כד חזית דמשכיה תקופות טבת תקופת ניסן עד שיתסר בניסן. ופירש רש"י, ומתחיל תקופות ניסן בי"ו בניסן. עברה לההיא שתא, שנאמר (דברים טז, א) שמור את חודש האביב וכו'. וא"כ ק', לפי סדר תקופות מר שמואל, שנמשכו תקופות ניסן עד אחר כ"א בניסן כמו שהי' בשנת תפח"ל, ואפילו הכי אין מעברין.
אחר כותבי זה מצאתי קושיא זו בספר לקוטי אור. ותירץ, על פי מ"ש הרמב"ם בהלכות קידוש החודש (פ"ט-פ"י), דשני תקופות יש, ותקופות רב אדא בצינעא, ותקופות מר שמואל בפרהסיא, והטעם, לפי שתקופות רב אדא היא אמית[י]ת בעיני רז"ל, והראי' שב"ד הגדול שבירושלים היו מחשבין על פי תקופות רב אדא, שהם אמיתים לפי דעת התוכניים המיוסד כולו על תקופות רב אדא וכו', יעו"ש, וזה שהצניעוהו כמ"ש השבעתי אתכם וכו' (שה"ש ב ז, ג ה, ח ד), עכ"ל.
וידוע דתקופ(ו)ת רב אדא לעולם קדומה לתקופות מר שמואל י"א ימים, דוק ותשכח, [וכן רגיל העולם לומר, י"א קודם התקופה מתחיל היום להאריך והלילה לקצר, והיינו מתקופת רב אדא, ודוק].
ואחר החשבון מוכח דאותו שנה שנצחו החשמונאים ונטלו המלכות מיוונים, הי' ג' אלפים תרכ"ב לבריאות עולם, שנת י"ב למחזור קטן. דהא מפורש בריש ע"ז (דף ט:) ברש"י (ד"ה דמתניתא) ותוספות (ד"ה האי) בשם סדר עולם, דשנת קע"ב אחר חורבן הבית נשלמו ד' אלפים לבריאות עולם. וחשמונאים כשנצחו ליוונים היו מאתיים וששה שנים קודם החורבן, דהיינו מאה ושלש מלכו הם, ואחריהם הורדוס מלך מאה ושלש, עד שחרב הבית, עולה ג' אלפים תרך"ב לבריאת עולם.
ומעתה צא וחשוב ג' אלפים תרכ"ב למחזורים קטנים, ותנכה מכל מאה ה' שנים שהוא חמש מחזורים קטנים, ועולה מן ג' אלפים ת"ר, ק"פ מחזורים, וחזור וחשוב אותן ה' שנים מכל מאה, עם אותן כ"ב שנים שנשאר מן ג' אלפים תרכ"ב, ועולה ר"ב שנים. ותעשה מהן מחזורים קטנים, ועולה עשרה מחזורים, ונשאר י"ב שנים למחזור קטן של מחזור קצ"א לבריאות עולם.
והשתא דמוכח דאותה שנה שנצחו החשמונאים הי' שנת י"ב למחזור קטן, צא וחשוב ותמצא, שכל שנת י"ב למחזור קטן הוי תקופות טבת ז' ימים לחודש טבת כמבואר בספר עברונות בעיגול דף כ', והוא לתקופות מר שמואל. ומעתה הוי תקופות רב אדא שהוא אמיתת במהלך החמה, י"א ימים קודם לתקופות מר שמואל, נמצא עולה תקופות רב אדא, ליל כ"ו כסליו, שמאותה הנקודה מתחיל הלילה להקטין, כי אז החמה בראש מזל גדי, נוטה לדרום מקו השוה, כמבואר בתכונה, ועיין בלקוטי אור.
ומעתה אותה שנה שנעשה הנס בשמן, כשנצחו החשמונאים, הי' ליל כ"ה בכסליו היותר ארוכה מכל הלילות, והי' צריך חצי לוג כמו ללילי טבת הארוכים בשאר שנים, ומעתה דברי מוהרש"א כנים ואמתיים, שבאותו שנה הי' צריך חצי לוג לליל כ"ה בכסליו, והם נתנו פחות מחצי לוג ואפשר הדליק כל הלילה, והיינו הנס.
די טעות איז אז תקופת שמואל און תקופת רב אדא זענען נאר היינט אפגערוקט מיט 11 טעג ווייל עס רוקט זיך מער במשך הדורות, אין די צייטן פון חנוכה איז עס געווען נישט מער ווי בערך 4-5 טעג אפגערוקט.

