אומגעצייטיגטע מחשבות (@אלפא)

פון אויסעווייניג איז מיר מסתבר אז די גלויביגע זאלן אינדיד האבן א שטיקל פראבלעם מיט די לבנה לאנדונג, מכמה סיבות;
-השמים שמים לה' וכו'
-אפילו נאך אראפשלינגען ניוטון ותלמידיו אז די הימלישע לבנה איז אין עסענס די זעלבע טשאנק פון מעסס ווי די ערד איז עד אבער אומאקצערטירבאר ווען ס'ווערט דעמאנסטרירט לעיני כל אויף טעלעוויזיע
-מיר קענען נישט זיין אזויפיל מער פארגעשריטן ווי די קדמונים זצוק"ל
מכח דעם איז שוין דא א גאנצער מערכה אין די מקובלים אז די לבנה וואס מען זעהט איז נאר א משל, אבער די לבנה צו וואס די יידן זענען צוגעגליכען רעדט מען פון א רוחניות לבנה
ערגעץ האב איך אמאהל גיזעהן אז דער סאטמאר רבי -שרייבט ( כעין זה )מיט דעם צו פארענטפערן שיטת רבינו תם אז די זוהן גייט ביי די שקיעה העכער די הימעל אז דאס גייט ארויף אויף די רוחניות׳דיגע זוהן אז בעצם זענען דא די צוויי זוהנען איז דער מהלך בארואיגט די קאנטשעס פון די פארמאכטע .
 

פעמינינעזאציע = Wokeness​


איך האב נישט קיין כח פאר לאנגע דרשות, און ס'קען אפי' זיין איך האב שוין אמאל עלעבארירט דערויף, אבער די טעאריע וואס איך בין נארוואס אנקעגן געקומען איז עפעס וואס איך קען נישט מער ווי צושאקלען מיטן קאפ און פילן ווי איך וואלט געוואלט זאגן ממש די זעלבע.

העלען ענדרוס טענה'ט אז Wokeness איז א תוצאה, און בעצם די זעלבע זאך ווי, פעמינעזאציע פון סאסייעטי.
זי לייגט אויס וויאזוי מאסקילין נאטורן ציען צו מער טריקענע און אביעקטיווע פאקטן ווס פעמינינעטי ציעט מער צו סוביעקטיוויטעט און געפילן, וואס אלס תוצאה קעירן מענער בדרך כלל מער פאר פרידאם אוו ספיטש און פרויען פאר אינקלוסיוויטי (אויפן חשבון פון פרידאם). מאסקיליניטי וועט פראבירן צו דזשאדזשן געשיכטעס לויט די עווידענס ווס פעמינינעטי וואס וועט געבן אסאך מער געוויכט פאר א וויקטים בלויז פארן זען טרערן - מעטאפאריש. און אזוי ווייטער און ווייטער מיט אסאך woke טרענדס וועלכע זי שרייבט שיין צו צו די אויפשטייג פון פעמינינעטי.

*****

אט איז די ארטיקל אין ווי זי הייפאטיזירט עס - The Great Feminization

אט איז אן אינטערוויוס וואו זי עלעבארירט דערויף:

View: https://youtu.be/Dx2Un8SVn0g?si=zNLEhLnTM6XVB_-E



און אט איז א קורצע קליפ ווי זי איז עס מסכם גאנץ גוט:

View: https://youtube.com/shorts/QRi3w8Q8Voc?si=kbCI_vr9zprVllaq


*****


איר הייפאטעזיע איז אז אריינברענגען אן איבער פלוס פון פרויען אין אקאדעמיע און אין אנדערע אקטיווע סאסייעטאל ארענעס איז וואס האט געפירט דערצו, זי איז ביי די מיינונג אז עס איז א דיירעקטע תוצאה פון האבן מער פרויען אקטיוו אין פלעצער ווי זיי פלעגן נישט זיין.

