ווער בענקט זיך צו קאווע שטיבל?

נאך איין זאך וואס איך בענק מיך, נאך מאחורי!
ס'איז באמת געווען אן אוצר (הגם דארט איז געווען רוב פון די ערשטע יארן)
די אשכולות מיט די מעשה'ס פון אלע צדיקים..
ס'איז געווען גאר גוטע זאכן דארט,
חבל
עס וועט נאך זיין דא אויך.
 
WOW איך זינק מיט א רויטע פנים... מען לייגט מיר אריין צווישן די גדולי הדור?...
איך זינק בבושת פנים אז מען לייגט מיך נישט. ווען מען לייגט מיך יא, דריי איך זיך מיט א צהלות פנים.
 
האסט דאך אזוי שיין גענטפערט.
אמאל איז געווען שווארץ און ווייס, ביסט מיט אונז אדער מיט זיי, אפציע איינס גיין פולי היט און רעקל מיטן גאנצען פעקעדזש נישט שניידן די בארד די ווייב דארף יא שערן, מיט כל מיני שגעונות, מילא האסט געמיזט מאכן א דיסישען צי ביסט גרייט צי נעמען די גאנצע פעקעדזש, אויב ביסטו נישט גרייט דעמאלטס פיץ אפ פון דא און גיי צו די רוחות, און בעיסיקלי די איינציגסטע אפציע בלייבט אפציפארן.
היינט ברוך ה׳ אכשר דרא, מען קען זיך קלייבן וואס מען וויל און וואס נישט, מילא איז נישט קיין סיבה צי אפפארן, אויב איינער זיכט נישט צי אפפארן נאר ער זיכט זיך באקוועם צי מאכן מיט זיין אייגענע מהלך.
זייט דעם אור איז אראפגעקומען בערך צען יאר צוריק, זעט מען טאקע פול מיט נייע מהלכים אין אידישקייט, יעדער צי וועלכע לעוועל און וועלכע ווייב ער קאנעקט צו.
און א געוויסע זין איז עס מער פון דעם אויב איך זע א חסידישע אינגערמאן וואס איז געווארן OTD און היינט גייט ער מיט א טישירט וואס שטייט i ❤️ NY קוק איך אים אן ווי נישט מיט אלעמען און ער איז גוט פארזעצט מיט באליבטן נוי יארק דאס איז ביודעי ומכירי קאמינא No question אז ער טרעפסט זיך נישט דאס פלאץ דארט אויך נישט און דאס איז די זעלבע סיבה פארוואס ער האט זיך נישט געטראפן די פלאץ דא! פשט איז you cannot run away from yourself באט דאס איז א צווייטע שמיעס

לחיים
 
די זעלבע סיבה פארוואס ער האט זיך נישט געטראפן די פלאץ דא! פשט איז you cannot run away from yourself באט דאס איז א צווייטע שמועס
א צווייטע, אבער א וויכטיגע.

"א מענטש קען פון זיך נישט אנטלויפן" מיינט אזוי: נישט קיין וויפיל א מענטש וועט פרובירן אנטלויפן פון זיין אימאושענס, פארגאנגענהייט, אדער אייגענער אידענטיטעט, דורך טוישן לאקאציע, רילעישאנשיפס, אדער אפי' זיין ארבעט און סירקומסטענסעס, וועט ער אייביג מיט זיך מיטנעמען זיין אינטערנעל סטראגעל. ווי זאגט יענער, איך האב פרובירט צו גיין צו אן אנדערע שטאט אבער איך בין מיטגעגאנגען.

וואס דאס מיינט: דו ביסט אייביג דיין אייגענע קאמפעניאן. דו קענסט נישט אנטלויפן פון דיין אייגענע מחשבות, נישט קיין חילוק ווי, ווען, און וויאזוי. דיינע ביהעיווערס, העביטס, אדער אומ-רעסאלווד טראומא וועט מיט דיר מיטגיין פונקט ווי דיין הענט גייט מיט דיר מיט וואו דו שטימסט און וואו דו גייסט. דו האסט עס און קענסט עס נישט אראפנעמען.

