טראמפ 47 אדמיניסטראציע - נייעס, קרישקעלעך, און אבזערוואציעס

איך זעה אין דיינע ווערטער א געמיש פון אביסל אומזיכערקייט, אביסל זעלבסט עווערנעס, אביסל cognitive dissonance, און אסאך אומבאקוועמליכקייט... 🥲

אפשר פאר דיר איז נאך דא האפענונג...



הלוואי רעדט מען דא פון קלייניקייטן...
ווען ער וואלט נאר געוויסט וואס דאס מיינט...

ווען ער וואלט געוויסט וויפיל געסלייטינג ליגט אין זיינע אומשולדיגע שיטות און וויאזוי געסלייטינג וועגט איבער טראמפ דירעדזשמענט סינדראם וואס איז די נייע נאמען פאר מאניפוילעיטן די וואס לייקענען און טראמפ ועדתו און די געסלייטן צינדט זיך נישט אן אויף זיי....
 
ווען ער וואלט נאר געוויסט וואס דאס מיינט...

ווען ער וואלט געוויסט וויפיל געסלייטינג ליגט אין זיינע אומשולדיגע שיטות און וויאזוי געסלייטינג וועגט איבער טראמפ דירעדזשמענט סינדראם וואס איז די נייע נאמען פאר מאניפוילעיטן די וואס לייקענען און טראמפ ועדתו און די געסלייטן צינדט זיך נישט אן אויף זיי....
שוין א אלטע טענה אז נאר די לינקע ווייסן וואס טוט זיך

און די רעכטע זענען סתם נערנים וואס האבן נישט קיין אנונג וואס הענגט זיי...
 
איך בעט דיר איבער אויב האסטו אזוי פארשטאנען פון מיינע ווערטער.
חלילה, בעט דיך נישט איבער, איך בין דא זיך צו אינזשויען דא, איך נעם נישט גארנישט פערזענליך אנליין, פון מיין זייט קענסטו זאגן וואס דו ווילסט.

איך קוק נאר איבער די מעסעזש וואס דו האסט געקענט מיינען דארט, וואס איך האב נישט גוט פארשטאנען.
 
און די רעכטע זענען סתם נערנים וואס האבן נישט קיין אנונג וואס הענגט זיי...
נישט ממש... די רעכטע וואס זענען אין פאוער שפילן די געים, כדי צו בלייבן אין פאוער... עיין מיטש מעקאנעל...
 
חלילה, בעט דיך נישט איבער, איך בין דא זיך צו אינזשויען דא, איך נעם נישט גארנישט פערזענליך אנליין, פון מיין זייט קענסטו זאגן וואס דו ווילסט.

איך קוק נאר איבער די מעסעזש וואס דו האסט געקענט מיינען דארט, וואס איך האב נישט גוט פארשטאנען.
קען זיין איך האב נישט קלאר געשריבן.
וואס איך געוואלט זאגן איז אז וועגן דו האסט געזאגט אז ביסט נישט באקוועם מיט אלעס וואס טראמפ טוט, האב איך נאך האפענונג אז וועסט אריבערקומען צו מיין זייט... (להוציא אנדערע, וואס איך האב ניטאמאל האפענונג ודוק)..

פון מיין זייט איז עס געווען א גוטמוטיג מעסעדש, און חס ושלום נישט קיין פערזענליכע אטאקע.

איי לאוו יו ענד אלוועיס וויל! 😘
 
און די רעכטע זענען סתם נערנים וואס האבן נישט קיין אנונג וואס הענגט זיי...
מען דארף נאכאמאל קלאר מאכן די חילוק פון רעכטע און טראמפיזם.

די וואל סטריט זשורנאל איז רעכט, אבער נישט א חלק פונעם קולט.

