מצה-דינאמיקס
'מצה-דינאמיקס' פארלאנגט לדעתי אן ערענסטע אפהאנדלונג פאר א צוקונפטיגע PHD פראיעקט.
פונקט ווי ערא-דינאמיקס פארמאגט זיין שטודיע-פעלד ווי מען לערנט אפ די ווינט-קראפט אויף אביעקטן ווי עראפלאנען, ווייסט יעדער וואס האט נאר אמאל געבאקן מצות אז 'מצה-דינאמיקס' - די עפעקטס פון איין שלעכטן וועלגערער קען גאר האבן מער פאטאלע קאנצעקווענצן ווי טורבולאנס מיט ווארטעקסיס קאמבינירט.
וועלגערערס זענען בלויז איין חלק אינעם בילד. די מאס וואסער און מעל איז דאך אפגערעדט אז דאס פראבירט מען זיך צו פארזיכערן פון פריער, חוץ פארשטייט זיך אויב מ'באקט מיט א חבורה וואו יעדער האט זיין אייגענע מעל און אייגענע חומרות - וואו עס איז פשוט אוממעגליך זיך צו האלטן צום באלאנס, און ליידן ליידט דער אומשולדיגער רעדלער ווען דער שיבער שרייט היציג 'בעסער רעדלען'..
דאן קומען די טיילער, פאר איינעם א גרויסן שטיקל פארן שכן קוים א כזית, און די עפטער-עפעקטס ווערן נאר געשפירט ביי די גומרים וואו די מצות קומען ארויס מיט אנדערע מאסן - על לא עול בכפם. דאס ארגסטע איז טאקע ווען זיי פראבירן דאס מצה'לע צו פארמען אינעם סדום בעטל צו שטימען מיטן חבר'ס מאס.
די אומבאלומפערטע מתחילים זענען עתיד ליתן את הדין - דאס אמאל זיכער. נישט בלויז ווייל זיי נעמען דאס אומשולדיג טייגל און באכענען עס ווי כאילו עס איז אזא נערוון קוועטשער, נאר בעיקר פארן עס ארומגלעטן און פאקוסירן אויף די אויסעליכן רידעכיגקייט דערפון אנשטאט עס באארבעטן ווי עס דארף צו זיין, דערביי פארטאכלעווענדיג טייערע צייט וואס מ'וועט שפעטער אפיר זוכן ווען דריי מצות בלייבן שטעקן אויפן טיש אחר חי.
די וועלגערער וואס ווייסן נישט וואס זיי האבן צו טון זאלן שטיין א מייל אוועק פונעם בעקעריי! דאס איז מיין ערשטע געזעץ פראפאזעל אלס ספיקער אוו די האוז בל"נ.
ערענסט גערעדט. ס'איז רעלאטיוו גרינג צו האלטן דעם מצה רינדעכיג אין איר ערשטע שטאפלען פון ערציאונג, ווען דער מצה אבער בחור'ט, יעמאלס הייבן זיך אן צו זען אלע צייכענעס פון די מלמד'ס קלעפ און קוועטשערייען. איין זייט דין איין זייט גראב, סתם אבי געצויגן דארט צום לינקן זייט. און יא, דרייען אויפן וועלגערהעלצל העלפט שוין נישט איינמאל די 'דעמעדזש איז דאן' און קולות כאפט געוויס דער גומר וואס האט באמת פראבירט זיין בעסטע מיט CPR און וויאזוי נישט..
