- זיך איינגעשריבן
- אפר. 15, 2024
- מעסעדזשעס
- 248
- רעאקציע ראטע
- 693
וועלכע חלק? ביטע עלאבארירן.
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
וועלכע חלק? ביטע עלאבארירן.
Evidence Stats on the 2020 Election | Here Is The Evidenceביידע חלקים!
עס איז יא געווען פארן געריכט. און ארויסווארפן פון געריכט הייסט צופעליג אויך 'געווען פארן געריכט'..
און געוויס זענען נישט דא 'גענוג' באווייז פארוואס עס וואלט געדארפט אנקומען פאר טרייעל... זיכער נישט גענוג צו קאנווינסן די אלע דזשאדזשעס און לויערס וואס האבן עס דורכגעטון דעמאלס און זינט..
און אז דו רעדסט שוין יא פון 'עלעבארירן'.. זיי ביטע מוחל און טו דאס זעלביגע.. שיס נישט קיין זאמד אין די אויגן מיט ליידיגע לאזונגען און פארלאנג אז איך זאל דיר אפפרעגן 'דעטאלירטעהייט'..
פארדעם זאג איך דיר אז ס'איז דא אסאך מענטשן וואס האבן געוואוט פאר טראמפ, אפילו זיי האלטן נישט אז ס'איז געווען פראוד, און זיי האלטן נישט אז ער איז א ראול מאדעל וויאזוי א מענטש פירט זיך אויף אין זיין פערזענליכע לעבן.
והא ראיה אז איבער האלב אמעריקא האט געוואוט פאר אים שוין ביי זיין דריטע געלויף, און מ'קען נישט זאגן אז מ'ווייסט נישט זיינע חסרונות, און מ'האט אים בטעות אריינגעוועלט, נאר וואס דען, ס'איז דא גאר אסאך שטארקע זאכן וואס ער ברענגט צום טיש, וואס אנדערע קענען נישט דעליווערן, און גאר אסאך מענטשן גייען פאר אים, ווייל ער איז גוט אויף די זאכן וואס ס'פעלט זיך אויס פארן לאנד.
אבער די גרינגסטע וועג ארויס איז צו זאגן אז אלע זיינע שטיצערס זענען משוגעים וואס גלייבן יעדע משוגעת וואס ער זאגט, און וואס סטיוו בענאן וחביריו זאגן, אזוי קען מען אראפמאלן יעדן פאר משוגעים און פערטיג, מ'דארף נישט מאכן קיין חשבון הנפש ווי מ'איז געגאנגען ראונג ביז אהער אז ס'זאל נאכאלס זיין ארום 75 מיליאן מענטשן וואס וואוטן פאר טראמפ, נאר יעדער איז משוגע און פערטיג.
ס'איז שוין ארויפגעגאנגען. ליין איבער די לאוסוט'ס פון ראוד איילענד, שיקאגא, ניו יארק און נאך סטעיטס וואס מ'האט זיי אפגשטעלט די פאנדינג היינט. ס'איז ריעליטי מיין פריינט. יא ס'איז געשטאנען אין פראזשעקט 2025 וואס ענטפערסטו? מ'האט עס פארגעזאגט אז די הערטידזש פאונדעישן האט עס פארגעשריבן און ער האט געלייקנט אז ער האט עפעס דערמיט, און יעצט שפילט זיך עס אויס פאר אונזערע אויגן.טשיל טשיל... זיי האבן קלאר געזאגט אז ס'גייט נישט ארויף אויף מעדיקעיד, מעדיקעיר, פוד סטעמפס, וכדומה.
און דער עולם האט פיין געוויסט ביים וואוטן, די לינקע האבן נישט אויפגעהערט שרייען וועגן פראזשעקט 2025
טענה דיר נישט ווייטער, פארקריכסט מיילן ווייט קפיצות הדרך.ביסט גערעכט, אבער די חברה וואס האבן נישט געוואוט קענען נישט האבן קיין טענות, ווילאנג נעמט צו וואוטן? מ'דארף ניטאמאל קיין וואוטער איי די, אז יענער האט נישט געקענט נעמען די פאר מינוט צו וואוטן זאל ער נישט קומען מיט קיין טענות.
איך גיי דיר ענטפערן קורץ און שארף, בערך אזויווי דו האסט געענטפערט די לעצטע פאר יאר.טענה דיר נישט ווייטער, פארקריכסט מיילן ווייט קפיצות הדרך.
איך זאג דיר א פאקט ס'קומט נישט אריין טענות. הער וואס מ'רעדט צו דיר חביבי שיינקייט, ס'איז נישט וואס די לאנד וויל ווייל די לאנד וואוט נישט... סך הכל האט עס גענומען א דריי צו רעכטס ווייל די לינקע האבן נישט גוט געשפילט די געים און האבן נישט גענומען אן AOC וואס איז נישט קיין וואשינגטאן סעיל אוט וואס קען זיין אזא טראמפ 2016 אדער א ביל קלינטאן מענטש, סתם טראמפ האט בעסער פראפאגאנדירט אויף אינפלאציע אן עקאנאמישע אישאו און ווי גוט ס'איז אוועקצונעמען די רעכט פון די פעד, אז ער זאל האבן די ווארט. אפילו די לאנד וויל עס עכט נישט ווייל די לאנד האט עס נישט געוואלט ביי ניקסאן און ביי רעיגען וואס האבן גערודפ'ט די פעד און ס'האט נאר בעקפייערט. כ'זאג דיר נוץ מיר נישט די קארד "די פאלק האט גערעדט" ס'איז נישט אמת. איך האב דיר געברענגט די נומערן און שוין.