דערפאר טאקע האבן זיי היינט געשריבן נאכאמאל כזה הלשון:

When we said it's the dumbest trade war in history, we were being kind
 
עטליכע טעג צוריק זאגט מיר איינער אין שוהל, קוק די אייער איז נאך אלס טייער, היינט זאג איך אים אז קוק די פרייז פון די אייער האלט פעסט אינמיטן טראסקענען, און די נומבערס פון די אינפלאציע הייבט אן פאלן, יענער האט שוין נישט געהערט וואס איך זאג אים, ער איז שוין געווען ביזי מיט די 24 שעה פון אוקראינע...
נעבעך אויף דיר וואס דארף יעצט זוכן די תירוצים טראמפ האט זיך אליינס ארויסגעדרייט פון זאגן אויף אינטערוויא'ס אז ער קען טאקע נידערן די פרייזן, אבער קודם האט ער אויסגענוצט צו לויפן דערויף אז אזוינע תמים'ס זאלן עס אפקויפן פאר גוט געלט...

האסט טאקע געמיינט אז ער האט עפעס מיט דעם? האסט טאקע געמיינט אז אינפלעישן האט מען געקענט אפשטעלן?

ס'האט פאסירט א פאנדעמיע און מ'האט געהאט א טשויס, לאזן די עקנאמיע קראכן אן קיינעם ארויסבעילן און עס לאזן צוריק וואקסן פון זיך אליין אדער דריקן געלט... דריקן געלט קומט מיט א סייד אפעקט אז ס'אינפלעיט די פרייזן פון גודס און סערוויסעס. אבער ווען מ'דריקט ווען נישט געלט? וואלסטו געשאלטן ווייל ס'וואלט גענומען 10 יאר די עקאנאמיע זאל צוריקקומען אזוי ווי אין 1929 ווי מ'האט נישט געטוהן qualitative easing וואס מיינט וואס די פעדעראלע רעזערוו האט געטוהן אין 2020-2021 און אנשטאט 10 יאר האט עס גענומען 2 יאר... יא טאקע מיט נאכווייען אבער אלע אפציעס אויפן טיש האבן וויי געטוהן און דאס איז די בעסטע וועג ארויס געווען שפעטער איז געקומען אינפלעישן דערפון, צוויי באזונדערע זאכן...

ס'איז אבער אויך געקומען אינטערעסט ראטעס וואס האבן אנגעהויבן מאכן סענס, מענטשן האבן געטראכט זיבן מאל פארן קויפן א הויז אדער ארויסנעמען א הלוואה פאר א קאר, פארדעם האט יעדער מיט א ריס אין פיסקל געבארגט און ווייטער געבארגט צו די חשבונות האבן יא געשטימט צו נישט, און אזעלכע מענטשן שרייען יעצט די העכסטע וועגן אייער פרייזן זאלסטו וויסן...

די העכער מ'שרייט די ווייניגער באדערט די אייער, ס'באדערט אז מ'קען זיך נישט ווארפן מיט געלט וואס מ'האט נישט, ווייל יעצט ציפט עס ווען די ראטע'ס עסן אויף מער געלט וואס מ'האט עניוועי נישט... אבער פון א פינאציעלע פערספעקטיוו איז טאקע בעסער אז ווייניגער מענטשן זאלן בארגן און מער זאלן סעיוון אזוי ווען מ'סעיווט האט מען מער, און אזוי האב איך געטוהן, די אינטרעסט רעיט וואס יענער מיט עקוויטי אין א הויז האט געוויינט אז ער קען נישט פארקויפן האב איך געמאכט אויף דעם מער אין סעיווינגס...

אלעס ווענדט זיך וואס מ'האט און וויאזוי מ'לעבט.... אייער שרייען זיי שריי סאוערדאו, שריי מיעטבאורדס, פרעס, שיינע קארס, קויפן הייזער נישט דינגען וואס איז סך ביליגער... ניין די אייער טוט אים וויי
 
מען דארף נאכאמאל קלאר מאכן די חילוק פון רעכטע און טראמפיזם.

די וואל סטריט זשורנאל איז רעכט, אבער נישט א חלק פונעם קולט.

