טייערע אידן אין אמעריקע! בלאפט וועט אייך גוט זיין

די אמתע קאמען דינאמענעיטער איז - נעמען אידישקייט לייכט. (מ'סוסקרייבט צו קענען מיטהאלטן לייוו קרעמל שמועסן)
1) וואס מיינט "דינאמענעיטער"? איך וויל עס אנהייבן ניצן, ס'זאגט זיך זייער גוט.
2) "לייוו קרעמל שמועסן" מה זאת?.
 
1) וואס מיינט "דינאמענעיטער"? איך וויל עס אנהייבן ניצן, ס'זאגט זיך זייער גוט.
קהל'ס האט שוין גענטפערט, וועלעך צולייגן נאך א פשט. "דינאמענעיטער" ס'איז א קאמפעני פון מעינעיז
2) "לייוו קרעמל שמועסן" מה זאת?.
לייוו הוקאפ מיט קעיבלס.
-

כ'האף ס'קומט אויס פאני אדער כאטש קארני, ווייל איך בין אין א געפערליכן מאאד פון זיין שרעקליך בייז, אנגעזעצט, און אויסגעשפילט.

פארוואס זאג איך עס? כדי עטץ זאלטס וויסן אז די מענטשן וואס זענען פולי ארויס פונעם סיסטעם האבן אויך שלעכטע טעג. (נעה, די עכטע סיבה איז ווייל כ'וויל עטץ זאלט אויך זעהן די טינקעלע זייט פונעם מטבע פון שעפטאל. יא, כ'בין בארעגט, פארלוירן, און נאכדערצו מיט בויכוויי. און כ'האב נישט געמאכט קיין געלט היינט נאכן ארבטן אפאר שעה נעכטן און היינט ווייל ס'האט דורכגעפאלן. כ'מיין ס'דארף קומען א אנגעזעצטער שנירל פון א אנגעבייזערטע שעפטי)
-

הוספה. ב"ה כ'פיל שוין סאך בעסער נאכן זיך אויסשרייען הויעך אין קרעמל 😂😂😂
 
לעצט רעדאגירט:
הוספה. ב"ה כ'פיל שוין סאך בעסער נאכן זיך אויסשרייען הויעך אין קרעמל 😂😂😂
עס איז מיר נישט בייגעפאלען אז מען קען זיך דא אויסשרייען
אפשר דארף מען זיין א @שעפטאל צו עס מאכן אזוי גרינג מיט אפאר ווערטער
 
כ'וויל עטץ זאלט אויך זעהן די טינקעלע זייט פונעם מטבע פון שעפטאל. יא, כ'בין בארעגט, פארלוירן, און נאכדערצו מיט בויכוויי. און כ'האב נישט געמאכט קיין געלט היינט נאכן ארבטן אפאר שעה נעכטן און היינט ווייל ס'האט דורכגעפאלן. כ'מיין ס'דארף קומען א אנגעזעצטער שנירל פון א אנגעבייזערטע שעפטי
קום אריין מיט דיטעילס ביטע! שנירל אדער נישט, פרטים דארף מען הערן!!
 
יענעם קענסטו סטאפן בלאפען, האסט עם גוט אויסגעשפילט.

זיך? דארף מען בלאפן אייביג. נאר אזוי גייט עס ווייטער....
What do you mean
מיר זעהט עס אויס ווי א רעסעפי פאר מיזערי
קיינמאל נישט זוכה זיין צו שלוות הנפש און שמחת הנפש
אדער האב איך נישט פארשטאנען וואס דו מיינסט
 
פיינע ארטיקל דאס,

איך וויל מוסיף זיין, אז בעצם די גאנצע "סיסטעם" וואס מ'האקט אויף איז דאך אויכעט איין שטיק בלאף,

כ"ק הגה"ק אדמו"ר שליט"א איז נאר א רבי ווייל ער ווייסט נישט עפעס אנדערש, פון אלץ 3 יעריגער מיטן בעקיטשע שבת איז ער פון די Royal פאמיליע און ער מיינט עכט אז ער האט רוח הקודש אין זיין DNA,