דאס איז גראדע אינטרעסאנט צו אנאלאזירן מער.
אויבן אויף וואלט איך געזאגט אז ביידע (Wokeness און די פאקט אז פרויען זענען ערלויבט און זענען מער אקטיוו) זענען ענדערש די תוצאה פון א ברייטערע סאציאלע טויש אין מאטעריאליסטישע ווי אויך קולטוארע אספעקטן פון מאדערנע ציוויליזאציע.
די פאקט אז פיזישע, פעלד ארבייט, און מלחמות זענען אין דעקליין, און די פריוויליגיע פון קענען זיין פארנומען מער מיט עמאציעס און נואנסן, זענען לכאו' מער פונדאמענטאלע רעוואלוציעס וועלכע האבן געפירט צו די 'גרויסע פעמינינעזאציע אין סאסייעטי' נישט אזוי ווייט ספעציפישע פאליסיס וכדו'.
(געוויס איז די אויפשטייג און פארשטאנד אין די פסיכאלאגישע וועלט, ווי אויך די אינווענשאן פון די pill און די pad, עפעס וואס האט ערמעגליכט מער עמפעסיס אויף עמאציעס, און ערמעגליכט די פרויען צו זיין פריי פון מצבים וועלכע האבן זיי געהאלטן פאשפארט פריער. און דאס ליגט זיכער אויך אינעם הינטערגרונד לגבי דעם סוגיא).
אויב געדענק איך גוט האט אפי' לעיזער קרויס אמאל אנגערירט דעם נושא אויף קול מבשר, ויבואו המלנקקים..


בכל אופן די עצם צושטעל פון פעמינינעטי און Wokeness איז זייער ריכטיג. די פראגע בלייבט איבער ווי 'שלעכט' עס איז, און צו געוויסע אינדיווידואלע פאליסיס האבן די מעגליכקייט עס צוריקצודרייען.
 
לעצט רעדאגירט:

רעכטן ביי די רעכטע?!​


פארוואס ווען מ'רעדט פון קריים זענען די רעכטע זייער שנעל אוועקצונעמען פרייהייט און געוויסע רעכטן?
  • דו צעלעברירסט ווייעלענס - אוועק מיט דיין דזשאב.
  • ביסט אפשר נישט קיין היגער - קודם קיין על סאלוואדאר נאכער וועט מען ווייטער זען.
  • פאליציי איז דיר חושד - גערעכט זענען זיי פארן דיר שיסן.
  • ביסט אמאל געווען אין תפיסה - ווער האט דיר ארויסגעלאזט פון דארט זינט?! (ספוילער: זיכער די לינקע משוגעים..)
בקיצור, פאליציי דארף 'מער מאכט' און קרימינאלן אדער חשודים דארפן צוגעטיילט ווערן ווייניגער רעכטן.

זענען נישט די רעכטע דא פאר מער 'אינדיווידואלע רעכטן'? אהא, נאר די ליבערטעריענס האלטן אזוי? די רעכטע ווילן יא מער 'סעיפטי' ווי אלטימעטע רעכטן?!

לאמיר נאר זען..

  • גאנס ווילסטו אויך אוועקנעמען - ווייל עס איז סעיפער אזוי?
  • מער רעגולאציעס וואס מאכן זאכן סעיפער - דאס יא?
  • העיט ספיטש געזעצן וואס ברענגט א רואיגערע און סעיפער סאסייעטי - האסטו קאנסידערט?

שיינט מער אז וואס שפילט דא איז נישט ממש סעיפטי ווס פרייהייט, ענדערש - וועמענס סעיפטי איבער וועלכע פרייהייט...

ב''ה מ'קען צולייגן די צווייטע אמענדמענט צום ליסטע וואס די רעכטע זענען גרייט צו ווארפן אונטערן באס פאר פאליטישע סיבות..


