תורה לא תהא מוחלפת?

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
1,157
רעאקציע ראטע
10,685
פונקטן
1,943
ווייל קיינער קעירט נישט פאר די תורה. אונז דינען די סיסטעם און די תורה דארף זיך צושטעלן צו דעם.
פארוואס עס איז אזוי? די היינטיגע רע-בנים האבן א עטיטוד, אז כדי צו האלטן אידישקייט מוז זיין א סיסטעם, און עס איז ווערד צו האלטן א סיסטעם וואס שטימט נישט אינגאנצן מיט די תורה, ווי איידער אלעס זאל שטימען מיט די תורה און נישט האבן קיין סיסטעם, ווייל דעמאלטס פארלירט מען דעם עולם.

זיי גייען עס נישט קלאר מודה זיין, א חשובער דיין האט מיר געזאגט אז א אינגערמאן גייט ארום מיט זונות גייט עם נישט אן, עס איז צווישן יענעם מיטן אייבערשטן, אבער אז א אינגערמאן שערט זיך די בארד דאס וועט ער לוחם זיין ווייל דאס צוברעכט דעם סיסטעם, דער אינגערמאן וועט עווענטשועלי אוועקפאלן אינגאנצן און מיטשלעפן מיט זיך נאך.
 
די הויפט זאך איז אז מיר זאלן זיך באשעפטיגן און דעבאטירן די אמת פון דער תורה, און זי נישט פארלאזן אינגאנצן. און ווי דער תניא האט געשריבן: והפושעים ומורדים בתלמידי חכמים, יניקת נפש רוח ונשמה שלהם מבחינת אחוריים של נפש רוח ונשמת תלמידי חכמים.

לויט וויסנשאפט, איז רעליגיע א פראדוקט פון עוואלוציע, אין וועלכע דער מענטש האט געזוכט א באדייטונג פאר זיין לעבן און א געפיל פון געזעלשאפטליכער צוגעהער, און האט געגלייבט אז איימיצער וועט אים באשיצן. פונקט ווי עס זענען פאראן טויזנטער מינים פרוכטן אין דער וועלט, יעדע מיט אן אנדערן טעם און שמעק, אזוי האבן אויך די תורה ומצוות א באזונדערן טעם. די הויפט זאך איז זיי צו עסן מיט פארגעניגן און אן נערוון.

די וואס גלויבן, אפילו ווען זיי האבן מאמענטן פון קריזיס, האבן צו וועמען צו שרייען און זיך באקלאגן. די וואס גלויבן בכלל נישט זענען אין צרות...
 
לויט דיר איז רעליגיע נישט א דירעקטע תוצאה פון א געשעעניש ווי למשל מתן תורה אדער נבואה וכדומה, נאר א פועל יוצא וואס מוז געשעהן צוליב עוואלוציע. און דאס איז צוליב די ספיריטואלע געברויך פונעם מענטש און דערפאר עווענטואל ווערט עס א נחלת הכלל צוליב די קאלעקטיוו ספיריט פון די מענטשהייט, און מיט די צייט ווערט עס א רעליגיע און דערפאר איז טאקע פארהאן אסאך מיני רעליגיעס צוליב דעם וואס די דעות בני אדם זענען אנדערש איינעם פון צווייטן?
 
אבער מתן תורה קען מען אהנעמען,אלץ פעקטשועל
עס איז גיוועהן ,אין גישעהן, אז גאט האט דעסיידעד
צו מאכן אויף זיך א גילוי,און ער האט גיזאגט מיט קולות ולפידים די טען קאמענדמענטס , בפני על עם ועדה , א מתנה פאר כלל ישראל , און פון דארט איז עס באקאנט גיווארן צו די שבעים אומות לגוייהם ובארצותיהם . דאס איז די ברכה - אשר בחר בנו מכל עם ולשון.
 
פיין, אבער בעצם רעליגיע האט זיך נישט דארט אנגעהויבן. דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז די דארשט פאר רעליגיע איז נאך אסאך פאר מתן תורה היות ס'איז א חלק פון די דיוועלאפמענט פון די וועלט, אוועלוציע, לויט @וחי בהם און ס'מאכט סענס אזוי, הא ראי אז רעליגיע איז געווען נאך אסאך פאר מתן תורה, איז לויט דעם שטעלט זיך די מיליאן דאלער קשיא מאן יימר אז דו ביסט גערעכט מיט דיין פאקט אז מתן תורה איז זיכער געווען, אפשר איז א אויסטראכטעניש פון די רעליגיעזע חלק פון די מענטשהייט? איך מאך עס נישט אוועק כ'פרעג נאר
 
לעצט רעדאגירט:

אז עס איז גיוועהן רעליגיע פריער איז בכלל נישט קיין שאלה , עס איז זיכער גיוועהן , און דער פסוק איז מעיד ביי אנוש ״אז הוחל לקרא בשם ה׳״ דאס איז דאך פאר נח ,( לויט א טהייל מפרשים מיינט עס עבודה זרה ) אויך רש״י ביי די עבירות פון דור המבול רעכנט אויס עבודה זרה , איז קלאהר ווי די
זאגסט,אז רעליגיע איז גיוועהן פאר מתן תורה .
עבודה זרה איז דאך א רעליגיע .
 