דערפאר טאקע האבן זיי היינט געשריבן נאכאמאל כזה הלשון:

When we said it's the dumbest trade war in history, we were being kind
יא זיי זענען צענטער

איך עגרי אבער זיי זענען מער צענטער ווי רעכט, זיי זענען נישט קיין בלינדע פאליטישע ארגענאזאציע. מ'קען דארט ליינען פון אלעם
 
האסט טאקע געמיינט אז ער האט עפעס מיט דעם? האסט טאקע געמיינט אז אינפלעישן האט מען געקענט אפשטעלן?
נעוואדע האט עס נישט מיט אים, וועגן דעם האב איך טאקע נישט געהאט קיין טענות אויף אים ווען די פרייזן פון די אייער זענען געווען הויעך.

נאר יענע צולייגער וואס האט געהאט טענות אויף די אייער פרייזן און אינפלעישאן, היתכן ס'איז דורך 6 וואכן און טראמפ האט עס נאכנישט מסדר געווען, האב איך צו יענעם געקענט קומען זאגן צוויי טעג שפעטער אז טראמפ האט עס מסדר געווען...

אבער יענער האט שוין געטראפן פרישע טענות, ווייל נישט די אייער איז אים אנגעגאנגען, און נישט די מלחמה איז אים אנגעגאנגען, ער האט פשוט נישט ליב טראמפ...
 
לעצט רעדאגירט:
מען דארף נאכאמאל קלאר מאכן די חילוק פון רעכטע און טראמפיזם.
א גרויסע חילוק איז דא צווישן זיין רעכט און האלטן פון טראמפ

ווען דו ביסט רעכט קענסטו יעדן קריטיקירן, ווייל ס'קען אויסקומען אז יעדער זאל אמאל זיין ראונג און נישט האלטן ווי דו ווילסט, דו קענסט זיין די איינציגסטער וואס שטימט אינגאנצן מיט די רעכטע שיטה, יעדער איז פארדרייט אבער דו האסט עס ארויס.

משא"כ א טראמפיסט, דארף מיטלויפן מיט א לעבעדיגע מענטש וואס קען יעדן טאג זאגן עפעס אנדערש, און ס'איז זייער שווער מיטצוהאלטן יעדן טאג וואס מ'דארף פארענטפערן.

אבער א ריכטיגע רעכטער ווייסט אז אפילו טראמפ איז נישט פערפעקט איז ער יעצט די בעסטע פאר די רעכטע ווייל מיט ראמני וואלט נישט געקענט ברענגען די ווייסע הויז, טעד קרוז אויך נישט.

טראמפ מיט זיינע חסרונות איז נאך די נענסטע צו די רעכטע, זיכער נענטער צו די רעכטע שיטות ווי ביידען און אפגערעדט העריס.

נישט יעדער וואס האלט פון טראמפ גייט אים נאך בלינדערהייט, די לינקע האבן זייער ליב אראפצומאלן א בילד אז יעדער וואס האלט פון טראמפ איז א חלק פון א קולט און איז א משוגענער.

ווען סך הכול איז דא א ריזיגע פראצענט פון אמעריקא וואס האלט פשוט אז טראמפ איז א בעסערע פרעזידענט ווי העריס וואלט געווען.

ס'איז דא מענטשן וואס זענען אין א טראמפ קולט? זיכער אז יא, אבער זייער אסאך נישט.
 
שוין א אלטע טענה אז נאר די לינקע ווייסן וואס טוט זיך

און די רעכטע זענען סתם נערנים וואס האבן נישט קיין אנונג וואס הענגט זיי...
ס'איז אמת. האסט עס זייער שיין געזאגט, כ'מיין נישט דוקא דיר - ס'איז דא א חילוק פון א פערזענליכע אטאקע און אן אטאקע אויף שיטות, און דו ווערסט דאך ממילא נישט צוקראצט;) אבער ס'איז גאר קלאר אז מענטשן וואס קריגן א העכערע עדוקאציע און טראכטן גלייך שטימען נישט פאר טראמפיזם אין גרויסע נומערן און וועסט אויך נישט זעהן קיין סך סופארט ביי אלעקס דזשאונס און טשארלי קירק און אנדערע, און מיין נישט אז דאס איז עפעס אן אקעדמישע קולט פון פאליטיק, נאר ווייל בכלליות'דיג די מין טראכטן איז שווער ווען מ'איז א געלערנטער.

