טראמפ און זיינע צאללאזע ליגנטס

סתם שלא מן הענין פאר די רעקארד.

בען שפירא האט אנגערופן די JAN 6 אטאקע אן 'אינסורעקשאן' גלייך נאכן עווענט... יעצט קען ער דרייען מיט די פינגער וויפיל ער וויל..

View: https://www.youtube.com/watch?v=m8ZfmyxmgTA

(אין די ערשטע צוויי מינוט פון די ווידעא)

אויך לגבי די סאמעטוכע צו טראמפ האט יא אדער נישט געמיינט די נאציס ביים זאגן "There was good people on both sides", איז דא א ווידעא פון בען שפירא ווי ער טענה'ט אז עס איז זייער קלאר אז טראמפ האט יא געמיינט די נאציס - און אז ער גייט נישט זאגן פארדרייען די פאקטן פאר פארטיזאן סיבות... א געלעכטער פאר זיך.

View: https://youtu.be/9-UU1_Je4_g&t=577s

(דא צולייגט איינער אים, בפרט פאר זיין שעמלאזע הודאה אז ער איז גרייט צו פארווישן סיי וואס ווען עס קומט צו טראמפ..)

קרעדיט: דעסטיני
 
כ'בין אזוי עקסייטעד.

די מלחמה אין אוקריינא גייט פיינעלי קומען צו א סוף.

אז טראמפ האט געזאגט אז ער גייט דאס ענדיגן פאר ער ווערט פרעזידענט, דעמאלט האב מיר סך הכל ווייניגער ווי 24 שעה

זעלינסקי וועט זיך פיינעלי קענען אויסטוהן די מיליטערישע קליידער.
פוטין איז שוין ארויס געפארן אויף דאטשע, צום ערשטע מאל אין יארן וואס ער דארף שוין נישט טראגן די דאגה פון world peace אליינס.

ס'קומט צו גיין א גוטע טאג היינט. אפשר וועט זיך אריין שלעפן ביז ביינאכט, אבער די ריכטיגע מינוט איז שוין דא.

דאס איז חוץ פון די פרייזן פון געז וואס גייט אראפ גיין חאטש צוויי דריטל מארגן נאכמיטאג...
וואלווי איי לאוו יו דא האסטו א 💗
 
סתם שלא מן הענין פאר די רעקארד.

בען שפירא האט אנגערופן די JAN 6 אטאקע אן 'אינסורעקשאן' גלייך נאכן עווענט... יעצט קען ער דרייען מיט די פינגער וויפיל ער וויל..

View: https://www.youtube.com/watch?v=m8ZfmyxmgTA

(אין די ערשטע צוויי מינוט פון די ווידעא)

אויך לגבי די סאמעטוכע צו טראמפ האט יא אדער נישט געמיינט די נאציס ביים זאגן "There was good people on both sides", איז דא א ווידעא פון בען שפירא ווי ער טענה'ט אז עס איז זייער קלאר אז טראמפ האט יא געמיינט די נאציס - און אז ער גייט נישט זאגן פארדרייען די פאקטן פאר פארטיזאן סיבות... א געלעכטער פאר זיך.

View: https://youtu.be/9-UU1_Je4_g&t=577s

(דא צולייגט איינער אים, בפרט פאר זיין שעמלאזע הודאה אז ער איז גרייט צו פארווישן סיי וואס ווען עס קומט צו טראמפ..)

קרעדיט: דעסטיני
בען שאפירא איז אייביג געווען א עסטאבלישמענט פיגור. קיינמאל נישט געווען באזירט אויף קיין פרינציפן. די מערסטע הנאה האב איך צו איבערליינען און איבערליינען נאכאמאל און נאכאמאל זיין מאניפאסטא ארטיקל פארוואס ער וועט קיינמאל אין זיין לעבן נישט וועלן פאר טראמפ אפגעזען וואס טראמפ גייט נאר טוהן.....

פרובירט נאר צו טרעפן די ארטיקל
Ben Shapiro why I would never vote for Donald trump
 
אז מען רעדט שוין. ווייסטאך שוין היינט יעדע בר דעת פון דער פרעכער ליגענט וועגן די 'ס'דא גוטע מענטשן אויף ביידע זייטן מיט 'וואס די אלגעמיינע סטעיט פרעסע האט אומפארשעמטערהייט באשמוצט און דערנידערט טראמפ על לא עוול בכפו, וואס אפי' די סטעיט א''ג 'פעקט טשעקער' סנאופּס האט שוין אויך געטוישט זייער מיינונג (בערך ווי שאפירא). ליינט און שטוינט.

