- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 10, 2024
- מעסעדזשעס
- 536
- רעאקציע ראטע
- 2,173
- פונקטן
- 423
וואס מיינט דאס 'מאב'?
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
וואס מיינט דאס 'מאב'?
איך װײס נישט צו אײנער האט דאס שױן דערמאנט; איך בין נאכנישט דורך די גאנצע שנירל אבער אין שװײץ איז שױן אײנגעשטעלט אזא סיסטעם פון רעפערענדומס. ס'ארבעט דאכצעך מיר גאנץ גוט דארטן אבער זײ זענען זײער אַװערס צו אימיגראנטן. גאר שװער זיך אריבערצוציען אהין.איך טראכט פארוואס קען מען נישט איינפירן אז פאר יעדע גרויסע החלטה זאל מען דארפן א וואוט פון דאס גאנצע לאנד (קען אפי' זיין מענדעטארי), א רעפערענדום סיסטעם.
דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג װײל סײ בײ גאנס און סײ בײ אבארשְן איז שײך סײענטיפישע, הגם בײ גאנס מער סטאטיסטישע, שטודיעס. װי למשל בײ גאנס, װאו איז דא מער געװאלדטאטן? די פּראָס פון דאס אז א גאנצע יונגע דור װאקסט אױף גוטע מארקסמיטן און דאס מאכט אױטאמאטיש דער אמעריקאנער ארמײ שטארקער. װי שטארק מאכט דאס, קאמפערעטיװלי? זענען אין סטײטס װאס האבן שטרענגערע גאן געזעצן דא װײניגער פארברעכנס, גניבות, האָוּלדאַַָפּס, אָהן קײן אימפאקט אױף מענטשן'ס מעגליכקײט זיך צו דעפענדן? װאס איז מיט פאליס װײעלענץ? װאס איז די בעסטע װעג פון טרײנען און פעריאָדיקלי רעװיוּען די מענטשן מיט פערמיטס פאַרן טראגן פײעראַרמס װאס פארמינערט גאן װײעלענץ? װאספארא עפעקט האט דאס אױף קינדער אז זײערע עלטערן האבן גאָנס אינדערהײם אָהן א משומר פילטער? און אזױ כמה וכמה פראגעס װאס מען קען ענטפערן מיט דאטא.די נקודה איז אז עס איז נישט קיין פראגע וואס נויטיגט סיי וועלכע עקספערטיז אדער סאפיסטיקירטע אנאליזן (מעגליך עס נויטיגט יא נבואה - וואס קיינער האט סייווי נישט..) און די שאלה פון רואיגקייט ווס רעכטן איז עפעס וואו יעדער בירגער קען טעארעטיש האבן א ווארט. דאן פארוואס עס לאזן צו די פאליטיקאנטן, קארפאראציעס, אדער אפי' דעם געריכט?
די זעלבע איז בנוגע עבארשען, ס'איז נישט קיין גרויסע סייענטיפישע נושא וואס מ'איז דן בכלל. ס'איז א בלויזע פילאזאפישע שאלה, פון ווען קוקט מען אן א בעבי אלס אן אינדיווידואל וואס מ'דארף שוין באשיצן פון רציחה מיטן געזעץ, און ווי ווייט מאכן די רעכטן פון די מאמעס אויס אין דעם שאלה - וויפיל זאל די געזעץ אדער פאליטיק בכלל זיין אריינגעמישט אין יענעם'ס קישקעס?!
איך מיין רוב פון די פראגעס קען דאטא ס"ה אנצייכענען קארעלאציעס, די הונטערליגענדע הסברים און וועליו דזשאדזשמענטס זענען אין עסענס סוביעקטיוו - און דערפאר פילאזאפיש.
דאס איז ווידער סעמאנטיקס/קאטעגאריזאציעס, נישט סייענס.װעגן װאספארא בריה אזא קלײנטשיק נפל װערט פאררעכנט.. װיאזױ דעפײנד מען קאנטשעסנעס..
