הייסט לויט דיר, ווילאנג טראמפ גייט נישט האבן רוב פון די אמעריקאנע פאפולאציע, דאס הייסט 160 מיליאן וואוטס גייט ער נישט האבן די מאנדאט...
ווען ער האט געווינען נאר די עלעקטארעל קאלעזש האט מען געקענט הערן א טענה אז למעשה האט ער נישט רוב פון די פאלק, אבער יעצט אז ער האט געווינען די פאפולערע וואוט מיט א ברייטקייט איז אויך נישט גענוג?
דו פרובירסט אויף אלע וועגן אים צו מאכן אויסקוקן נישט לעגיטים.
די פאלק האט געוויסט וואס זיין אזשענדא איז, ווייל ער האט עס בכלל נישט באהאלטן, ער האט גערעדט ביי זיינע ראליס שעות אויף שעות, און קלאר געמאכט וואס זיין אזשענדא איז, און מיט דעם אלעם האט ער געהאט א שיפט אין די וואלן אין אלע סטעיטס, אקראס אלע דעמאגראפיקס, זעהט אויס אז די פאלק האט יא דאס געוואלט.
און אינטערסאנט איז נאך אז ער האט נאכקיינמאל נישט געהאט אזא הויכע אפראוול רעיטינג ווי יעצט.
ער איז פרעזידענט.
אבער ער האט נישט די לאנד. ער איז בכלל נישט קיין פאפוליסט! דאס זאג איך דיר, ווייטער פרובירסטו מיט די טיפיקל געסלייטינג צו מאכן מיר אויסזעהן גאר ווי די רשע און די שונא ישראל און ירבעם בן נבט ברא... אדער ווי ער וואלט געזאגט, עקסיוז מי, עקסיוז מיט איך מאך אים נישט גארנישט
איך האב דא א גאנצע שנירל, ליגנט נאך ליגנט נאך ליגנט אישאו נאך אישאו פונקטליך מיט דיטעילס פארוואס איך וואוט קעגן אים, און וואס ס'גייט יא און נישט געשעהן אונטער אים וואס מיר איז טייער און וואס דו ענטפערסט נישט דירעקט געווענליך, ווייל דו קענסט נישט די ניואנסן צו טיף נאר מיט דיינע קינדרישע מיינד געימ'ס, און איך בין דער וואס מאכט אים נאך אומלעגיטים אויך.
ס'איז דא א שיעור צו דיין פאלשקייט, גענוג געווען.
ער איז נישט קיין פאפוליסט! ער איז א רויבער. און א מוח וואשער. דאס איז ער.
ער קען נישט פירן קיין לאנד, נאר אן אליגארכישע מלוכה. איינער וואס זאגט אנדערש ווי אים איז אינדרויסן. פון 2 טעג אין 2017 האט מען דאס געקענט זיך אויסלערנען, דו כאפסט עס נאך אלס נישט.
ער האט נאצי'ס אויף זיין קאבינעט, און ער לאזט ארויס פארברעכער.
א פאפוליסט איז איינער וואס רעפרעזענטירט וואס די קאסטישוענטס ווילן. נישט שניידט טעקס אויפן חשבון פון סאושל סעקיוריטי
פון די שקרים וואס ער האט אלס צאמגערעדט ביי זיין ערשטע פרעסע קאנפערענץ איבער די פייערן קען מען שרייבן בלעטער...
ווען דו וועסט אויפהערן אזויפיל געסלייטן כאילו דו ווייסט שוין און פארשטייסט שוין אלעס בעסער ווי די וועלט און אנהייבן ליינען וואס איז פאפולער און וואס מענטשן ווילן און ווילן נישט וועל איך דעמאלטס רעדן מיט דיר.