אומגעצייטיגטע מחשבות (@אלפא)

יעצט אז איך בין צוריק נאך א ברעיק, מוז איך צום ערשט אריינקומען דא אין שנירל זיך באדאנקען פאר אלפא אויף זיינע קלארע באשרייבונגען וועלכע זענען איינס ביי איינס מעורר מחשבות. ווען איך האב נישט געהאט צוטריט צו קרעמל פאר עטליכע וואכן, האב איך עס ארויסגעפרינט, געליינט און איבערגעליינט, זיך דערקוויקט מיט יעדע שורה, און געשריבן אייגענע רעאקציעס און ארטיקלען אויף די חומר וואס איז געברענגט געווארן דא. זיי וועלן נאכפאלגן בקרוב.
שכוח אלפא! קיעפ איט קאמינג!
 
יישר כח @מרחשון. דו האסט אונז איבערגעלאזט מיט א זעץ פון אן ארטיקל (א באגעגעניש מיט המן), און מיר האבן זיך געבענקט זינט..
 
א באוויסטע געדאנק דרייט זיך ארום אז ווען מ'נוצט א ווארט אדער טערמין צופיל פארלירט עס איר וועליו. אנטיסעמיטיזם איז אפט אונטער דעם קריטיק, פאשיזם/נאציזם איז די לעצטיגע אזא, וואס מאנכע האלטן אז מיטן עס נוצן צופיל אין פלעצער ווי עס באלאנגט נישט ברענגט עס אראפ די געוויכט פונעם ווארט און אפי' ווען עס מאכט שוין יא אויס איז עס שוין אזויווי דעם דריטן מאל שרייען 'וואלף'..

איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב א געפיל אז די זאכן לויפן נישט אייביג אזויווי מיר מיינען אינטואטיוולי נאר עס לויפט פונקט פארקערט, אנשטאט וואס נוצן א ווארט זאל אראפברענגען איר וועליו, איז עס די פאקט אז די וועליו איז שוין ממילא אראפ וואס מאכט מענטשן נוצן דאס ווארט אין פלעצער ווי עס באלאנגט אפשר נישט טראדיציאנאל.

ס'איז בעצם א ריווערס קאוזעישאן געדאנק, ווי ווען מ'זעט אין סאציאלע סייענס א קארעלאציע קען עס אפט באדייטן פונקט דאס פארקערטע פון וואס עס איז אויבנאויף מסתבר..

די 'דענידערונג פון מעינסטריעם מידיע' איז אויך אריבער אן ענליכע פרשה. דער עולם איז איבערצייגט אז ווייל זיי זענען געווען דיסהאנעסט, בשעת קאוויד, צו אנקעגן טראמפ, אדער צו קאווערן אפ פאר ביידן וכדו' - דאס איז די סיבה פארוואס אלטערנאטיווע מידיע איז היינט שטארק און פארוואס די מעינסטריעם מידיע האבן פארלוירן די קרידענשעלס ביים ציבור, ווען אין פאקט מיין איך אז עס איז גראדע די אלטערנאטיווע מידיע עפעקט וואס איז איבערגעשטיגן די מעינסטריעם מידיע שוין בעפאר די אלע סאמעטוכעס האבן אויסגעבראכן, סאציאלע מידיע בפרט וואס האט אוועקגעריסן שטיקער פון זייער ביזנעס. און אויב עפעס קען דאס אלעס ווערן אנגעקוקט אפי' ווי א רעספאנס צו די דענידערונג וואס זיי זענען שוין אריבער אן דעם אויך...

ס'האט לכאו' אויך אביסל צו טון מיט דאס אז מענטשן בדרך כלל האבן ליב איין סיבה פאר א זאך וואס געשעט, און קענען נישט פארנעמען נואנס און קאמפלעקציטעט (אזויווי איך ברענג ארויס דא ביים ענדע). מ'האט ליב אנצוגעבן און אנצונעמען סיבות וואס הערן זיך שיין און גלאט, הגם די עכטע זאכן וואס ליגן דערינטער איז מער מאלטיפאסצירענד און נישט דוקא אזוי פשוט..

