טראמפ און זיינע צאללאזע ליגנטס

איך קען ביידע זייטן. און איך בין זייער באקאנט מיט די אנדערע זייט. איך האב דיר געבעטן פאקטן און דו קומסט מיט וועם איך דארף אויסהערן. איך האב אויך א ליסטע פאר דיר וואס איך האלט אז דו זאלסט אויסהערן....

ביטע ברענגען פאקטן וואו ראדזשער סטאון האט געהאט שייכות מיט עלעקשאן קאלוזשן מיט רוסלאַנד.
 
מיינע מיינונגען זענען נישט באזירט אויף אפיניאן'ס אין ארטיקלען. זיי זענען באזירט פון מיין אייגענע פארשטאנד פון קוקן בלויז אויף די פאקטן.

איך קען ביידע זייטן. און איך בין זייער באקאנט מיט די אנדערע זייט. איך האב דיר געבעטן פאקטן און דו קומסט מיט וועם איך דארף אויסהערן. איך האב אויך א ליסטע פאר דיר וואס איך האלט אז דו זאלסט אויסהערן....

ביטע ברענגען פאקטן וואו ראדזשער סטאון האט געהאט שייכות מיט עלעקשאן קאלוזשן מיט רוסלאַנד.
א מינוט זאגסטו דו האסט די אייגענע שיטות אן ליינען א מינוט שפעטער ביזטו אנבייעסד פון ביידע זייטן.
איך בין שוין אינגאנצן צומישט
 
והא ראיה אז איבער האלב אמעריקא האט געוואוט פאר אים שוין ביי זיין דריטע געלויף
איך מיין אז ביי די 19 שטאטן וואס האבן געוואוט פאר האריס איז דא א ביסל מער מענטשן, פון די 31 שטאטן וואס האבן געוואוט פאר די פערד'ס זון.....

מער פון האלב פון די שטאטן האבן טאקע געוואוט פאר טראמפ
אבער מענטשן ווייס איך נישט.....
 
קוק די נומבערס, איך האב יעצט געטשעקט אויף סי ען ען די פונקטליכע נומבערס, העריס האט באקומען 75,019,230 וואוטס און טראמפ האט באקומען 77,303,568 וואוטס.
 
קוק די נומבערס, איך האב יעצט געטשעקט אויף סי ען ען די פונקטליכע נומבערס, העריס האט באקומען 75,019,230 וואוטס און טראמפ האט באקומען 77,303,568 וואוטס.
אקעי איך צו צוריק
 
איך גיי דיר עס נאך איינמאל זאגן. שקרים זענען נישט נוגע אין פאליטיק. 'אלע' פאליטיקער זאגן בייזוויליג טאג טעגליך גראבע שקרים. טראמפ איז נישט קיין גרעסערע ליגענער ווי סיי וועלכע נאבעלע דעמאקראט. (מעמער באלד ענדיגן מיט פארלייגן אפאר ליגענטס פון דיין זייט)

וואס איז נוגע, איז וואס ער 'טוהט' למעשה! טוהט ער, איז ער ביי מיר א העלד, טוהט ער נישט, א גוטן טאג.

שניידן שטייערן איז נישט קיין פראבלעם, ווארום, ס'פעלט באמת בכלל נישט אויס פאר די אמעריקאנער רעגירונג צו איינקאסירן שטייערן. זאלן זיי פרינטן וויפיל געלט זיי ווילן, זיי טוהן עס סייווי. און ווען ביידן האט געארדענט געלט איז ער געווען די זעלבע רויבער. און ווען ער האט געריסן שטייערן (צו וויכטיג שיקן פופציג מיליאן קאנדאמס קיין עזה) איז ער נאך געווען א גרעסערע רויבער.
איך גיי עס מאכן קורץ.
הייבסט זיך אן פארוואס לינקע האבן 'פאר סתם' פיינט טראמפ, און ס'ענדיגט זיך אז 'דו האסט נישט קיין פראבלעם, מיט דאס און יענץ.. אקעי, כאטש ביסטו מודה אז אנדערע 'קענען יא האבן א פראבלעם'...

און איך בין גראדע מסכים אז 'אויב טוט ער אויף' איז ער א העלד - די שאלה איז נאר צו ער טוט אויף, און וואס ער טוט אויף.. אזויווי איך האב (ערגעץ אנדערש) ארויסגעברענגט פון קריס קאומא - איז דא שוואכע שאנסן ער זאל באמת עפעס אויפטון און קענען דורכפירן לעגיסלאציע ווי א נארמאלע מענטש. סתם שיסן עקזעקיוטיוו ארדערס איז ביי מיר סתם ווי צו-ווארפן לעגא'ס - גארנישט קיין גאונות אדער 'אויפגעטון'... חוץ פון דעם וואס רוב פון די זאכן בין איך אויסגעשלאסן דערקעגן..

לגבי דאס אז ער איז 'פונקט די זעלבע ליגנער ווי די לינקע פאליטיקאנטן'.. קודם אפי' נניח, האט ער סאמהאו מצליח געווען אויפצוהאדעווען א דור פון קאנספיראטארן אויף א מאסיווע פארנעם, עפעס וואס דעמאקראטן איז דערווייל נישט געלונגען.
והשנית והעיקר, ווען דו קראצט שוין יא אפיר די פאר 'גראבע ליגנטס' פון דעמאקראטן האסטו נישט געקענט טרעפן קיין איינס פון ביידן, אבאמא, אדער גרויסע פאליטיקאנט (נישט אז ס'נישטא - ס'נאר מסתמא נישט גענוג דראמאטיש..)
יעצט וואס וועט זיין מיט די ליגענט וואס מ'האט אונז געזאגט אז ביידן האט געפירט דעם לאנד פאר די לעצטע פיר יאר?
וואס וועט זיין מיט די פּאָטאָלאָגישע ליגענט אז סייענס ווייזט (און מי אני אויף קאווע האט עס נאך פארפאגדירט) אז קאוויד האט נישט במציאות געקענט קומען פון א לעב?
וואס וועט זיין מיט די ליגענט וואס פאוטשי האט געזאגט אז אמעריקע פאנד נישט קיין פראגראמען וואס שפילן מיט גאר געפארפולע ווירוסן?
וואס וועט זיין מיט די ליגענט פון דזשעימס קלעפּפּער אונטער oath פאר קאנגרעס און די גאנצע לאנד אז די ען עס עי שפיאנירט נישט אויף אמעריקאנער (אזויווי אין רוסלאנד)?

