ווען ער האט געזאגט ביי יעדע ראלי אז אינפלאציע גייט אראפ די טאג ער ווערט פרעזידענט, האט יעדער געדארפט אליינס פארשטיין אז באמת האט ער געמיינט אז ס'קומט א מעגליכע רעסעסיע? און פארדעם האט מען גאר געשטימט? קאמאן...
און לגבי אוקריינא, ביי וועלכע פונקט גייסטו איהם אנהייבן קריטיקירן? וואס איז אויב, אזוי ווי מארקא רוביא זאגט ס'איז א מעגליכקייט, ער גיבט אינגאנצן אויף? גייסטו איהם דעמאלט קריטיקירן, אדער וועסט זאגן אז ער האט פרובירט כאטשיג, און דאס איז וואס זיינע וויילער האבן געוואלט, ער זאל פרובירן... א געלעכטער.
ס'גייט אזוי:
ווען ער זאגט צו צו לויפן אויף
די בעסטע עקאנאמיע אין היסטאריע - גלייבט מען אים אויפן ווארט
צוריקשטעלן אמעריקען דזשאב'ס אין אפעלעשיע - גלייבט מען אים אויפן ווארט
מאכן א טעקס פאר רייכע ביליאנערן - גלייבט מען אים אויפן ווארט
ער פארשטייט צו די גאווערמענט בעסער ווי די גאווערמענט אליינס, פארוואס ווייל ער האט געבויט א גרעיט גרעיט גרעיט קאמפאני - גלייבט מען אים אויפן ווארט
צוריקברענגען ”גערויבטע” 176,000 מאנעפעקטשורינג דזשאב'ס וואס נאפטא און די לינקע גלאבאליסטס האבן אונז צוגערויבט - גלייבט מען אויפן ווארט
קאטן נארישע רעגוליעישן - גלייבט מען אויפן ווארט
צוריקבויען איננער סיטי'ס - גלייבט מען אויפן ווארט
יוניווערסל העלטקעיר אויף 60 מינוט'ס I will take care of everybody I don't care if it costs me votes or not - גלייבט מען אים אויפן ווארט
קיין איין דזשאזש האט מיך נישט אויפגעהערט בנוגע מיין צוגערויבטע עלעקשען קאנספיראציע - גלייבט מען אויפן ווארט
קיינער האט נישט געהאט קיין געווער קיינער איז נישט געשטארבן, מייק פענס האט נישט געהאט די קוראזש, דשזארדזשיע שקרים - גלייבט מען אויפן ווארט
ער קען ענדיגן די רוסלאנד אוקריינע קאנפליקט אין 24 שעה? וואט??? וועלכע נאר האט דאס עווער געגלייבט? שוטה דו!