View: https://youtube.com/shorts/UJal6PbfEzg?si=HtBfLAtJxo7EwD3s
 
ווען עס איז 'בשלח' - ווען מ'פארשיקט - דאן אפי' אויב ס'איז קריעת ים סוף און 'שירה' אין אנפאנג, פאלגט עס נאך מיט מתלוננים, טענות אויף ביטערע וואסער, טענות אויף הונגער, אויף דארשט, און אויף וואס נישט. די סוף איז רפו ידיהם און עמלק האט גאר פענעטראציע קראפט.

ווען עס איז אבער יתרו - מ'נעמט אויף כוהני מדין אומדיסקרימינירט - דאן קומט א מתן תורה, א ואתה תחזה, א מזבח. און אידישקייט בליעט ווי קיינמאל בעפאר...

וד"ל.
 
P
ווען עס איז 'בשלח' - ווען מ'פארשיקט - דאן אפי' אויב ס'איז קריעת ים סוף און 'שירה' אין אנפאנג, פאלגט עס נאך מיט מתלוננים, טענות אויף ביטערע וואסער, טענות אויף הונגער, אויף דארשט, און אויף וואס נישט. די סוף איז רפו ידיהם און עמלק האט גאר פענעטראציע קראפט.

ווען עס איז אבער יתרו - מ'נעמט אויף כוהני מדין אומדיסקרימינירט - דאן קומט א מתן תורה, א ואתה תחזה, א מזבח. און אידישקייט בליעט ווי קיינמאל בעפאר...

וד"ל.
דאס גייט לויט דעם מאן דאמר אז יתרו איז געוועהן קודם מתן תורה און דער קירוב וואס מען האט איהם ארויס געוויזען ווי רש״י זאגט - מי ראה את אלו יוצאים ולא יצא - גאנץ כלל ישראל כאיש אחד האט זיך מתאחד געוועהן מקבל פנים זיין דעם כהן מדין , האט עס גיברענגט צו,ויחן ישראל נגד ההר כאיש אחד בלב אחד ,אז זיי זאלען זיין גרייט צו קבלת התורה
 
ס'וואונדערט מיר, פארוואס האט מען נאכנישט אפדעיטעד דעם הגדה מיטן צולייגן נאך א סטאנציע פאר דעם כוס של אליהו/עפענעם דעם טיר/שפוך חמתך סיטואציע?
ס'פארנעמט נאך אזויפיל צייט און חשיבות ווי דעם ורחץ אדער דעם נרצה, אבער משום איזה סיבה שטופט מען אים צאם מיטן הלל אינאיינעם, אויף אזוי ווייט אז ס'טוט זיך א געראטשקע צו מ'פילט אן דעם פערטן כוס ערשט אדער איז עס אליהו'ס..

צייט פאר מהדורה שנייה..

רעדענדיג פון דעם, די אייער אין זאלץ וואסער וואס מ'פירט זיך צו טינקען באדארף שוין אויך זיין רעקאגניציע אין דעם דריטן קשיא. הלמאי, מ'טינקט נישט בלויז צוויי מאל, אונז טינקען מיר א זאפטיגן דריי מאל ביים סדר.
און פאר די אלע וואס גיסן טאקע די זאלץ וואסער אויף די אייער אנשטאט צו טינקען ווייסן מיר דאך אויך אז זיי טיען עס בלויז ווייל מער זאלץ וואסער איז געשמאקער, און ביים גיסן - אנדערש ווי ביים טינקען - פאלט נישט דאס געלעכל אראפ ווי א גר תושב'ס קאפ צודעק..
 
לעצט רעדאגירט:

מצה-דינאמיקס​


'מצה-דינאמיקס' פארלאנגט לדעתי אן ערענסטע אפהאנדלונג פאר א צוקונפטיגע PHD פראיעקט.

פונקט ווי ערא-דינאמיקס פארמאגט זיין שטודיע-פעלד ווי מען לערנט אפ די ווינט-קראפט אויף אביעקטן ווי עראפלאנען, ווייסט יעדער וואס האט נאר אמאל געבאקן מצות אז 'מצה-דינאמיקס' - די עפעקטס פון איין שלעכטן וועלגערער קען גאר האבן מער פאטאלע קאנצעקווענצן ווי טורבולאנס מיט ווארטעקסיס קאמבינירט.