איך קען מיר נישט מסביר זיין בעסער אויפן מינוט און איך האב אויך נישט מער ביישפילן. אבער איך האב נאר געוואלט אויסשפייען מיינע איפכא מסתברא'דיגע נאטיצן.
 
לעצט רעדאגירט:
א גוט מועד יעדער איינער!

וואו הייבט מען דא אן?

דריי טעג יום טוב אדורך, מ'קען רעדן פון די בעלי תפילות, פון די עסן, פון די שוויץ באד, מ'קען אויסלויבן די כוואליעס און אירע שרייבער, מ'קען רעדן איבער די עמי הארץ ביים סדר (ספוילער: איך האב עס מיטגעהאלטן לייוו ביידע נעכט..), אפשר גאר זאל מען עפענען א 'חול המועד' שנירל וואו יעדער קען פאוסטן זיינע עקספיריענסן - געפילן - געדאנקען - און אויספלוגן, און פאר איך פארגעס האב איך נאך מחשבות וואס ווארטן שוין דריי טעג צו ווערן אפגעלאדענט - נאר צום האפן זיי זענען נאך ראוי לאכילה..

בקיצור, איך ווייס נישט וואו אנצוהייבן און וואו צו ענדיגן. די עיקר איר זאלט אלע האבן א פרייליכן מועד ביז איך קראץ מיך צאם און קום ארויס פון שויער..
 
א גוט מועד, בשעת @אלפא גייט אין שויער וויל איך דא אביסל ארום רעדן מיין חול המועד דרשה.
פארוואס האט מען געבאקן ערב פסח מצות היי יאר, אמער עס איז דאך ניטאמאל געווען ערב פסח, מה הועילו חכמים בתקנתם?
מען בעט דער עולם זאל זאל זען צו טרינקען אסאך וואסער כדי די שיירי מצ(ו)ה זאלן נישט מעכב זיין די פורעניות.
מצות זענען נישט טייער, פינטל. גוטע מצות זענען טייער, פלענע מצות פון ארץ ישראל קען מען האבן פאר צען דאלאר א פונט (נאך אלץ טייער, אבער לא קרב צו די פערציג דאלאר א פונט פאר די אמעריקאנער מצות.)
א חידוש פון די יאר איז איך האב געזען זייף כשר לפסח, איי עס איז דאך נפסל מאכילת כלב, איז וויאזוי קען ער בכלל האבן די מעגליכקייט פון נישט זיין כשר לפסח?
פעטש מן התורה מנין? תם, ואמרת אליו בחוזק יד, געב עם פעטש וועט ער פארשטיין, כדאמרי אינשי נאך צוויי געזונטע פראסקעס כאפט ער אויפן ווינק.
לגוי גדול, מלמד שהיה ישראל מצוינים שם, פלעגט מיין טאטע טייטשן אז דאס מיינט אז די פרויען זענען געגאנגן מיט סיעמס אויף די טייץ, נישט מער און נישט ווייניגער…
 
אלפא איך וויל נישט אינוועידן דיין טערטאריע, כ'האב אבער נישט קיין נערווען יעצט צי עפענען א שנירל, איך דארף טראכטן פון א גוטע נאמען, שיין אויספיצן, וועל איך שרייבן דא, ואלפא הטוב יכפר..

קודם איז אינטערסאנט אז איך האב נאך דעי זאך אז מצה = נישט שמוץ, איך קען צוברעקלן מצה אויף ביכער, מאמענטס, כוואליעס, די סאפע קען אויך ווערן א שטיק מצה ברעיזל, ווייל ס'נישט חמץ, סא איך קאנעקט עס נישט צי שמוץ..

און וואס זאגן ענק וועגן זיפצן א קאווע בשעת מ'הערט אויס די קינדערס מה נשתנה.. ס'געווען עפעס הימליש..

און אויך איך שרייב ענק דא שטייעדיג, און מיין גאנצע משפחה איז געשטאנען ביים סדר, פארוואס? פשוט.. די קינדער זענען געווען צילאזט ערב, אראפגעוואפן אלע בענקלעך, און אלס א נאמן בשם ובתורתו ניץ איך נישט פסח א זאך וואס איז געווען אויפן פלאר.. העט עטס אוודאי פרעגן, ס'דאך סתם אזוי אויפן פלאר?
גוטע קשיא,
 
בעלי תפילה​

דעם יו"ט בין איך אויפגעקומען מיט א מאטעמאטישע פארמולא, נאר וויבאלד איך בין נישט קיין מאטעמאטיקער קען איך עס נישט ארויסשרייבן.

