- זיך איינגעשריבן
- סעפ. 14, 2024
- מעסעדזשעס
- 251
- רעאקציע ראטע
- 2,041
- פונקטן
- 423
מיר אלע לעבן דאס איבער, ס׳קען זיין אין כיתה, משפחה, אין ישיבה, אין קהילה, ביי ארבעט, און אין א רעגירונג. יעדער פארקערפערונג וואס די מעמבערס זענען אפגעהאנגען אינעם זעלבן קוואל. ס׳קען קומען דורך אפעציעלע אטאריטעט, דורך הדיוטים קופצים בראש, אפעציעל אדער געקינצלט.
נאטורליך הערשט א פחד אין די לופט, שוואכע הערצער שטעלן זיך צו, מען בא׳עוול׳ט איינמאל דעם איינמאל יענעם, און געווענדליכע חברה האבן מורא צו מישן דעם טאפ, די בא׳עוול׳טע זענען על פי רוב די וואס זעהן וואס גייט פאר, זיי ווערן פארביטערט, און ס׳שאפט א רינג פון שווייגערישע פארביטערטקייט, און אין גרויסן בילד, ס׳טויג נישט די מצב.
וויאזוי זאל א איינשטענדיגער מענטש רעאגירן ווען ער זעהט וואס טוט זיך? זיך אנרופן הויעך וויל ער נישט ווייל ס׳וועט אים קאסטן, זיך מאכן נישט וויסנדיג כלפי דעם בא׳עול׳טן וויל ער אויך נישט, ווייל ער ווייסט, היינט ער, מארגן איך, און בכלל, דאס איז נישט קיין ווירטשאפט אין טע לאנג ראן.
פלוני וואלט געזאגט, אל תירא ואל תחת, לאז נישט טיראנען אויספירן זייערע פלענער אפגעזעהן די פרייז, אנדערע וועלן זאגן מען דארף מער א קלוגע מהלך, נישט יעדער איז גרייט זיך שטעלן א קרבן.
האב איך געקלערט, איין זאך פאר אן אנהייב, לאז יענעם וויסן, פערזענליך אדער אנאנים, ״איך בין מיט דיר, נאר ס׳הערשט א פחד״. דאס קען בארואיגן דעם געמוט פון בא׳עוול׳טן, אז ס׳זאל נישט פארשפרייטן אומנויטיגע גייסט-גיפטיגונג (טאקסיסיטי) פאר די ארומיגע. אויך קען דאס לאזן וויסן איינע דעם אנדערן בחשאי, אז מיר ווייסן פונקטליך וואס קומט פאר, מיר זענען נישט געלעמט, נאר מה נעשה קעגן טיראנישקייט. ס׳לאזט א רוים פון האפענונג.
כ׳האב נישט איבערגעקוקט וואס איך שרייב, איך קען מאריך זיין מער, נאר דאס איז וואס איז מיר ארויף אויפן געדאנק. ישר כח פארן אויסהערן

לעצט רעדאגירט: