אומגעצייטיגטע מחשבות (@אלפא)

פון אויסעווייניג איז מיר מסתבר אז די גלויביגע זאלן אינדיד האבן א שטיקל פראבלעם מיט די לבנה לאנדונג, מכמה סיבות;
-השמים שמים לה' וכו'
-אפילו נאך אראפשלינגען ניוטון ותלמידיו אז די הימלישע לבנה איז אין עסענס די זעלבע טשאנק פון מעסס ווי די ערד איז עד אבער אומאקצערטירבאר ווען ס'ווערט דעמאנסטרירט לעיני כל אויף טעלעוויזיע
-מיר קענען נישט זיין אזויפיל מער פארגעשריטן ווי די קדמונים זצוק"ל
מכח דעם איז שוין דא א גאנצער מערכה אין די מקובלים אז די לבנה וואס מען זעהט איז נאר א משל, אבער די לבנה צו וואס די יידן זענען צוגעגליכען רעדט מען פון א רוחניות לבנה
ערגעץ האב איך אמאהל גיזעהן אז דער סאטמאר רבי -שרייבט ( כעין זה )מיט דעם צו פארענטפערן שיטת רבינו תם אז די זוהן גייט ביי די שקיעה העכער די הימעל אז דאס גייט ארויף אויף די רוחניות׳דיגע זוהן אז בעצם זענען דא די צוויי זוהנען איז דער מהלך בארואיגט די קאנטשעס פון די פארמאכטע .
 

פעמינינעזאציע = Wokeness​


איך האב נישט קיין כח פאר לאנגע דרשות, און ס'קען אפי' זיין איך האב שוין אמאל עלעבארירט דערויף, אבער די טעאריע וואס איך בין נארוואס אנקעגן געקומען איז עפעס וואס איך קען נישט מער ווי צושאקלען מיטן קאפ און פילן ווי איך וואלט געוואלט זאגן ממש די זעלבע.

העלען ענדרוס טענה'ט אז Wokeness איז א תוצאה, און בעצם די זעלבע זאך ווי, פעמינעזאציע פון סאסייעטי.
זי לייגט אויס וויאזוי מאסקילין נאטורן ציען צו מער טריקענע און אביעקטיווע פאקטן ווס פעמינינעטי ציעט מער צו סוביעקטיוויטעט און געפילן, וואס אלס תוצאה קעירן מענער בדרך כלל מער פאר פרידאם אוו ספיטש און פרויען פאר אינקלוסיוויטי (אויפן חשבון פון פרידאם). מאסקיליניטי וועט פראבירן צו דזשאדזשן געשיכטעס לויט די עווידענס ווס פעמינינעטי וואס וועט געבן אסאך מער געוויכט פאר א וויקטים בלויז פארן זען טרערן - מעטאפאריש. און אזוי ווייטער און ווייטער מיט אסאך woke טרענדס וועלכע זי שרייבט שיין צו צו די אויפשטייג פון פעמינינעטי.

*****

אט איז די ארטיקל אין ווי זי הייפאטיזירט עס - The Great Feminization

אט איז אן אינטערוויוס וואו זי עלעבארירט דערויף:

View: https://youtu.be/Dx2Un8SVn0g?si=zNLEhLnTM6XVB_-E



און אט איז א קורצע קליפ ווי זי איז עס מסכם גאנץ גוט:

View: https://youtube.com/shorts/QRi3w8Q8Voc?si=kbCI_vr9zprVllaq


*****


איר הייפאטעזיע איז אז אריינברענגען אן איבער פלוס פון פרויען אין אקאדעמיע און אין אנדערע אקטיווע סאסייעטאל ארענעס איז וואס האט געפירט דערצו, זי איז ביי די מיינונג אז עס איז א דיירעקטע תוצאה פון האבן מער פרויען אקטיוו אין פלעצער ווי זיי פלעגן נישט זיין.

דאס איז גראדע אינטרעסאנט צו אנאלאזירן מער.
אויבן אויף וואלט איך געזאגט אז ביידע (Wokeness און די פאקט אז פרויען זענען ערלויבט און זענען מער אקטיוו) זענען ענדערש די תוצאה פון א ברייטערע סאציאלע טויש אין מאטעריאליסטישע ווי אויך קולטוארע אספעקטן פון מאדערנע ציוויליזאציע.
די פאקט אז פיזישע, פעלד ארבייט, און מלחמות זענען אין דעקליין, און די פריוויליגיע פון קענען זיין פארנומען מער מיט עמאציעס און נואנסן, זענען לכאו' מער פונדאמענטאלע רעוואלוציעס וועלכע האבן געפירט צו די 'גרויסע פעמינינעזאציע אין סאסייעטי' נישט אזוי ווייט ספעציפישע פאליסיס וכדו'.
(געוויס איז די אויפשטייג און פארשטאנד אין די פסיכאלאגישע וועלט, ווי אויך די אינווענשאן פון די pill און די pad, עפעס וואס האט ערמעגליכט מער עמפעסיס אויף עמאציעס, און ערמעגליכט די פרויען צו זיין פריי פון מצבים וועלכע האבן זיי געהאלטן פאשפארט פריער. און דאס ליגט זיכער אויך אינעם הינטערגרונד לגבי דעם סוגיא).
אויב געדענק איך גוט האט אפי' לעיזער קרויס אמאל אנגערירט דעם נושא אויף קול מבשר, ויבואו המלנקקים..