דער גבאי האט געטראפן א לייף Escape - ער איז אויפגעוואקסן ביי מלחמה איבערלעבער, קיינמאל פארשטאנען פארוואס חתונה האבן איז וויכטיג, ספעציעל ווען זיין פרוי Showered זיך נישט משבת לשבת (מילא ער - ער איז דאך א מאן), א שוואנץ געווען אלע יארן נאך ביים רבי'נס זיידן,

דער דיין אין די קהילה וואלט בעצם געווען א סוקסעספולע ביזנעסמאן, אבל דא עקא, זיין טאטע איז שוין געווען דער סוקסעספולע ביזנעסמאן (היינט שוין לאנג נישט) און האט אים אויסגעהאלטן אין כולל נאכן חתונה פאר צו לאנג - ביז ווען ער האט זיך געעפענט די אויגן האט ער שוין געהאט שתי שערות לבינות - שוין איז ער געבליבן אויף דעי Path,

די מוסדות אדמיניסטראציע האט נאר געלאנדעט זיין דזשאב דורך די וועד הפרנסה פון די קהלה נאכ'ן אנזעצן זיין עמעזאן ביזנעס אפאר יאר צוריק, זיין רעיז איז געבעיסט אויף ווי סאך פרישע תקנות ער קומט אויף (וואס טוט מען נישט פאר דזשאב סעקיורעטי) - שטייצעך אז ער האט א סייד בענעפיט פון באטראכטן פרויען און סטיילס לצורך פרנסה,

די וועד המוסדות איז דאך א צאמשטעל פון 2 עלטערן וואס וואוינען א האלב יאר אין פלארידע אבער קאווערן די מוסדות מיט זייער ליין אף קרעדיט, ווידער די אנדערע צוויי זענען שווערע בוליס וואס זענען געווען לערנונג דיסעיבעלד און געווארן גע'רודפ'ט אלץ קינד,

די גביר וואס האלט אויס די מוסדות איז אזוי - זיין טאטע און רוב ברידער זענען בעצם רבנים און דיינים, ווידער ער איז מער פון די יונגערע וואס זיין טאטע אלץ רב האט נישט געקענט קאנטראלירן אלץ קינד אין ביהמ"ד און ער האט געזען ווי זיין טאטע לעקט זיך צו די יודן פון די לעצטע טיש אין שול (וואס טוט מען נישט פאר פרנסה) ממילא זיין קיעל און געלט איז זיין וועג ווי אזוי ער קען צוריקקומען צו זיין פארט פונעם משפחה - פארשטייסט - זיין ברידער רעדט ביים דינער אלץ מו"ץ און ער אלץ ראה"ק אבער למעשה קען ער זיך ערלויבן ארויסצוגעבן א ספר ווען ער מאכט חתונה זיין קינד,

דער משפיע איז בעצם געבוירן געווארן צו מענטל דיסעיבלט בעלי תשובות, אנשטאט גיין פאר הילף האט ער גענומען שימוש ביי ר' צבי מאיר - ר' מאטל - און ר' איטשע מאיר, זיך געדרייט אביסל אין שומרי אמונים און געלערנט אין שערי שמים, אנגעהויבן האטסעך עס ווען ער פלעגט אנהייבן ארייננעמען בחורים פון ישיבת מיר אויף שבת סעודות אנשטאט צו דארפן פארברענגען מיט זיין ווייב, נאכדעם האט ער געפארעמט אן אייגענע מנין פרייטאג צונאכטס ביים כותל, דערנאך א שבת התעלות אין צפת ווי ער האט זיך געטראפן מיט א מיד-לייפ-קרייסעס נגיד פון לאס אנדשעלעס, און פון דארטן צו א פרייוועט דשעט איז א שפאן אוועק,
 
איך קען נישט דעם רב, ממילא פארטרעט איך אים נישט.

