וועלכע ספיטש זאל זיין פארבאטן?
שוין א שטיק צייט וואס איך דריי מיך ארום מיט ספיקות און דילעמעס ארום די נושא פון 'פרידאם אוו ספיטש' און ווען העיט ספיטש רעסטריקציעס קענען פאטענציאל זיין גוט.
לעצטנס טוט זיך אסאך ווי די רעכטע באשולדיגן די לינקע אז זייערע 'נעמען גערופערייען' זענען פאראנטווארטליך פאר ווייעלענס, א שטייגער ווי אנרופן טראמפ - היטלער, אדער מאגא - פאשיזם, אא"וו. פון די אנדערע זייט דארף מען אפי' נישט אויסשמועסן וויאזוי די לינקע קוקן אן 'מייקרא-אגרעסיעס' און 'ווערטער'/פראנאונס אלס כמעט געהעריגע ווייעלענס, ראסיזם, וכל מרעין בישין.
די לינקע האבן ווי באקאנט א קלענערע פראבלעם מיטן איינצוימען געוויסע פרייהייטן ווען עס קומט צו פראמאטן סעיפטי און אינקלוסיוויטי, קענסעל קולטור איז אן אייקאן פון די לינקע, און ווערן איינגעזעצט פאר טוויטן עפעס איז אויך נישט קיין אומדערהערטע זאך אין מער ליבעראלע גענויגטע לענדער..
איך גיי נישט דא אריינגיין אין די גאנצע נושא פון וואס פרייהייט איז, צו עס איז א רעאליטעט אדער אילוזיע, און צו פארבאטן ספיטש איז צומאל יא א גוטע זאך אין מיין מיינונג.
אבער נאכן הערן די פאלגענדע דעבאטע איז מיר געבליבן אין געדאנק איין נושא, און דאס איז די שאלה איבער סכנה'דיגע נושאים, א שטייגער ווי יוגעניקס.
View: https://www.youtube.com/watch?v=h3QFZr6kiFE
(בערך ביי 1:08:20)
ער טענה'ט אז די מאדערנע ווערסיע פון יוגעניקס איז מער נישט דאס אז בייאלאגיש זענען דא חילוקים צווישן ראסעס, נאר אז עס זענען דא קולטוארע חילוקים. און ער טענה'ט אז אפי' אויסשמועסן די נושא איז סכנה'דיג..
מיכאל אברהם האט שוין
אן ארטיקל איבער ראסיזם ווי ער טענה'ט אז מ'קען נישט פירן די דיסקוסיע מיט אן עטישע אונטערלאגע אז דאס און דאס איז 'צו סכנה'דיג' צו דיסקוסירן וכדו'. די שמועס דארף גיין איבער פאקטן צו די געדאנק איז ריכטיג אדער נישט, ותו לא.
פון די אנדערע זייט שפירן מיר אלע אויף די אייגענע הויט די אימינאנטע סכנה פון לאזן אנטיסעמיטיזם (אלס א קרוב צו אלגעמיינע ראסיזם) וואקסן און זיך פארשפרייטן אנליין אין די פובליק ספעיס..
......
וואס איך וואלט פראפאזירט מקופיא איז עפעס א פשרה, אז אזעלכע נושאים זאלן נאר מעגן דיסקוסירט ווערן אין אקאדעמישע און ערענסטע סעטינגס, פארשטייט זיך אן קיין אנאנימיטעט און מיט די פולע געוויכט דערונטער. דהיינו דעבאטעס און ערענסטע אויפטריטן אויף די נושא זאלן געוויס זיין ערלויבט - וויאזוי דען קען מען מלבן זיין א נושא אויב נישט בדיבוק חברים און דורך עס אויסשארפן צווישן געלערענטע. אבער, די גרויסע אבער איז, אז אין לויזע פלעצער ווי אויף טוויטער און בכלל סאשעל מידיע זאל עס זיין מער ווייניגער פארבאטן.
אזוי פארדינט מען פון איין זייט אז די נושא איז דא אין פובליק צו נעמען קריטיק און שאפן מאמענטום, דער וואס וויל ערענסט ענגעידזשן דערמיט איז מכובד אדער אליין צו גיין אויף א בארזעצענע פלאטפארמע אדער אראפשרייבן א נארמאלע אקאדעמישע (אדער דזשערנאליסטישע) ארטיקל. און פון די אנדערע זייט פאר די אלע טראלס און נאכשלעפער אויף סאשעל מידיע וואס זיצן אין טוי-סטאר און פראפאגעיטן העיט און דיווישאן - פאר זיי קען מען ווייזן דעם צוים.. די נושא קען ווערן מלובן אויך אן וואס די ליידיגגייערס לאזן זייערע מיינונגען לופטערן..
איי ווער פונקטליך גייט זיין דער ארבעטראר?! ווער גייט אוועקשטעלן די גדרים וואס הייסט 'בארזעצענע קאנטעקסט' און וואס איז נישט?! דאס איז א גוטע שאלה וואס בלייבט דערווייל אפן פון מיין זייט. אבער איך מיין אז נישט יעדע נושא האט וואס צו זוכן אויף סאשעל מידיע פאר קליק-בעיט - דאס קען מען סעטלען ביי נאו..
בזעיר אנפין איז אויף ק"ש געווען אן ענליכע רול, אז כפירה וכדו' מעג נאר ווערן אויסגעשמועסט ערענסטערהייט און אויף אן אקאדעמישע שטייגער, נישט סתם טראציג אדער וואלגאריש.. ס'איז געווען ארויסצושטרייכן די קולטור פון האלטן זאכן רעספעקטפול, די נושאים זאלן קענען ווערן אויסגעשמועסט אומצענזורירט, אבער די קולטור זאל נאך אלס זיין קאנטראלירט מיט א בארזעצענקייט..