קומט זיך דער מצה אן צום נארוואס באקרוינטע רעדלער, שוין נאכן אדורכמאכן די שבעה מדורי הוועלגערערס. און אויב האט ער מזל נישט צו כאפן אזא שיינעם לאנגן ריס פונעם אומערפארענע רעדלער, דארף ער יעצט מזל אז ער זאל אנקומען אויפן שטעקן און אין אויוון פלאכערהייט. ס'איז אבער נארמאל פארן זעלבן רעדלער זיכער צו מאכן אז אויפן שטעקן שוין לאנדעט עס מיט א כפולה, אזוי אז דער שיבער האט נישט מער ווי עס אפווארטן אינדרויסן פון אויוון און אראפברעכן דעם הוד יפיה דערפון - און נישט פארגעסן דאס איז שוין דער מצה וואס האט עס דואכגעמאכט שיינערהייט און איז ענדליך ארויסגעקומען גרויס און רינדעכיג ווי עס דארף צו זיין (עכ"פ אזוי האט דער גומר געמיינט).
די שיבערס און אויוונס זענען נאך א סוגיא, געוויסע חבורות מיט איין שיבער אויף אריין און ארויס - זיכער מאכן אז ס'פלאפט צוויי מאל. אנדערע מיט צוויי באזונדערע 'מומחים', הייבענדיג די שאנסן פאר א לייכטע רייזע אבער מיט דעם אויך די שאנסן פאר מיד-עיר-קאלישאנס.. בקיצור, נאכן אפמאכן וויאזוי מ'גייט דערמיט הייבט זיך אן די טענות: בעסער וועלגערן, די טייג איז צו טריקן, די אויוון איז צו הייס, די רעכטע זייט דארף מער האלץ, ס'צו קליין, אינמיטן פון די מצות איז צו דין, די רחיים של יד פארברענט זיך צו שנעל, און אזוי ווייטער און ווייטער מיט די שערי תירוצים - אלעס זיכער צו מאכן אז זיין כבוד בלייבט באשיצט, און קלארצושטען אז: מיט אן אויוון פונקט גענוג קאלט פונקט גענוג הייס, מיט א טייגל פונקט גענוג נאס פונקט גענוג טריקן, מיט רעדלער פונקט גענוג ערפארן און פונקט גענוג רואיג, מיט וועלגערערס פונקט גענוג דין פונקט גענוג דיק, און מיט אלע אנדערע קאנדישאנס באשטומט - וואלט ער געוויס געווען דער בעסטער שיבער אויפן מארק.. נישטא ווער זאל לאכן ליידער, ווייל ס"ה איז יעדער דארט פארנומען זיכער צו מאכן אז 'זיינער מצות' קומען ארויס גוט, און אויב איז עס דער רעדלערס ווייץ וועלן די וועלגערער זיין שולדיג און אלעם און אויב איז עס דער משגיח'ס וועט דער זייגער אנשטעלער זיין דער קרבן.
הצד השוה. קיינער האט קיין השגה וויאזוי מצות ארבייטן, וויאזוי א גוטע טיעם דארף ארבייטן, אדער וואס א 'גוטע מצה ארבייט' בכלל באדייט. ביי איינעם איז עס די רינדעכיגקייט פון די גומרים - אפגעזען די פאשלא פון די מתחילים, ביי א צווייטן איז עס די שטייפקייט פונעם שיבער אפגעזען די נאסקייט פונעם טייג, און ביי א דריטן איז עס די גראדקייט פון די רעדל-לעכער אפגעזען די אומבאלאנס אין די דיקקייט.
דאס איז אלעס אויסער די קרענק פון מאנכע זיך צו זארגן א גאנצן צייט ליטעראלי בלויז פאר 'זייערע' מצות, זייענדיג פארנומען ברצוא ושוב אינעם פאקן-צימער זען די אויסגאנג פון 'זייערע' הארעוואניע. ווי כאילו אנדערע מענטשן זענען נישט מקפיד אויף כשר לפסח אדער דארפן נישט קיין מהודר'דיגע מצות.. עס איז זאגאר אייראניש אז די גמטריא פון 'חמץ' וואס איז 'איך-זיך-מיך' מאניפעסטירט זיך אזוי שיין אינעם סאמען זאל ווי די פארקערטע דארף צו ווערן פראדוצירט. אבער שוין, שבת הגדול דרשות וועל איך לאזן פאר אנדערע, איך רעד בלויז מיינע געפילן...