מיט יענע ליגענטס שלאפסטו רואיג....... מיר האט עס אבער אויפגעוועקט.
האסט אפיר געקראצט א 'פאטאלאגישע ליגנט' פון @מי אני.. אויך מיר א גרויסע דעמאקראט ווארטזאגער..
און פארגעס נישט אז דיין קארופטירטע CIA און דיעפ סטעיט זענען אט די זעלבע וואס האבן דיר אויפגעדעקט דעם גראבן שווינדל און ארויסגעקומען מיט די טרעפונגען אז ס'קומט למעשה יא פון א לעב.. אבער שוין, ס'שוין צופיל פארלאנגט פון א דעמאגאג צו מסכים זיין..

פאוטשי - נאך א דעמאקראט אין שטעטל..

די מידיע - א באנדע פון אפאר טויזענט (אויב נישט מער) פערסאנאל און דזשערנאליסטס וועמען דו פעינסט מיט איין גרויסע בראש ווייל אזוי שמעקט דיר,

און דאס איז די געוואלדיגע 'ליגנטס' וואס דו האסט אנדעקט פון דעמאקראטן (וואס ע"פ רוב זענען זיי היינט די וואס זענען מסכים אז ס'געווען טעותים).. עס איז ווייט נישט קיין פארגלייך צו דיין הער - טראמפ'ס לויזע מויל, וואס ווען ער עפנט עס שרייט מען 'ער מיינט עס נישט' און ווען ער טוט עס יא שרייט מען 'פארדעם האט די עולם גע'וואוט'..
בקיצור ער מעג זאגן וואס ער וויל, טון וואס ער וויל, זיך אויפפירן וויאזוי ער וויל, און דערוואגן זאל איינער נעבן אים אדער נעבן איינער וואס איז נאנט צו אים אדער צו די רעכטע דעמאגאגן אים צו קריטיקירן...

איך האב נישט קיין פראבלעם אז מ'קריטיקירט פאליטיקאנטן און אפי' דעמאקראטן, פאר זייער היפאקריטיע, פאר זייערע ליגנטס, און פאר זייערע פראבלעמען. איך אליין האב אסאך טענות אנקעגן ביידן און די דעמאקראטישע עסטעבלישמענט, נישט ווייניגער ווי פאר די האנטער פארדען (בעיקר פארן עס אויסשליסן אין אנהייב) און פארן פרעטענדן אז ביידן איז געזונט,
אבער וואס איך קען נישט דילדן איז ווען עס ווערט פארוואנדלט אין א קולט וואו קריטיק טאר נישט געהערט ווערן און וואו נאר לויעלטי איז שפיץ און וואו עס איז נישטא קיין פינטל אקאונטעביליטי...

קומסט מיר פאר ווי דער חכם וואס האט זיך אויפגעטוהן אז די דאקטער האט איהם געגעבן זעקס חדשים און ער האט געלעבט נאך אכט חדשים. געדולד......
זייט ווען טראסטן ענק בכלל דאקטוירים? :p

אויב האסטו פאקטן וואס קענען זיין אינטערעסאנט צו די דיסקוסיע ביטע ברענגען אהער. די פארט איז אז די מידיא האט ליגענט געזאגט פאר די פאלק זייער אפט און זיי זענען נישט טראסטבאר. אזוי האלט די מאיאריטעט פונעם פאלק אין זייערע אנקעטעס........ דאס זענען די פאקטן וואס איך ווייס.

זיי האבן געזאגט אז זיי ווייסן אז טראמפ האט געהאט קאלוזשן מיט רוסלאַנד. און אלע אנדערע ליגענטס אויבן דערמאנט וואס האבן זיך אויסגעלאזט אלס שקר.
קודם, דו ווייסט אז ער נישט געהאט קאלודעד מיט רוסלאנד?? פון וואו?

אבער דאס אז זיי האבן ליגנט געזאגט (נניח) איינצעלנע מאל דאס דארף זיי כלומר'שט אוועקנעמען די טראסט פאר אייביג?! ווען - אויב אזוי - פארלירן די רעכטע דעמאגאגן טראסט ווען זיי זאגן בטעות איינמאל אמת?
אפשר גייט טאקע די לאגיק אזוי, אז אויב איינער זאגט איינמאל ליגנט = טאר מען אים נישט טראסטן (נישט איך זאג עס 'סטאטיסטיקס' און 'פאקטן' זאגן אזוי...), און אויב איינער רעדט אמת איינמאל = אים דארף מען טראסטן...
 