דאס איז געווען היינט אין אלע נייעס.
טראמפ האט געפרוירן וויכטיגע פראגראמען אין אלע סטעיט'ס אריינגערעכנט מעדיקעיד, מעדיקעיר, און העדסטארט און אדיקשען פראגראמען מ'רעדט נישט פון פראגראמען וואס זאלן העלפן געוואר ווערן וויאזוי צו פלאנצן שטרוי אביסל בעסער, מ'רעדט ערנסטע יעדן טאגיגע פראגראמען, וואס מענטשן צאלן אויף דעם שטייערן, און די סטעיט'ס נעמען פון די רעגירונג דאלער פאר דאלער געפרוירן. היינט 5 אזייגער איז עס אריין אין אפעקט. ער מעג עס נישט עס טוהן ער האט נישט די אויטאריטי צו טוהן אבער אזוי האט ער געטוהן! די קאנגרעס האט די פאוער פון די געלט (purse) און גארנישט, טראמפ איז דאך באלבאס. ס'וועט נישט זיין די ערשטע מאל ער טוט א פארברעך קעגן מענטשהייט, און נאך איין מאל וויל איך הערן האנטער ביידן ווייל ס'איז דאך די זעלבע זאך... ער טוט וואס ער וויל און מיר ליידן! און מענטשן דערלערנען זיך נישט.
איך גיי דיר ענטפערן קורץ און שארף, בערך אזויווי דו האסט געענטפערט די לעצטע פאר יאר.
טראמפ האט 'לעגאל' געווינען. ער איז פרעזידענט, און ער קען טוהן וואס ער וויל. הצלחה.
נו נו..... אזויווי די לעצטע פיר יאר.... מעמער געוואויר ווערן. ס'זעט דערווייל אויס ווי ער האט זיך שנעל געלערנט. טראמפ איז נישט געשלאפן פאר די לעצטע פיר יאר. ער ראללט ווי א בּאָססס.
די הילל איז נישט צענטער זיי זענען אנגעבליכע וואשינגטאן עסטאבלישמענט (א''ג רעכטע) רעפאבליקאנער וואס האבן האַס אויף טראמפ. קיינמאל נישט געווען פרא טראמפ און אוודאי נישט אין צענטער.
https://thehill.com/regulation/cour...s-attorneys-general-sue-trump-administration/
פאר דער וואס וויל הערן מער איבער דעם, די היל איז צענטער.
איך אנטשולדיג זיך אז כ'האב נישט געטראפן גארנישט אויף יוסי געשטעטנער'ס פיד אדער טרוט.
נו פארדעם האב איך זיך אנטשולדיגט פאר דיר (נישט קאנסערוואטיוו) וואס קען נישט הערן א שלעכט ווארט אויף די טראמפ קולט אז ס'איז נישט דא פון די מענטשן וואס קושן טראמפ אין די טוכעס א באריכט, מיינענדיג אזעלכע סארט מענטשן ווי זעהט אויס דיר, וואס אלעס וואס איז אנדערש ווי טראמפ'ס גאספל איז אטאמאטיש א שקר און וואס איך זאג, איז פון סי ען ען'ס שופר ארויס.די הילל איז נישט צענטער זיי זענען אנגעבליכע וואשינגטאן עסטאבלישמענט (א''ג רעכטע) רעפאבליקאנער וואס האבן האַס אויף טראמפ. קיינמאל נישט געווען פרא טראמפ און אוודאי נישט אין צענטער.
ס'איז אמת אז די סטעיטס קלאגן אן די פעדעראלע רעגירונג, אבער די גאנצע קלאגע איז באזירט אויף שקרים. און לויט וואס איך האב געהערט האט מיר היינט א מומחה פארזיכערט אז ער האט געליינט די מאנדאט פונעם ווייסן הויז אין דעטאל און ס'איז א פּרעכע שקר. אלס אנצודרייען אינטעליגענט זאל אריינקויפן אין שקרים.
אזויווי זיי האבן דיר איינגערעדט ביי קאוויד.......
הייסט לויט דיר, ווילאנג טראמפ גייט נישט האבן רוב פון די אמעריקאנע פאפולאציע, דאס הייסט 160 מיליאן וואוטס גייט ער נישט האבן די מאנדאט...טענה דיר נישט ווייטער, פארקריכסט מיילן ווייט קפיצות הדרך.
איך זאג דיר א פאקט ס'קומט נישט אריין טענות. הער וואס מ'רעדט צו דיר חביבי שיינקייט, ס'איז נישט וואס די לאנד וויל ווייל די לאנד וואוט נישט... סך הכל האט עס גענומען א דריי צו רעכטס ווייל די לינקע האבן נישט גוט געשפילט די געים און האבן נישט גענומען אן AOC וואס איז נישט קיין וואשינגטאן סעיל אוט וואס קען זיין אזא טראמפ 2016 אדער א ביל קלינטאן מענטש, סתם טראמפ האט בעסער פראפאגאנדירט אויף אינפלאציע אן עקאנאמישע אישאו און ווי גוט ס'איז אוועקצונעמען די רעכט פון די פעד, אז ער זאל האבן די ווארט. אפילו די לאנד וויל עס עכט נישט ווייל די לאנד האט עס נישט געוואלט ביי ניקסאן און ביי רעיגען וואס האבן גערודפ'ט די פעד און ס'האט נאר בעקפייערט. כ'זאג דיר נוץ מיר נישט די קארד "די פאלק האט גערעדט" ס'איז נישט אמת. איך האב דיר געברענגט די נומערן און שוין.