וועלגערערס זענען בלויז איין חלק אינעם בילד. די מאס וואסער און מעל איז דאך אפגערעדט אז דאס פראבירט מען זיך צו פארזיכערן פון פריער, חוץ פארשטייט זיך אויב מ'באקט מיט א חבורה וואו יעדער האט זיין אייגענע מעל און אייגענע חומרות - וואו עס איז פשוט אוממעגליך זיך צו האלטן צום באלאנס, און ליידן ליידט דער אומשולדיגער רעדלער ווען דער שיבער שרייט היציג 'בעסער רעדלען'..

דאן קומען די טיילער, פאר איינעם א גרויסן שטיקל פארן שכן קוים א כזית, און די עפטער-עפעקטס ווערן נאר געשפירט ביי די גומרים וואו די מצות קומען ארויס מיט אנדערע מאסן - על לא עול בכפם. דאס ארגסטע איז טאקע ווען זיי פראבירן דאס מצה'לע צו פארמען אינעם סדום בעטל צו שטימען מיטן חבר'ס מאס.

די אומבאלומפערטע מתחילים זענען עתיד ליתן את הדין - דאס אמאל זיכער. נישט בלויז ווייל זיי נעמען דאס אומשולדיג טייגל און באכענען עס ווי כאילו עס איז אזא נערוון קוועטשער, נאר בעיקר פארן עס ארומגלעטן און פאקוסירן אויף די אויסעליכן רידעכיגקייט דערפון אנשטאט עס באארבעטן ווי עס דארף צו זיין, דערביי פארטאכלעווענדיג טייערע צייט וואס מ'וועט שפעטער אפיר זוכן ווען דריי מצות בלייבן שטעקן אויפן טיש אחר חי.

די וועלגערער וואס ווייסן נישט וואס זיי האבן צו טון זאלן שטיין א מייל אוועק פונעם בעקעריי! דאס איז מיין ערשטע געזעץ פראפאזעל אלס ספיקער אוו די האוז בל"נ.
ערענסט גערעדט. ס'איז רעלאטיוו גרינג צו האלטן דעם מצה רינדעכיג אין איר ערשטע שטאפלען פון ערציאונג, ווען דער מצה אבער בחור'ט, יעמאלס הייבן זיך אן צו זען אלע צייכענעס פון די מלמד'ס קלעפ און קוועטשערייען. איין זייט דין איין זייט גראב, סתם אבי געצויגן דארט צום לינקן זייט. און יא, דרייען אויפן וועלגערהעלצל העלפט שוין נישט איינמאל די 'דעמעדזש איז דאן' און קולות כאפט געוויס דער גומר וואס האט באמת פראבירט זיין בעסטע מיט CPR און וויאזוי נישט..

קומט זיך דער מצה אן צום נארוואס באקרוינטע רעדלער, שוין נאכן אדורכמאכן די שבעה מדורי הוועלגערערס. און אויב האט ער מזל נישט צו כאפן אזא שיינעם לאנגן ריס פונעם אומערפארענע רעדלער, דארף ער יעצט מזל אז ער זאל אנקומען אויפן שטעקן און אין אויוון פלאכערהייט. ס'איז אבער נארמאל פארן זעלבן רעדלער זיכער צו מאכן אז אויפן שטעקן שוין לאנדעט עס מיט א כפולה, אזוי אז דער שיבער האט נישט מער ווי עס אפווארטן אינדרויסן פון אויוון און אראפברעכן דעם הוד יפיה דערפון - און נישט פארגעסן דאס איז שוין דער מצה וואס האט עס דואכגעמאכט שיינערהייט און איז ענדליך ארויסגעקומען גרויס און רינדעכיג ווי עס דארף צו זיין (עכ"פ אזוי האט דער גומר געמיינט).