No, Trump Did Not Call Neo-Nazis and White Supremacists 'Very Fine People'
 
די שאלה איז שוין אביסל שווערער צו ענטפערן, איך האב מיך היבש געשעמט מיט די זשענעווערי סיקס סיטואציע, און איך האלט אז ס'האט נישט געטארט געשעהן, און ס'איז געווען פיינע בושות.
כ'האב הנאה צו הערן, ווייל ווען איך האב זיך מיט דיר געטעהנ'ט אויף קרעמל שרייבער'ס האסטו עס סופארטעד אלס פרי ספיטש, און פריטענדעד אז דאס אז ער איז ארויס פון די ווייסן הויז מיינט אז ער האט קאנסידידעד און אנגענומען די רעזולטאטן (א פאלשע דיסטרעקטינג טאלקינג פוינט) האסטו איוואלווד פון דעם? אדער דו האלסט נאך אזוי?
אבער איך האלט אז דו פרעיזד דיין שאלה זייער איינזייטיג, מ'לייגט אסאך אראפ כאילו די אטאקע איז טראמפס שולד אינגאנצן ווייל ער האט נישט געטון גארנישט עס אפצושטעלן, די שאלה איז וויפיל איז עס געווען אין זיינע הענט בכלל עס צו סטאפן? ער האט געשריבן אז מ'זאל אהיימגיין פיעספול, ס'האט נישט געהאלפן און ס'וואלט נישט געהאלפן אז ער זאל שרייבן שארפער און פריער, ווייל די טראבל מעיקערס וואלטן עניוועי געמאכט טראבל, און די שעפעלעך וואס האבן ליב עקשען און כאפן זיך מיט וואלטן עס עניוועי געטון.
איין קליינע פראבלעם: ס'איז דא אסאך עדים וואס ווייסן אז טראמפ האט געוויסט וואס קומט, און איז געווארן געבריעפט דערויף פון מארק מעדאוס און קאמיוניקירט מיט רודי דזשוליאני אויף Jan 2 אין ווייסן הויז. די אינטערן האט טעסטיפייד וואס זי האט מיטגעהאלטן און וואס זי האט גערעדט מיט רודי וואס האט איר געזאגט אויף Jan 2 "איז גיי מיר אראפגיין צו די קאפיטאל, די פרעזידענט גייט דארט זיין, און ס'גייט זיין גוט." פיין עפעס א לאו לעוול אינטערן איז נישט גוט, הער פון אראנטאו אדער פון פעט סיפעלאני די הויפט לויער דעמאלטס.

ער האט קלאר געוויסט פון פריער אז ס'גייט זיין געוואלדטאטן, און ס'קומט זיך אים א טורמע טערמין פארן פארראטן די לאנד. און באזונדער פארן זיין א דעמעגאג און לייקענען אז ער האט עפעס דערמיט "אויסער מאכן א ספיטש"

אויב איז דא נאך מענטשן וואס זענען קארופט פון עני פארטיי ווי נענסי אדער שיף האלט איך פונקט אזוי אויף זיי, אבער עס נעמט גארנישט אוועק פון דעם קעיס אז ער איז א פאררעטער און א דעמעגאג. וואס מאכט זיך ווי ס'האט גארנישט מיט אים און ס'איז פערצופאל געשעהן און ער דיסטענט זיך פון די גאנצע זאך, איי רודי האט אים אויפגערייצט צו קומען און פארדעם האט פאסירט די באבי ענגל פרשה וואס ווייניג רעדן דערפון ווי טראמפ איז שיין צוריקגעטראגן געווארן צו די וועסט ווינג... ער האט געוואלט זיין לאויעל צו זיין בעיס! ער האט געוואלט רודי זאל אים געפעלן! ער האט געוואלט טוהן די "ריכטיגע זאך" מ'האט אים נאר נישט צוגעלאזט ווייל א פרעזידענט באלאנגט נישט דארט. כ'ווייס טאקע נישט פארוואס, ס'איז דאך גארנישט געשעהן דארט, מ'קען דאך קלאר איינזעצן אז א BLM פראטעסט איז ערגער... ער וואלט פשטות געדארפט זיצן דארט אויף א סטעידזש צווישן די אייזענע סקעפאלדינג אויף א גאלדענע בענקל, פאכענען מיט די הענט, און אפי' נעמען סעלפי'ס ווי אלע זיינע פענס מיט די רויטע היטלעך.

אינטערסאנט רודי האט מען נאכנישט געפארדענט און איז לכאורה אין דיפ שיט. געבליבן בעירום ובחוסר כל. אפילו אויב טראמפ פארדענט אים, האט ער שוין נישט זיינע הויפט עססעט'ס און די קנס אז ער האט געדארפט צאלן שווערע מיליאנען פאר זיינע עבירות איז שוין פיינעלייזט. און איז געווארן disbarred אין ניו יארק דאס מיינט ער קען מער נישט זיין קיין לויער. נאך די נאכאנאנדע "פרוף" וואס מ'זעהט אויף די ווידיאו'ס איז למעשה נישט קיין פרוף.... מסתם ווייל די ריכטער איז א ליבעראל און האט פיינט טראמפ און דזשוליאני. Inadmissable evidence דאס הערט מען נישט... נאר די נערעטיוו. אלעס איז קארופט, אלעס איז פעיק. אקעי, זאל זיין אזוי.

