שוין א אלטע טענה אז נאר די לינקע ווייסן וואס טוט זיך
און די רעכטע זענען סתם נערנים וואס האבן נישט קיין אנונג וואס הענגט זיי...
ס'איז אמת. האסט עס זייער שיין געזאגט, כ'מיין נישט דוקא דיר - ס'איז דא א חילוק פון א פערזענליכע אטאקע און אן אטאקע אויף שיטות, און דו ווערסט דאך ממילא נישט צוקראצט

אבער ס'איז גאר קלאר אז מענטשן וואס קריגן א העכערע עדוקאציע און טראכטן גלייך שטימען נישט פאר טראמפיזם אין גרויסע נומערן און וועסט אויך נישט זעהן קיין סך סופארט ביי אלעקס דזשאונס און טשארלי קירק און אנדערע, און מיין נישט אז דאס איז עפעס אן אקעדמישע קולט פון פאליטיק, נאר ווייל בכלליות'דיג די מין טראכטן איז שווער ווען מ'איז א געלערנטער.
ס'איז דא סייענס אונטער ניו יארקע חסידים זענען הארני פאר טראמפ, ווייל נאר דאס קענען זיי, אלעס וואס מ'פיטערט זיי איבער די אנדערע זייט פאר יארן און יארן איז העיט און טראמפ דירענדזשמענט. ווי הערט א חסידישע איד פאליטיק? אויף 770 און שאן העניטי? וויפיל מענטשן גייען ווייטער ווי דעם? אפגערעדט מענטשן וואס קענען גיין אין לייברערי ליינען איבער סאציאליזם ווסץ אנטשעקד קאפיטאליזם אדער אנדערע טיפערע פילזאפישע טעמע'ס וויאזוי צו באטראכטן פאליטיק. די מינוט וואס מ'ווייזט אויפריכטיגע קאנטענט פון א נארמאלע דזשורנאליסטישע פערספעקטיוו א שטייגער ווי א וואל סטריט דזשורנאל ווי
@מר שושני דערמאנט הייבט מען אן טראכטן עסומינג מ'רעכנט זיך נישט אלס אן אלצווייסער...
איך ווייס פון מיין קליינע קוק ווינקל, ווען איך פאוסט אזא זאך און כ'האב גענוג חרדים קריג איך גאנץ שיינע פידבעק פון עטליכע אז ס'איז אינטעריגינג, אנדערע טראמפ נארישע בעבי'ס וועלן ווייטער אראפרייסן אבער איך זעה זייער שטארק אז די גיבסט זאכן וואס איז אויפריכטיג לאו דוקא וואס שטימט מיט זייער קאנפירמעישן בייעס וועלן מענטשן צוריקענטפערן פאזיטיוו און נאר די בלינדע קיצונים וואס ווילן זיין חתונה געהאט צו די פארטיי ליניע קענען עס נישט ארייננעמען אין מוח אריין... אין אנדערע ווערטער ס'נעמט א ספעציעלע קלאוס מיינדעד מוח נישט צו לערנען נייע אינפארמאציע, און חוץ ביי די מיטל מזרח איז די לינקע די פארטיי פון אינפארמאציע און עמפיריקל עווידענס און די רעכטע די פארטיי פון מישן רעליגיע און סטעיט, געלטגייציגקייט, שטיצן מאסן שיסעריי און פראפעגאנדע.