די שיבערס און אויוונס זענען נאך א סוגיא, געוויסע חבורות מיט איין שיבער אויף אריין און ארויס - זיכער מאכן אז ס'פלאפט צוויי מאל. אנדערע מיט צוויי באזונדערע 'מומחים', הייבענדיג די שאנסן פאר א לייכטע רייזע אבער מיט דעם אויך די שאנסן פאר מיד-עיר-קאלישאנס.. בקיצור, נאכן אפמאכן וויאזוי מ'גייט דערמיט הייבט זיך אן די טענות: בעסער וועלגערן, די טייג איז צו טריקן, די אויוון איז צו הייס, די רעכטע זייט דארף מער האלץ, ס'צו קליין, אינמיטן פון די מצות איז צו דין, די רחיים של יד פארברענט זיך צו שנעל, און אזוי ווייטער און ווייטער מיט די שערי תירוצים - אלעס זיכער צו מאכן אז זיין כבוד בלייבט באשיצט, און קלארצושטען אז: מיט אן אויוון פונקט גענוג קאלט פונקט גענוג הייס, מיט א טייגל פונקט גענוג נאס פונקט גענוג טריקן, מיט רעדלער פונקט גענוג ערפארן און פונקט גענוג רואיג, מיט וועלגערערס פונקט גענוג דין פונקט גענוג דיק, און מיט אלע אנדערע קאנדישאנס באשטומט - וואלט ער געוויס געווען דער בעסטער שיבער אויפן מארק.. נישטא ווער זאל לאכן ליידער, ווייל ס"ה איז יעדער דארט פארנומען זיכער צו מאכן אז 'זיינער מצות' קומען ארויס גוט, און אויב איז עס דער רעדלערס ווייץ וועלן די וועלגערער זיין שולדיג און אלעם און אויב איז עס דער משגיח'ס וועט דער זייגער אנשטעלער זיין דער קרבן.

הצד השוה. קיינער האט קיין השגה וויאזוי מצות ארבייטן, וויאזוי א גוטע טיעם דארף ארבייטן, אדער וואס א 'גוטע מצה ארבייט' בכלל באדייט. ביי איינעם איז עס די רינדעכיגקייט פון די גומרים - אפגעזען די פאשלא פון די מתחילים, ביי א צווייטן איז עס די שטייפקייט פונעם שיבער אפגעזען די נאסקייט פונעם טייג, און ביי א דריטן איז עס די גראדקייט פון די רעדל-לעכער אפגעזען די אומבאלאנס אין די דיקקייט.


דאס איז אלעס אויסער די קרענק פון מאנכע זיך צו זארגן א גאנצן צייט ליטעראלי בלויז פאר 'זייערע' מצות, זייענדיג פארנומען ברצוא ושוב אינעם פאקן-צימער זען די אויסגאנג פון 'זייערע' הארעוואניע. ווי כאילו אנדערע מענטשן זענען נישט מקפיד אויף כשר לפסח אדער דארפן נישט קיין מהודר'דיגע מצות.. עס איז זאגאר אייראניש אז די גמטריא פון 'חמץ' וואס איז 'איך-זיך-מיך' מאניפעסטירט זיך אזוי שיין אינעם סאמען זאל ווי די פארקערטע דארף צו ווערן פראדוצירט. אבער שוין, שבת הגדול דרשות וועל איך לאזן פאר אנדערע, איך רעד בלויז מיינע געפילן...
 
לעצט רעדאגירט:
קען איינער ביטע אריינקומען מיט א שטיקל ארטיקל/אנאליז איבער די מקור פון געוויסע אנגענומענע פסח חומרות, א שטייגער ווי זיך נישט מישן, נישט בראקן, דינע מצות, און אפי' קטניות?
@שושני, @אפענער, @פעדער, @מרחשון ?!

איך בין א שטיקל עם הארץ ווען ס'קומט צו קענען לערנען די השתלשלות פון אזעלכע דעוועלאפמענטס און מנהגים, פארט ווער איך פאסצינירט ווען מענטשן פרעגן מיט א גלאטקייט וויאזוי מ'מעג 'בראקן ביי כורך' זייענדיג איגנאראנט איבער וועלכע קומט בכלל ערשט. אדער ווען מענטשן מיינען אז זיך נישט מישן איז א דאורייתא בעת וואס דארטן שטייט גראדע קלאר (ביי פסח במיוחד) אז ואם ימעט הבית.. ולקח הוא ושכינו. אדער ווען מענטשן פרעגן מיט א תמימות אויף די משנה פון דער שמש וועלכע 'מישט זיך' נעבעך מיטן בעל הבית אנשטאט פארשטיין אז מישן איז קיין קאנצעפט נאך דאן נישט געוועזן..

[ענליך צו די שמועס וואס כ'האב נארוואס אינטערגעהערט איבער די הפטורה פונעם ערשטן טאג - מלכים ב כ"ג - וויאזוי ס'קען זיין אז אידן האבן נישט געמאכט קיין קרבן פסח דורכאויס הונדערטע יארן, ווי כאילו אלע אנדערע פרקים אין מלכים באשרייבן יא דעם פונקטליכן רבי-זכיתו-יגן-עלינו כאראקטער...]

הכלל, א שיינע אפהאנדלונג -אדער לינק צו איינס- איבער די עוואלוציע פון מנהגים וואלט מיר נישט געשטערט, נישט אזוי ווייט צו אפלערנען די מנהגים זעלבסט נאר מער וויאזוי זיי ווערן קאודיפיצירט צו אומבויגזאמע טיילן פונעם טראדיציע.

די יעצטיגע מעלות האט גראדע א שיינע אזא אפהאנדלונג (שרייבער ח. באש) איבער דעם 'ומוזגין כוס חמישי'.

@מי אני איך שליס דיר בכלל נישט אויס פון דעם פארטי..
 
לעצט רעדאגירט:
קען איינער ביטע אריינקומען מיט א שטיקל ארטיקל/אנאליז איבער די מקור פון געוויסע אנגענומענע פסח חומרות, א שטייגער ווי זיך נישט מישן, נישט בראקן, דינע מצות, און אפי' קטניות?
קטניות
קטניות ווערט שוין דערמאנט בימי הראשונים אז פראסטע מענטשן זאלן נישט עסן קיין קטניות, ווייל זיי קוקן נישט דארך צי עס איז נישט אריינגעפאלן קיין ווייץ. אין הלכה איז עס נאר סטאנדאריזירט געווארען דורכן רמ״א מיטן עס מאכן פאר א אפציעלע איסור(?) אז קיינער זאל נישט עסן קיין קטניות, ווייל היינט זענען מיר אלע פארעכנט ווי פויערן. (איי געס די היינטיגע דורות משוגעת האט זיך נישט היינט אנגעהויבן.)

מישן
זיך נישט מישן האט בעצם נישט ציטון מיט פסח, די אמאליגע פרומע חברה פלעגן זיך נישט מישן א גאנץ יאר (דהיינו נישט עסן פון א מענטש וואס איז געווען ווייניגער פרום פון דיר) כאטש וואס הלכה׳דיג האט יעדער ערליכע איד א חזקה אז זיינע עסן זענען כשר, דאך האבן די יושבים און פרומאקעס זיך נישט געמישט.
לענינינו, אויף אחרון של פסח האט מען זיך יא געמישט אפילו א גאנץ יאר האט מען זיך נישט געמישט מיט דעי אזוי גערופענע באמס (איך בין נישט קלאר פארוואס אחרון של פסח זענען זיי געווארען אזוי cool, עפעס האב איך אמאל געהערט צי מרבה זיין אחדות, אבער איך פארשטיי נישט פארוואס פונקט אחרון של פסח.)
מילא פון דא איז שוין ארויס געבויעט געווארען די גאנצע זאך א פסח מישט מען זיך נישט, אזוי אויך אז מען מישט זיך נישט פון קאמפעינס און אזוי אויך אז מען מישט זיך נישט פון מענטשן וואס זענען די זעלבע לעוועל פרום.
די גאנצע היינטיגע נישט מישן שיגעון קומט פון א פלאץ פון נישט פארשטיין די מקור החומרא.