אבער באופן כללי, די תירוץ צו אלע אמונה שאלות הייבט זיך אן מיט טראסט. ברגע מ'ווייסט אז א תירוץ איז פארהאנען און מ'גייט עס פשוט זוכן, טרעפט מען עס.
נאר וואס? ווען מיר האבן א ברירה אלעס אויפצוגעבן, קענן די שאלות מוטשען אין קאפ און מ'וועט קיין תירוץ נישט טרעפן.
פאר דעם קען זיין אז די עצה פון בלאפן וועט העלפן. ווייל דעמאלס, ווען ארויסגיין איז סייווי נישט קיין אפציע, קען מען טרעפן די תירוצים המתיישבים על הלב.
 
אן אשה צנועה וחסידה
יאפ, די חסידישע וועג פון זאגן א חיריק און און מלאופום די זעלבע ברענגט גרויסע חורבנות...
***

יא, איך האב ארויפגעברענגט אן אלטע ארטיקל פון מורינו המאוה"ג הנשר הזהב אחרון, כדי אז דער וואס האט דאס נאכנישט געליינט זאל עס יעצט ביטע ליינען ויונעם לו, ווי אויך קען מען עס איבער'חזר'ן, ס'איז פון די וויכטיגע ארטיקלען דאהי!
 
מיינער א נאנטער חבר, לאמיר עם א נאמען געבן משה.

משה, קומענדיג פון א שיינע חסידישע באלעבאטישע משפחה, האט חתונה געהאט צו אן אשה צנועה וחסידה וועלכע קומט אויך פון א היימישע חסידישע משפחה. ויהי היום און דער שגץ אינטערנעט האט זיך באוויזן ביינעם אויפן שוועל, א גוטער קאפּ פארמאגט ער און ער האט זיך ליידער געלאזט איבעררעדן פונעם שטן, און נאכן זיך אנליינען אויפן ברייטן געוועב מיט אזויגערופענע סייענס, עוועלושן, ביאלאגיע מיט אלע שיין-קלינגעדיגע נעמען מיט וואס דער שטן אידענטיפיצירט זיך, האט ער ליידער פארלוירן זיין אמונה אין די י"ג עיקרים, און פון דארט ביז חילול שבת איז ניטאמאל א שפרינג.

פאר זיין ווייב איז דאס געווען ווי שטאך פון א מעסער אין איר הארץ. ס'הייסט, כ'האב חתונה געהאט מיט דיר, דעמאלטס ביסטו געווען א חסידישער בחור פון א חסידישע פאמיליע און כ'האב געטראסט מיינע עלטערן אז זיי זוכן פאר מיר פונקט אזא איינעם וואס האט באקומען דעם זעלבן חינוך ווי מיר און מיין משפחה און מיינע פרענדס, שכנים אא"וו און כ'וועל נישט ברויכן זיין אנדערש, און דא מיטאמאל שפילסטו מיך אזוי אויס! אמאל פלעגסטו טוהן מצוות מיט א שמחה, געלערנט פלייסיג און יעצט טוסטו בכלל נישט די אלע זאכן. דו מיינסט און דו רעדסט דיך איין אז קיינער באמערקט נישט? דיינע חברים? דיין משפחה? מיין משפחה? פלעגסט אויפשטיין פארטאגס, יעדער האט דיך געזעהן אין שול לערנען, דאווענען מיט מנין, און יעצט זעהט מען דיך מער נישט, די קינדער באמערקן עס, וואס וועט זיין דא?! פרעגט ס'ווייב א פארלוירענע.