אויב ביסט נישט צופרידן, ביסט ענקשאס, טראגסט זיך ארום מיט גילט, פארשעמט, וכו', וועט דיין אויסערליכע טדזשענדזש גארנישט טוהן פאר די אויבן דערמאנטע זאכן.

טו הילינג, ריפלעקשאן, און טעראפי פאר אינערליכע ווייטאג, דאן קענען זיך זאכן טוישן אָן אן אויסערליכע טויש.

עס מוז נישט זיין אז דער אינדיווידואל ליידט פון א קליניקעל מענטאל דיסארדער, אבער עס גאר געמאלן זיין.

אבער וואס איז זיכער אז ער פרובירט צו אוואוידען די קאופן מיט זיין סטראגעל און די אימאושענס פון זיינע אינערליכע הרגשים, און ער פרובירט צו אנטלויפן די פעיסינג פון אומאנגענעמע סיטואציעס.

אדער ריפיוזד ער צו פראצעסירן טראומא און פארלוסט.

עס קען זיין א סימן אז דעפרעסיע הייבט אן זיך צו נעסטן ביי איהם אינעווייניג.

טרויעריג, ליידיגקייט, אפי' נאך א אויסערליכע טזשענדזש איז אן סימפטאם. א הרגשה פון זיין געטראפן מיט זיין אייגענע אינערליכקייט קען ברענגען דעפרעסיע.

ענקזייעטי -
די אומרואיגקייט ווי אזוי מען איז, אן אינערליכע פארלוירנקייט וועט דיך אייביג נאכפאלגן, און עס איז א סימן אז ענקזייעטי נעסט זיך דערינען.

פי טי עס די, אדער גאר בארדערליין פערסאנאלעטי דיסארדער -
שטארקע אימאושענס, אידענטיטעט צומישעניש, אינערליכע טורמאויל גייט נישט אוועק פון זיך אליינס און אודאי נישט מיט אויסערליכע טויש. אפשר וועט עס גאר ערגער מאכן.
היסטארישע טראומא פירט צו א אומסטאבילע אייגענע אימעדזש, אדער גאר צו כראנישע ליידיגקייט פילינג.

עקזיסטענץ קריזיס -
זיך שפירן פארלוירן אדער דיסקאנעקטעד פון א ציהל און פערפוס. אדער נישט זיין די עכטע זיך.

עדיקשאן און קאמפולסיוו אויפפירונגען -
געווענליך אין אזא מצב, וועט די בעסטע אפשען פאר דעם ליידנדער זיך נעמען צו סובסטאנץ וואס וועט איהם הייבן אין די ספערן נישט צו שפירן די אלע הרגשים וואס ער שלעפט מיט זיך מיט. אבער דער בלאט איז דא, ער גייט נישט אין ערגעץ און וועט איהם כסדר אויפעסן.

רעקאמאנדירט הילף און עס ווירקט. אויב מען וויל.
 
איך וואלט זייער געוואלט האבן צוטריט צו קאווע שטיבל פאליש - מאחורי, צו קענען זעהן יארן פון אומצענזורירטע שרייבעריי, ווייסט איינער א וועג וויאזוי מ'קען דאס זעהן זייט מ'קען זיך מער נישט איינשרייבן, אפשר האט איינער א איבריגע ניק וואס מ'קען אריינלאגן...
 
איך וואלט זייער געוואלט האבן צוטריט צו קאווע שטיבל פאליש - מאחורי, צו קענען זעהן יארן פון אומצענזורירטע שרייבעריי, ווייסט איינער א וועג וויאזוי מ'קען דאס זעהן זייט מ'קען זיך מער נישט איינשרייבן, אפשר האט איינער א איבריגע ניק וואס מ'קען אריינלאגן...
גא”מ
 
איך וואלט זייער געוואלט האבן צוטריט צו קאווע שטיבל פאליש - מאחורי, צו קענען זעהן יארן פון אומצענזורירטע שרייבעריי, ווייסט איינער א וועג וויאזוי מ'קען דאס זעהן זייט מ'קען זיך מער נישט איינשרייבן, אפשר האט איינער א איבריגע ניק וואס מ'קען אריינלאגן...
סאיז פארמאכט אפילו פאר די וואס פלעגן האבן עקסעס.
 
יאפ

געווען דארט אריין געלייגט כוחות פון ארבעט, א שאד א שאד...