בראקן
די עניין פון נישט בראקן ווערט די ערשטע מאל דערמאנט אין שולחן ערוך הרב אלץ א הלכה׳דיגע חשש.
און וויבאלד די חסידים פלעגן גיין מיטן רב, (אנלייק די מתנגדים, און אנלייק די היינטיגע חסידים וואס גייען מער מיטן משנה ברורה) האבן די חסידים אנגענומען די חשש.

מאשין מצות
איז א איסור פון חמץ גמור וואס האט זיך אנגעהויבן ביי צאנזער רב משום טעם הכמוס (דהיינו אז עס איז בעצם נישט אסור, ווען יא וואלט ער דאך געקענט זאגן די טעם). די אנגענומעמע סיבה פון די איסור (פארשטייט זיך פאר ווער עס קען אביסל עפענען די קאפ, און זעט נישט קיין העכערע זאכן אינעם טעם הכמוס) איז ווייל זייער אסאך אידן האבן געהאט פרנסה פון באקן מצות און ער האט מורא געהאט אז זיי וועלן נישט האבן קיין דזשאבס מער, אזויווי אונז האבן היינט מורא אז AI וועט צינעמען אונזערע דזשאבס.

(איך שרייב פון זיכרון, אויב בין איך נישט גערעכט אין עפעס ביטע מאכט אויפמערקזאם)
 
וועלן מיר נאר מוסיף זיין עטליכע שטריכען ,צו די מנהגים,
קטניות איז דער מקור הגהת סמ״ק דער מחבר איז רבינו פרץ (ער איז געוועהן דער רבי פון ר״ן המפרש הגדול ) דער סמ״ק מיט הגהת סמ״ק האבען פונקציאנירט ביי די יהודי אשכנז אזוי ווי דער שלחן ערוך כהיום, דער טעם וואס ער נעמט אהן איז ווייל מען מאכט פון קטניות מעשה קדירה ווי חמץ איז דא דער חשש פון אתי לאחלופי , ער ברענגט שוין דעם מנהג אלץ - וכבר נהגו.
דער מקור פון זיך נישט מישען אין פסח קען מען זאגען אז עס קומט פון קרבן פסח, וואס מען האט זיך קודם געמוזט איינקויפען צו עסען און מען האט נישט געגעבען פאר ווער עס קומט זיך אהן פסח ביינאכט, דאס קען זיין
איז די פשט פון די ווערטער כל דכפין ייתי ויאכל,מען איז מודיע אז צו די סעודה קען קומען יעדער, נאר כל דצריך ייתי ויפסח צום קרבן פסח האט מען זיך שוין געדארפט
מעלדען פאר די שחיטה פון קרבן, ערב פסח .
דער מקור פון נישט בראאקען, ווערט אויך דערמאנט אין
מחצית השקל , ער רבי שמואל פון קעלן איז געוועהן נישט פון די חסידים , למעשה האבען עס חסידים אהנגענומען ,אבער עס האט נישט מיט חסידות.
מאשין מצות,איז כשר לכתחילה ווייל גדולי ישראל האבען
עס מכשיר געוועהן ווי דער לעמבערגער רב בעל שואל ומשיב און גדולי ירושלים און גדולי ליטא, און דער כתב סופר, אבער די וואס וואס זענען מחמיר נישט צו נוצען האבען גענוג בעקינג ווי פון דברי חיים און חידושי הרי״ם און רבי שלמה קלוגער
עס איז מסתבר אז א גרויס פוש צו אסר׳ן איז ווייל עס איז געקומען פון בערלין און אומגעגענט,מקור השכלה
און דת רעפארמאציע איז עס ממילא בכלל חדש אסור .
 
Back
Top