ס'ווייב זיינע האט אים אנגעהויבן רודפ'ן, געקאנטאקט רבנים זאלן איר ארויסהעלפן מיט'ן רעדן מיט עם, אפשר אפשר וועט ער זיך לאזן דעררעדן און ס'וועט אריינגיין אין זיין פארשטאפּטע קאפ אז ס'קען נישט אזוי אנגיין ווייטער. ס'וועט זיין גרויסע בושות פאר אים און זיין ווייב און קינדער, פאר איר משפחה, זיין משפחה, שידוכים, מוסדות מיט וואס נישט. מיין חבר האט גארנישט געהאט קעגן איר, אדרבה זיי לעבן גוט און ער האט עס געוואלט מאכן ארבייטן, נאר זי האט זיך פארשטייצעך נישט געוואלט אוועקרירן פון אירע עלטערנס וועגן, פון די וועג וויאזוי זי איז אויפגעוואקסן, און ער האט איר באמת געוואלט צוליב טוהן, איז ער געגאנגען צו די רבנים און בעלי מוסר וואו זיין ווייב האט עם געשיקט. און ער האט געהאלטן אין איין זאגן פאר יעדעם אז אויב סיי ווער איבערצייגט איהם אין די אויטענטישקייט אין גאט, תורה ומצות וכו' דאן ווערט ער צוריק פרום, און נישט נאר חיצונית'דיג וואס דאס טוט ער ממילא, נאר פנימיות'דיג ווי א ריכטיגער עהרליכער איד.

וירבו הימים און אונזער משה האט געפאלגט זיין ווייב און אנגעהויבן גיין צו ערליכע אידן, רבנים, בעלי מוסר, פריוואט זיך אויס'טענה'ן מיט זיי. עטליכע אינטערעסאנטע עפיזאדן האט ער מיטגעטיילט מיט מיר. איינמאל האט זיין ווייב בעצת פון א פרומער משפחה מיטגליד געשיקט משה'ן צו א מער מאדערנער רב און אזוי ארום אים צו פרובירן משכנע זיין, היות יענער רב אידאך מאדערן און רעדט ענגליש, נישט סתם עפעס חסידישער אומגעלערענטער דומ"צ מיט א ריפּסענער בעקישע, נאר א גראדואירטער גאר.

און דער רב הייבט אן רעדן מיט אים און איז מסביר ווי מ'קען זעהן גאט פון די גרויסע ניסים וואס מ'זעהט יעדן טאג אין ארץ ישראל וכו', אבער משה האט איבערגעהאקט און אין א איידעלע וועג מסביר געווען אז אין דעם פלאץ אין סאטמאר ווי ער און זיין ווייב זענען מחונך געווארן איז דאס געווען חזיר טרייף און זיי גלייבן נישט אין די סארט ניסים. דער רב זעענדיג אז ער האט דא צו טוהן מיט א תמימות'דיגער אויבער-חכם האט ער אים משלח געווען אויף אן איידעלן אופן.

נעקסט האט עם די ווייב געשיקט צו א היימישער רב זעענדיג אז פון א מאדערנעם רב וועט גארנישט געשעהן, ויהי היום, און משה האט באגעגנט דעם היימישן חשוב'ן רב, גאר א קלוגער איד א בעל דרשן, זיי זעצן זיך אוועק. און דער רב האט שוין זעהט זיך אויס געהערט פונעם ווייב און עטוואס האט ער שוין אליין דערשמעקט אז מיט'ן זיך אויס'טענה'ן מיט משה'ן איבער אמונה ענינים גייט ער אין ערגעץ נישט אנקומען און ס'ממש א שאד די צייט און ענערגיע.

קוקט דער רב איהם אין די אויגן און פרעגט איהם מיט א ווארעמקייט, משה; ווילסט האבן א זיס לעבן? דיין ווייב זאל דיך רעספעקטירן, זאלסט נישט האבן צו טוהן מיט די מוסדות, שידוכים זאל פארן, אא"וו? אוודאי! עפעס א שאלה בכלל, פרעגט משה פארוואונדערט צוריק, ווער וויל דען נישט?! דערפאר בין איך דאך געקומען צום רב! ענטפערט משה צוריק. "דאן איז פארהאן איין עצה, בלאף!" ענטפערט עם דער רב.

משה קוקט דעם רב פארוואונדערט אין פנים. וואס? כ'הער גוט? נאך פון א היימישן רב הער איך דאס? א שטילשווייגעניש ווי אין מכת חושך שפּירט זיך ביי משה אין קאפ. דער רב דערשמעקט עס אבער לאזט נישט נאך. יא, האסט גוט געהערט! בלאף, וועט דיר גיין גוט!

