טראמפ און זיינע צאללאזע ליגנטס

פאר דער וואס ווייסט נישט קאנפירמעישן בייעס איז א סארט בייעס וואס מיינט אויפזוכן אינפארמעישן וואס קאנפירמט אונזערע בעליפס איבער סיי וואס, און אלס א רעזולטאט איגנארירן סיי וואס איז סותר מיט דעם.

לדוגמא וואס יעדער קען כאפן, אויב גייסטו אויפוואקסן אין א שטוב ווי מ'האט זיך געקאכט מיט פאקס, נאר פאקס מעג מען געטרויען, דיין טאטע האט דיר אריינגעגעבן א חשק צו פאקס, דיר געזאגט אז פאקס מיינט דיר קלוגער צו מאכן, גלייב נישט די אנדערע, נאר זיי זענען גוט, בלא בלא נאטירליך וועסטו הערן דעס, ווער רעדט נאך פון אויסהערן א צווייטע ווער רעדט נאך פון אננעמען א פרעמדע מיינונג פון דארט. פוי.

און אזוי גייסטו און דו ווערסט מער און מער אריינגעצויגן און ווערסט א פען.

שפעטער קומסטו אויף קרעמל און אנדערע הערן דזשאו ראוגן, דזשאו איז נישט פאקס און איינער אויף קרעמל זאגט דיר העי זיי רעדן דא שטותים, וואס איז מיט דעם וואס איז. יום יענס? אויב איז דיין בייעס אזוי געשלאגן וועסט נישט קענען מודה זיין, קענסט ניטאמאל זעהן יענעמ'ס פוינט ווייל פאקס איז דיין קאנפירמעישן צו דיין בעליף אז למשל די אימיגראנטן זענען די פראבלעם צו אלע דיינע צרות. גייסטו הערן דארטן ווייטער וויאזוי צו האלטן דערוועגן ווייטער און וואס נאך מ'פארקויפט דיר פאר דעם געלט קיינמאל טשעלענדזשטו נישט דיינע בעליפס מיט פעקט טשעקינג ווייל דו ווייסט שוין אלעס וחוזר חלילה.
 
ס'געפעלט מיר פשוט ווי די רעפובליקאנער פירן פשוט א פייט מיט די פאולסטערס. א גאנצע נקמה אין ליכטמאן און אין סעלצער, כאילו מ'קען מיינען אז די חברה האבן עס געטון פשוט אפצוטון טראמפ און די מאגא'ס...
יא יא, מיין גרעסטע קאנספיראציע קאנטעקט פאוסט שוין אויף סטעטוס מיט אימפעט די גאנצע סענזאציע מיט דשעיק טעיפער'ס רעקאציע'ס מיט מאדנע אבסעסיעס פון די ראונד טעיבל מיינונגען אויף סי ען ען האט ער עפעס א קראץ אז דאס איז די חורבן, דארט פירט מען אים ביי די נאז... און פון ליכטמאן וואס טיילט אים איין וואס צו האלטן הועווער ער איז, ביז נעכטן האב איך נישט געוויסט איך דארף אים אפי' קענען.... דער מאכט אוועק זיין פענסי ענגליש וואס ער האט פון א שווערע בוק... ער זאגט מיר וואסארא קאליר דעמאקראטיע צו טראכטן.

און איך טראכט צו זיך, יוי נעבעך די קאנפירמעישן בייעס וואס ער האט צאמגעגראבן דא, ער ווארט שוין א 6 חדשים זוכנדיג ווי ער קען אויסדריקן זיין רעידזש אויף דזשעיק טעיפער נישט ווייל ער קעירט, נאר צו "ווייזן" אז ער איז יא אויפגעקלערט, ער "כאפט" אז טעיפער איז א פעיק ניוז ווייל טראמפ האט עכט יא געווינען און ער זאל מיר נישט דא "פארדרייען די קאפ"

די פראבלעם איז איינער אנדערש האט עס אים שוין לאנג פארדרייט נעבעך ...
 
לעצט רעדאגירט:
נאר וואס דען?