וואס וועט זיין מיט די פּאָטאָלאָגישע ליגענט אז סייענס ווייזט (און מי אני אויף קאווע האט עס נאך פארפאגדירט) אז קאוויד האט נישט במציאות געקענט קומען פון א לעב?
היאך יכול החי להכחיש את החי? דא שרייב איך בפירוש אז:
קיינער דא האט נישט גע׳טענה׳ט אז עס ״קען נישט״ קומען פון א לעבּ און דאס אוועקגעמאכט מכל וכל (לידיעתי). סך הכל וואס מ׳האט גע׳טענה׳ט איז אז סייענטיסטן, ולכאורה א מערהייט פון זיי, וואס האבן דאס אנאליזירט האבן געזאגטאז עס קומט זוּנאַטיקלי [נאטורליך]; אזוי ווי עוואלושאן בכלל (אולי איז דאס די קשר וואס וואס מ׳וויל דא מאכן מיט הוכחות למציאת ה׳; ווייל עוואלושאן בעצם גייט נישט אין איינקלאנג מיט׳ן הוכחה פון ״אינטעלידזשענט דיזיין״...). (ואגב, דער דר. קריסטיען ענדערסען, דער עיקר סייענטיסט פונעם געלינקטן שטודיע, האלט נאך אלס אזוי אז עס איז זוּנאַטיק.) אבער [tag]קורקלענד[/tag] איז טאקע גערעכט אז עס איז דאך א שטארקע מעגליכקייט (דאס זעה׳מיר שוין פון די שטודיעס אראפגעברענגט פריער. הגם, כנ״ל, האבן זיי דאך, עכ״פ דעמאלטס, נישט געזאגט אז עס איז ״לכאורה״ אזוי). ווי אויך איז ער גערעכט אז די אלגעמיינע וועלט און סייענטיפישע קאָמיוּניטי זענען געווען צי פאר די זוּנאַטיק/נאטורליכע אפציע און צי אוועקגעמאכט די לעבּ-ליִק מעגליכקייט. ווי ווייט אייניג עס איז מיט א זוּנאַטיק מעגליכקייט, וואס איז אויך א שטארקע מעגליכקייט, איז שוין ניתן לדון. סייענטיסטן און וויראלאגיסטן רופן טאקע פאר אן אינוועסטיגעישאן אין צו דעם. זיי זאגן אז ביידע טעאריעס, זוּנאַטיק און לעבּ-ליִק, זענען ווייעבּל.
איך ברענג דארט אויך צו ארטיקלען וועלכע צייגן אז עס איז יא מעגליך געקומען דורך א לעבּ-ליִק בטעות. עכ״פ פון ״פּאָטאָלאָגישע ליגענט״ איז עס פאלג מיר א גאנג.
 
די פּאָטאָלאָגישע ליגענט טערמין האב איך חס ושלום נישט געזאגט אויף מי אני. נאר דווקא אויף די וואס האבן דאן פראפאגירט און דערשטיקט. וואס ווי ס'שיינט איז אפי' מי אני געפאלן פאר די פּאָטאָלאָגישע שקרים.

סארי פאר ווער ס'האט נישט פארשטאנען גוט.

נ.בּ. אצינד האב איך איבערגעקוקט יענע אשכול און מי אני זעהט אויס האט שוין אין די אויבן דערמאנטע ציטירטע הודעה זיך אוועקגעריקט פון זיינע פריערדיגע הודעות און מיינונגען נאך וואס ס'האט אנגעהויבן מיר שטינקן. יעדער קען קוקן דארט און אליינס אפמאכן......
 
לעצט רעדאגירט:
איך גיי עס מאכן קורץ.
הייבסט זיך אן פארוואס לינקע האבן 'פאר סתם' פיינט טראמפ, און ס'ענדיגט זיך אז 'דו האסט נישט קיין פראבלעם, מיט דאס און יענץ.. אקעי, כאטש ביסטו מודה אז אנדערע 'קענען יא האבן א פראבלעם'...

און איך בין גראדע מסכים אז 'אויב טוט ער אויף' איז ער א העלד - די שאלה איז נאר צו ער טוט אויף, און וואס ער טוט אויף.. אזויווי איך האב (ערגעץ אנדערש) ארויסגעברענגט פון קריס קאומא - איז דא שוואכע שאנסן ער זאל באמת עפעס אויפטון און קענען דורכפירן לעגיסלאציע ווי א נארמאלע מענטש. סתם שיסן עקזעקיוטיוו ארדערס איז ביי מיר סתם ווי צו-ווארפן לעגא'ס - גארנישט קיין גאונות אדער 'אויפגעטון'... חוץ פון דעם וואס רוב פון די זאכן בין איך אויסגעשלאסן דערקעגן..

לגבי דאס אז ער איז 'פונקט די זעלבע ליגנער ווי די לינקע פאליטיקאנטן'.. קודם אפי' נניח, האט ער סאמהאו מצליח געווען אויפצוהאדעווען א דור פון קאנספיראטארן אויף א מאסיווע פארנעם, עפעס וואס דעמאקראטן איז דערווייל נישט געלונגען.
והשנית והעיקר, ווען דו קראצט שוין יא אפיר די פאר 'גראבע ליגנטס' פון דעמאקראטן האסטו נישט געקענט טרעפן קיין איינס פון ביידן, אבאמא, אדער גרויסע פאליטיקאנט (נישט אז ס'נישטא - ס'נאר מסתמא נישט גענוג דראמאטיש..)

האסט אפיר געקראצט א 'פאטאלאגישע ליגנט' פון @מי אני.. אויך מיר א גרויסע דעמאקראט ווארטזאגער..
און פארגעס נישט אז דיין קארופטירטע CIA און דיעפ סטעיט זענען אט די זעלבע וואס האבן דיר אויפגעדעקט דעם גראבן שווינדל און ארויסגעקומען מיט די טרעפונגען אז ס'קומט למעשה יא פון א לעב.. אבער שוין, ס'שוין צופיל פארלאנגט פון א דעמאגאג צו מסכים זיין..

פאוטשי - נאך א דעמאקראט אין שטעטל..

די מידיע - א באנדע פון אפאר טויזענט (אויב נישט מער) פערסאנאל און דזשערנאליסטס וועמען דו פעינסט מיט איין גרויסע בראש ווייל אזוי שמעקט דיר,

און דאס איז די געוואלדיגע 'ליגנטס' וואס דו האסט אנדעקט פון דעמאקראטן (וואס ע"פ רוב זענען זיי היינט די וואס זענען מסכים אז ס'געווען טעותים).. עס איז ווייט נישט קיין פארגלייך צו דיין הער - טראמפ'ס לויזע מויל, וואס ווען ער עפנט עס שרייט מען 'ער מיינט עס נישט' און ווען ער טוט עס יא שרייט מען 'פארדעם האט די עולם גע'וואוט'..
בקיצור ער מעג זאגן וואס ער וויל, טון וואס ער וויל, זיך אויפפירן וויאזוי ער וויל, און דערוואגן זאל איינער נעבן אים אדער נעבן איינער וואס איז נאנט צו אים אדער צו די רעכטע דעמאגאגן אים צו קריטיקירן...