(די מעשה פון חנוכה האט באמת פאסירט תקצ"ז און נישט תרכ"ב, אבער דאס איז נישט זיין טעות נאר גאר אן אלטער טעות)
 
דער בני יששכר שרייבט, אז מתתיהו איז געווען א זוהן פון יוחנן כהן-גדול, וואס איז געווען א כהן גדול אכציג יאר און צום סוף איז ער געווארן א צדוקי.

דער מציאות איז, אז דער גאנצער צדוקי'שער מאוומענט איז געבוירן געווארן לאנגע יארן נאך די חשמונאים.
נישט אינגאנצען ריכטיג. עטוואס יא און דאס איז די הסבר אויפן הייליגן בנ''י
די תקיפת צדוקים האט זיך אנגהויבן 70 יאר משנת הספירה. יוחנן כה''ג איז געווען פון 134 יאר ביז 104 לפני הספירה וואס דאס איז פונקט 80 יאר פאר די תקופה הצדוקים האט זיך אנגעהויבן. אבער !!

אין די עלטער יארן פון יוחנן כה''ג האט זיך אנגעהויבן די שומרונישע פאליטיק ווי יוחנן כה''ג האט גענומען זייער א שטארקע לינקע זייט וואס פון די לינקע שיטות האבן זיך די צדוקים געמאכט זייער גרופע.

אזוי איז עס צוגעגאנגען. ער האט געהאט שטארקע דיפערענצן מיט די חכמים בזמנו לגבי די מלחמות מיט די געצוויגענע גירות וואס ער האט ארויף געצווינגען אויף די מלחמה געפאנגענע פון אדום, עבר הירדן, און שומרון, דאס האט געגעבן זייער א שטארקע בסיס פאר די חשמונאים צו שפילן די פלעינג פיעלד, און קענען היבש זיין די מתיונים און זייערע קעגענער, האט יוחנן כה''ג געהאלטן אז די חכמים וועלן יא מסכים זיין מיט זיין רעטאריק און די גירות פראצעדור, אבער די חכמים זענען געווען שטארק דערגעגן און איהם שטארק פארדאמט פאר די אקט.

האט ער דעסיידעט צו לייקענען אין די חז''ל און אין די תורה שבע''פ עס אן האול נאך בעפאר די צדוקים האבן געמאכט דערפון א גאנצע אפיציעלע מאוומענט.
 
אויב אזוי דאן פארווטס האבן חז"ל אנגעהאלטן זיינע תקנות פון פריער?
 
נישט אינגאנצען ריכטיג. עטוואס יא און דאס איז די הסבר אויפן הייליגן בנ''י
די תקיפת צדוקים האט זיך אנגהויבן 70 יאר משנת הספירה. יוחנן כה''ג איז געווען פון 134 יאר ביז 104 לפני הספירה וואס דאס איז פונקט 80 יאר פאר די תקופה הצדוקים האט זיך אנגעהויבן. אבער !!
די מימרא דערמאנט מיר גאר א גוטער מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט ביי איינע פון די חסידישע קרעמליך, ווי מוצש''ק איז דער מנהג צו פארציילן די באקאנטע אלעקסיי מעשות פונעם הייליגן בעש''ט. און טאמער גלייבט מען נישט אז דער גוי אלעקסיי איז געפלויגן איבער בערג אין טאל פון מעזעבוז קיין אמעריקא אהין און צוריק אינעם זעלבן מוצש''ק ביסטו ממש א כופר באלוקיי ישראל.

פארציילט די ראש חבורה א מעשה אזוי. עס איז באקאנט אז ר' משה'לע פשעווארסקער איז געווען אן אויסגערופענער סופר סת''ם א יעדעס אות און א יעדעס תג האט געהאט הויעכע כוונות מיט שמות און צירופים, און אזויווי א יעדעס סופר האט ער זיך שרעקליך געמוטשעט פאר פרנסה און ממש נישט געהאט קיין לחם לאכול צו שפייזן זיין משפחה.

מאכט זיך אמאל, דער הייליגער ר' משה'לע האט געשריבן פאר זיך א ספר תורה וואס האט גענומען גאר אסאך יארן צו ווערן פארטיג. גאר גרויסע כוחות, און שמות האט ער אין די ספעציעלע ספר תורה אריין געלייגט אז א יעדעס שם וואס איז נאר שייך צו מכוון זיין אויף א יעדעס אות זאל ווערן מצורף און נתכוון בשעתן שרייבן.