ס'איז איבער בעלי תפילה, און די ratio צווישן שלעפן דאס דאווענען ביים ברעטל און אראפלייגן א שיין שטיקל.
פון איין זייט זענען דא די נערדס וואס ווילן הערן חזנות און אויסגעצויגענע שטיקלעך נישט קיין חילוק ווילאנג עס נעמט. און פון די אנדערע זייט זענען דא די וועלכע ווילן זיין געענדיגט אפי' אויב איז עס פרץ בן דמה וואס גייט צו - אבי ס'איז שנעל. פון די צוויי גרופעס רעד איך נישט - ווייל איך וועל אננעמען אז זיי קענסלען זיך אויס אין די פיינעל עקוועישאן.

רוב עולם איז אבער אין די מיטעלסטע חלק פון דעם דיסטריביושאן, אז זיי האבן הנאה פון א שיינע בעל תפילה - א שיינע שטיקל - א גוטע קאלאראטור, אבער ווילן פארט נישט בלייבן סטאק מיט אן ענדלאזע הלל וואס דער חזן נעמט פאר זיך האסטעדזש.

און דא איז וואו מיין קאלקולאציע דארף אריינצוקומען, ס'איז א פיין-ליין צווישן ווילאנג מ'קען ציען ווס וויפיל די עולם האט ליב און קען אויסהאלטן. אפי' שיינע בעלי תפילות אויב גייען זיי אריין אין די רויטע זאנע פארלירן זיי די עפרישיעישאן פונעם עולם. אויב זענען זיי צו שנעל ערווארט די עולם אביסל א 'שענערע' דאווענען, און אויב זענען זיי צו אויסגעצויגן - אפי' מיט יוסעלעס שטומע אליין - וואונטשן זיך רוב מענטשן דעם ענדע. הגם, שנעלער איז אלץ בעסער ווי שטייטער, און אויב איינער זוכט צו מחמיר זיין זאל ער עס טון צום שנעלערן זייט, אזוי כאטש ווערט קיינעם'ס נערוון נישט צושפילט אויפן וועג.

די פארמולא דארף אריינצוקומען אויסקלארן די פונקטליכע רעשיו צווישן 1. א שיינע שטומע, 2. שיינע נוסח און געלונגענע קאלעראטור, און 3. די לענג וואס עס נעמט. ווייל לא הרי זה כהרי זה. א שיינע שטומע העלפט נאר ביז א געוויסע פונקט, אזוי אויך שיינע שטיקלעך קענען נאר אויפטון אויב האלט מען זיך צום טיים-זאנע.

מ'דארף דאס איינמאל פאר אלעמאל אויסקלארן - למען ישמעו ויראו.

רעדענדיג פון בעלי תפילות האב איך שוין אן אלטע פראבלעם - אז אפט מאל זוך איך דעם דיסלייק קנעפל מיט ליכט. טאקע בשעת ער וואקט זיך מיטן ספר תורה צום בומה זאג איך א געשמאקן 'יישר כח', אבער באמת ווילט זיך מיר אים אויפעסן לעבערדיגערהייט פארן פאר'הרג'נען דאס דאווענען - ווער רעדט נאך אויב געבט ער עס א פיינפולע -לאנגע- טויט...
 
איך בין נישט א מאטעמאטישען אבער איך (רעד מיך איין אז איך) פארשטיי צו בעל תפילהשאפט און די פארמולע דארף צו זיין בערך אזוי: כמובן אז מען דארף א דיסענט שטימע, און אראפלייגן שיינע שטיקלעך אבער ביי די בארינג שטיקלעך דארף מען מקצר זיין בקיצור נמרץ, דהיינו קענסט אראפלייגן א שיינע בפי ישרים און קל מלך און אפילו א והאופנים... דערנאך נעמט מען זיך פארן ביז שמונה עשרה (פארשטייט זיך נישט שבועות ווען מדארף מאריך זיין בשיר ביי אהבה רבה), דערנאך הויכע שמונה עשרה קען מען דרייען ביי אזזזזז און א שיינע ניגון פאר ממקומך, ווייטער ביי המשך הויכע שמונה פאר שנעל אדורך. און הלל ווענט זיך שוין כמנהגי המקום אויב מען מעג זינגען שטיקלעך אויף מקימי, מלפני אדון וכו'.
 