ס'איז קלאר אז ער האט געוויסט פון זאכן as they were escalating דאס הייסט מ'האט אים געגעבן העדס אפ עטליכע מאל, וואס ס'וואלט געקענט פארמיטן ווערן זאכן פון ווערן נאך ערגער.

טר. האט געוויסט ס'איז דא וואפן, ער האט געוויסט מ'גייט קעגן פענס, ער האט געוויסט ס'איז דא דארט נעא נאצי'ס, און האט געוויסט מ'גייט זיך שלאגן ווייל האט געזאגט שלאג דיך. ער האט גערייצט און געטוויט אסאך מאל וועגן דעם, ער האט אינסייטעד וויילענס!

5 קלעימ'ס האב איך דא געמאכט:

  1. געוויסט אז ס'קומט אן אטאקע אויפן קעפיטל א וואך פריער לפחות
  2. געוויסט אז ס'גייט זיין וויילענט און האט עס געשטיצט מיט fight like hell ווייל אז נישט איז נישט דא קיין לאנד מער, זייער אבוויעס אז דאס מיינט גיין מיט געוואלד איבערדרייען רעזולטאטן. Anarchy אויף אידיש גערעדט.
  3. געוויסט וועלכע סארט עולם (נעא נאציס און סופרעמיסטס) וועלן זיין דארט וואס זענען א danger פאר סאסייעטי אפילו פאר פרידליכע. אויב איז ער מקפיד נישט צו זיין אסאישיעטעד מיט זיי וויסנדיג ווי שטארק זיי גייען פאר אים וואלט ער כאטש זיי געדארפט אנווארענען זיי זאלן איינרוען. ער האט נישט.
  4. געוויסט אז ס'וועט פשטות זיין פאטאל ווייל 90% זענען נישט דורכגעלאזט די טשעקפוינטס צוליב זיין שווער באוואפנט און געבליבן ביי די וואשינגטאן מאנומענט אנשטאט אריינגיין צו די א.ג. Save America Rally ביי די Ellipse
  5. געוויסט בפרטיות אז מייק פענס איז א טארגעט ווייל ער האט אים אדרעסירט ביים דרשה אויף אַ וועג אלס די מענטש וואס קען עס ערלעדיגן. אראפווארפנדיג די שולד פון זיך, און אים נוצן אלס שעיר לעזאזאל.
1000284313.jpg

למשל אזעלכע peaceful פראטעסטירער האבן זיך געדרייט ביים אינסורעקשן יענעם טאג. גוגל וואס די ר"ת מיינט.

וועסט נישט גלייבן אבער א גרויס חלק פארוואס איך בין אזוי לינק ווי איך בין היינט איז נאכן גרינטליך פארשן די דזשענווערי סיקס איבערפאל און געליינט דעם דרשה וואס ער האט געגעבן עטליכע מאל. און אויסגעהערט שעות פון טעסטימאני, נישט די מידיא, די אייגנטליכע מענטשן אויפן דזשאב.

בשעת ס'איז געשעהן האב איך נאך זיך גערעגט אויף Jack Dorsey פארן קאנטראלירן פרי ספיטש, היינט טראכט איך ווען איך בין ווען אין זיינע שיך וואלט איך געטוהן די זעלבע, אינסיינמענט אף וויילענס איז נישט קיין פרי ספיטש, אפגערעדט ווען א פרעזידענט טוט עס... ווייל איך ווייס היינט אסאך מער איבער דעם קעיס. איך ווייס למשל אז רודי דזשוליאני האט זיך מודה געווען ביחודות פאר די עלעקשן מענעדזשער אין דזשארדזשיע אז ס'איז נישט דא קיין שום קעיס.

און רודי איז אינדייטעד געווארן אין אריזאנע צוליב זיין פארמישט אין די פעיק עלעקטארעט סקאנדאל אפילו מ'האט דארט עס געקאלט פאר ביידן, טאקע שמאל, אבער פארט פאר ביידן, האבן זיינע היצקעפ אין שפיץ פון דזשוליאני זיך אויסגעלאכט און געזאגט who cares אונז האבן עס און האבן געוואלט איינפירן marital law - א שטייגער ווי יעצט אין קארעא האט די פריים מייסטער דאס פרובירט מיט זייער Jan 6
https://www.reuters.com/world/us/gr...lect-trump-2024-04-24/?utm_source=chatgpt.com

זיכער איז דאס אלעס א וויטשהאנט אבי נישט צו האבן טראמפ, אוודאי ס'הערט זיך נישט גוט ווען מ'איגנארירט אלע פאקטן ארום די פרשה וואס איז נוגע. דאס לאזט מען אויס. פאקטן איז דאך בארינג.