נאך גאר אסאך יארן ענדליך גרייטן מען זיך פאר א ריזיגער הכנסת ספר תורה, אזא ספר האט די וועלט נאך נישט געזעהן ער הנה. אבער קיין געלט האט ער דאך נישט געהאט, האט מען טאקע צו דעם הכנסה נישט צו-געגרייט קיין ווייסע פערד, פאקלען און א צען מאנעדריגע מוזיקאלישע פרעזענטאציע, נאר א קליינער מאגערע אויסגעשפארטע לקח קידוש מיט אביסעלע שמאלץ הערינג, וואס איז דאן נאך געווען א ביליגער מאכל (לאפיקי די היינטיגע עקזאָטישע פיש באורדס).

אבער וואונדער איבער וואונדער, עס גייט ארויס א קול אין שטאט פשעווארסק אז דער הייליגער ר' משה'לע זאגט ער וויל די ספר תורה זאל זיין 100 פראצענט מוגה פון טעותים, איז ווער עס קען טרעפן א טעות אינעם ספר בעפאר די הכנסה וועט באקומען מהונו (וואס ער האט נישט געהאט) א גרויסער סכום געלט.

פארשטייט זיך, יעדער וואס האט נאר געטראכט אז אפשר האט ער איצטערט א געלעגנהייט צו מאכן א שיינע סכום זלאטע'ס האט זיך אנגעטראגן צו זיין א מגיה, און האט זיך געזעצט מגיה זיין דעם אויסגערופענער ס''ת. און אזוי ווי פאראויסגעזאגט האט קיינער אפי' בטעות קיין צעשמירטע אות נישט געקענט טרעפן אינעם ספר ממש ווי א קאמפיוטער האט דאס געדריקט. אן איידעלקייט פון כתב די וועלט האט ביז דאן אזאנס נאך נישט געהאט געזעהן.

טראכט זיך יענקל דער אויבער חכם, ער גייט מאכן דא א גוט געשעפט. ער גייט נעמען א קליינער נִדעל ער וועט אויך זיין א מגיה, און ווען קיינער וועט נישט באמערקן וועט ער מאכן א קליינעם קריץ מיטן נאדל און אזוי וועט ער כאילו טרעפן א קליינער פסול וואס מען קען פארעכטן, אבער בינו לבינו וועט ער פארדינען אן אפותיקי און וועט האבן אפאר גראשן פאר אפאר חדשים צום לעבן.

אומר ועושה ער טראגט זיך אן מגיה צו זיין, און פארשטייט זיך ר' משה'לע לאזט איהם צו צום ספר און ער הייבט אן באטראכטן א יעדעס אות שטייט בראשית ברא את השמים, שטייטערהייט, ווארט ביי ווארט מיט אן ערנסטקייט, אזוי קוקט ער זיך ארום און ווארט אז מען זאל פון איהם אראפנעמען די אויבען ער זאל קענען האבן די געלעגענהייט צו מאכן דעם פסול אינעם ספר.ענדליך אין פרשת מצורע איז שוין דער עולם נמאס געווארן פון איהם נאך קוקען, עס האט איהם גענומען זייער לאנג. אות ביי אות דאס נעמט צייט, דער יענקל באמערקט קיינער קוקט נישט. ער כאפט די געלעגנהייט און אין די ווארט נגע מאכט ער קריץ אינעם ''ג'' טיילט אפ דעם ''י'' פונעם ''ו'' אונטען ביים אות און שרייט ספאנטאניש אויס איך האב געטראפן א טעות די ''ג'' איז צוויי אותיות און מן הדין איז דאס נישט כשר.

א שרעק האט אנגעכאפט אלע באטייליגטע וואס ווארטן פאר די פייערליכע הכנסה. אלע זענען געווארן אזוי דערשראקן מען וועט נישט קענען מאכן די הכנסה איצטערט ביז מען פארעכט דאס, אבער ר' משה'לע איז ווייס ווי די וואנט געווארן. און זאגט עס קען נישט זיין ער דענקט קלאר וואספארא כוונה ער האט געהאט ביים שרייבן דעם ''ג'' ביים קאנעקטן דעם ''י'' מיטן ''ו'' עס קען נישט זיין אז עס איז געווען אפגעטיילט נאר איין מעגליכקייט איז דא. דער ספר איז געווארן סאבאטאזשירט !!!

