שניידן טעקס בכלליות זייער נישט גוט ווייל ס'טוט וויי פאר ארימע די מערסטע ווייל דאס מיינט די ערשטע זאך גייט פוד סטעמפס אוועק גייט מעדיקעיר ווערן אנדערפאנדעד, אזוי ווי מ'זעהט יעצט די חורבן מיט מעדיקעיר אדווענטעדזש וואס איז שטארק אין די נייעס זינט די United Health שיסעריי
וועסטו זעהן, אין א יאר ארום וועלן זיין באריכטן אז "מעידיקל בענקראפסיס גרייכן שוין באלד אזויפיל וויפיל קרעדיט קארד חובות"
און... אז מ'רעד שוין, טרעף איין לאנד, איינס וואס האט לאו טעקסעס ווי ס'קומט ארויס פון דארט סיי וועלכע אינאוואציע, אדער עשירים. איך ווארט.
אקעי אקעי, אן אקוראטע פרידיקשן
911 ביליאן דאלער איז געשאצט אין budget cuts פאר די CMS וואס איז ממונה אויף מעדיקעיר און מעדיקעיד און האט שוין אנגעהויבן דיפאנדעד רורל שפיטעלער און יעצט קענטס עטס זיך אלע נעמען וויינען אז דאס איז העריס'עס אלטערנאטיוו 89 פראצענט טעקס אינקריעס שולד...
דאס איז נישט קיין פאליטישע געים ברודער! ווען יא וואלטן עוורידזש אינגעלייט קאנסטראקשען מענדזשערס און סמאל ביזנעס דיזיינערס נישט געוויינט יעצט כסף מנלן?
זיי זענען דא אריינגעשלעפט געווארן ווייל מ'איז געקומען פאר זיי!
נישט דא קיין געלט!
מ'האט עס אוועקגענומען לעגאל יעצט עס עס אויף! איך וויל נישט הערן קיין אבער'ס, וויין נישט צו מיר.
די רורל שפיטעלער, דארט ווי זיין קעגן טראמפ איז ווי זיין פון די מתיוונים אפשר ערגער,
דוקא דארט גייען שפיטעלער זיך ענדערש אפשפארן אדער אפערירן מיט זייער מאגערע בודזשעטס, משא"כ ביי העכערע טעקס סטעיטס און קאונטיס... אבער האנעסטלי קיינער איז נישט פארזיכערט אין די ראדיקאלע קולט וואס עטס האטס דא אנגעזייט.
Rural US town outraged as only hospital forced to shut: ‘I would have died without it’
מער א ברייטערע רעפארט פון די קייזער פרידאם פאנדעישן - די בעסטע סאורס וואס איך האב געטראפן איבער העלט אנאליזן און דאטא אין די פאראייניגטע שטאטן
A Closer Look at the $50 Billion Rural Health Fund in the New Reconciliation Law | KFF
15-16 מיליאן מער מענטשן גייען פארלירן די ביסל אישורענס וואס זיי האבן געהאט! (און דער מאדערעט ביידן האט גארנישט געטוהן דערוועגן אויך נישט.) גענוג מיט די בולשיט! גענוג מיט די פאלשקייט פון די לעפט און פון די רייט, מ'דארף א פאר לעפט אדער א לאטינא וואס איז דוקא אן outsider נישט פון אמעריקע וואס איז געגאנגען צו שיט און די וועלט קאטשעט זיך פאר געלעכטער זאל אויסלערנען דעם פאר רייט זיך נישט צו דערשרעקן ווען איינער קומט פיילן און שפיזן צו סיילענסן, נישט קושן זיינע פיס! זאגן איימסא סארי איך גיי מער נישט זיין קיין שלעכטער צו דיר, איך גיי מער נישט פרעגן קיין שווערע קשיות.
די גאנצע וועיסט פראוד און אביוז האט זיך אויסגעלאזט אז מ'האט געשניטן פידיעטריק קענסער ריסורטש... פאר קליינע קינדער וואס ראנגלען זיך צווישן לעבן און טויט! I hope you're happy
איז וויין נישט צו מיר, פארן באערדיגן דיר מיט דיינע קינדער'ס געזונט ווען דו האסט געשטימט פאר דעם פאשיסט. איך האב שוין שיין געבעטן אין די ערשטע מעסעדזש און פונקטליך אויסגעשמועסט פארוואס מ'זאל אים נישט ערוועלן. יעצט איז עס war
מ'גייט פראטעסטירן אין די גאנצע לאנד קעגן דעם צום צווייטן מאל. און אז דו וויינסט נישט לעב דיר ווייטער אין זיסן שלאף, אז דו וויינסט יא? זאלסטו גוט ליידן. ביזט דיר אליין שולדיג!
האסט געוואלט "אנלערנען די לינקע" האסט געוואלט פראטעסט וואוטן, זייער גוט! שטעך דיר אויס די בלינדע אויגן אן זעהן אין וועלכע ריכטונג די שפיז איז געצילט
פארשטייט זיך איך רעד פון היץ, זאגט דער אמר היאמר וואס באדערט אפילו נישט צו עפענען די לינק אדער אינטערפרעטן די סובטאנץ, אלעס איז דיסמיסד אלס "העיט" און מיר זענען גאר די קולט, און קענען נישט זעהן "גוטס" וואס ער טוט יא...
well, you're kind of saying the quiet part out loud
אז ס'איז דא אסאאאאךךךך שלעכטס... וואס מ'וויל נישט אדרעסירן....
ווען דער פרעזידענט פון די גרעסטע עקאנאמיע און גרויסמאכט פון די וועלט שטייט און סועט יעדעם וואס איז קעגן א ווארט וואס ער זאגט, און גיט אים נישט די פרעסע וואס ער פארלאנגט אים גייסטו נעמען איבער מיין ווארט? די מענטש וואס מאכט אויף שיט פון טוכעס לאך ארויס אז מ'דארף דיפלויען די נעשינעל גארד אויף די "קריים אינפעסטירטע אימיגראנטן" בלו סיטיס ווען אייס דריטע רייך אפיצירן שטייען אויף דעכער און שיסן ציווילע פראטעסטירער, רעליגיעזע גלחים, און רעפארטערס, אז דו גייסט נעמען זיין ווארט איבער "פעקטס" ווייל האסט געהערט עפעס א ווארט אנטיפא וואס דו ווייסט נישט וואס דאס איז?
קומט זיך דיר טאקע יעדע ביסל פעין און העכערע קאסט ווייל דו ביזט צו פויל און איגנארנט צו וויסן בעסער. איך האף דו ביזט העפי מיט דיין וואוט! וויין נישט צו מיר, די ערשטע מעסעדזש פון די שנירל קענסטו גיין ליינען און זעהן פונקטליך וואס דו האסט פארזעהן.
ווען עטס קענטס אדרעסירן איין זאך וואס עטס האטס פיינט פון טראמפ נישט זאגן "איך פערסאנלי עקל מיך פון אים באט...." וועל איך גערן אויסהערן דער אנדערע צד, אבער אז מ'קען ניטאמאל אריינגיין אין די זעלבע שמועס און רעדן פון וואס גייט פאר? איז מען נישט אין קיין לאגישע פאזיציע צו זאגן אויף יענעם ביזט "העיטפול" אדער "בייעס'ט" מ'קען נישט אנטלויפן אונטערן דאכענע...