ס'איז דא סייענס אונטער ניו יארקע חסידים זענען הארני פאר טראמפ, ווייל נאר דאס קענען זיי, אלעס וואס מ'פיטערט זיי איבער די אנדערע זייט פאר יארן און יארן איז העיט און טראמפ דירענדזשמענט. ווי הערט א חסידישע איד פאליטיק? אויף 770 און שאן העניטי? וויפיל מענטשן גייען ווייטער ווי דעם? אפגערעדט מענטשן וואס קענען גיין אין לייברערי ליינען איבער סאציאליזם ווסץ אנטשעקד קאפיטאליזם אדער אנדערע טיפערע פילזאפישע טעמע'ס וויאזוי צו באטראכטן פאליטיק. די מינוט וואס מ'ווייזט אויפריכטיגע קאנטענט פון א נארמאלע דזשורנאליסטישע פערספעקטיוו א שטייגער ווי א וואל סטריט דזשורנאל ווי @מר שושני דערמאנט הייבט מען אן טראכטן עסומינג מ'רעכנט זיך נישט אלס אן אלצווייסער...
איך ווייס פון מיין קליינע קוק ווינקל, ווען איך פאוסט אזא זאך און כ'האב גענוג חרדים קריג איך גאנץ שיינע פידבעק פון עטליכע אז ס'איז אינטעריגינג, אנדערע טראמפ נארישע בעבי'ס וועלן ווייטער אראפרייסן אבער איך זעה זייער שטארק אז די גיבסט זאכן וואס איז אויפריכטיג לאו דוקא וואס שטימט מיט זייער קאנפירמעישן בייעס וועלן מענטשן צוריקענטפערן פאזיטיוו און נאר די בלינדע קיצונים וואס ווילן זיין חתונה געהאט צו די פארטיי ליניע קענען עס נישט ארייננעמען אין מוח אריין... אין אנדערע ווערטער ס'נעמט א ספעציעלע קלאוס מיינדעד מוח נישט צו לערנען נייע אינפארמאציע, און חוץ ביי די מיטל מזרח איז די לינקע די פארטיי פון אינפארמאציע און עמפיריקל עווידענס און די רעכטע די פארטיי פון מישן רעליגיע און סטעיט, געלטגייציגקייט, שטיצן מאסן שיסעריי און פראפעגאנדע.


דזשיזעס קריסטנטום... ס'איז דא א סיבה פארוואס איך בין לינק, פארוואס @אלפא @יש עתיד @וואלווי צו @מר שושני זענען נישט פארגלייבט אין די אדמיניסטראציע, ס'איז נישט א צופאל פון געבורט, ס'איז אויך נישט בלינדע האסע צו דעם מענטש שיינקייט, פרעג זיי וויפיל זיי ליינען, און הערן, און וויפיל זיי פארשטייען וויאזוי די וועלט ארבעט אויף א קאלידזש לעוול. א טיפישע רעכטע מענטש טאר נישט גיין ווייטער ווי פאקס! מעט וואלש איז שוין א בדיעבד שבדיעבד, ראוגן? רעדט דאך צאם כל דבר אסור וניבול פה, אים? מיט א פארשאפטע אויער מעג מען אים הערן, ער האט דאך שוין געשמועסט מיט בערני סענדערס, סא מ'דארף גאר חושש זיין אין זיין ערליכע טראמפקייט... מעינסטריעם פרומע? ווייסן נאך ווייניגער... טיק טאק עקס אדער די איד? אז דו זאלסט אוועקזעצן אזא איד ליינער די גרעסטע ליינער קעגן א 22 יעריגע שטינקער סטודענט פון Yale וועט זיין געזונטע בושות.... ווייל יענער וועט האבן פיל מער ידיעות און אוטאנאמי צו טראכטן אליינס. משא"כ א.ג. קלוגע פופציג יעריגע חרדים...