מיין חבר משה איז נישט קיין נער, אפשר טאקע נישט אזוי פראקטיש ווי דער רב. "אבער אין אדם מוריש שקר לבניו!" ענטפערט גלייך משה צוריק פאר'ן רב, דאס איז נישט עפעס א לאו אדער עפעס א לומד'ישער אויפטוה, וואס אלץ דעם אויס וואלט ער עס נאך ווען געקענט עובר זיין, אבער דאס אידאך א מציאות, טענה'ט משה, דאס אידאך איינער פון די שטארקע טענות וויאזוי מ'ווייזט אויף די טענות הכוזרי! דער רב קוקט איהם אן אזוי זייטיג, ווי איינער זאגט, חכם בלייבט חכם און נער בלייבט נער, איך בין דא דיר צו העלפן האבן א געשמאק לעבן און כ'גיב דיר א גוטע און א גרינגע עצה וויאזוי דו קענסט דיך מסדר זיין און דו ווענדסט מיך גאר אפ? נו נו.

וירבו הימים, משה איז עלטער געווארן, די קינדער זענען געווארן גרויסע בחורים אין ישיבות, די מיידלעך האלטן שוין ביי שידוכים און משה מאכט זיך א חשבון אז קען זיין דער רב'ס עצה צו בלאפן איז יא גאר דער מהלך פון א זיס לעבן, ווי נישט ווי, טראכט משה צו זיך, די אלע פרומע מיינען עס דען יא אמת'דיג? לאמיר עס פרובירן, נו מ'הייבט אן אויפשטיין פארטאגס, מ'גייט אין מקוה, מ'דאווענט מיטן ערשטן מנין, מ'טוט זיך אן א כאלאטל און מ'שפילט מיט דעם געים, מ'שפאצירט אריין מיט עטליכע געדריקטע גליונות צו קבלת שבת, ביי בואי בשלום גיבט מען עטליכע קלאטשעס הויך יעדער זאל זעהן און ביי טוב להודות לד' שטיפט מען אריין די כפּות ידים אינעם גארטל און מ'פארגלייזט זיך די אויגן און מ'ווארפט זיך אביסל אהער און אהין דערנאך בלייבן שטיין גראד מיט די אויגן פארמאכט, ביי קדיש פאר שמונה עשרה ברימט מען זיך אונטער צוזאמען מיטן בעל תפלה תושבחתא ונחמתא דאאאאמירן בעלמא ואמרו אמן.

יארן זענען פאריבער פון ווען מיין חבר משה האט געטראפן דעם רב און לעצטענס האט ער אים נאכאמאל אנגעטראפן ערגעצוואו, איז ער צוגעגאנגן צו דעם רב און עם געפרעגט, דער רב געדענקט מיך נאך און אונזער שמועס וואס מיר האבן געהאט איבער בלאפן אידישקייט? יא, זאגט עם דער רב, און מיט גרויס נייגער פרעגט ער עם, נו, וואס איז טאקע געווארן צום סוף? זאגט עם משה, יא שקר נישט שקר, זייט כ'האב אנגעהויבן צו בלאפן איז מיין לעבן אסאך בעסער געווארן, רואיגער מיט מיין ווייב, קינדער אין די מוסדות וכו' וכו'.... זעהסט, זאגט אים דער רב א פריינטליכער, מ'ברויך נישט זיין קיין חכם נאר פראקטיש!

די מעשה איז אמת, אפשר האב איך אביסל געדרייט און עס אביסל בעסער באשמירט, אלעס נאר למען ירוץ הקורא בו. אבער די נקודה פון די מעשה איז צו וואס כ'האב געוואלט צוקומען.

