- זיך איינגעשריבן
- יוני 22, 2025
- מעסעדזשעס
- 1,118
- רעאקציע ראטע
- 2,660
- פונקטן
- 433
אנטשולדיגט , ווייל איך האב מקצר גיוועהן במקום שאמרו להאריך, זעהן אויס די ווערטער נישט קלאהר,די כוונה איז אז ווער עס איז רגיל אין די לימוד פון תלמוד, ווייס אז דער נאהמען פון דעם מחדש פון א סברא אדער הלכה, וואס בעצם איז א המשך פון א שלשלת פון ארגומענטן און דיבעיטס צו קומען צו א מסקנא, און אפט מאהל חוזר חלילה ביז עס איז נאכאמאהל חוזר וניעור, אין אזוי גייט די המשך פון תורה שבעל פה,ווי די הלכה האט א יסוד אבן פנה, און אויף דעם בויען זיך בנינים מדור לדור,דערווייל איז טאקע אזא סארט חקירה אויף רבי יעקב מאורליינש איבריג, אבער אויב איין טאג וועט אויפגעוויזן ווערן אז דער שטיקל תוספות איז פאלש, קיין ר"י מאורליינש האט קיינמאל עקזיסטירט, אין שטאט ארלעאנס האט א איד קיינמאל געוואוינט, וכו', נאר עפעס א דרוקער האט עס אריינגערוקט 300 יאר צוריק, וניכרים דברי אמת אז די לשון און תוכן שטימט נישט, - פון היינט און ווייטער אויב איינער לערנט דעם תוס' מיט א גראדקייט "מיינע זיידעס איז נישט אנגעגאנגען וואו ארלעאנס איז און ווער ר' יעקב איז, גייט מיר אויך נישט אן, ס'נישט נוגע פאר די עצם סוגיא", אזא איינער גייט פשוט קאפ אין וואנט.
און אלעס גייט אריין בכלל כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש ניתנה מסיני/ די גמרא איז א המשך פון משנה און די תוספות א המשך פון די גמרא און שפעטער איז דא המשכים אין מהרש״א
ביז פלתי ,נתיבות, קצות , רבי חיים , חזון אי״ש וכו׳
ממילא איז דער נאהמען רבי יעקב מאורליינש, נישט
שטארק וויכטיג , און דער מגיד שיעור וואס האט זיך גישטעלט חקר׳ן ווער און ווי דאס איז, איז באמת מיסינג דע פוינט,וואס דארף זיין, לאמיר פארשטיין וואס ער זאגט ,לאמיר זעהן צו יעצט שטימט די מימרא פון רב אשי וואס פרעגט אפ אמימר ,- נאכדעם אז מען פארשטייט ,איז מען דן ווער איז דער רבי יעקב,וואס האט ער געטהון אין אורליינש,
פון וועלכע אורליינש רעדט מען, פון די דייטשע אדער די ענגלישע , זייער אינטערעסאנט צו וויסען מבטן מי יצאו הדברים,אבער צו די עצם ריכטיגקייט פון די ווערטער איז עס נישט נוגע, עס איז נאר נוגע וואס מען האט מחדש גיוועהן, און ווי אזוי עס פיט אין די סוגיא פון סדר האונות , ומכאן לענינינו די מסורת הקבלה אין די ספרי זוהר , זענען עלטער פון די מחברים פון די זוהר, - עס איז קלאהר אין די גמרא חגיגה און כתובות און נאך, אז עס איז גיוועהן א חכמת נסתר ביי אונזערע תנאים און מסברא אויך שוין בימי הנביאים, און אז דער רמ״ק מיט דער אר״י זענען גיקומען, ארי נחית מן שמיא, און זיי האבען מאיר גיוועהן עיני חכמים, אז די ווערטער פון זוהר איז א המשך צו כל הקודש לנו, די מסורת הספירות ומכילי רחמים ומשם יושפע לנו שפע ווי מען דערמאנט אין יהי רצון פאר הנחת תפילין ( דעם יהי רצון ווייסט מען אויך נישט פונקטליך ווער עס איז דער מחבר) איז דער זוהר קדוש וכל קדושיו עמו דער עטרת צביאון היכל ברכה וואס האבען זיך גיקאכט אין זוהר,אזוי אויך דער בעל הסולם, ווי זיי האבען אלע גיהאט די חרדת קודש און הרגשת אש בוערת לאהבה וליראה את ה׳ איז ממילא דער געטהועכץ און וויכוח ווער פונקטליך עס האט מחבר גיוועהן דער זוהר ( רבי שמעון זיכער נישט ) אן אינטערעסאנטער און זאכליכער סובדזשעקט אבער בכלל נישט קיין שומו שמים
כל הספרים קודש וספרי זוהר קודש קדשים
ותן לחכם ויחכם