ס'הערט זיך גוט אז טראמפ זאגט א נערעטיוו אז טשאק טשומער האט אים צוריקגעווארפן די נאשינאל גארד אפער אין פנים, די פאקט אבער איז ער האט נישט קיין איין פאון קאל געמאכט צו קיינעם וועגן דעם נאר די וואשינגטאן גאווענער האט עס ארלעדיגט.

אבער צו פראטעקטן זיין לעגעסי איז ער דאך ווייטער היראו, זאלסט חס ושלום נישט זאגן ער האט דאס צוגעלאזט. ניין, נעבעך poor him, awww ער האט געבעטן די נאשינאל גארד זאל קומען! מאך נישט קיין ראלי הארט נאכן פארלירן אן עלקשען ווי דו זאגסט מ'זאל טוהן געוואלדטאטן און זיך שלאגן וועלן זיי נישט דארפן קומען. אביסל שכל, אביסל אויפריכטיגקייט. ניין, קלעב צו די באקוועמען נערעטיוו.

יעצט נומבער איינס איז אביסל אמת, ס'איז טאקע געווען געפערליך און נישט קיין נארמאלע פרידליכע פראטעסט, אבער די מידיא האט עס פעסט אויפגעבלאזן סאך מער ווי ס'איז, א קליינע משל, די חלק פון ארויסברענגען ווי דעדלי די פראטעסט איז געווען, ווען די איינציגסטע עכטע טויטער אויפן סצענע איז געווען א פרוי פון די פראטעסטירער זייט,
דאס איז די עקלדיגע נעראטיוו וואס דו האסט אראפגעשלינגען. נישט געשטארבן.
הגהות הב"ח: ווילאנג מ'אטעמט נאך איז גוט, און די מינוט מ'אטעמט שוין נישט איז עס א מידיא נערעטיוו אז די איבערפאל האט נישט געמיינט וואס מ'מיינט ס'מיינט, און די מידיא בלאזט עס way up אבער אויב איז נאך דא א פולס (גמרא ניגון) איז אלעס rosy און שיין וכן נוהגין.

140 פאליציי זענען געשעדיגט געווארן, אנגעבריקוועט געווארן, בלינד געווארן! עלעקטרעזירט געווארן מיט א סטאן גאן, באווארפן געווארן מיט ספיקערס! עטליכע זענען מבוזה געווארן און אריינגעשלעפט געווארן אין די קראוד! טייל האבן אפילו פרובירט זיי צו רעקרוטן!

לייג דיך אריין אין איין מינוט אין זייער מצב אז זיי דארפן אזוי לעבן פאר די רעסט פון זייער לייף פארן באשיצן די לאנד וואס זיי רעספעקטירן און גלייכן. עמעפעטי!!

140 פאליציי קעגן טויזנטער מענטשן.

4 פאליציי זענען באגאנגען זעלבסטמארד! אייניגע חדשים שפעטער!!!

ביזט זיכער ס'האט גארנישט איינגעלייגט מיט דעם?
אוודאי איז עס געווען פון טראמא וואס זיי האבן דארט מיטגעמאכט און געזעהן קאלעגעס אויסגיין און נעמען ביטערע קלעפ, לויט ווי די איבערלעבער האבן פארציילט, ווען נארמאל איז די פאליציי די שטארקע מענטש וואס פראטעקט, כ'פיל דו כאפסט אפילו נישט וואס דא האט פאסירט. דו האסט נישט געהערט זייער זייט פון די מעשה, ריכטיג?

The Four Officers Who Died by Suicide:
1. Officer Howard Liebengood (Capitol Police)

Date of Death: January 9, 2021
Cause: Suicide. He passed away three days after the Capitol attack. He was reportedly deeply affected by the violent events at the Capitol.

2. Officer Jeffrey Smith (Metropolitan Police Department of D.C.)

Date of Death: January 15, 2021
Cause: Suicide. Smith had sustained injuries during the attack, including head trauma from being struck with a metal pole.
3. Officer Gunther Hashida (Metropolitan Police Department of D.C.)

Date of Death: July 29, 2021

Officer Kyle DeFreytag
Date of Death: July 10, 2021

דאס איז די נערעטיוו: געשטארבן אדער נישט, אנגענומען אדער נישט, ארויסגעגאנגען אדער נישט, פיעספול אדער נישט.