דער היימישער רב וואס האט פאר מיין חבר משה געגעבן די עצה צו בּלאפן אידישקייט פשוטו כמשמעו, וואס האט ער געטראכט בשעת'ן ארויסזאגן דעם שקר'דיגע ווארט פון זיין מויל, ווען ער האט געוויסט אז ער זאגט יענעם אינגערמאן א גראבּן שקר? ווען אין פארנט פון אים שטייט א אינגערמאן וואס גלייבט נישט אין גארנישט און האלט אז רעליגיע איז סתם בלאף און וויל פשוט אז זיין לעבן און דאס לעבן פון זיין משפחה זאל זיין געשמאק און רואיג און געבט עם גאר אן עצה צו בלאפן? און נאך מיט רעליגיע? וואס בעצם איז דער רב מודה אז די רעליגיע איז בלאף?!

נאר דער תירוץ איז עכ"פ וויאזוי אני הקטן אבזערוויר עס פון מיין קוק ווינקל, אז דער רב פארשטייט אויך אז בעצם איז רעליגיע נישט עפעס וואס מ'קען אויפווייזן די ריכטיגקייט אדער די פאלשקייט דערפון נאר it boils down to personal choice וואס די סיבה פאר דעם טשויס איז נישט קיין נפק"מ, און דער רב זייענדיג אריינגעטוהן אין אסאך שלום בית קעיסעס אדער סתם אנגעווייטאגטע נשמה'לעך ווייסט אויך אז די אלע טענות און וויכוחים גייט קיינעם נישט איבערמאכן אויף איין זייט אדער אויף די אנדערע.

איין זאך וואס דער רב האט ארויסגענומען פון זיין עקספיריענס פון לייף, און דאס איז מער א פראקטישע וועג פון אנקוקן לעבן. ביסט געבוירן אין א קאמיוניטי, ביסט דא אויפגעוואקסן, האסט דא חתונה געהאט, האסט ווייטער געצויגן דיין גאלדענע קייט, יעצט ביסט צוגעקומען צו א מסקנא אז דער מהלך החיים אין וועלכעס דו ביסט געגאנגען איז סתם בלאף? קען זיין ביסט גערעכט, ער טענה'ט נישט אז נישט, און ס'גאר ייתכן אז ער איז אויך צוגעקומען צו די זעלבע מסקנא, אבער וואס האט ער יעצט דערפון?

אויב וועט ער ארויסברענגן דעם שקר אויף דעם וועג וועט ער צוברעכן דעם גאנצן גאלדענע קייט און וועט צוברעכן זיין אייגענע אפגעהארעוועטע בלוט און שווייס, זיינע זיסע קינדער זיין משפחה. אוודאי וואלט ווען געווען בעסער אז זיין ווייב איז מיט אים אויפן זעלבן פעידזש, אבער מיר ווייסן דאך דאס, אז לאו כל אדם זוכה לשתי שלחנות. טראכט דער רב מה לי לשקר קעגן רעליגיע ומה לי לשקר פאר רעליגיע, אויב בלאפן פאר רעליגיע וועט דיר געבן א בעסערע לעבן דאן טוה דאס, אוו אויב בלאפן קעגן רעליגיע גיבט דיר א בעסערע לעבן דאן טוה יענץ, אבער דער עיקר העיקרים איז צו האבן א גוטע לעבן און צו אינדזשויען לייף מיט די משפחה אינאיינעם און נישט זיך ברויכן קריגן מיט קיינעם אדער צוברעכן א משפחה לכבוד דעם.
די מעשה איז שיין און באלערנד , אז צו זיין פראקטיש און מיט מיט גיין מיט די פלאו פון די סביבה, וואו מען איז עסטעבלישט,איז א דרך וואס ברענגט בענעפיטס, אפילו מען איז נישט פולי אין סינק, מיט די אלע טרעדישענס און קאוסטאומס וואס ווערט דארט פראקטיצירט . אבער אין די מסקנא פון די מעשה , איז עס מיסינג די פוינט פון די בענעפיט פון דעם וואס ער רופט -בלאף-
די כוונה פון די עצה איז מיוסד ,אויף די ווארט פון סלאנים - האמנתי כי אדבר - אז אין ענינים פון אמונה איז די נאטור אז רעדן פון אמונה ברענגט צו מיט דער צייט אז ער גלייבט טאקע , ווייל דער נישט גלויביגער איז אויך נישט זיכער מיט זיין נישט גלייבען , ער איז באמת א פוסח על שתי סעיפים -
ווי משה האט גיזאגט ער איז מסופק - היש ה׳ בקרבנו אם אין- , און אז מען פילעוועט זיך אין אמונה מען רעדט דערפון , און אזוי ווי דער רב האט גיעצה׳ט אז מען ״בלאפט״וועט מיט די צייט נתחזק ווערן די צד פון אמונה און טרעדישען , ביז דער ייד וואס בלאפט וועט זאגען
אין עוד מלבדו - האמנתי כי אדבר.
 
