טשעטבאט'ס אין רעליגיע

לובלין

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
סעפ. 18, 2025
מעסעדזשעס
4
רעאקציע ראטע
42
פונקטן
13
אין די לעצטערע יארן, האבן גרויסע רעליגיעזע עי איי פלאטפארמעס און באטס געטריבן דורך גרויסע שפראך מאדאלן, זיך אנגעהויבן צו איינעסן ביי די עולם, א שטייגער ווי buddhabot gita gpt ,qurangpt ,magisteriumai, און ai Jesus. און דאס האט אנגעהויבן קריגערישע דעבאטעס צי עלעקטראנישע מאשינען זאלן זיך אריינמישן אין רעליגיעזע ענינים אדער אין רעליגיעזע אויסטייטשונג. צי קען א טשעט באט טאקע געבן רעליגיעזע הילף? וואס פאסירט ווען מיר געבן איבער די שליסלען פון מאראל אדער רעליגיעזע אויטאריטעט צו א טשעט באט? און וויאזוי קען די טשעט באט אנדערש רעאגירן צו אזויפיל טראדיציעס און רעליגיעס איבער וואס מ'פרעגט איר? קען דאס דען מיינען אז אלעס איז אמת?

פארשטייער און שטיצער פון די רעליגיעזע עי איי פלאטפארמעס זעהן אין זיי א גאר גרויסע הילף, ווען יעדער וועט קענען באקומען צוטריט צו זייערע רעליגיעזע טעקסטן, און קענען פערסאנאלייזן לערנונגען, און אויף א וועג ברענגען רעליגיעזע פירערשאפט צו א פרישע צאל מענטשן וואס וואלטן געקומען נענטער צו זייערע רעליגיעס דורך דעם. אבער קריטיקירער ווארענען אז דאס קען פירן צו פונדומענטאלע פאלשקייטן, ווען די באט'ס וועלן אויפמאכן פרישע אינפארמאציע, און ארומדרייען זייערע הייליגע טעקסטן פון איר ארגינעלע ארט, און אפילו ברענגען מער עקסטרעמיזם, ווען מענטשן וועלן ארויסלערנען פרישע זאכן דערפון.

קריסטנטום איז צווישן די מערסט באוואוסטע פראבע פעלדער פאר אי געטריבענע רעליגיעזע באט'ס, ס'האבן זיך געעפנט אן א צאל קריסטליכע טשעטבאט'ס, פון אומפארמאלע עקספערימענטן ביז מער בעסערע וואס האבן פארשידענע אפטיילונגען. צום ביישפיל magisteriumai איז א קאטוילישע מאדעל וואס איז באשטימט צו לערנען און ערקלערן איבער קריסטנטום, נאכדעם איז דא cathy וואס ברענגט להבדיל פסוקים און מקורות, און פרובירט צו איבערזעצן די בייבל פאר'ן יונגערן עולם. און ווי אויך דינט דאס אלס אן ארט צו צוגרייטן וויאזוי צו פרעפלען.

מוסולמענער עקספערימענטירן אויך מיט רעליגיעזע טשעטבאט'ס, די באקאנטסטע צווישן זיי איז qurangpt און ansari chat, וואס ענטפערן פראגעס לויט די קוראן און די נביאות פון זייער נביא שקר מוכאמאד.

אזוי זענען דא נאך צענדליגע רעליגיעס און פעלקער וואס פארמאגן זייער אייגנארטיגע באט'ס, און מיט דעם זענען זיי אלע גלייך אז זיי שטעלן צו רונדע דעם זייגער אלע רעליגיעזע שריפטן און פאדערונגען ווען מענטשן האבן נישט קיין צוטריט צו מענטשליכע ענטפערס. און ווי אויך איז דאס א גרויסע הילף אין פלעצער ווי ס'פעלן גלחים אדער אימאמ'ס אדער אנדערע רעליגיעזע פירער, קענען טשעטבאט'ס דינען ווי צייטווייליגע פירער און ענטפערן וואס מ'פרעגט זיי.

נאך א מעלה דערפון איז ווי אביסל געשמועסט אויבן, אז זיי קענען גוט אהערשטעלן ענטפערס פאר באנוצער וואס האבן טיפע רעליגיעזע ספיקות, און דארט קענען זיי שטעלן פראגעס וואס זיי שעמען זיך צומאל דאס צו פרעגן פון א מענטש.

אבער טראץ די גוטע מעגליכקייטן זענען דא אסאך פראבלעמען דערמיט, איינע פון די מערסט דיסקוסירטע ריזיקעס, איז אז די טשעטבאט'ס וועלן אליין אויפמאכן ענטפערט וואס זענען פאלש, און זענען נישט געשטיצט דורך אן אמת'ן רעליגיעזן טעקסט.