אבער צוגעזאגט איז צוגעזאגט אז איינער טרעפט א טעות קומט איהם דעם גרויסען סכום געלט, זאגט ער פאר דעם מגיה בזה הלשון. האסטו עפעס געטוהן מיטן ''ג'' פונעם ווארט נגע זאלסטו ווערן א נגע פון קאפ ביז פיס. און דא איז דיין באצאלדינג וואס מען האט דיר צוגעזאגט.

לא היב רגעים מעטים, דער איד איז געווארן איין שטיק נגע, און נתגלה קלונו אז ער האט פשוטו כמשמעו געוואלטבאגאנווענען דעם ארעמען ר' משה'לע ווייל ער האט געוואלט דאס געלט. דער איד האט זיך אויף געהויבן און אפגעגאפעלט פון שטח כדי ער זאל נישט ווערן באפאלן פון די באטייליגטע. און איז גלייך געפארן צום הייליגן ישמח משה זי''ע קיין איהל וואס איז געווען באוואוסט צו היילן אלע חולאים מיט זיינע הייליגע קמיעות.

קומט יענקל אריין צו הייליגן ישמח משה זי''ע און בעט איהם א קמיעה פאר זיין אויסשלאג, און דער הייליגער ישמח משה נעמט זיך תיכף ומיד שרייבן א קמיעה עס זאל זיין א רפואה פאר דעם יענקל וואס פלאגט זיך מיט אזא שרעקליכער נגע.

ווי נאר דער ישמח משה גיבט איבער די קמיעה אינעם האנט אריין פון יענקל און ער לאזט זיך צום טיר געזעגענענדיג פונעם ישמח משה מיט א ווארעמע ברכה. גוט דער ישמח משה זי''ע א פרעיג יענקל, זאג נאר וואס איז די מעשה מיט די נגע, ווי אזוי האסטו דאס באקומען?

יענקל זעהט כלתה עליו הרעה ער מוז פארציילן וואספארא שגץ שטיק ער האט דא אפ געטוהן אבער נישטא קיין ברירה, ער מוז דאך אויס געהיילט ווערן. פארציילט ער וואס דא איז געשעהן און בעהט א דרך פון תשובה. זאגט דער ישמח משה צו יענקל איי עם סארי איי קענט העלף יו, נאר ר' משה'לע קען דאס אוועק נעמען גיי צו איהם פאל איהם צו די פיס און אולי וועט ער אויף דיר רחמנות האבן.

עד כאן איז די מעשה פון די ראש חבורה, און ברענגט ארויס די גרויסקייט פון ר' משה'לע פשעווארסקער מיט אט די מעשה.

געוואלד רופט זיך אן א אינגערמאן די מעשה איז נישט אמת, עס האט קיינמאל נישט פאסירט. דער ראש החבורה ווערט דערשראקן פון אזא כפירה, לייקענען א מעשה פון א צדיק ווער דערוואגט זיך צו טוהן אזא זאך, עס איז דאך ממש כפירה.

ער קוקט אן דעם אינגערמאן און פרעגט וואס האסטו געזאגט? און דער אינגערמאן זאגט איבער די מעשה איז נישט געשעהן, דער רב פרעגט דעם אינגערמאן. פון ווי ווייסטו מיט אזא זיכערקייט, וואס איז דיין הכרח ? זאגט דער אינגערמאן פשוט.

ר' משה'לע פשעווארסקער איז געבוירען בערך 60 יאר שפעטער ווי דער ישמח משה איז אוועק פון די וועלט.

ר' משה'לע פשעווארסקער איז געבוירען אין יאר תרנ''ד און דער ישמח משה זי''ע איז אוועק אין יאר תק''ט (אייר) ווי אזוי קען זיין, אז דער איד איז געקומען פון ר' משה'לע צום יש''מ ?

דער רב פארטראכט זיך א רגע און זאגט מען דארף טאקע איבער קוקען די יארן. זאגט דער אינגערמאן מען דארף פשוט איבער קוקן די מעשה.

ווי קומט עס דא אריין 💁 אה יא נישט אינגאנצען ריכטיג מען דארף פשוט איבער קוקען די יארן חחח.
 
ר' משה'לע פשעווארסקער איז געבוירען בערך 60 יאר שפעטער ווי דער ישמח משה איז אוועק פון די וועלט.