און טאקע די אלע וואס זאגן א ברייטע "ישר כוח" פאר'ן בעל תפילה (און באמת מיינען זיי ישר כח פארן ענדיגן) זענען דאך שולדיג אז ער גייט ווייטער צו....
 
איך בין נישט א מאטעמאטישען אבער איך (רעד מיך איין אז איך) פארשטיי צו בעל תפילהשאפט און די פארמולע דארף צו זיין בערך אזוי: כמובן אז מען דארף א דיסענט שטימע, און אראפלייגן שיינע שטיקלעך אבער ביי די בארינג שטיקלעך דארף מען מקצר זיין בקיצור נמרץ, דהיינו קענסט אראפלייגן א שיינע בפי ישרים און קל מלך און אפילו א והאופנים... דערנאך נעמט מען זיך פארן ביז שמונה עשרה (פארשטייט זיך נישט שבועות ווען מדארף מאריך זיין בשיר ביי אהבה רבה), דערנאך הויכע שמונה עשרה קען מען דרייען ביי אזזזזז און א שיינע ניגון פאר ממקומך, ווייטער ביי המשך הויכע שמונה פאר שנעל אדורך. און הלל ווענט זיך שוין כמנהגי המקום אויב מען מעג זינגען שטיקלעך אויף מקימי, מלפני אדון וכו'.
דאס איז גראדע אויך שנוי במחלוקת. אסאך מתפללים (ווענד זיך אין די שול פארשטייט זיך) זוכן נישט דער מאדערנע קאנצערט סטייל פון דאווענען - ווי דער בעל תפילה האט פשוט א פערפארמענץ מיט די שיינע שטיקלעך. אסאך ווילן יא ענדערש א נארמאלע באלאנסירטע טעמפא און נישט אז דער בעל תפילה זאל אפזאגן דאס וואו ער האט נישט וואס צוצלייגן...
 
- א דזשיניעס איז איינער וואס קען נעמען קאמפליצירטע געדאנקען און עס מאכן סימפל, אן אידיאט איז איינער וואס מאכט עס נאך מער סימפל.

- ביז די אמת טוט זיך אן די הויזן האט שוין די ליגנט מצליח געווען צו פארברענען די הויזן-טראגע מיט די שיך.
 
האסט קליא געמאכט די באוואוסטע זאגעכטס
- א דזשיניעס איז איינער וואס נעמט קאמפליצירטע געדאנקען און עס מאכט עס סימפל, א טיפש איז איינער וואס נעמט פשוטע זאכן און מאכט עס קאמפליצירט.
 
האסט קליא געמאכט די באוואוסטע זאגעכטס
- א דזשיניעס איז איינער וואס נעמט קאמפליצירטע געדאנקען און עס מאכט עס סימפל, א טיפש איז איינער וואס נעמט פשוטע זאכן און מאכט עס קאמפליצירט.
דאס איז איין געדאנק. און איך האב געזאגט עפעס אנדערש אינגאנצן.

איך האב געהאט אין מיינד די געדאנק אז מענטשן ווי דעיוו סמיט פראבירן צו רעדוצירן מאראליטעט (פון מלחמה) צו זייער פשוט'ע נושאים, אדער דאס מאכן פון כאמאס'ס אגרעסיע א 'סימפל' אקט פון רעסיסטענץ, אדער רעדוצירן די טרענס דעבאטע צו בייאלאגיע, אא"וו. בעת די זאכן פארלאנגען יא א געוויסע מאס פון קאמפלעקציטעט וואס 'קאמאן סענס' קען נישט אייביג מקיף זיין.