נאך א פראבלעם איז, אז רעליגיעס געבן גאר שטארק אכטונג אז זייערע טעקסטן מוזן געליינט ווערן אין געוויסע צייטן און אונטער געוויסע אומשטענדן און צוזאמען מיט אנדערע, און ווען די באט'ס וועלן ארויסגעבן די לערעס און עצות, ריזיקירן זיי צו פארלירן די גאנצע קאמיוניטי לופט, און די גאנצע איינגעגעסענע ריטואל.

רוב רעליגיעזע טראדיציעס, באשטימען אויטאריטעטן וואס זאלן פירן זייער רעליגיע, ווי גלחים, אימאמס, מאנאכן, גורוס, און אזוי ווייטער. וואס ווערן אויפגענומען מיט א ציל צו צייגן באציאונג אויטאריטעט, און דער געדאנק אז א מאשין קען ארויסגעבן די זעלבע זאכן וואס זיי קענען ארויסגעבן קען האבן א שטארקע השפעה אויף די באגריפן וואס מ'לערנט זיי איבער א רעליגיעזע פירער, צום ביישפיל ביי די קריסטן איז די ראלע פון א גלח געגעבן געווארן דורך גאט, לויט זיי, וואס א עלעקטראנישע מאשין קען דאס נישט איבערנעמען.

יעצט לאמיר אביסל אריינגיין אין אידישקייט. אונזער עקזיסטענץ איז פון שטענדיג אן געווען דיאלאגן פראגעס און טיפע פארשונגען, פון די פראגעס פון אברהם אבינו צו גאט ביז די היינטיגע בעלי תשובות וואס פרעגן אין זייער סעמינאר שווערע פראגעס איבער יסודות פון אידישקייט. אויסער דעם וואס אידישקייט איז אן אמונה, איז עס ווי א שמועס וואס ענדיגט זיך קיינמאל נישט, ס'איז א ריטואל פון לערנען און לערנען פרעגן קשיות און תשובות און נאך מער קשיות.

אויב אידן וואלטן געבויט טשעטבאט'ס וואס האבן אין זיך א גאנצע ביבליאטעק פון אידישע ספרים, פון תנ''ך און גמרא ביז ראשונים ואחרונים, און אפילו היינטיגע ספרים, וואלט עס געווען גאר נוצלעך און ווערדפול אן עלעקטראנישע אנאליז פון א גאנצע סוגיא מיט אלע ריכטונגען, פון רש''י און תוספת ביז די לעצטערע צדיקים, דאס וואלט געקענט מאכן אלע ספרים מער נענטער צו אונז, און געבן א געלעגנהייט פאר אידן אומעטום צו לערנען און נאכזוכן זייערע קשיות צו אלע צייטן.

אבער די פראבלעם איז, אז די תורה איז נישט בלויז געשריבענע אינפארמאציע ווי אנדערע רעליגיעס, נאר די תורה איז א געצייג צו באקומען א רוחניות'דיגע דערהויבנקייט, ווי די גמרא זאגט אז די תורה ליגט נישט באהאלטן אין הימל נאר איז אויף דער וועלט און מ'דארף צוקומען צו מענטשן כדי צו באקומען אן עכטן ענטפער, ווייל זיי באשטימען דורך זייער פארשטאנד, און אפילו ווען א איד פרעגט פון א דיין אדער רב א שאלה, דארף די רב אין א געוויסע וועג אויך פארשטיין און קענען די איד'ס לעבן און זיין סיטואציע. קען א טשעטבאט פארשטיין די סובייעקטיווע קאנטעקסט?

א טשעטבאט וואס וואלט געגעבן פסקים אין הלכה, וואלט געווען א שטארקע ריזיקע, א טעות קען האבן שווערע קאנסעקווענצן, א טעות אין א שאלה פון שבת אדער כשרות קען זיין זייער שווער, און א טעות איבער א שלום בית קעיס אדער אן אנדערע האקעלע נושא, קען נאכמער פארדארבן. א אידישע טשעטבאט וועט קענען ענטפערן לויט וואס שטייט געשריבן אין ספרים, אבער דאס אליין איז נישט גענוג, ס'פעלט דערפון די מענטשליכע האנט, די רבנישע קלוגשאפט, און די זעקסטע שלחן ערוך וואס אלע גרויסע רבנים האבן געהאט אין די סארט פעלער.

אויב א טשעטבאט וואלט געגעבן אן ענטפער וואס איז הונדערט פראצענט געשטיצט דורך אלע ספרים, אבער דאס וואלט געווען אנדערש פון אן אנגעזעענע רב אדער דיין וואס האט געפסקנט פארקערט, לויט וועם וואלט מען צום סוף אנגענומען?

אן אי באט וועט קענען אויסקוקן ווי א גרויסע תלמיד חכם, קען עס דען נישט שאטן פאר די אידן וואס לערנען תורה אויב מענטשן וואלטן געטראכט אז די טשעטבאט וואס איז עלעקטראניש איז א פאקטישע תלמיד חכם, דאן צו וואס פעלט מיר קליינע מענטש אזוי שטארק אויס צו לערנען און זיך מוטשענען פאר תורה?