א רעפערעדום פון פובליקום איז מסוכן ווייל מען קען אלץ אהנדרייען מענטשן דורך מודעות און מיט דעם כח פון די אונטערנעט אויף וואס מען וויל, דער וואוטער ווערט כחומר ביד היוצר, מען קען פרעזענטן יעדע אישו, מיט פארשידענע פארבן אז דער ריכטיגער זייט וועט פארלירןאיך װײס נישט צו אײנער האט דאס שױן דערמאנט; איך בין נאכנישט דורך די גאנצע שנירל אבער אין שװײץ איז שױן אײנגעשטעלט אזא סיסטעם פון רעפערענדומס. ס'ארבעט דאכצעך מיר גאנץ גוט דארטן אבער זײ זענען זײער אַװערס צו אימיגראנטן. גאר שװער זיך אריבערצוציען אהין.
דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג װײל סײ בײ גאנס און סײ בײ אבארשְן איז שײך סײענטיפישע, הגם בײ גאנס מער סטאטיסטישע, שטודיעס. װי למשל בײ גאנס, װאו איז דא מער געװאלדטאטן? די פּראָס פון דאס אז א גאנצע יונגע דור װאקסט אױף גוטע מארקסמיטן און דאס מאכט אױטאמאטיש דער אמעריקאנער ארמײ שטארקער. װי שטארק מאכט דאס, קאמפערעטיװלי? זענען אין סטײטס װאס האבן שטרענגערע גאן געזעצן דא װײניגער פארברעכנס, גניבות, האָוּלדאַַָפּס, אָהן קײן אימפאקט אױף מענטשן'ס מעגליכקײט זיך צו דעפענדן? װאס איז מיט פאליס װײעלענץ? װאס איז די בעסטע װעג פון טרײנען און פעריאָדיקלי רעװיוּען די מענטשן מיט פערמיטס פאַרן טראגן פײעראַרמס װאס פארמינערט גאן װײעלענץ? װאספארא עפעקט האט דאס אױף קינדער אז זײערע עלטערן האבן גאָנס אינדערהײם אָהן א משומר פילטער? און אזױ כמה וכמה פראגעס װאס מען קען ענטפערן מיט דאטא.
בײ אבארשְן איז דא ערנסטע סײענטיפישע פראגעס װעגן װאספארא בריה אזא קלײנטשיק נפל װערט פאררעכנט? האט דאס שױן קאנטשעסנעס? װיאזױ דעפײנד מען קאנטשעסנעס? װאספארא איברים זענען געפערטיגט בײ װיפילטע חודש? וכו' וכו'. װאס זענען די קאנסעקװענצן אױף די מוטער'ס עמאשענל װעלבּיאינג אױב לאזט מען איר נישט אַבּאָרטן א קינד פון א רײפּ? זענען דא װײניגער אָנדעראײדזש פּרעגנענסיס, אדער מער אינגע פאָטערס עבּענדענינג זײערע פרעגנענט פרױען, אין ערטער װי אבארשען איז פארבאטן? א.א.װ.
פון די אנדערע זייט, איינמאל דו וואויטסט אריין א מענטש איז מען סטאק מיט אים און אלע משוגעתן וואס כאפן אים אן. מיט א רעפערענדום האט מען כאטש צוטיילט די פראבלעם אין קלענערע שטיקלעך און מקהאט עס אויסגעשטעלט צו די wisdom of the crowd.א רעפערעדום פון פובליקום איז מסוכן ווייל מען קען
אלץ אהנדרייען מענטשן דורך מודעות און מיט דעם
כח פון די אונטערנעט אויף וואס מען וויל
דער וואוטער ווערט כחומר ביד היוצר, מען קען פרעזענטן יעדע אישו, מיט פארשידענעפון די אנדערע זייט פארבן
אז דער ריכטיגער זייט וועט פארלירן
עטליסט, ווען מען ערוועהלט א פערזאן, האט ער אין
זיך, פארשידענע חלקים,און מען קען שפעטער טוישן
זיין מיינונג , ביי א רעפערענדום איז א דירעקט וואוט
ואין להשיב
וועגן גאנס...פארוואס ווען מ'רעדט פון קריים זענען די רעכטע זייער שנעל אוועקצונעמען פרייהייט און געוויסע רעכטן?