נישט אז מ'האט זיך איינגעבראכן אין א גאווערמענט אינסטיטוציע און עס חרוב געמאכט אן קיין שום ריספעקט פאר אינסטיטוציע און דעמאקראטיע.

נישט אז די צולאזטע יונגען האבן געוואלט איינפירן אנארכיע און מארשל לאו. און זענען געקומען גאר נאנט צו די קעסטל דעלעגאטן.

נישט אז די שטערקסטע מענטש אין לאנד האט עס אויפגערייצט אויף זיין סאציאלע מידיא און האט קאפיטאלאזירט אויף אייגנטליכע מידיא ליגנט'ס פון די פארגאנגענהייט, דא צו זיין די arbiter of truth ס'הייסט ער גייט דיר העלפן פארשטיין די אמת, ווען ער האט געטוהן פונקט פארקערט, און די זעלבע חטא וואס די מידיא האט געטוהן elsewhere לאמיר זאגן מיט let's go Brandon

נישט אז ער האט זיך צוגעהערט צו רודי דזשוליאני'ס עדווייס, און איגנארירט פעט סיפעלאני'ס ביטע'ס ער זאל נישט גיין פאראויס מיט זיין פלאן, און זאל זיך אפלאזן פון די סטאפ די סטיל שקרים.

אבער ער האט עס נישט געקענט אפשטעלן אך...

דאס אלעס איז לא דובים ולא יער.
און די פאליציאנט וואס איז געשטארבן שפעטער קען מען דן זיין צו ס'האט געהאט מיט דעם,
4 פאליצאנטן.

איך וויל נישט אריינלייגן ווערטער אין דיין מויל, כ'וויל נישט אוועקנעמען דיין ספעשעלטי, אבער אויב דארף איך מאכן א ווילדע guess האסטו נישט אויסגעהערט קיין טעסטימאני'ס פון קיין איינס פון די קעפיטאל פאליס. לויט וויאזוי דו רעדסט. אבער ס'איז נאר א ווילדע guess קען זיין א בייזע חשד.
נומבער 2 גלייב איך נישט, ס'קען זיין אז טראמפ האלט טאקע אז מ'האט אים באגענבעט די עלעקשאנס,
אויב דו האלסט אזוי פארוואס שעמסטו דיך פון די 6? זיי זענען דאך הייליג גערעכט? אפשר איז Patrick McCaughey א היראו פארן פינען officer Daniel Hodges די פאליציי וואס מ'זעהט שרייען פאר יסורים ווייל ער האט געהאלטן די ליין. איין מענטש, האט פאר יענע פאר מינוט אפגעהאלטן די מאב

און לאמיר עס נאכאמאל אריינהאקן, וועלכע מאב? די מאב וואס טראמפ האט זיי געלאדנט אהין! און זיי גלייבן ווי וואוילע שעפעלעך אז ער איז די געווינער און די גאווערמענט איז כולו קארופט און שמוציג און ער א צדיק. זיי גלייבן דאך די אמת, זיי טארן נישט? זעהט אויס נישט אלעס מעג מען גלייבן עט פעיס וועליו.
אבער איך גלייב נישט אז ער האט געהאלטן אז דאס גייט זיין די וועג צוריקצובאקומען די פרעזידענטשאפט.

נומבער 3 האב איך שוין געענטפערט אז בעצם זע איך יא די פראבלעם מיט די גאנצע זשענעווערי סיקס, אבער איך האלט אז ער האט עס נישט געפלאנט, און ס'איז נישט געווען עכט בידו עס צו סטאפן, סאו ס'איז נישט עכט זיין פאולט.
אזוי. פארוואס האט ער געפרעגט מייק פענס נאכדעם
"What if we didn't have the rally on the Capitol"
הייסט ס'איז געווען אן אפשן נישט צו מאכן די ראלי? די ראלי וואס האט אנדערמיינד די גאנצע פראצעס פון אונזער פרי און פעיר עלעקשנס, און אונז געמאכט די laughingstock פון די וועלט און געלאזט אזויפיל ציווילע נעמען די fall. און פארט איז מען געגאנגען דערמיט.

נעבעך אויף פענס דא, ער לייגט דא אראפ ווי ער האט די ערשטע מאל גערעדט מיט טראמפ נאכדעם, ער איז נעבעך טראמאטייזט אז זיין גרעסטע איידאל/רבי צדיק האט אים געווארפן אונטער די באס. אבער ער איז דאך דאך א חסיד פון זיין רבי'ן סא וואס טוט מען יעצט? פאק יו רבי? נאאא... מ'איז מקבל און מ'איז ווייטער חסיד.
 