אפגערעדט היינט ווען טראמפ האט אפיצעל א מלחמה מיט די מידיא, דו ווייסט איך פלעג דאס אמאל גלייבן? דו ווייסט די ערשטע מאל א ליבעראל האט מיר אויפגעקלערט אז עיביסי ניוז אדער רויטערס האט אייגנטליך גוטע פוינטס און טראמפ מיינט צו זיין א דיקטעיטער און פאר דעם אטאקירט ער זיי נאכאנאנד האב איך געוואלט ברעכן? אזא פארנארטע מענטש בין איך געווען? שטעלט זיך ארויס אז יא, שטעלט זיך ארויס אז זיי זאגן א גאנצן צייט זאכן וואס ער וויל נישט זאלסט וויסן ווייל דאס שטערט פאר זיין קאמפיין פון קאנטראלירן די נאראטיוו אויף יעדע ריר... ער האט פיינט די פרעסע! נישט דורך קיין ראלי ווי ער האט זיי נישט אראפגעריס און אנגערייצט די פארזאמלטע צו יענע מענטשן... פארוואס? ווייל זיי האבן נישט געוויזן זיין קראוד סייז? אדער ווייל ער וויל דיטקירן וויפיל אינפארמאציע דו נעמסט אריין און פון וועלכע השגחה?? ס'איז א פילטערינג ביזנעס! ער וויל נישט דו זאלסט קוקן די נייעס! ער וויל זיין די נייעס! און נאר פון אים זאלסטו רעדן און נאר דורך אים זאלסטו עס קאנסומען!

די רעכטע ווייסן דוקא וואס הענגט זיי ווען זיי שפילן שמאטע טאמעוואטע אז זיי זענען דא אינגאנצן פאר די רייכע עליטע, און נישט די מיטל קלאס. הערי טרומאן און עף די אר און דזשאן עפ קענעדי האבן שוין געקאלט די בולשיט... און היינט איז נאך דא בהמות וואס כאפן עס נישט, לערן היסטערי וועסטו שוין איינמאל כאפן... ס'נעמט אפאר מינוט פון א דרשה'לע און מ'טראכט wow אזוי לאנג צוריק האט מען שוין געוויסט פון דעם? אזויפיל פרעזידענטס צוריק האבן שוין געהאקט אויף די זעלבע שטיות פון טראמפ'ס פלעיבוק?

פאר יעדע נפחא אויף פאקס, דארף מען הערן ר' חורחיי קארלינער, פאר יעדע רעכטע ארטיקל דארף מען ליינען איין וואשינגטאן פאוסט און איין ניו יארק טיימס אדער NPR אז נישט וועסטו נאר לעבן אין דיין אייגן עקא טשמעבער וואס דו ווילסט זאל זיין...

איך מוז אויסהערן דאנאלד אים צו קענען אראפרייסן, אויב נישט ווי קען איך קומען קריטיקירן א דרשה/פארזאמלונג וואס כ'האב קיינמאל נישט מיטגעהאלטן?
 
לעצט רעדאגירט:
נאר יענע צולייגער וואס האט געהאט טענות אויף די אייער פרייזן און אינפלעישאן, היתכן ס'איז דורך 6 וואכן און טראמפ האט עס נאכנישט מסדר געווען, האב איך צו יענעם געקענט קומען זאגן צוויי טעג שפעטער אז טראמפ האט עס מסדר געווען...
ביזט דאך סתם א שלעכטער
אבער יענער האט שוין געטראפן פרישע טענות, ווייל נישט די אייער איז אים אנגעגאנגען, און נישט די מלחמה איז אים אנגעגאנען, ער האט פשוט נישט ליב טראמפ...
יא יא

פאר דעם זאג איך פאר מענטשן, לייג צו דיינע פרינציפן צו די קאנדידאט און נישט פארקערט, און כ'גלייב די מער מענטשן וועלן דאס איינזעהן וועלן זיי שטימען גאר אנדערש.