און די צווייטע טייל אדרעסירט די פענאמען אז סימפל נאראטיוון (צ.ב. אז מדנ"י הרג'ט 'צופיל' ציווילע, אדער אז מ'קען נישט טראסטן עקספערטן וועגן קאוויד,) נעמען איין די וועלט שנעלער ווי נואנסד און אויפריכטיגע שטעלונגען קענען זיך פארקויפן.
 
@אלפא וואס גייט פאר מיט אייערע מחשבות לעצטנס? אלעס געצייטיגט?
אמאל איז מען אין די מאאד צו שרייבן, אמאל איז מען אין די מאאד צו ליינען. אמאל וואטשן, אמאל הערן, אמאל איז עס שמועסן, אמאל פאסטן, און אמאל שלאפן.

איך בין זייער מאאדי אין געוויסע צייטן, און און דאן איז מיר שווער צו קאנטראלירן מיינע מחשבות און מיינע שרייבעריי העביטס.. אויך, אסאך מאל האב איך אזויפיל צו שרייבן אז די ריבוי אור ברענגט אן א שבירת הכלים אויף אלעס אראפ ביז מיין פעדער..

יישר כח פארן זיך אינטרעסירן בכל אופן, ס'מאכט פילן גוט און געבט בענזין אויף ווייטער..
 
לעצט רעדאגירט:

דעיטינג איז די ענטפער!​

איך ווייס נישט וואס ס'האט מיר אנגעכאפט, אבער ס'מיר אריין אין קאפ אז דעיטינג איז די סאלושען פאר זייער אסאך פון די פראבלעמען וואס פלאגט אונזער קהילה.
די יעצטיגע סיסטעם מיט אירע פראבלעמען פעלט נישט אויס דא איבערצוקייען - יעדער קען זיי פירסט הענד, און פון די פילצאליגע ארטיקלען דא און אויף ק"ש ע"ה.
איך וויל נאר פראפאזירן וויאזוי אן איבערגעמאכטע סיסטעם - א סיסטעם וואו בחורים און מיידלעך טרעפן זיך אליין זייער באשערטע - האט די פאטענציאל צו לינדערן אסאך פון אונזער אישוס.

צום אלעם ערשט וועט עס לינדערן אביסל די גיטין קריזיס.
ווי ס'ארבייט יעצט נעמט מען א רענדאם בחור און מיידל און מ'לייגט זיי אריין אין א הויז, כזה ראה וקדש אן קיין סאך ברירות, פארשטייט זיך אז די אויספיר איז ליידער אפט מיטן מה יעשה הבן שלא יגרש?! אויב נאר קענען זיי אריינגיין דערין אביסל עלטער, אביסל מער מיושב, מיט די אייגענע דעת און מיט די פולע געוויסן, דאן וועט די גיטין ראטע האפענטליך אטאמאטיש פאלן.
הגם דאס קומט לכאו' מיטן שאנס פון מער עלטערע בחורים און פון געוויסע וואס וועלן שווערער טרעפן א באשערטע אין ערשטן פלאץ, אבער מ'קען דאך נישט משנה זיין סדרי בראשית כדי די פאר לא יצלח'ס זאלן זיין ערלויבט צו קומען אין ביהמ"ד מיט א טלית...

רעדענדיג פון די לא יצלח'ס, דאס אליין האט די פאטענציאל צוצופירן אז בחורים זאלן זיך וועלן נעמען אין די הענט אריין און נישט שימלען אין די פארדזשאוועטע חינוך אינסטיטוציעס וואו מ'טוט מיטן טאג זערא. די חינוך וועט זיך מוזן צופאסן מער.

און אז די חינוך איז בעסער, האט מען בכלל מער שאנס אז בחורים זאלן אנהייבן ארבייטן פריער. מעגליך גאר ס'וועלן אפי' זיין קורסן אין ישיבה פאר געוויסע דזשאבס, כאטש פאר מלומדות (אזויווי ביי די מיידלעך), און בעיסיק קאמפיוטער והמסתעף.

אז מ'ארבייט, וועלן זיי זיך קענען אליין אויסהאלטן און זיך אליין חתונה מאכן.
וואס חוץ פון לינדערן די פראבלעם פון די חובות ביי די עלטערן, וועט דאס דראמאטיש אראפברענגען די קאסטן און סטאנדארטן פון חתונות, טאקע ווייל בחורים וועלן (האפענטליך) פארשטיין בעסער די וועליו פון די געלט וואס זיי ספענדן, ובכלל ווי געזאגט וועלן זיי שוין זיין עלטער דאן.