לעצט רעדאגירט:
אויך לגבי די סאמעטוכע צו טראמפ האט יא אדער נישט געמיינט די נאציס ביים זאגן "There was good people on both sides", איז דא א ווידעא פון בען שפירא ווי ער טענה'ט אז עס איז זייער קלאר אז טראמפ האט יא געמיינט די נאציס - און אז ער גייט נישט זאגן פארדרייען די פאקטן פאר פארטיזאן סיבות... א געלעכטער פאר זיך.

View: https://youtu.be/9-UU1_Je4_g&t=577s

(דא צולייגט איינער אים, בפרט פאר זיין שעמלאזע הודאה אז ער איז גרייט צו פארווישן סיי וואס ווען עס קומט צו טראמפ..)

קרעדיט: דעסטיני
וויאזוי האט א קלוגער אמאל געזאגט: א שקרן דארף האבן א גוטע זכרון.
 
בען שאפירא איז אייביג געווען א עסטאבלישמענט פיגור. קיינמאל נישט געווען באזירט אויף קיין פרינציפן. די מערסטע הנאה האב איך צו איבערליינען און איבערליינען נאכאמאל און נאכאמאל זיין מאניפאסטא ארטיקל פארוואס ער וועט קיינמאל אין זיין לעבן נישט וועלן פאר טראמפ אפגעזען וואס טראמפ גייט נאר טוהן.....

פרובירט נאר צו טרעפן די ארטיקל
Ben Shapiro why I would never vote for Donald trump
דו האסט נישט ליב בען? וואספארא מין קאנסערוואטיוו ביזטו?

וועם גלייכסטו יא?

קוק נאר זיין קליפ איבער די מערדעריי פון ברייען טאמפסאן. ליטערלי 97% פון זיינע שווערע הונדערטע טויזנטע קאמענטארן האבן אים אראפגעריסן, כ'מוז מודה זיין כ'האב געהאט טיפע פארגעניגן צו זעהן אזויפיל מענטשן זעהן דורך זיין בולשיט.
 
כ'האב הנאה צו הערן, ווייל ווען איך האב זיך מיט דיר געטעהנ'ט אויף קרעמל שרייבער'ס האסטו עס סופארטעד אלס פרי ספיטש, און פריטענדעד אז דאס אז ער איז ארויס פון די ווייסן הויז מיינט אז ער האט קאנסידידעד און אנגענומען די רעזולטאטן (א פאלשע דיסטרעקטינג טאלקינג פוינט) האסטו איוואלווד פון דעם? אדער דו האלסט נאך אזוי?
איך געדענק נישט פונקטלעך וואס איך האב געשריבן דארט, אבער לכאורה האב איך געזאגט אז שרייען אז די עלעקשאנס איז געגנבעט איז באשיצט אונטער פרי ספיעטש, און איך שעם זיך מיט די זשענעווערי סיקס איבערפאל, און איך האלט נאך אלס אזוי.
בשעת ס'איז געשעהן האב איך נאך זיך גערעגט אויף Jack Dorsey פארן קאנטראלירן פרי ספיטש, היינט טראכט איך ווען איך בין ווען אין זיינע שיך וואלט איך געטוהן די זעלבע, אינסיינמענט אף וויילענס איז נישט קיין פרי ספיטש, אפגערעדט ווען א פרעזידענט טוט עס... ווייל איך ווייס היינט אסאך מער איבער דעם קעיס. איך ווייס למשל אז רודי דזשוליאני האט זיך מודה געווען ביחודות פאר די עלעקשן מענעדזשער אין דזשארדזשיע אז ס'איז נישט דא קיין שום קעיס.
אינטערסאנט טאקע וואס איז פשט אז ביידען האט געדארפט פארדאנען די זשענעווערי סיקס קאמיטי, זיי האבן דאך געטון אלעס אזוי גראד און יושרדיג...
4 פאליציי זענען באגאנגען זעלבסטמארד! אייניגע חדשים שפעטער!!!
אינטערסאנט אז אזא שרעקליכע באוואפנטע אויפשטאנד האט נאר געקאסט קרבנות שפעטער נישט אויפן פלאץ, אינטערסאנט אז ס'איז געווען אזוי ווייניג פאליציי בשעת טראמפ האט געוויסט אז ס'קומט אן אטאקע, די אויפשטענדלער האבן געוויסט, נאר די עף בי איי האט גארנישט געוויסט צו ברענגען מער פאליציאנטן.
איך וויל נישט אריינלייגן ווערטער אין דיין מויל, כ'וויל נישט אוועקנעמען דיין ספעשעלטי, אבער אויב דארף איך מאכן א ווילדע guess האסטו נישט אויסגעהערט קיין טעסטימאני'ס פון קיין איינס פון די קעפיטאל פאליס. לויט וויאזוי דו רעדסט. אבער ס'איז נאר א ווילדע guess קען זיין א בייזע חשד.
איך האב טאקע נישט געקוקט די טעסטימאוניס, ס'איז מיר גענוג צו טשעקן די מעינסטריעם מידיא צו זעהן וואס זיי זאגן, ערגער ווי זיי לייגן עס אראפ גלייב איך איז די טעסטימאוניס נישט געווען.
 