וועט די טשעטבאט מיט די צייט קענען האבן יראת שמים? אויב נישט וויאזוי וועט עס קענען פירן די אומגעשריבענע טיילן פון די תורה וואס מ'באקומט דורכ'ן האבן יראת שמים?

און צום לעצט, ווער וועט קענען פארזיכערן אז די אי באט געבט נישט קיין פאלשע אייגן אויסגעטראכטע ענטפערט וואס וואלטן פארדרייט די תורה, אדער גאר פון משכילישע ספרים איבער וואס די פרעגער האלט נישט דערפון?
 
איך טראכט אז מ'דארף אויפקומען מיט א עי איי באט וואס זאל קענען קוקן שמאטעס, מ'גייט דארפן א גוטע קאמערא

די דיינים וואס וועלן עס מאכן וועלן אריינפיטערן א ריזיגע סכום פון שמאטעס, מיט די פסק דערויף, און די באט וועט קענען לויט דעם פסקענען.
 
אגב. שמאטעס דארף מען אליין קענען זעהן. דאס איז א שרעקליכער דערנידערונג פאר די מענטשהייט צו דארפן פרעגן על לא דבר.

Laws of Niddah | kashrut.org

Jewish Law: The Halachot of Mikveh – Restoring Dignity and Truth | kashrut.org
Google-Ergebnis für http://tahorapp.com/wp-content/uploads/2017/01/2.png
דא איז א עפפ וואס מ'קען ניצן פאר בדקה'ס
 
אויף א אידישע טשעטבאט קען פשוט שטיין אז די מערכת איז נישט אחראי אויף די תוכן און עס קען מאכן טעותים און אלעס איבערפרעגן אייער לאקאלער מורה הוראה.
 
זײער גוט! נאר װאס איז דער זעקסטער שו"ע?
 
זײער גוט! נאר װאס איז דער זעקסטער שו"ע?
ווען דו שטייסט אין בעקעריי פרייטאג שפעט נאכמיטאג, און בעפאר דיר שטייט אן עלטערע פרומע איד וואס האט די וועלט'ס צייט, 'ווייל די וועלט האט נישט זיין צייט', דארפסטו האבן די זעקסטע שלחן ערוך ווען אים יא אריינצוגעבן און ווען נישט.

ווען דו שמועסט אויף וואטסאפ, און דו ווילסט ריפלייען צו א גוט ווערטל וואס חברות שלך האט דיר געשיקט, דארפסטו האבן די זעקסטע שלחן ערוך צו וויסן אז מער ווי דריי 😂😂😂 שיקסטו נישט, ווייל דאס איז שוין א דאורייתא'דיגע ביטול תורה.

ווען דו שפאצירסט שבת נאכמיטאג אויפן גאס, און דו זעהסט וויאזוי דיין שכן קומט ארויס פון זיין דירה מיט זיין אויסגעשלאפענע טרוקענע מויל און נאסע בעקיטשע, דארפסטו האבן די זעקסטע שלחן ערוך צו וויסן אז דו מוזט אים נאכאמאל גריסן א העפליכן גוט שבת, אפילו דו האסט אים שוין באגעגנט דעם שבת מער ווי פיר מאל.

ווען דו זעהסט איינעם לויפן ''כאפן'' די עלעוועיטער ווייל די טירן פארמאכן זיך אט אט, לויטעט די זעקסטע שלחן ערוך אז דו זאלסט אים ווי מער אויפהאלטן.

ווען דו ביזט ביי א חתונה פון א נאנטן, דארפסטו האבן די זעקסטע שלחן ערוך צו וויסן גענוי ווען יא זיך צו משוגע מאכן אינמיטן די רינג און ווען נישט.

אהה... פרעגסט ווען מ'דארף האבן די פיפטע שלחן ערוך...? ווען א צארט קליינע מיידעלע בעט דיר צו קראסן דארפסטו אבאכט געבן און איר באגלייטן ביז זי איז פארזיכערט...

אדער ווען דו שפאצירסט אריין אין א פול געפאקטע גראסערי ערב שבת, דארפסטו נאך פונעם טיר געהעריג אויספלאנירן דיינע רוטס ווי דו וועסט אריבערגיין און אין וועלכע אייל דו וועסט פונקט זוכן דאס בעסטע הכשר - דארפסט האבן די פיפטע שלחן ערוך, צו וויסן אז אפילו דאס לעצטע זאך וואס דו דארפסט יעצט איז פרעצלס, זאלסטו אבער נאך אלס זוכן פאר די בעסטע קאמפאני, ווייל דערנעבן שטייען עטליכע מיידלעך גלייך פון קעמפ אראפגעשווימען, מיט גע'סאנ'טענד ברוינע פנימער מיט שמאלע בלויע קליידער, וואס זוכן פונקט אויך א סארט פרעצל...

בערך אזוי... ניין?
 
Back
Top