און אז מ'האט חתונה אביסל עלטער, האט מען דאך אפאר יאר ווייניגער פון קינדער - וואס מיינט אטאמאטיש ווייניגער קאסטן און ווייניגער סטרעס - מער געזונט און ווייניגער מענטאל העלט פראבלעמען.

און אז מ'איז לכתחילה מער זעלבסטשטענדיג, איז שוין אויך א קלענערע פראבלעם צו מאכן אייגענע באשלוסן ווען ס'קומט צו מחליט זיין וואו מ'וויל וואוינען, מ'וועט זיך קענען גרינגער ארויסציען צו מער פאסיגער און ביליגערע געגענטער - לויט די אייגענע געשמאק, אומאפהענגיג פונעם שווער שוויגער זיידע באבע פאר וועמען מ'איז גארנישט שולדיג.. האט מען שוין אין איינוועגס געשליכטערט אביסל פון די האוזינג פראבלעם.

כולל מאן דכר שמיה, ווען מ'איז שוין עלטער און מ'דארף נישט געפעלן פאר קיינעם נאכן זיך חתונה מאכן אליין..

פארשטייט זיך אז מיטן דעיטינג סיסטעם גייען רוב אירע דא האבן ווייניגער פראבלעמען, די אלע וואס ליידן פון א ווייב וואס איז נישט אויפן זעלבן בלאט ברוחניות וועלן נישט דארפן געוואר ווערן דאס נאר נאכן פראדוצירן 3 און אהאלב קינדער און נישט וויסן וואו זיך אהין צו טון - דאס וועט רואיגערהייט זיין אויפן אגענדע שוין בשעתן זיך טרעפן דאס ערשטע מאל.. מ'וועט שוין זיין עלטער און מער באזעצן מיט די אייגענע מיינונגען אן קיינע סורפרייזעס 7 יאר נאך די חתונה..

נאך עפעס געבליבן? אדער מ'האט מער ווייניגער געדעקט אלע אונזער הויפט אישוס?

קומענדיג אנקעגן א (פרישע אין די רייע) לעצטיגע ארטיקל איבער די 'שידוכים קריזיס' ביי עלטערע בחורים, און וויאזוי די שדכנים הערן אויף רופן נאך א באשטומטע עידזש.
האט עס מיר געמאכט ווידער טראכטן אז מעגליך עס איז טאקע אין הקומץ משביע, אפשר איז דא א געוויסע פוינט ווי שדכנים קענען מער נישט נאכקומען די דעמאנד, און וויבאלד כלל ישראל וואקסט און וואקסט אלץ גרעסער האלטן מיר שוין מעגליך ביי דעם פונקט אז ס'וועט שוין נישט ארבייטן אויף א מאסן פארנעם דאס צורעדן יעדער שידוך באזונדער.
קען זיין עס איז נאך אן הונטערטירל אריין צו די דעטינג סיסטעם, ווי די איינציגסטע מהלך פארן עתיד וועט זיין ווען בחורים און מיידלעך טרעפן זיך אליינס דעם שידוך ושלום על ישראל, שדכנים וועלן זיין פריי צו דיעלן בלויז מיט די עשירים..
 
איך האלט אז אין נעקסטע צען יאר גייט ווערן אנגענומען פאר חסידים צו דעיטן, צום ווייניגסטענס ווי די ליטווישע. שדכן באלאנגט פאר "פידלער אויפן דאך".

אדער אפשר איז עס wishful thinking
 
איך האלט אז אין נעקסטע צען יאר גייט ווערן אנגענומען פאר חסידים צו דעיטן, צום ווייניגסטענס ווי די ליטווישע. שדכן באלאנגט פאר "פידלער אויפן דאך".

אדער אפשר איז עס wishful thinking
מען זעט עס שוין יעצט מער! אמאל האט מען געזיצען א האלבע שעה און געגאנגען צום לחיים היינט איז דריי באשויס דער סטענדערט עס רוקט זיך און דער דערעקשען
 
Back
Top