דזשיזעס קריסטנטום... ס'איז דא א סיבה פארוואס איך בין לינק, פארוואס
@אלפא @יש עתיד @וואלווי צו
@מר שושני זענען נישט פארגלייבט אין די אדמיניסטראציע, ס'איז נישט א צופאל פון געבורט, ס'איז אויך נישט בלינדע האסע צו דעם מענטש שיינקייט, פרעג זיי וויפיל זיי ליינען, און הערן, און וויפיל זיי פארשטייען וויאזוי די וועלט ארבעט אויף א קאלידזש לעוול. א טיפישע רעכטע מענטש טאר נישט גיין ווייטער ווי פאקס! מעט וואלש איז שוין א בדיעבד שבדיעבד, ראוגן? רעדט דאך צאם כל דבר אסור וניבול פה, אים? מיט א פארשאפטע אויער מעג מען אים הערן, ער האט דאך שוין געשמועסט מיט בערני סענדערס, סא מ'דארף גאר חושש זיין אין זיין ערליכע טראמפקייט... מעינסטריעם פרומע? ווייסן נאך ווייניגער... טיק טאק עקס אדער די איד? אז דו זאלסט אוועקזעצן אזא איד ליינער די גרעסטע ליינער קעגן א 22 יעריגע שטינקער סטודענט פון Yale וועט זיין געזונטע בושות.... ווייל יענער וועט האבן פיל מער ידיעות און אוטאנאמי צו טראכטן אליינס. משא"כ א.ג. קלוגע פופציג יעריגע חרדים...
אפגערעדט היינט ווען טראמפ האט אפיצעל א מלחמה מיט די מידיא, דו ווייסט איך פלעג דאס אמאל גלייבן? דו ווייסט די ערשטע מאל א ליבעראל האט מיר אויפגעקלערט אז עיביסי ניוז אדער רויטערס האט אייגנטליך גוטע פוינטס און טראמפ מיינט צו זיין א דיקטעיטער און פאר דעם אטאקירט ער זיי נאכאנאנד האב איך געוואלט ברעכן? אזא פארנארטע מענטש בין איך געווען? שטעלט זיך ארויס אז יא, שטעלט זיך ארויס אז זיי זאגן א גאנצן צייט זאכן וואס ער וויל נישט זאלסט וויסן ווייל דאס שטערט פאר זיין קאמפיין פון קאנטראלירן די נאראטיוו אויף יעדע ריר... ער האט פיינט די פרעסע! נישט דורך קיין ראלי ווי ער האט זיי נישט אראפגעריס און אנגערייצט די פארזאמלטע צו יענע מענטשן... פארוואס? ווייל זיי האבן נישט געוויזן זיין קראוד סייז? אדער ווייל ער וויל דיטקירן וויפיל אינפארמאציע דו נעמסט אריין און פון וועלכע השגחה?? ס'איז א פילטערינג ביזנעס! ער וויל נישט דו זאלסט קוקן די נייעס! ער וויל זיין די נייעס! און נאר פון אים זאלסטו רעדן און נאר דורך אים זאלסטו עס קאנסומען!
די רעכטע ווייסן דוקא וואס הענגט זיי ווען זיי שפילן שמאטע טאמעוואטע אז זיי זענען דא אינגאנצן פאר די רייכע עליטע, און נישט די מיטל קלאס. הערי טרומאן און עף די אר און דזשאן עפ קענעדי האבן שוין געקאלט די בולשיט... און היינט איז נאך דא בהמות וואס כאפן עס נישט, לערן היסטערי וועסטו שוין איינמאל כאפן... ס'נעמט אפאר מינוט פון א דרשה'לע און מ'טראכט wow אזוי לאנג צוריק האט מען שוין געוויסט פון דעם? אזויפיל פרעזידענטס צוריק האבן שוין געהאקט אויף די זעלבע שטיות פון טראמפ'ס פלעיבוק?
פאר יעדע נפחא אויף פאקס, דארף מען הערן ר' חורחיי קארלינער, פאר יעדע רעכטע ארטיקל דארף מען ליינען איין וואשינגטאן פאוסט און איין ניו יארק טיימס אדער NPR אז נישט וועסטו נאר לעבן אין דיין אייגן עקא טשמעבער וואס דו ווילסט זאל זיין...
איך מוז אויסהערן דאנאלד אים צו קענען אראפרייסן, אויב נישט ווי קען איך קומען קריטיקירן א דרשה/פארזאמלונג וואס כ'האב קיינמאל נישט מיטגעהאלטן?