איך האב נישט קיין פראבלעם אז מ'קריטיקירט פאליטיקאנטן און אפי' דעמאקראטן, פאר זייער היפאקריטיע, פאר זייערע ליגנטס, און פאר זייערע פראבלעמען. איך אליין האב אסאך טענות אנקעגן ביידן און די דעמאקראטישע עסטעבלישמענט, נישט ווייניגער ווי פאר די האנטער פארדען (בעיקר פארן עס אויסשליסן אין אנהייב) און פארן פרעטענדן אז ביידן איז געזונט,
אבער וואס איך קען נישט דילדן איז ווען עס ווערט פארוואנדלט אין א קולט וואו קריטיק טאר נישט געהערט ווערן און וואו נאר לויעלטי איז שפיץ און וואו עס איז נישטא קיין פינטל אקאונטעביליטי...

זייט ווען טראסטן ענק בכלל דאקטוירים? :p

קודם, דו ווייסט אז ער נישט געהאט קאלודעד מיט רוסלאנד?? פון וואו?

אבער דאס אז זיי האבן ליגנט געזאגט (נניח) איינצעלנע מאל דאס דארף זיי כלומר'שט אוועקנעמען די טראסט פאר אייביג?! ווען - אויב אזוי - פארלירן די רעכטע דעמאגאגן טראסט ווען זיי זאגן בטעות איינמאל אמת?
אפשר גייט טאקע די לאגיק אזוי, אז אויב איינער זאגט איינמאל ליגנט = טאר מען אים נישט טראסטן (נישט איך זאג עס 'סטאטיסטיקס' און 'פאקטן' זאגן אזוי...), און אויב איינער רעדט אמת איינמאל = אים דארף מען טראסטן...
איך קען צוזאמען נעמען א טוץ פון ליגענטס פון ביידן און אובאמא, גרעסערע ווי אויך קלענערע. איך בין נישט אינטערסירט אבער פשוט ווייל ס'איז נישט נוגע איינמאל דו האסט די אנדערע וואס איך האב יא אויסגערעכענט. וויבאלד......די ליגענטס וואס איך האב יא ציטירט זענען נישט איינצעלע פון א אינדיווידועל, נאר איך האב דווקא גענומען אזעלכע וואס זענען פארפאגאנדירט געווארן דורך א גאנצע פארטיי אדער פאליטישע קלאס בעת ווען זיי זיי געווען ביים פולן באוואוסטזיין אז דאס איז אלס שקר. און ס'זענען אזעלכע גרויסע שקרים וואס שטעלט איין די וועלט.
 
הער אינטעליגענט, האסטו דא א לינק וואס ווייזט וויאזוי סטיווען מיללער איז מסביר די פאלשקייט פון די ליגענט וואס די מידיא האט פארפאגאנדירט אין נאמען פון טראמפ וועגן אפשטעלן פראגראמען וואס מ'האט קיינמאל נישט אפגעשטעלט. און איז מסביר די צעמישעניש וואס זיי האבן זיך ווילנדיג צעמישט אין..... סתם ליצנות. נעקסט טיים פאר דו גלייבסט די סטעיט מידיא, געפין קודם אויס די אקטועלע מציאות. ווארשיינליך איז מיין אנאנימער חסידישע מומחה יא געווען גערעכט.

View: https://m.youtube.com/watch?v=thMvPd-tW6U
 
Many feared dead after passenger jet and helicopter collided crash into Washington river

Scores of people were feared dead after an American Airlines regional passenger jet with 64 people on board and a U.S. Army Black Hawk helicopter collided and crashed into the frigid Potomac River near Reagan Washington National Airport.

Officials did not provide a death toll from Wednesday night's collision but U.S. Senator Roger Marshall of Kansas, where the flight originated, suggested most if not all those on board had been killed.

פונקט אונטער טראמפ האט דאס פאסירט... קיינמאל וואלט דאס נישט פאסירט אונטער קאמאלא... קיינמאל!
איך גיי דיר עס נאך איינמאל זאגן. שקרים זענען נישט נוגע אין פאליטיק.
שקרים? וועלכע? אומישן? עקסעדסשערעישן? דיסאינפארמעישן? פאטאלאגישע? אנדערע שקרים. רעכטע כופרים פון די מידיא וואלטס שוין געמעגט וויסן וואס א ליגנט איז ווען ס'טרעפט זיך, זינט איר הערט נישט אויף מסיח דעת זיין פון וויפיל מ'פארנארט אייך פאר א רגע נישט. פוי די מידיא, פוי יעדער און זייער מוטער וואס האט פיינט די דאנאלד אמת, וטרוטתו אמת.

ס'איז דייקא יא א חילוק ווען א פאליטיקאנט זאגט רבותי, קריים און ארימקייט איז געפאלן אונטער מיר 77% פראצענט למעשה איז עס נאר געפאלן 32% אדער אזעלכע סארט ליגנט'ס וואס לאזן אויס זאכן וואס שטימען נישט מיט די פארטיי. הארמלעס, טאקע א ליגנט. "די מין" ליגנט דארף נישט שפילן קיין צו ערנסטע ראלע. אבער די גאנצע שנירל האט א ציל, א ציל אונטערצושטרייכן פארוואס פאקטיש, וואס מיינט אביעקטיוו, אפאליטיקל, איז טראמפ א סכנה צוליב זיין נאנכאנאנדע פאלשקייט, חדשים לבקרים. ופשוט הוא.
'אלע' פאליטיקער זאגן בייזוויליג טאג טעגליך גראבע שקרים. טראמפ איז נישט קיין גרעסערע ליגענער ווי סיי וועלכע נאבעלע דעמאקראט.(מעמער באלד ענדיגן מיט פארלייגן אפאר ליגענטס פון דיין זייט)
כ'האב הנאה פון דיין הקפדה, דו ביזט אבער צום באדויערן ראנג, וועסט נישט טרעפן קיין איין מענטשן אין פאוער, פרעזידענט, סענעטאר, קאנגרעספרוי אדער שופט וואס האט געזאגט 30,573 פאלשע אדער פארפירערישע קלעימ'ס אין גאר א קורצע צייט, גיי צייל אפ, וועסט דאס נישט געפינען!