בקיצור, פאליציי דארף 'מער מאכט' און קרימינאלן אדער חשודים דארפן צוגעטיילט ווערן ווייניגער רעכטן.
- דו צעלעברירסט ווייעלענס - אוועק מיט דיין דזשאב.
- ביסט אפשר נישט קיין היגער - קודם קיין על סאלוואדאר נאכער וועט מען ווייטער זען.
- פאליציי איז דיר חושד - גערעכט זענען זיי פארן דיר שיסן.
- ביסט אמאל געווען אין תפיסה - ווער האט דיר ארויסגעלאזט פון דארט זינט?! (ספוילער: זיכער די לינקע משוגעים..)
זענען נישט די רעכטע דא פאר מער 'אינדיווידואלע רעכטן'? אהא, נאר די ליבערטעריענס האלטן אזוי? די רעכטע ווילן יא מער 'סעיפטי' ווי אלטימעטע רעכטן?!
לאמיר נאר זען..
- גאנס ווילסטו אויך אוועקנעמען - ווייל עס איז סעיפער אזוי?
- מער רעגולאציעס וואס מאכן זאכן סעיפער - דאס יא?
- העיט ספיטש געזעצן וואס ברענגט א רואיגערע און סעיפער סאסייעטי - האסטו קאנסידערט?
שיינט מער אז וואס שפילט דא איז נישט ממש סעיפטי ווס פרייהייט, ענדערש - וועמענס סעיפטי איבער וועלכע פרייהייט...
דאס סאַוּנד זײער אסאך. אין האיטי, אװאו עס זענען דא די העכסטע צאל האָמעסײדס פער 100,000 מענטשן קומט אױס 0.062 פער 100 מענטשן. איך פארשטײ אז דאס איז נישט האמעסײדס ממש אבער נאכאלס. זעה װאס איך האב דא געשריבן:קומט אויס אז ארום פאר יעדע הונדערט באשיצנדע פעלער פון גאן באנוץ איז דא איין פאל פון אומריכטיגע באנוץ (אויב זאל מען אננעמען אז די אלע פעלער וואס רעכענען אויך אריין ווען פאליציי שיסט א באלדיגער סכנה זענען אומריכטיג).
אט זעסטו - אפילו דו ווערסט פארלוירן ווען עס קומט צו דיין ראסע/רעליגיע.מיכאל אברהם האט שוין אן ארטיקל איבער ראסיזם ווי ער טענה'ט אז מ'קען נישט פירן די דיסקוסיע מיט אן עטישע אונטערלאגע אז דאס און דאס איז 'צו סכנה'דיג' צו דיסקוסירן וכדו'. די שמועס דארף גיין איבער פאקטן צו די געדאנק איז ריכטיג אדער נישט, ותו לא.
פון די אנדערע זייט שפירן מיר אלע אויף די אייגענע הויט די אימינאנטע סכנה פון לאזן אנטיסעמיטיזם (אלס א קרוב צו אלגעמיינע ראסיזם) וואקסן און זיך פארשפרייטן אנליין אין די פובליק ספעיס..
איך ווער נישט דווקא פארלירן, ווי איך שפיר פשוט די קאנצעקווענצן פון א נאנטערע פלאץ.אט זעסטו - אפילו דו ווערסט פארלוירן ווען עס קומט צו דיין ראסע/רעליגיע.
מיכאל אברהם איז אבער הייליג גערעכט. די שמועס דארף גיין אויף פאקטן, אפילו ביי אנטיסעמיטישע קלעימס.
אויב אידן קאנטראלירן האליוואד, וואס איז דער זין פון פארבאטן דאס אויפצוברענגען?