(חוץ די מאחורי הפרגוד פארום, האבן זיי אויך פארמאכט נאך עטליכע פארומס, וחבל על דאבדון,
איך בין נייגעריג צו זיי האבן עס שוין אינגאנצן אויסגעמעקט, אדער ס'ליגט נאך ערגעץ אוועק געלייגט)
 
איך בין פולי מיט די עולם מען דארף זאפארט צורוק עפענען קאווע שטיבעל
 
איך האב שוין אמאל געשריבן דערוועגן, איך מיין אז די עיקר חילוק פון ק''ש און קרעמל איז אז ק''ש האט געהאט א געוויסע ניווא ווי אפילו אן א פילטער האסטו זיך געהיטן יעדעס ווארט דיינע, ס'זענען געזיצן דארט אזעלכע לייבן אז סערל בעל עגלה האט געקענט אריינפראקן איינעם פארן נישט קענען דעם חילוק פון דו און די, דא אין קרעמל שעמט מען זיך נישט צו שרייבן נח מיט זיבן גרייזן, זאת ועוד כל דרך זה, דא קענען זיך מענטשן אויפשטעלן שרייבן ארטיקלען אויף דברים פשוטים ווי כאילו זיי זענען עפעס די חכמי הדור, משא''כ.....
 
איך האב שוין אמאל געשריבן דערוועגן, איך מיין אז די עיקר חילוק פון ק''ש און קרעמל איז אז ק''ש האט געהאט א געוויסע ניווא ווי אפילו אן א פילטער האסטו זיך געהיטן יעדעס ווארט דיינע, ס'זענען געזיצן דארט אזעלכע לייבן אז סערל בעל עגלה האט געקענט אריינפראקן איינעם פארן נישט קענען דעם חילוק פון דו און די, דא אין קרעמל שעמט מען זיך נישט צו שרייבן נח מיט זיבן גרייזן, זאת ועוד כל דרך זה, דא קענען זיך מענטשן אויפשטעלן שרייבן ארטיקלען אויף דברים פשוטים ווי כאילו זיי זענען עפעס די חכמי הדור, משא''כ.....
It's the vibe 😜
 
איך קום נישט דא פאר דברי חכמה, ווי גייט די ניגון ״שלמה המלך וועט אונז חכמה זאגן״ איך קום דא צי סאושעלייזן ווי א ״קרעמל״ פון חבירים.
עס שאט נישט צי הערן דברי חכמה, אבער ווען עס ווערט א קאמפעטישען פון דברי חכמה, האבן די פשוטי עם מורא אריינצירעדן, און עס ווערט נאך עפעס א שמועס איבער קאַנט און שפינוזה.
 
לעצט רעדאגירט:
אין די ניווא? וואס רעדסטו? אין די לעצטע פאר יאר, איז טאקע געווען מי אני און רביה"ק וכו', אבער דא? דא איז דא, @מר שושני @מאָצל טויב @אלפא @אפענער @שניאור ריבנר @איזי פאזען @קהל׳ס נער @שמעקעדיג @פעדער @אין הכי טאקע @מסתת הרים @כרם זית @דאקטאר-ראבינער @זית רענן וכו' וכו' (כ'האב זיכער אויסגעלאזט די וויכטיגסטע, אבער כך הוא סדר של עולם) און דאס איז נאר די שפיץ וואס מ'הערט כסדר, אויסער זיי איז דא צענדליגער ניקס וואס געבן א געוואלד צו מיט זייערע ידיעות, מענטשליכקייט, זוכן דעם אמת, וכו', ואטו כי רוכלא ניזיל ונחשוב?! און אלעס איז דא מיט א זעלטענע פרישקייט, וואס איז זיכער נישט געווען אין ק"ש.
און ווער רעדט נאך פון די @כוואליעס אויסגאבע, וואס אונז אלע באלעקן זיך די פינגער. טאקע אין ק"ש האט זיך אנגעפאנגען מייסטערווערק, אבער ווער ווייסט ווי לאנג ס'וואלט אנגעהאלטן, דא האלט מען שוין נאך פינף פעסטע אויסגאבעס, אין א קארגע פינעף חדשים!
און ווי בין איך ?
 
Back
Top