דו האסט נישט ליב בען? וואספארא מין קאנסערוואטיוו ביזטו?

וועם גלייכסטו יא?

קוק נאר זיין קליפ איבער די מערדעריי פון ברייען טאמפסאן. ליטערלי 97% פון זיינע שווערע הונדערטע טויזנטע קאמענטארן האבן אים אראפגעריסן, כ'מוז מודה זיין כ'האב געהאט טיפע פארגעניגן צו זעהן אזויפיל מענטשן זעהן דורך זיין בולשיט.
וואס מאכט דיר טראכטן אז איך בין א קאנסערוואטיוו?

וועם איך גלייך? מיין ווייב און קינדער. אין די מידיא? דזשאן סטאססעל. ער איז שוין נישט אקטיוו, דערפאר טאקע איז שוין נישטא וועם צו זעהן אדער הערן.
 
רעדנ'דיגע פון נעא נאצי'ס

פיינעם דזשאב פאר הייל טראמפ פון ר'אילאן.

דאס האט אוודאי די מידיא ארויסגענומען פון קאנטעקסט.
 
איך וויל נישט עפענען קיין עקסטער שנירל, ברענג איך עס דא ביי טראמפ שנירל. איך בין שטארק נייגעריג: וואס איז געווען דער פשט פון מאלאניע טראמפס העט ביי די inauguration? איך קען עס פשוט נישט פארשטיין. קען איינער דאס מסביר זיין?
 
פשוט אן ענין פון styles
Trump inauguration fashion: Melania, Ivanka and Jill Biden outfits - BBC News
 
די גאנצע טענה פון @אינטעליגענט איז נאר רעלאווענט אויב די קומסט מיט די הנחה אז ס'איז קיין פראויד קיינמאל געווען און טראמפ האט באמת געוואלט גנב'נען אן אלעקשן דא, אבער לויט טראמפ אז מ'האט דא ג'גנב'ט זיין געווינס איז דאך דו אמעריקאנער דעמעקראטיע און געפאר און אין מיין אז אלע טענות פאלן פון זיך אליין אוועק
 
נישט ממש!

איך קען נישט גיין הרג'נען איינעם מיטן טענה אז איך בין איבערצייגט אז יענער איז א סכנה. און איך קען נישט לעגאל גנב'נען פון א געשעפט מיטן טענה אז זיי האבן מיר גע'טשארדזשד צופיל...
אויב וויל איך עס טענה'ן איז דא א פראצעדור וואס דארף דורכגיין א געריכט און נאכן אנאלאזירן די ראיות און עווידענס קען מען קומען צו אן החלטה, ווי איינס פון די צוויי וועלן פארסירן - אדער וועט זיך אויסשטעלן אז מיין ארגומענט איז גערעכט און מיינע אקציעס זענען דערפאר געווען בארעכטיגט, אדער וועל איך ענדיגן אין תפיסה..
סתם עס לאזן לויפן גייט נישט קענען פארסירן..

ביי טראמפ איז אבער אנדערש - אפי' געריכטן האבן קלאר ארויסגעווארפן צו געאורטיילט אנקעגן זיינע ארגומענטן...
 
לעצט רעדאגירט:
נישט ממש!

איך קען נישט גיין הרג'נען איינעם מיטן טענה אז איך בין איבערצייגט אז יענער איז א סכנה. און איך קען נישט לעגאל גנב'נען פון א געשעפט מיטן טענה אז זיי האבן מיר גע'טשארדזשד צופיל...
אויב וויל איך עס טענה'ן איז דא א פראצעדור וואס דארף דורכגיין א געריכט און נאכן אנאלאזירן די ראיות און עווידענס קען מען רומען צו אן החלטה, ווי איינס פון די צוויי וועלן פארסירן - אדער וועט זיך אויסשטעלן אז מיין ארגומענט איז גערעכט און מיינע אקציעס זענען דערפאר געווען בארעכטיגט, אדער וועל איך ענדיגן אין תפיסה..
סתם עס לאזן לויפן גייט נישט קענען פארסירן..

ביי טראמפ איז אבער אנדערש - אפי' געריכטן האבן קלאר ארויסגעווארפן צו געאורטיילט אנקעגן זיינע ארגומענטן...
דאס איז אלס גילטיג ווען ס'איז דא א אויפריכטיגע סיסטעם מיט א אויפריכטיגע געריכט און ארדענונג. אבער אויב איז די מעשה פארקערט און ס'נישטא דאן שטייט מען אויס אנדערע סאלושנס וויאזוי אזעלכע פראבלעמען לעזן זיך.