ניין, כ'רעד נישט דוקא פון ע"ז. און בכלל די ווארט רעליגיע מיינט נאר א סיסטעם פון רעליגיע און נישט א יחידי'שער וועג פון ספיריטשואליטי, און אין יענע צייטן איז געווען רעליגיעס וואס איז לאו דוקא געווען פארבינדן מיט ע"ז, ווי מ'זעהט למשל אז שם בן נח האט נישט געדינט ע"ז נאר געגלייבט אין אחדות הבורא נאך אסאך איידער מתן תורה, אדער נעם למשל Monotheism וואס איז געווען א אור אלטע מצרישע אמונה און וואס איז שפעטער געווארן די אידישע אמונה פון גלייבן אין אין גאט. אויך איז געווען zoroastrianism וואס איז מן הסתם פון די עלסטע רעליגיעס נאך אסאך עלטער אפילו די מאנאטעאיסטיק רעליגיע. So to answer your question, יא ס'געווען רעליגיעס נאך אסאך איידער מתן תורה וועלכע האבן געגלייבט אן אחדות הבורא און זענען נישט געווען פארבינדן מיט ע"ז
 
איך האב געמיינט אז די שנירל גייט פאוקעסן אויף די חלק צי די תורה שטעלט זיך צי צו די קולטור אדער פארקערט....
אזוי ווי עס איז געווען ארומגערעדט וועגן הלכות ביה"כ אין שנירל 'שערן די האר'
עס וואלט געווען אן אינטערסאנטע נושא דורכציטון
עס איז אינטערסאנט אז מ'קען מערקן די נקודה אין די ערשטע סעיף אין שו"ע
ווי די מחבר שרייבט אז מ'דארף אויפשטיין באשמורת הבוקר און דאווענען נץ אויף וואס די רמ"א איז מגיה 'ועכ"פ לא יאחר זמן תפילה'
ווייל אין ארצות המזרח שטייט מען אויף ביים עלות און אין קראקע פלעגט מען אויפשטיין שפעטער
און היינטיגע צייטן ווען מ'גייט שלאפן שפעט אין די נאכט איז די הלכה 'עכ"פ לא יאחר חצות היום....'
 
ניין, כ'רעד נישט דוקא פון ע"ז. און בכלל די ווארט רעליגיע מיינט נאר א סיסטעם פון רעליגיע און נישט א יחידי'שער וועג פון ספיריטשואליטי, און אין יענע צייטן איז געווען רעליגיעס וואס איז לאו דוקא געווען פארבינדן מיט ע"ז, ווי מ'זעהט למשל אז שם בן נח האט נישט געדינט ע"ז נאר געגלייבט אין אחדות הבורא נאך אסאך איידער מתן תורה, אדער נעם למשל Monotheism וואס איז געווען א אור אלטע מצרישע אמונה און וואס איז שפעטער געווארן די אידישע אמונה פון גלייבן אין אין גאט. אויך איז געווען zoroastrianism וואס איז מן הסתם פון די עלסטע רעליגיעס נאך אסאך עלטער אפילו די מאנאטעאיסטיק רעליגיע. So to answer your question, יא ס'געווען רעליגיעס נאך אסאך איידער מתן תורה וועלכע האבן געגלייבט אן אחדות הבורא און זענען נישט געווען פארבינדן מיט ע"ז
סתם שקר וכזב, נישט ווערט צו ענטפערן! אנשולדיגט
 
ריכטיג, עס זענען גיוועהן פארשידענע רעליגיעס
מיט ענדערונגען איינער פון צווייטן ,ווי דו דערמאנסט
נעמען פון אור אלטע גלויבונגען , די גמרא אין עבודה
זרה זאגט אז אברהם אבינו האט א גיהאט אן ענציקלאפדיע פון אלע מיני רעליגיעס די בוך האט
גיהאט פיר הונדערט טשאפטערס-קען זיין עס איז
א גוזמא ווייל דער נומבער 400 איז א גוזמא נומבער- אבער קלאהר איז, אז עס זענען גיוועהן אין
די ציוויליזאציע שוין אין די פרי היסטארישע עפאכע
רעליגיעס מכל המינים , פאר א ראן דאון פון די אנטוויקלונגען פון די רעליגיעס,איז כדאי צו רעפערענסן די אנאליז פון רמב״ם הלכות עבודת
כוכבים,א. ווי ער גייט איבער די עוואלושן פון די אמונות און עבודות בדרך כלל פון אלע רעליגיעס ,
בעיסיקעלי זאגט ער,אז פון אדם ביז אנוש האט מען
געוואוסט אז ה׳ אחד בשמים ממעל ועל הארץ מתחת , בימי אנוש האבן זיך אהנגיהויבן די דעות צו דינען כוכבים און מזלות , שפעטער האט יעדער אומה בוחר גיוועהן א כוכב - כוכבים איז דאך דא גענוג- אז , זיי די כוכב אדער מזל ( גרופע שטערן ) זאלן זיין כאילו דער פארמיטלער פון מענטש צו גאט , נאכדעם האט מען פאבריצירט סטעטשוס צו פרעזענטן דעם כוכב אדער דעם מזל , וואס אינטערווענירט צו גאט , דערנאך איז שוין גיוועהן די וואס האבן געדינט דעם סטעטשו
אזוי ארום האבן זיך דעוועלאפט די רעליגיעס למיניהם ,
ביז אברהם איתן האזרחי איז געקומען, און ער האט צוריק גיברענגט די אריגינאל דעה, אז גאט איז איינס, און יעדער יחיד קען רעדן צו עהם, מען דארף נישט קיין מידלמען .
פארדעם האט מען עהם גירוידפ׳ט,אבער ער איז אהנגיגאנגען מיט זיינע כרוזים, ביז ער האט אויפגישטעלט א קיבוץ פון מאמינים.
עיין שם בלשונו,הזהב ותמצא נחת .
 
סתם שקר וכזב, נישט ווערט צו ענטפערן! אנשולדיגט
האסט מיך אפגעוואנדן!
וויאזוי פלעגט דער רבי אפווענדן "היעלה על הדעת?! ווי קאן מען אפילו זאגן אנדערש?!"
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG_2688.webp
    IMG_2688.webp
    104 KB · געזען: 16
א פשוט׳ע ChatGPT search ווייזט פארקערט
Ancient Egyptian’s זענען געווען polygamists נישט monotheistic אחוץ איין קעניג אבער האט געדינט די איינציגסטע זון - אין נישט כביכול, אין zoroastrianism איז באשאפען געווארן כאטש 200 יאר נאך Judaism סאו נעקסט טיים בעפאר די שרייבסט אזא עם הארצ׳ישע סטעיטמענט, טשעק דיינע Facts
 
א פשוט׳ע ChatGPT search ווייזט פארקערט
כבודך הגדול והקדוש במקומך מונח אבער נאך א פשוט'רע search אויף Britannica זאגט אנדערש

אין zoroastrianism איז באשאפען געווארן כאטש 200 יאר נאך Judaism סאו נעקסט טיים בעפאר די שרייבסט אזא עם הארצ׳ישע סטעיטמענט, טשעק דיינע Facts
כ'מיין אז ס'טאקע כדאי דו זאלסט טשעקן דיינע פעקטס אבער טענקס פאר די קאמפלימענט עניוועי
 
כבודך הגדול והקדוש במקומך מונח אבער נאך א פשוט'רע search אויף Britannica זאגט אנדערש

כ'מיין אז ס'טאקע כדאי דו זאלסט טשעקן דיינע פעקטס אבער טענקס פאר די קאמפלימענט עניוועי
לויט ווי עס זעהט אויס איז די מאנאטהעיסם, טאקע
פון די צייטן פון אברהם אבינו , אז דער מעמד הר סיני איז גיוועהן יאהר תמ״ח,לייג צו 430 יאהר פון בין הבתרים,ביז תמ״ח,און אברהם איז דאן אלט גיוועהן 75, אבער ווי דער רמב״ם נעמט אהן אז ביי 40 הכיר את בוראו קומסטו צו 3765 יאהר,דאס איז פאר די גרינדונג פון די זאראאסטרי רעליגיע, און עס קען אפילו זיין אז די רעליגיאנאסן פון די זאראאסטרי
זענען גיוועהן תלמידים,פון אברהם ווי דער פסוק
ואת הנפש אשר עשו בחרן .
 
נישט ממש, ווייל ס'פארהאן פארשערס וואס האלטן אז zoroastrianism/Monotheism גייט שוין צוריק ערגעץ צווישן 5000 ביז 7000 BCE דאס מיינט א שיינע פאר טויזענט יאר איידער אברהם אבינו האט בכלל עגזיסטירט.
נאר דער איראנישער נביא וואס די רעליגיע איז נקראת על שמו Zarathushtra האט געלעבט אין די יארן פון ארום 600 BCE אבער דער עצם רעליגיע ציהט זיך שוין פון טויזענטער יארן פריער. און ס'זענען פארהאן וואס האלטן אז די אידישע מאנאטעאיסטישע רעליגיע איז געווארן נשפע פון דעם, און ס'קען טאקע זיין אז מיט די יארן האט איוואלווד צו וואו ס'האלט היינט
 
אה קעי , אויב עס איז נאך פאר אברהם כל הכבוד
להם , איך האב נאר געקוקט אין וויקיפדיה , ער זאגט אז די מקדימים פון די אריגין פון די רעליגיע גייען צוריק מיינסטענס ביז 2000 קודם למספרם , וואס אויב דאס איז ריכטיג שטימט עס מיט די עפאכע פון אברהם , זעהט אויס אז זייער התחלה איז נישט קלאהר,ממילא זענען מיינע הצעות בטילין ומבוטלין.
 
Back
Top