די מעשה איז שיין און באלערנד , אז צו זיין פראקטיש און מיט מיט גיין מיט די פלאו פון די סביבה, וואו מען איז עסטעבלישט,איז א דרך וואס ברענגט בענעפיטס, אפילו מען איז נישט פולי אין סינק, מיט די אלע טרעדישענס און קאוסטאומס וואס ווערט דארט פראקטיצירט . אבער אין די מסקנא פון די מעשה , איז עס מיסינג די פוינט פון די בענעפיט פון דעם וואס ער רופט -בלאף-
די כוונה פון די עצה איז מיוסד ,אויף די ווארט פון סלאנים - האמנתי כי אדבר - אז אין ענינים פון אמונה איז די נאטור אז רעדן פון אמונה ברענגט צו מיט דער צייט אז ער גלייבט טאקע , ווייל דער נישט גלויביגער איז אויך נישט זיכער מיט זיין נישט גלייבען , ער איז באמת א פוסח על שתי סעיפים -
ווי משה האט גיזאגט ער איז מסופק - היש ה׳ בקרבנו אם אין- , און אז מען פילעוועט זיך אין אמונה מען רעדט דערפון , און אזוי ווי דער רב האט גיעצה׳ט אז מען ״בלאפט״וועט מיט די צייט נתחזק ווערן די צד פון אמונה און טרעדישען , ביז דער ייד וואס בלאפט וועט זאגען
אין עוד מלבדו - האמנתי כי אדבר.
דו הערסט נישט אויף צו סורפרייזן...! איך מיין, דו ווייסט דאך גאנץ גוט אז ס'איז מער ראציאנאליש צו כופר זיין ווי נישט, אלזא פארוואס קענסטו נישט אראפשלינגען אז ס'דא וואס וועלן קיינמאל נישט צוקומען צו דעם האמנתי כי אדבר...! איט'ס עי פעקט אוו לייף און ווי שנעלער מיר וועלן אלע איינזעהן דערין אלץ מער פיין און לייד וועלן פארמיטן ווערן.
 
לעצט רעדאגירט:
דו הערסט נישט אויף צו סורפרייזן...! איך מיין, דו ווייסט דאך גאנץ גוט אז ס'איז מער ראציאנאליש צו כופר זיין ווי נישט, אלזא פארוואס קענסטו נישט אראפשלינגען אז ס'דא וואס וועלן קיינמאל נישט צוקומען צו דעם האמנתי כי אדבר...! איט'ס עי פעקט אוו לייף און ווי שנעלער מיר וועלן אלע איינזעהן דערין אלץ מער פיין און לייד וועלן פארמיטן ווערן.
אז דו ביסט סורפרייד, בין איך אויך סורפרייזד
כמים הפנים אל פנים ,
עס איז טאקע מער ראציאנאליסטיש צוזיין א כופר אין השגחה , אבער ווען עס קומט צו די עצם הבריאה,איז מער ריזען צו גלייבען אז עס איז דא א בורא - א סופער פאוער- ווייל פון זיך אליינס פון זערא, ווערט נישט גארנישט
איז איינמאהל אז מען נעמט דאס אהן - לאז זיין א ביג בענג- און מען פראקטיצירט די טרעדישען, קומט מען ביסלעכווייז צו אמונה אויך אין השגחה ,דאס איז די כוונה פון -האמנתי כי אדבר .
וכל זה בדרך אפשר .
 
Back
Top