מה נשתנה מיט מוהר"ר דאנאלד? דער מענטש איז געמאכט פון שקר. ער ברעכט בולשיט א גאנצן צייט! קאנסטענטלי.

ס'קומט צו א פוינט ווי אזוי ווי מיין משגיח פלעגט זאגן ווען דו וועסט מיר זאגן די וואנט איז ווייס וועל איך דיר נישט גלייבן, מיט זיין טרעק רעקארד, די מידיא 18 מאל! ער איז אזוי ווי דזשים קרעימער אבער אויף א פיל גרעסערן פארנעם; וואס ער זאגט דארף מען טראכטן פארקערט, אזוי אבסעסד איז ער מיט שקר. און מ'זאגט נאך איך האב אים פיינט, אפשר ווען ער לייקנט ווען אביסל ווייניגער און טוט מער פאר מיר אפשר וואלט עס נישט געדארפט אזוי זיין?

סתירות מאתמול שלשום איז ביי אים ווי א העלא ביי. א שעה צוריק קען ער זאגן מ'זאל רעספעקטן מענער פרויען און בלוי, א טאג פריער קען ער זאגן מ'גייט זיין ווילד, שפעטער זאגט ער מיר האבן ענק ליב, עטס זענטס פאטריאטן, א יאר שפעטער האט גארנישט געהאט מיט דעם, ער האט נאר געמאכט א ספיטש, אפאר חדשים שפעטער האט ער זיי גאר פארדאנירט?... ער האט נאך היינט נישט מודה געווען אז ער האט פארלוירן! ער האט עס געלאזט פאלן און גראד צוריקגעצויגן ווייל ער פילט ווי א פיס אף שיט ווען ער הערט עס. ער כאפט זיך שוין בטעות ארויס אן אמת, אופס, ווייטער צום ליגנט ס'קרענקט אים די איגאו! נערוון קראנקער קאקער.

נעם לדוגמא די קלעים וואס ער האט אסאך פראקלאמירט אז די וועלט רעספעקטירט אונז נישט און ביי אים יא: די א.ג. ליבעראלע, וואשינגטאן פריינטליכע עסטאבלישמענט וואשינגטאן פאוסט זאגט אין א נישט פאליטישע קארעקטע סטעיטמענט: אייגנטליך, מיר זענען נישט געווען עקסטער באליבט נישט לקודמים לפניו, און נישט לבאים אחריו. בכלל נישט קיין גוטע מארקעטינג פאר זייערע לינקע אגענדע'ס וואס בעצם דארפן זיי דאך לויט דיפ סטעיט "בארוהיגן די געמיטער" און ראטעווען די מענטשן פון אלעס וואס טראמפ זייט אן מיט א סאלושן... ניין. נישט געווען גוט דעמאלטס, יעצט אויך נישט. אונז זענען שוין לאנג נישט וואס מיר פלעגן זיין. און דאס איז די אמת.

און נעם נאר די טאריפ'ס, וואס טראמפ פראקלאמירט אז ס'ברענגט אונז קלאמפיש שווערע הונדערטע ביליאנען, די ריעליטי איז אבער אז מיר קונים פוט'ן די ביל, און ניין איך בין דאס נישט געוואר געווארן פון ליינען וואשינגטאן פאוסט מיין בייעס פעווארינג קאנטענט בלא בלא בלא... נאר פון שטודירן בעסיק היסטערי ווי די Smoot-Hawley act אונטערגעשריבן ביי הורבעט הווער, עקאנאמיסטן האבן שוין דעמאלטס היבש באחדות געהאלטן אז ס'איז א שלעכטע בייפאל, און טראמפ מיט א פרישקייט יא יא דוקא דאס וויל איך איינפירן. ליטערלי פון די ערגסטע איידיע'ס אויף די וועלט, פארפאלן. וואס קען איך טוהן דער זכר האט פאדרייטע שיטות! ער טוט נישט צו די זאך. גיי שטודיר.

פארוואס? ס'ברענגט נאר אומסטאבליזירונג,
היציגערע טרעיד עטיטוד'ס פון אנדערע מדינות.
און העכערע פרייזן פאר קאנסומערס.
ס'איז בעסיק קענסיען עקאנאמיקס
און ווער רעדט נאך אז די זאכן וואס מ'קען פשוט נישט דא פאבריצירן שמייסטו סתם דיינע אייגענע מיט א בלוטיג'ן בייטש!
ווען ער זאגט ווען, אקעי קאנגרעס לאמיר אינוועסטן אין מאכן דא זאכן ביליג, לאמיר בויען דא 50 נייע פאבריקן, אקעי מ'קען עס הערן, מ'וועט דארפן דארט אויספיגערן לאגיסטיקס און וועידזשעס צו קענען קאמפיטן. טוט ער דען דאס? א פייג!
נישט נאר וואס מ'טוט עס נישט, אפגערעדט קיין איין טשיפ'ס ענד סייענס עקט וואס האלט אינמיטן טראנספארמירן די גאנצע סטעיט פון אריזאנע אין צו א מעכטיגע אימפעריע וואס ביידן גייט קיינמאל חלילה נישט באקומען קיין טראפל קרעדיט פאר דעם .. נישט נאר וואס מ'טוט דאס נישט פייניגט מען אונזערע סוחרים, בעת וואס הונדערטע טויזנטע דזשאב'ס זענען געגאנגען קאקן ווייל דער קאקסאקער האט פשוט באנקראטירט סאוביען און פארק, און אלומיניום. און שפעטער מיט זיין כשר חזיר פיסל זיי ארויסגעבעילט! לא מעקוצך ולא מדובשך! גוט מארגן גוט יאר, ס'איז א שלעכטע איידיע ווער האט דיך געבעטן?
דאס איז איין קלעים פון איין שקר וויפיל חורבן דאס האט אנגעמאכט.