זי האט פשוט אזוי ביטער פיינט דעם טראמפ'ענען, אז זי איז גרייט געווען אוועקצוווארפן איר גלאנצעדיגע קאריע און באגלייבטקייט, כדי די טראמפ שטיצער זאלן פאלן ביי זיך, פאר א גאנצע טאג א האלב?

ס'געפעלט מיר פשוט ווי די רעפובליקאנער פירן פשוט א פייט מיט די פאולסטערס. א גאנצע נקמה אין ליכטמאן און אין סעלצער, כאילו מ'קען מיינען אז די חברה האבן עס געטון פשוט אפצוטון טראמפ און די מאגא'ס...
איך האב נישט געזאגט אז זי האט עס געטון אפצוטון טראמפ, הגם ס'קען זיין אז זי האט עס געטון פארדעם, ווייל אויב די עלעקשאן וואלט געווען אזוי טייט ווי ס'האט אויסגעקוקט אין די פאולס וואלט אזא פאול געקענט שיפטן א טראפ די מאראל ביי די טראמפ חסידים.

אבער איך ווייס נישט וואס מרס סעלצער איז, פראו אדער אנטי טראמפ סאו קען איך דיר דאס נישט זאגן.

מיין פוינט איז געווען אז טראמפ האט א פינטל ווען ער וויל נישט אנעמען די פאולס וואס געבן אים נישט די גוטע נומבערס, ווייל למעשה האט זיך אלס ארויסגעשטעלט אז זיי זענען טאקע נישט גערעכט געווען.
 
ווי געווענליך, ענטפערסט נאר ווי טיף דו קענסט באגרייפן. שטופ עס נישט.
האהא

דו רעדסט און רעדסט און רעדסט באלד אזוי לאנג ווי טראמפ רעדט ביי זיינע ראליס, און איך דארף אלעס ענטפערן, איך קען נישט טייפן אזוי שנעל ווי דיר, וואס זאל איך טון? איך מוז ענטפערן אלעס אדער גארנישט?

בנוגע דיין קאנפערמעישאן בייעס תורות, דו קענסט עס דרייען וויאזוי דו ווילסט, אבער ווען מענטשן ווילן פרובירן צו שאצן אן עלעקשאנס פאר ס'קומט פאר, פרובירט מען צו זעהן וואס מ'קען טראסטן און וואס נישט, די פאולס בעיסד אויף די לעצטע צוויי מאל וואס טראמפ איז געלאפן האט מען נישט געקענט אנעמען פעיס וועליו, די איינציגסטע לימוד זכות איז געווען אז לכאורה האבן זיי שוין געפיקסט די מיסטעיק פון די לעצטע 2 מאל, און זיי האבן טאקע געפיקסט, אבער סאום האו, איז עס ווייטער געווען אונטערצושאצן טראמפ.

און די סעלצער פאול האט מיאוס אנגעזעצט, אזוי ווי די וואשינגטאן פאוסט אין וויסקאנסען 2020, פארוואס אין די וועלט זאל טראמפ מיטגיין מיט זייער נערעטיוו אז ער איז שוואך? ספעציעל אז ער האט לכאורה געהאט אינטערנעל נומבערס וואס האבן געוויזן אז ער איז גערעכט.

בנוגע ליכטמאן, דער גרויסער צולייגער, אסאך וואס האבן שטודירט זיינע שליסלעך האבן געזאגט אז לויט זיינע שליסלעך דארף עס טראמפ מאכן, אפילו ער אליינס האט געזאגט פאר מ'האט באזייטיגט ביידען אז מ'זאל אים לאזן ווייל לויט זיינע שליסלעך גייט ער עס ענדערש מאכן ווי העריס, אבער היות ער איז געווען א פאליטיקל העק, האט ער פארדרייט א פאר שליסלעך און געזאגט אז העריס גייט עס מאכן און אזוי אנגעזעצט זיין גאנצע רעפיוטאציע, ער האט עס לכאורה נישט געטון בכוונה, אבער זיין סובקאנטשעס בייעס האט אים געשטופט דאס צו טון.
 
