איך גיי עס מאכן קורץ.
הייבסט זיך אן פארוואס לינקע האבן 'פאר סתם' פיינט טראמפ, און ס'ענדיגט זיך אז 'דו האסט נישט קיין פראבלעם, מיט דאס און יענץ.. אקעי, כאטש ביסטו מודה אז אנדערע 'קענען יא האבן א פראבלעם'...
און איך בין גראדע מסכים אז 'אויב טוט ער אויף' איז ער א העלד - די שאלה איז נאר צו ער טוט אויף, און וואס ער טוט אויף.. אזויווי איך האב (ערגעץ אנדערש) ארויסגעברענגט פון קריס קאומא - איז דא שוואכע שאנסן ער זאל באמת עפעס אויפטון און קענען דורכפירן לעגיסלאציע ווי א נארמאלע מענטש. סתם שיסן עקזעקיוטיוו ארדערס איז ביי מיר סתם ווי צו-ווארפן לעגא'ס - גארנישט קיין גאונות אדער 'אויפגעטון'... חוץ פון דעם וואס רוב פון די זאכן בין איך אויסגעשלאסן דערקעגן..
לגבי דאס אז ער איז 'פונקט די זעלבע ליגנער ווי די לינקע פאליטיקאנטן'.. קודם אפי' נניח, האט ער סאמהאו מצליח געווען אויפצוהאדעווען א דור פון קאנספיראטארן אויף א מאסיווע פארנעם, עפעס וואס דעמאקראטן איז דערווייל נישט געלונגען.
והשנית והעיקר, ווען דו קראצט שוין יא אפיר די פאר 'גראבע ליגנטס' פון דעמאקראטן האסטו נישט געקענט טרעפן קיין איינס פון ביידן, אבאמא, אדער גרויסע פאליטיקאנט (נישט אז ס'נישטא - ס'נאר מסתמא נישט גענוג דראמאטיש..)
האסט אפיר געקראצט א 'פאטאלאגישע ליגנט' פון
@מי אני.. אויך מיר א גרויסע דעמאקראט ווארטזאגער..
און פארגעס נישט אז דיין קארופטירטע CIA און דיעפ סטעיט זענען אט די זעלבע וואס האבן דיר אויפגעדעקט דעם גראבן שווינדל און ארויסגעקומען מיט די טרעפונגען אז ס'קומט למעשה יא פון א לעב.. אבער שוין, ס'שוין צופיל פארלאנגט פון א דעמאגאג צו מסכים זיין..
פאוטשי - נאך א דעמאקראט אין שטעטל..
די מידיע - א באנדע פון אפאר טויזענט (אויב נישט מער) פערסאנאל און דזשערנאליסטס וועמען דו פעינסט מיט איין גרויסע בראש ווייל אזוי שמעקט דיר,
און דאס איז די געוואלדיגע 'ליגנטס' וואס דו האסט אנדעקט פון דעמאקראטן (וואס ע"פ רוב זענען זיי היינט די וואס זענען מסכים אז ס'געווען טעותים).. עס איז ווייט נישט קיין פארגלייך צו דיין הער - טראמפ'ס לויזע מויל, וואס ווען ער עפנט עס שרייט מען 'ער מיינט עס נישט' און ווען ער טוט עס יא שרייט מען 'פארדעם האט די עולם גע'וואוט'..
בקיצור ער מעג זאגן וואס ער וויל, טון וואס ער וויל, זיך אויפפירן וויאזוי ער וויל, און דערוואגן זאל איינער נעבן אים אדער נעבן איינער וואס איז נאנט צו אים אדער צו די רעכטע דעמאגאגן אים צו קריטיקירן...
איך האב נישט קיין פראבלעם אז מ'קריטיקירט פאליטיקאנטן און אפי' דעמאקראטן, פאר זייער היפאקריטיע, פאר זייערע ליגנטס, און פאר זייערע פראבלעמען. איך אליין האב אסאך טענות אנקעגן ביידן און די דעמאקראטישע עסטעבלישמענט, נישט ווייניגער ווי פאר די האנטער פארדען (בעיקר פארן עס אויסשליסן אין אנהייב) און פארן פרעטענדן אז ביידן איז געזונט,
אבער וואס איך קען נישט דילדן איז ווען עס ווערט פארוואנדלט אין א קולט וואו קריטיק טאר נישט געהערט ווערן און וואו נאר לויעלטי איז שפיץ און וואו עס איז נישטא קיין פינטל אקאונטעביליטי...
זייט ווען טראסטן ענק בכלל דאקטוירים?
קודם, דו ווייסט אז ער נישט געהאט קאלודעד מיט רוסלאנד?? פון וואו?
אבער דאס אז זיי האבן ליגנט געזאגט (נניח) איינצעלנע מאל דאס דארף זיי כלומר'שט אוועקנעמען די טראסט פאר אייביג?! ווען - אויב אזוי - פארלירן די רעכטע דעמאגאגן טראסט ווען זיי זאגן בטעות איינמאל אמת?
אפשר גייט טאקע די לאגיק אזוי, אז אויב איינער זאגט איינמאל ליגנט = טאר מען אים נישט טראסטן (נישט איך זאג עס 'סטאטיסטיקס' און 'פאקטן' זאגן אזוי...), און אויב איינער רעדט אמת איינמאל = אים דארף מען טראסטן...