מ'גיט אונזער "געלט" פאר אוקריינע, די פאק? מ'גיט זיי וואפן וואס אונז מאכן פון דעם געלט, אונזער לאקהיד מרטין מיט אונזער נארטראפ גרומאן סטאקס זאלן ארויפגיין, אונז דארפן דאס זיך צו העלפן! אונז ווילן האנדלען מיט זיי, אונז געב מיר זיי נישט קיין קיין רענצליך...

יעצט ברענג צען ליגנט'ס פון ביידן און דרייצן פון אבאמא איך וויל עס הערן. פליז.
ער זאגט ליגנט אז אן עבירה איז א מצוה!! ער פאדרייט די קאפ, אוודאי וואוט מען פאר אים. שרעקליך!!!
נישט געווען אזא פאלשע מענטש אין די העכסטע פאזיציע אין אונזער היסטאריע!!! א מייסטער מאניפוליעטער. זיכער איז ער ערגער. און וואס איז נאך ערגער איז דאס נישט קענען דעמאנסטרירן די חילוק פארוואס אנדערע ליגנט'ס זענען נישט די זעלבע שלעכט!

Screenshot_20250130-231357.png
Screenshot_20250130-231255.png

וואס איז נוגע, איז וואס ער 'טוהט' למעשה! טוהט ער, איז ער ביי מיר א העלד, טוהט ער נישט, א גוטן טאג.
ער טוט נישט שיט. קיינמאל נישט געטוהן. און וועט קיינמאל נישט טוהן, חוץ הארגענען א טעראריסט און רוקן אן עמבעסי אפאר מייל טוט די מענטש ממש גארנישט.

איינציגסטע זאך ווי איך עגרי מיט אים, דיר צו ווייזן אז איך קען הערן א גוטע איידיע פון א נארישער מענטש איז נאטאו לענדער זאלן ספענדן מער אויף defense בפרט אויב דאס וועט נידערן אונזער מיליטערישע אינדוסטריעל קאמפלעקס. אבער וועט ער עס דען אויספירן, שווער צו גלייבן.

איך עגרי אויך מיט אים אז מ'דארף א sovereign wealth fund ווי שוין געזאגט עטליכע מאל, ווייל אין אנדערע לענדער האט מען עס, און איך שטיץ די ליין אף טינקינג פון טראכטן וויאזוי סוקסעפולע עקנאמיע'ס פירן זיך. האלט מיר אונז דערביי עס צו קענען בכלל אויספירן? קלאר אז נישט.

יא פריזן רעפארם האט ער זיך עפעס דערמאנט גאר סוף פון זיין קאדענץ, אבער ווייטער, גאר גאר מינימאל, נישט אריינגעריסן שטיקער אין די פריזן אינדוסטריעל קאמפלעקס, נישט די ריכטיגע, נישט וואס מ'דארף... אינטערסאנט אבאמא האט אנגעהויבן די דזשאב און אים געגעבן א וועג אריין, אבער ער האט באשלאסן עס ארויסצווארפן... אך.

דארפסט אויך פארשטיין אז טוהן עפעס מיינט נאכנישט אויפגעטוהן, און "ערלעדיגט" די דזשאב. שוין געגעבן א טויש אפאר ווערטער דא און א פאליסי דארט סתם ס'זאל הייסן, ס'איז נישט significant
רעדן מיט נארט קארעא איז דא גענוג קוואליפיצירטע מענטשן וועם איך וואלט געטראסט אויסער גולמים ווי דזשאן קערי.

שניידן שטייערן איז נישט קיין פראבלעם, ווארום, ס'פעלט באמת בכלל נישט אויס פאר די אמעריקאנער רעגירונג צו איינקאסירן שטייערן.
אה דו ביזט פון דעי חכמים.

גערעכט, קוק יעצט אין גאנץ מזרח אייראפע, קוק אין קאזאקסטאן, און אין לאטוויע און זאג מיר 2 לענדער, נישט קיין סך 2 לענדער ווי שניידן טעקס האט געארבעט, מינינג אינאוועישן אין די פריוואטע סעקטאר און עשירות און דזשאב'ס זענען פון דארט ארויסגעקומען און וועידזשעס וואקסן מיט עטוואס א וועלטה איקוואליטי, 2 לענדער ברענג אונז.
און ווען ביידן האט געארדענט געלט איז ער געווען די זעלבע רויבער. און ווען ער האט געריסן שטייערן (צו וויכטיג שיקן פופציג מיליאן קאנדאמס קיין עזה) איז ער נאך געווען א גרעסערע רויבער.
כ'ווייס נישט פון וואס דו רעדסט. זיי מסביר וויאזוי דאס איז די זעלבע זאך ווי שניידן פראגראמען פון אמעריקאנע אויפן חשבון פון סמאל גאווערמענט. הנקרא DOGE
יעצט וואס וועט זיין מיט די ליגענט וואס מ'האט אונז געזאגט אז ביידן האט געפירט דעם לאנד פאר די לעצטע פיר יאר?
בובעל'ע איך האב נאך אויסגעהערט זיינע סטעיט אף די יוניען'ס איך האב נאך אויסגעהערט ווי ער רעדט, און וויאזוי ער סמירקט אויף מארדזשארי טעילאר גרין'ס לשכוי בינה איבער זיין בארדער ביל, דער בחור האט נאך גאנץ פיין דעם דעת. אנלייק די שקר וואס די רעכטע חכמינו ז"ל האבן פרובירט צו פארשפרייטן אומעטום פון פאר די 20 וואלן, סאונדבייט'ס פון צוואנציג סעקונדע'ס ווי ער פארגעסט זיך און פארעדט זיך און פארמישט נומערן, (כאילו דו וואלסט נישט ווען דיין קאפ דארף האלטן אזויפיל אינפארמעישן אויף איינמאל) אפילו ער האט גערעדט 30 מינוט אין א צו, אלעס נאר צו מאכן די וועלט אויסזעהן אזוי שווארץ מקדים מכה לרפואה שפעטער ווען ער האט געווינען, עס אויפבלאזן אז ס'איז דאך אוממעגליך!! אוי וויי ער האט דאך נישט געקענט געדענקען קיין ווארט, ווי מ'געדענקט פון חכמינו ז"ל'ס א אפענע טוויטער סאנדבייטס פון 10 סעקונדע'ס. זיכער איז עס א געלחקנ'טע עלעקשען.