בכל אופן די עצם צושטעל פון פעמינינעטי און Wokeness איז זייער ריכטיג. די פראגע בלייבט איבער ווי 'שלעכט' עס איז, און צו געוויסע אינדיווידואלע פאליסיס האבן די מעגליכקייט עס צוריקצודרייען.
 
לעצט רעדאגירט:

רעכטן ביי די רעכטע?!​


פארוואס ווען מ'רעדט פון קריים זענען די רעכטע זייער שנעל אוועקצונעמען פרייהייט און געוויסע רעכטן?
  • דו צעלעברירסט ווייעלענס - אוועק מיט דיין דזשאב.
  • ביסט אפשר נישט קיין היגער - קודם קיין על סאלוואדאר נאכער וועט מען ווייטער זען.
  • פאליציי איז דיר חושד - גערעכט זענען זיי פארן דיר שיסן.
  • ביסט אמאל געווען אין תפיסה - ווער האט דיר ארויסגעלאזט פון דארט זינט?! (ספוילער: זיכער די לינקע משוגעים..)
בקיצור, פאליציי דארף 'מער מאכט' און קרימינאלן אדער חשודים דארפן צוגעטיילט ווערן ווייניגער רעכטן.

זענען נישט די רעכטע דא פאר מער 'אינדיווידואלע רעכטן'? אהא, נאר די ליבערטעריענס האלטן אזוי? די רעכטע ווילן יא מער 'סעיפטי' ווי אלטימעטע רעכטן?!

לאמיר נאר זען..

  • גאנס ווילסטו אויך אוועקנעמען - ווייל עס איז סעיפער אזוי?
  • מער רעגולאציעס וואס מאכן זאכן סעיפער - דאס יא?
  • העיט ספיטש געזעצן וואס ברענגט א רואיגערע און סעיפער סאסייעטי - האסטו קאנסידערט?

שיינט מער אז וואס שפילט דא איז נישט ממש סעיפטי ווס פרייהייט, ענדערש - וועמענס סעיפטי איבער וועלכע פרייהייט...

ב''ה מ'קען צולייגן די צווייטע אמענדמענט צום ליסטע וואס די רעכטע זענען גרייט צו ווארפן אונטערן באס פאר פאליטישע סיבות..


View: https://youtube.com/shorts/UJal6PbfEzg?si=HtBfLAtJxo7EwD3s
 
ווען עס איז 'בשלח' - ווען מ'פארשיקט - דאן אפי' אויב ס'איז קריעת ים סוף און 'שירה' אין אנפאנג, פאלגט עס נאך מיט מתלוננים, טענות אויף ביטערע וואסער, טענות אויף הונגער, אויף דארשט, און אויף וואס נישט. די סוף איז רפו ידיהם און עמלק האט גאר פענעטראציע קראפט.

ווען עס איז אבער יתרו - מ'נעמט אויף כוהני מדין אומדיסקרימינירט - דאן קומט א מתן תורה, א ואתה תחזה, א מזבח. און אידישקייט בליעט ווי קיינמאל בעפאר...

וד"ל.
 
P
ווען עס איז 'בשלח' - ווען מ'פארשיקט - דאן אפי' אויב ס'איז קריעת ים סוף און 'שירה' אין אנפאנג, פאלגט עס נאך מיט מתלוננים, טענות אויף ביטערע וואסער, טענות אויף הונגער, אויף דארשט, און אויף וואס נישט. די סוף איז רפו ידיהם און עמלק האט גאר פענעטראציע קראפט.

ווען עס איז אבער יתרו - מ'נעמט אויף כוהני מדין אומדיסקרימינירט - דאן קומט א מתן תורה, א ואתה תחזה, א מזבח. און אידישקייט בליעט ווי קיינמאל בעפאר...

וד"ל.
דאס גייט לויט דעם מאן דאמר אז יתרו איז געוועהן קודם מתן תורה און דער קירוב וואס מען האט איהם ארויס געוויזען ווי רש״י זאגט - מי ראה את אלו יוצאים ולא יצא - גאנץ כלל ישראל כאיש אחד האט זיך מתאחד געוועהן מקבל פנים זיין דעם כהן מדין , האט עס גיברענגט צו,ויחן ישראל נגד ההר כאיש אחד בלב אחד ,אז זיי זאלען זיין גרייט צו קבלת התורה
 
Back
Top