לאמיר נעמען א משל די זיידע וואס זיין טאטע האט מען צוריקגעשיקט קיין דייטשלאנד ווייל אמעריקע'ס רעכטע קאנגרעס האט געזאגט אונז האב מיר זיי פיינט וואלט איך געווען גאר שאקירט אז ער וואלט געשטימט פאר די יעצטיגע אייס פאליסיס ווייל ער קען די היסטאריע אביסל בעסער ווי וואס טראמפ זאגט און האט שוין דאס מיטגעמאכט... היינטיגע דור שטימען פארקערט, זיי הערן די אייער איז די אישאו, זיי הערן טראמפ ווייסט וויאזוי צו האלטן פוטין שטיל און דאס ווערט זייער לעבן, איך האב מיינע פרינציפן וואס וועגט איבער, איך וויל יענס, כל זמן יענס איז נישט אדרעסירט דארף איך נישט קיין נייע חידושים זאל קים דזשאנג אן בויען נוקלעארע ראקעטן און זאל די דעפיציט וואקסן און וואקסן, נישט דאס דארף זיין די פאקוס די פאקוס דארף זיין אז אונז זאל מיר האבן א וועלט, א ריינע אטמאספער, אונז זאל מיר האבן ישרות און עקוויטי, מענטשן רעכטן פרייהייט יוניענס קעגן בעלי באטים וכו' איך האב שוין די פרינציפן יעצט דארף מען א מענטש וואס קען זיי ערלעדיגן און נישט זיין קיין sellout

ביי טראמפ'ס לאגער, זענען די גרעסטע שטיצער ביילייפיג די גרעסטע וואלנורעבל מענטשן די וואס מ'האט זיי געפיטערט פרינציפן אין האלז אריין. "זאג מיך וויאזוי צו טראכטן מיין ליבע קעניג"
 
שוין א אלטע טענה אז נאר די לינקע ווייסן וואס טוט זיך

און די רעכטע זענען סתם נערנים וואס האבן נישט קיין אנונג וואס הענגט זיי...
שוין אן אלטע זאך אז די רעכטע זענען נחותים = קאמפלעקסד

איך מיין אוואדע נישט דיר ח"ו, איך רעד וועגן די כלליות הענין, ופשוט הוא

וואו קומט דא אריין "שוין אן אלטע טענה וכולי". שרייען דען נישט די רעכטע ביי טענה'רייען דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט? אזוי טענה'ט מען זיך, כך הוא סדרן של טענה'רייען.
נאר ווען די לינקער וועט צוריקשרייען דו ווייסט נישט וואס דו רעדסט, דעמאלטס וועט דער רעכטער אנפאנגען צו וויינען, אייביג ווייסן נאר די לינקע וואס זיי רעדן, די רעכטע ווייסן נישט גארנישט. 😭 וואס איז? ווייל אונז קומען פון די פריפריה ווייסן אונז נישט וואס אונז רעדן? וכו' וכו' וכו'.

בארוהיגטס ענק, טענה'טס ענק צוריק, ושלום על ישראל! לאז אפ די אלע נחותית'דיגע שטותים, און רעדטסט ווי א מענטש צווישן מענטשן.
 
שוין אן אלטע זאך אז די רעכטע זענען נחותים = קאמפלעקסד
איך כאפ נישט ווי קאמפלעקס קומט אריין דא, ער האט דאך געזאגט אז איך ווייס נישט וואס פארא געלייטינג ס'ליגט אין מיינע ווערטער וכו' נאך זאכן וואס איך ווייס נישט.

בין איך מיטגעפארן מיט זיין טריפ אז ס'איז שוין א אלטע טענה אז די רעכטע זענען אומוויסנד, און ער האט עס נאר באשטעטיגט אין צוויי דריי תגובות שפעטער זאגנדיג אז ס'איז אמת און נאר די לינקע זענען עדיוקירט וכו' וכו'

סאו ווי קומט אריין קאמפלעקס נאכאמאל? אזוי טענה'ט מען זיך? ס'איז נישט דווקא אן עדיוקירטע וועג פון גיין די וועג, אבער וואטעווער, אז ס'גייט דא, פאר איך מיט מיט די רייד...
 
Back
Top