ענטער סטאפ די סטיל....

דא רעדט מען פאר די 2024 דעבאטע ווי ער האט אנגעזעצט....

ער קען זיין אלט און ער קען אויך זיין א מענטש פון פרינציפעל, וואס טראמפ וועט קיינמאל נישט זיין. איך בין נישט דוקא זיין גרעסטע פען אבער איך האב אויך געלעבט אין א ליגנט אז ער איז אזוי שלעכט, ביז איך האב אים אנגעהויבן אויסהערן מער, און געזעהן אונז עגרי מיר היבש.

ער דארף נישט פירן איינער אליינס, איך וואלט געזאגט פארקערט, די מער מענטשן א קלוגער קארעקטער מענטש נעמט זיך ארום, מאכט עס אים אדער איר שטערקער און ענעהעסנד. טראמפ דער דיקטאטור דער הויעך געשעצטער קעניג האט זיך אזוי באקלערט (סקארמאטשי און סעשאנס געדענקט איינער?) א נייע מעשה, "ביידן פירט נישט" ווייל דער צאפ קען זיך נישט אויסקומען מיט קיינעם און איז א קליין בעבי וואס דארף האבן די ווארט וויפיל מענטשן זאלן זיין אויף די בילדער פון זיינע ראליס איז קיין שום מעלה אז מ'דארף בעצם קענען פירן אליינס. ס'איז א באג נישט קיין פיטשער, פון א מענטש וואס וויל האבן זיין וועג, אדער די הייוועי.
וואס וועט זיין מיט די פּאָטאָלאָגישע ליגענט אז סייענס ווייזט (און מי אני אויף קאווע האט עס נאך פארפאגדירט) אז קאוויד האט נישט במציאות געקענט קומען פון א לעב?
וואס וועט זיין מיט די ליגענט וואס פאוטשי האט געזאגט אז אמעריקע פאנד נישט קיין פראגראמען וואס שפילן מיט גאר געפארפולע ווירוסן?
וואס וועט זיין מיט די ליגענט פון דזשעימס קלעפּפּער אונטער oath פאר קאנגרעס און די גאנצע לאנד אז די ען עס עי שפיאנירט נישט אויף אמעריקאנער (אזויווי אין רוסלאנד)?

מיט יענע ליגענטס שלאפסטו רואיג....... מיר האט עס אבער אויפגעוועקט.
I neither confirm nor deny. כ'קען נישט די אנטוויקלונג וויל איך נישט אריינרעדן, פרוביר מיך נישט אריינצופאנגען אין קיין היפאקריסי נעץ, אויב ס'איז ליגנט איז עס א פראבלעם. איך בין אויך אזוי קעגן אז H בוש האט צוגעזאגט read my lips no taxes - פארט, זאגן ליגנט פאר די אייגענע געין און זאגן ליגנט אלס מענטל אילנעס ווי מעניופיולעישן זענען נישט די זעלבע זאכן. און אזוי לאנג ווי דו וועסט האלטן אויף דיין ראדאר לנגדך תמיד אז טראמפ איז א נרדף און נישט קיין רודף וועסטו דאס נישט פארשטיין.
 
לעצט רעדאגירט:
וועל דיר אויס איין זאך וואס איז דיר די וויכטיגסטע איך זאל רעאגירן אויף.
 
מוזט נישט קיין איינס. איך צווינג נישט.

ס'קען ווארטן א יאר אויך, קענסט צוריק קומען דערצו ווען דיין קאפ איז דערביי, איך האב פשוט געמיינט דו זוכסט פאקטן, יעצט דארף איך שטיין און וועלן אויך... גוטע נאכט.
 
מוזט נישט קיין איינס. איך צווינג נישט.

ס'קען ווארטן א יאר אויך, קענסט צוריק קומען דערצו ווען דיין קאפ איז דערביי, איך האב פשוט געמיינט דו זוכסט פאקטן, יעצט דארף איך שטיין און וועלן אויך... גוטע נאכט.
מיט בלויז די איין 'פאקט' וואס דו ברענגסט אז אונטער קאמאלא העריס וואלט די עראפלאן/העליקאפטער קראך זיכער נישט פאסירט בין איך שוין געבליבן מיט די צינג אינדערויסן. איך האב שוין נישט וואס צו זאגן.
 
איך וויל עפענען א פאליטישע שנירל פון א ליבעראלע בליק, ארום טראמפ'ס פאליסיס, "אלטערנאטיווע פאקטן" און רעטאריק.