ר' משה'לע פשעווארסקער איז געבוירען אין יאר תרנ''ד און דער ישמח משה זי''ע איז אוועק אין יאר תק''ט (אייר) ווי אזוי קען זיין, אז דער איד איז געקומען פון ר' משה'לע צום יש''מ ?
ר' משה מפשעווארסק איז אוועק תקס"ו און די יש"מ תר"א
 
נישט אינגאנצען ריכטיג. עטוואס יא און דאס איז די הסבר אויפן הייליגן בנ''י
די תקיפת צדוקים האט זיך אנגהויבן 70 יאר משנת הספירה. יוחנן כה''ג איז געווען פון 134 יאר ביז 104 לפני הספירה וואס דאס איז פונקט 80 יאר פאר די תקופה הצדוקים האט זיך אנגעהויבן. אבער !!

אין די עלטער יארן פון יוחנן כה''ג האט זיך אנגעהויבן די שומרונישע פאליטיק ווי יוחנן כה''ג האט גענומען זייער א שטארקע לינקע זייט וואס פון די לינקע שיטות האבן זיך די צדוקים געמאכט זייער גרופע.

אזוי איז עס צוגעגאנגען. ער האט געהאט שטארקע דיפערענצן מיט די חכמים בזמנו לגבי די מלחמות מיט די געצוויגענע גירות וואס ער האט ארויף געצווינגען אויף די מלחמה געפאנגענע פון אדום, עבר הירדן, און שומרון, דאס האט געגעבן זייער א שטארקע בסיס פאר די חשמונאים צו שפילן די פלעינג פיעלד, און קענען היבש זיין די מתיונים און זייערע קעגענער, האט יוחנן כה''ג געהאלטן אז די חכמים וועלן יא מסכים זיין מיט זיין רעטאריק און די גירות פראצעדור, אבער די חכמים זענען געווען שטארק דערגעגן און איהם שטארק פארדאמט פאר די אקט.

האט ער דעסיידעט צו לייקענען אין די חז''ל און אין די תורה שבע''פ עס אן האול נאך בעפאר די צדוקים האבן געמאכט דערפון א גאנצע אפיציעלע מאוומענט.
יוחנן כהן גדול וואס האט געקעניגט פון 134 יאר ביז 104 לפני הספירה איז שוין געווען אן אייניקל פון מתתיהו. דיין דאטום אויף התחלת הצדוקים ווייס איך נישט אויף וואס דו בויעסט, אבער לויט אלע ווארשיינליכקייטן האבן זיי זיך אנגעהויבן ארום די תקופה פון די מעשה פון חנוכה
 
בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20240708_184405_ChatGPT.jpg
    Screenshot_20240708_184405_ChatGPT.jpg
    160.3 KB · געזען: 4
ר' משה מפשעווארסק איז אוועק תקס"ו און די יש"מ תר"א
וייקפידיא זאגט טאקע אזוי ווי די זאגסט עכנסטע מחלוקת אויב אזוי קען די מעשה יא' זיין אמת און דער רב איז גערעכט. איך בין עס נישט נאך געגאנגן, עס איז די געדאנק.
 
לעצט רעדאגירט:
אויך איז דא אין בני יששכר א טעות אין זיין פירוש אויף רבי יוסף יעבץ'ס "אור החיים", עפעס א מואסע טעות איבער ספרי אריסטו, אבער איך געדענק נישט אויפן מינוט ויבאו היודעים וישלימו.
אריסטו האט פארשידענע ביכער אויף פילאזאפיע איינס פון זיי איז וועגן נאטור-פיזיקס, און א צווייטע רעדט איבער מעטא-פיזיקס,

ר׳ יוסף יעב״ץ האט אויסגערעכנט דריי פון אריסטו׳ס ביכער, ספר השמע, ספר הנפש, און ספר מה שאחר הטבע= מעטא פיזיקס

אבער ער האט עס פארקירצט און נאר געשריבן ״מה שאחר״

דא איז געקומען דער הייליגער בני יששכר און זיך געמוטשעט צו פארשטיין וואס מה שאחר דארף צו מיינען און ער דרש׳נט א לאנגע פשט׳ל וואס קלאפט נישט

דא רעדט מען וועגן דעם אין פיפטן קאמענט
מהדורה חדשה של אור החיים לחסיד יעבץ - פורום אוצר החכמה
 
Back
Top