ס'איז שוין עטלעכע יאר וואס איך ראנגל זיך מיט די פראגע אין פארשידענע קאנטעקסטס, און מיינע מיינונג איז דורכגעגאנגען אביסל אן עוואלוציע אויף דעם. צו לעצטנס האב איך אנגעהויבן טראכטן אויף דעם פון אן אנדער פערספעקטיוו, פון וואס די פראגע ווי ס'איז אויסגעלייגט דאנעט קומט אויס אביסל אויבערפלעכליך.
די טעזע וואס איך האלט איצט איז אזוי: אן א גלויבונג אין גאט, איז עס אוממעגליך צו האבן א סארט יחס וואס איז ניט איינגעווארצלט אין זיך אליין. און אן א מסירת נפש פארן צווייטן--דאס הייסט, צוליב דער צווייטן און ניט צוליב זיך--איז עס ניט מעגליך קיין שום משמעות אין לעבן.
איך פארשטיי אז דאס איז א טענה גאר ווייט פון וואס מ'הערט אין געווענליכע דיסקוסיעס בנושא, אז איך וויל פראבירן צוגעבן אן ערקלערונג. איך ווייס נישט צו איך וועל קענען איבערגעבן מיט גענוג קלארקייט. קל נא הצליח דרכי.
ערשטנס, לאמיר טראכטן וועגן מינונג. פון וואנעט קומט משמעות? לאמיר נעמען דעם ביישפיל פון דער פילאסאף, דייוויד ברינקס. מ'קען פארשטעלן אז מענטש, א קלוגער, טאלענטירטער, וואס האט אלע מעלות, און איין טאג פלוצלונג, באשליסט ער אז ער וויל נוצן אלע זיין כוחות כדי צו ווערן דער מענטש מיט דער קלענסטער האנטשריפט אין דער וועלט. אין אזא פאל, קען מען אננעמען אז כולי עלמא לא פליגי אז עפעס פעלט; א לעבן וואס איז געווידמעט צו אזא סארט ציל איז געפטרטע לעבן.
איצט לאמיר טוישן איין קליין דעטאל: דער מענטש טוט עס ניט ווייל פלוצלונג כאפט ער א התעוררות. נאר, ווייל דורך דעם וועט ער קענען זאמלען געלט ארויסצוהעלפן מענטשן וועלכע ווייסן ניט ווי צו שרייבן. איצט איז עס שוין ניט מער אזוי קלאר אז דער לעבן איז געפטרטע. אבער וואס האט זיך געביטן? דער איינציגער חילוק איז: איצט איז עס געטאן געווארן פאר אן אנדערע.
די פארקערט איז אויך אמת. מ'קען נעמען עפעס וואס זעט אויס משמעותדיג, למשל א היסטאריקער וואס ארבעט יומם ולילה אפצושרייבן א געשיכטע פון עפעס. דאס וואלט אויסגעזען עפעס וואס האט א משמעות בפני עצמו. אבער לאמיר זיך פארשטעלן אז ער טוט עס בלויז פאר זיך אליין. ער שרייבט אין א שפראך וואס קיינער קען ניט פארשטאנען, ער רעדט ניט מיט קיינער וועגן דעם, שטילערהייט ווייל ער אליין איז נייגעריג. פלוצלונג ווערט עס שוין ניט מער קלאר אז דאס איז א משמעותדיגע לעבן.
קומט אויס לכאורה, אז משמעות ווענדט זיך ניט אין זיך, ס'קען קומען בלויז פון א צווייטן--ווען מ'טוט לשם א צווייטן.
איך בין מודה מ'קען זיך דינגען אויף הנ"ל. אבער אויב ס'איז ריכטיג, קען מען שוין פארשטיין פארוואס דער סעקולערע וועלט ליידט פון חוסר-משמעות. אויב דער שטאנדפונקט פון וואס מען קוקט אויף לעבן, אויף אונזערע מאראלישע פארלאנגן, איז א שטאנדפונקט פון פרייהייט - דאס הייסט, פון וואס איך וויל טאן, פונעם צורך צו פארזיכערן מיין זעלבסט - קען מען קיין משמעות ניט געפינען אין לעבן.