און איך וויל שיין בעטן. לאמיר פרובירן צו זיין ציוויל און זיך נישט שטעכן און אטאקירן פערזענליך, איך בין אויך א מענטש און איך קען מיר אויך אויפרעגן, אבער איך האב ליב צו גלייבן אז היינט גיי איך צו צו א דין ודברים/וויכוח מיט ערוואקסנקייט און א ציל צו טרעפן די פאקטן, נישט א ציל פון האבן די לעצטע ווארט. סא איך וויל דיר בעטן אז דו ביזט דא צו האבן די לעצטע ווארט און נישט צו ווערן קלוגער, נאר צו סקאורן א פוינט ווי עפעס א בעל עגלה אפשר ליין נישט דא. דא וויל איך האבן א שמועס מיט ערוואקסענע שרייבערס, לערנערס און ליינערס און טראכטערס, נישט מענטשן וואס זענען געטריבן פון קורצ-קוקנדע sound bites אדער מימ'ס וואס האט נישט קיין פלאץ פאר טיפערע פילזאפיע. א דאנק.

נישט געשטיצט פעיד מעטערניטי/פעטערנטי ליוו און פארלענגערן וואקאציע סטענדערדס אזוי ווי אין די גאנצע פארגעשריטענע וועלט ווי מ'ארבעט ווייניגער און מ'קומט אן די זעלבע אויב נישט מער.
כ'בין געזיצן מיט א רוסישער אימיגראנט אין ארבעט, ס'איז אויסגעקומען צו שמועסן איבער זיין דזשאב אלס א קאנדאקטער פאר קארגאו באנען און ער האט מיר אריינגעווארפן אז ווען ס'קומט צו פעיד ליוו ער האט 28 פריקן טעג א יאר וואקאציע, וואס איז אפילו ערמוטיגט. און ווען מ'האט א קינד קען די ווייב באקומען א יאר באצאלט, און מ'קען אפילו באקומען מער אפילו ווען מ'קומט צוריק. ס'האט מיר געעפנט די אויגן אז אפילו אין די רעזשים רוסלאנד, איז דא בעסערע משוגים פאר די ווארקער.

דא אין אמעריקע טוען רוב ביזנעסעס נישט אויסצאלן און ס'איז נישט דא אזא זאך ווי מער ווי 14 טאג וואקאציע א יאר. דאס איז שוין אסאך, 10 איז סטאנדארט.
האבן אויסגעצאלטע פעטערניטי? איז איינס אין א טויזנט טשענס, אזוי ווי בערך באקומען פולע מעדיקעיר קאוורעדזש, מ'טוט דיר א גאנצע טובה און יעדער ביזנעס פאר זיך קען זיך אליינס מחליט זיין... לשם יחוד קודשא קאפיטאליזם לשם קדושת פרייוועט סעקטאר.... נישט דא קיין בעסערע פארגעניגן ווי דעם!
 
View: https://youtu.be/qAoGovl3dho?si=puTrumc_T1NHsXep&t=767

זייער א גוטע סעגמענט, די מיידל האט אים גוט אריינגעפארן איבער DEI - איך וואלט אים געפרעגט דא צו ער וואלט אויך געזאגט די זעלבע מין שטעלונג איבער א שטייגער די The Antisemitism Awareness Act וואס ער זאגט דא קלפי דיספעריטיס אויף די בעסיס פון רעיס צו ער וואלט גענוצט די ליין וואס ער זאגט דא וואס זיין הנחה זוכט צו שטיצן? אדער דארט פארשטייט ער שוין גוט DEI (כ'מיין דאס וואס ער מאכט דא אוועק אז מ'זאל נישט גאווערנען בכלל מיט איידענטיטי פאליטיק, איך בין גראדע נישט אזוי פארקויפט פאר די אבסעסיע, פארט אבער עגרי איך מיט דעם ווייל כ'פארשטיי וואס זיי ווילן.)

איך לייג צו פרייע טראכטערס און הומעניסטס אלס א מינארטי וואס איז בכלל נישט רעפרעזענטירט, זיכער נישט נאנט צו ווי שטארק רעליגיע איז.

דער חכם איז א ליבעראלע טערק וואס קומט אריין גאנץ שארף פון צייט צו צייט, ער קען גוט דעבאטירן און האט זעלטן גוט ארויס די בולשיט פון פאליטיק אויף גאר א מייסטערהאפטיגן און באלערנדן אופן. זיין סטודיא קומט אריבער אביסל אלעקס דשאונס'דיג ס'טוט זיך קאמענטארן מ'פליט פון איין נושא צום צווייטן, אבער כ'האב אים אויסגעהערט עטליכע קליפים דער קען גאר אסאך. איך עגרי מיט וויאזוי ער לערנט אפ בען.

קען זיין ער איז גענויגט פאלעסטיניש בנוגע אקטאבער 7, כ'ווייס נישט @אלפא האט מעגליך אים שוין דורכגעטוהן מער דאס נעמט אבער נישט אוועק פון זיינע זעלטענע קלארע שיטות איבער ווי פאלש און פארדרייט די רעכטע חדר איז.

ס'איז דא דארט נאך גוטע שטיקלעך, אבער דאס וועט זיין פאר יעצט.
 
מיט בלויז די איין 'פאקט' וואס דו ברענגסט אז אונטער קאמאלא העריס וואלט די עראפלאן/העליקאפטער קראך זיכער נישט פאסירט בין איך שוין געבליבן מיט די צינג אינדערויסן. איך האב שוין נישט וואס צו זאגן.
דאס איז געווען א דזשאוק... א שטייגער ווי @וואלווי איז אריינגעקומען איבער די אוקריינע הבטחה וואס האט זיך דערווייל נישט אויסגעשפילט
 
דאס איז געווען א דזשאוק... א שטייגער ווי @וואלווי איז אריינגעקומען איבער די אוקריינע הבטחה וואס האט זיך דערווייל נישט אויסגעשפילט
דערפאר האב איך דיר טאקע געגעבן די געלעגנהייט מיר צו לאזן וויסן אויף וועלכע איין פאקט דו ווילסט איך זאל יא רעאגירן.
 
Back
Top