למשל, אין א פאל וואס א העלטה קעיר פירמע באקומט לעגאלע רעכטן צו אפמאכן מיט יחי' ומי ימות, און ס'וועלן זיין אזעלכע וואס אנערקענען אז ס'איז פּרעכע רציחה, וועט לכאורה עווענטועל איינער נעמען די געזעץ אין די הענט און ברענגען יוסטיץ. דארט וואו די רעגירונג ערפילט נישט זייער ארבעט.
 
דאס איז אלס גילטיג ווען ס'איז דא א אויפריכטיגע סיסטעם מיט א אויפריכטיגע געריכט און ארדענונג. אבער אויב איז די מעשה פארקערט און ס'נישטא דאן שטייט מען אויס אנדערע סאלושנס וויאזוי אזעלכע פראבלעמען לעזן זיך.

איינער וואס איז קאנווינסד אזוי איז טאקע א ציווילע קריג זיין איינציגסטע אפציע!

ער זאל זיך נאר רעכטן פאר די מעגליכקייט אז די פאליציי (און די קארופטירטע רעגירונג - אדער די וואס האלטן אז עס נישט קארופטירט בכלל) וועלן זיין שטערקער ווי אים און אים אונטערברענגען...

אין די סיסטעם קען ער נישט שרייען אז עס איז קארפטירט אן קיין קאנצעקווענצן (חוץ אויב די סיסטעם איז גענוג קארופטירט אדורכצולאזן אזעלכע עוולות..)
 
נישט ממש!

איך קען נישט גיין הרג'נען איינעם מיטן טענה אז איך בין איבערצייגט אז יענער איז א סכנה. און איך קען נישט לעגאל גנב'נען פון א געשעפט מיטן טענה אז זיי האבן מיר גע'טשארדזשד צופיל...

נכון, אבער צו ראטעווען א לאנד פון אריינפאלן אינטער א אומערוועלטער פירער פארשטייט יעדער אז מ'דארף גיין און מלחמה, און לעצטע מאל איך האב געטשעקט מיינט דאס הרג'נען מענטשן
אויב וויל איך עס טענה'ן איז דא א פראצעדור וואס דארף דורכגיין א געריכט און נאכן אנאלאזירן די ראיות און עווידענס קען מען רומען צו אן החלטה,

הגם איך האב נישט געהערט פון קיין שום ערנסטע פעלטשרייען אויף ארגאניזירטע פארנעם ווייס איך אבער אז ס'איז געווען א קאנדידאט פאר פרעזידענט וואס האט געהאט טענות אויף די עלקשנס און ס'איז קיינמאל נישט געווארן אויסגעפארשט, פלאס וואס איך גלייב אז ס'איז דא פעלטשרייען ביי יעדע עלקשנס און ביי אזא שמאלע אויסגאנג ווי און 2020 קען זיכער ווען האבן אויסגעמאכט
ווי איינס פון די צוויי וועלן פארסירן - אדער וועט זיך אויסשטעלן אז מיין ארגומענט איז גערעכט און מיינע אקציעס זענען דערפאר געווען בארעכטיגט, אדער וועל איך ענדיגן אין תפיסה..

אנדערש איז אבער געווען דא (נישט לויט מיין מיינונג, איך ברענג נאר ארויס די מיינונג פון טראמפ, ווי אויבנדערמאנט האב איך נישט קיין מיינונג אין דעי דעבאטע נאר איך האלט אז ס'איז דא אויף וואָס זיך צו טענה'ן) ווי די קארט האט און רוב אדער אלע פעלער גע'פסק'נט אויף סטענדדינג (ווער דען אויב נישט די קענדאטען דארפן האבן די רעכט אריין צו געבען קלאגעס??) אדער טיימינג צו פרי אדער צי שפעט
סתם עס לאזן לויפן גייט נישט קענען פארסירן..

גערעכט, טראמפ איז טאקע א טשיקן פארן בעטן זיינע שטיצער צי זיין פרידליך, ער וואלט ווען געדארפט דערקלערן א ברידער קריג
ביי טראמפ איז אבער אנדערש - אפי' געריכטן האבן קלאר ארויסגעווארפן צו געאורטיילט אנקעגן זיינע ארגומענטן...
עיין לעיל, חוץ אויב איך האב פאלטשע אינפארמאציע
 
די 2020 עלעקשאן איז קיינמאל נישט געקומען פאר א געריכט.

ס'איז דא גענוג און נאך סיבות און עווידענס וואס צייגט די וויכטיגקייט פארוואס די קלאגעס האבן געדארפט קומען פאר א טרייעל אבער בלי סיבה האט עס נישט פאסירט.
 
שטויות!
 
Back
Top