איך האב נישט געזאגט אז זי האט עס געטון אפצוטון טראמפ, הגם ס'קען זיין אז זי האט עס געטון פארדעם, ווייל אויב די עלעקשאן וואלט געווען אזוי טייט ווי ס'האט אויסגעקוקט אין די פאולס וואלט אזא פאול געקענט שיפטן א טראפ די מאראל ביי די טראמפ חסידים.
ווען די פאולסטער שאצן אונטער טראמפ, איז עס כדי אוועקצונעמען מאראל ביי די טראמפ חסידים.
ווען זיי שאצן איבער איז עס כדי די טראמפ חסידים זאלן זיך פילן פארזיכערט, און נישט ארויס גיין וואויטן.

די גאנצע וועלט דרייט זיך ארום די פאר מאגא קולטיסטן...

פארוואס פאר די דעמאקראטן פאלט נישט ביי צו זאגן אז די סעלצער אנקעטע, וואס ס'זייער מעגליך האט אנגעברענגט א געוויסע פארזיכערטקייט ביי די דעמאקראטן, און ס'האט אפשר געמאכט אז ווייניגער דעמאקראטן זענען ארויס וועלן, איז געווען פשוט אפצוטון די דעמאקראטן?
 
פארוואס זאגט ער זעלענסקי און "פרעזידענט" פוטין? זעלענסקי איז נישט קיין פרעזידענט?
 
ער זאגט די ערשטע פיר און צוואנציג שעה, נאכדעם זאגט ער נאך פאר ינואר 20. וואס'י פשט?
 
@אלעזר דו קענסט נישט אזוי אריינקומען מיט קורצע פתגמים.
אונז פארלאנגען לענגערע ארטיקלען און אנאליזן, על כל פנים אביסל לענגער ווי פתגמין קדישין...
 
יא, יא. דאס ווייס איך אויך...
 
ווען זיי שאצן איבער איז עס כדי די טראמפ חסידים זאלן זיך פילן פארזיכערט, און נישט ארויס גיין וואויטן.
ווען האבן זיי איבערגעשאצט?

נישט אין די לעצטע דריי פרעזידענטלעכע עלעקשאנס...
 
ווען האבן זיי איבערגעשאצט?
כבר היה לעולמים. אפשר ביי די 22' רעד וועיוו.

די טענה פון איבערשאצן כדי דער עולם זאל זיין זיכער מיט זיך, און נישט ארויסגיין שטימען, האב איך שוין געהערט כמה וכמה פעמים פון היימישע טראמפיסטן אין קאווע שטיבל (די עכטע). דו וואלסט אויך געזאגט.
 
כבר היה לעולמים. אפשר ביי די 22' רעד וועיוו.

די טענה פון איבערשאצן כדי דער עולם זאל זיין זיכער מיט זיך, און נישט ארויסגיין שטימען, האב איך שוין געהערט כמה וכמה פעמים פון היימישע טראמפיסטן אין קאווע שטיבל (די עכטע). דו וואלסט אויך געזאגט.
דו וואלסט אודאי איבער געזאגט אלע נאנסענס פון די אנדערע זייט...

אייגנטלעך ס'מוז נישט זיין, איך האב דיך נישט געזעהן זאגן קיין נאנסענס, אבער אז דו האלסט פארקערט פון מיר מסתם רעדסטו נאנסענס אזוי ווי אלע לינקע פאנדיטס...

איך האב נישט געזאגט די טענה, און איך בין נישט אחריות אויף יעדע נערישקייט וואס יעדע היימישע טראמפיסט זאגט אויף קאווע שטיבל.

און פארגעס נישט 2022 איז טראמפ נישט געווען אויפן בעלאט.
 
דו וואלסט עס לכאורה יא געזאגט.
ווייל דאס איז די קאור פון די רעכטע רעליגיע, די גאנצע וועלט מיט זייערע ווייבער זענען דא מיך אונטערצוברענגען. אידער וועי אדער די אנדערע.

(פארשטייט זיך אז כ'מיין נישט דיר פערזענליך, כ'רעד פון די רעכטע אז אלל. דו ביזסט צוקער זיס, און דו ביזסט קלוגער פון זיי). כ'ברענג דיר פון דא א ראיה, אויף מיין הבנה אין די טראמפ'ערס טענה'רייען.
 
Back
Top